א מעשה מיט $80 - זאל איך גיין צו די פאליציי?

הילף, עצות און טיפס

א מעשה מיט $80 - זאל איך גיין צו די פאליציי?

הודעהדורך שלום_זכר » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 6:14 pm

מעשה שהיה כך היה.

א חודש צוריק, פרייטאג פר' נח ארום 4 אזייגער נאכמיטאג, האב איך מיך צוריקגעקערט קיין ברוקלין פון "מאונט סיני" שפיטאל אין מאנהעטן, וואו איך בין געווען באזוכן א חבר. איך בין געפארן אויפ'ן נומער 2 באן ווען אינמיטן קומט צו צו מיר א מענטש וואס האט אויסגעזען ווי א פרומער איד, און פאנגט מיר אן צו דערציילן א מעשה. ער איז אנגעצויגן און ער דערציילט אז זיין קאר איז אוועקגעפירט געווארן דורך די פאליציי (לכאורה צוליב א טראפיק פארלעצונג) און ער דארף יעצט גיין אפנעמען די קאר, און זיך נאך צוריקקערן אהיים קיין וועסטשעסטער נאך פאר שבת.

אבער דא עקא, זיין בערזל איז געבליבן אין זיין קאר, און ער האט נישט גענוג קעש וואס ער דארף כדי ארויסצונעמען דעם קאר. ער דארף האבן $264 צו באצאלן, אבער ער האט נאר 200. איך פרעג אים פארוואס ער קען נישט צאלן מיט קרעדיט קארד, זאגט ער אז זיי נעמען נישט קיין קרעדיט קארדס. ער קען אויך נישט ארויסנעמען פון אן עי-טי-עם מאשין ווייל אלע זיינע קארטלעך זענען געבליבן אין זיין בערזל וואס געפונט זיך אין זיין קאר. ער קען אויך נישט ארויסנעמען קיין געלט פון זיינס א באנק, ווייל דער באנק וואס ער נוצט, "וועסטשעסטער באנק", האט נישט קיין פיליאלע אין מאנהעטן.

עס בלייבט אים נאר איבער איין עצה צו בארגן פון א גוטהארציגן מענטש די $64 וואס ער דארף האבן כדי צו קענען נאך אנקומען אהיים פאר שבת.

איך זאג אים אז איך וואלט אים גערן געבארגט, אבער איך ווייס נישט ווער ער איז, און אזוי ווי עס זענען פאראן אסאך שווינדלער וויל איך נישט ריזיקירן דאס געלט. איך בעט אים אז ער זאל אויפווייזן ווער ער איז – ער זאל מיר ווייזן א דרייווערס לייסענס מיט זיין נאמען, אדער אן אנדערן אפיציעלן דאקומענט. ער זאגט אז צום באדויערן געפונט זיך זיין דרייווערס לייסענס אויך אין זיין בערזל, און ער האט גארנישט אויף זיך.

איך האב מיך שיין אנטשולדיגט פאר אים, און איך האב אים געזאגט אז אן עפעס וואס קען באשטעטיגן ווער ער איז קען איך אים גארנישט בארגן.

איך האב אבער גאר שלעכט געשפירט פאר יענעם, וויסנדיג אז עס איז פאראן א גרויסער שאנס אז ער איז טאקע בעת צרה, און ער ברויך דרינגענד הילף, און איך האב פיבערהאפטיג געטראכט וואס איך קען פארשלאגן.

זאג איך אים, הער זיך איין, איך וועל מיטגיין מיט דיר צום ארט וואו מען נעמט אפ דעם קאר, און איך וועל זען מיט מיינע אייגענע אויגן דעם פראבלעם, און דארטן וועל איך דיר געבן די געלט.

ער זאגט אז כדי צו גיין צו דעם ארט וואו מען נעמט אפ דעם קאר דארף מען אראפגיין פון דעם נומער 2 באן, און כאפן א שאטעל וואס פארט אן אנדערן וועג. גיי איך מיט אים ארויס פון דעם באן, און מיר פאנגען אן צו גיין אויפ'ן וועג צו דעם שאטעל. גייענדיג אזוי פאלט מיר ביי אז עס איז דאך שוין גאר נאנט צו שבת, און צו וואס זאל איך גיין יעצט פארברענגען א שעה אדער מער מיטצוגיין מיט יענעם. למעשה, גייען מיר דאך שוין אהין – עס קוקט אויס אז די מעשה איז אמת. זאג איך אים, "הער זיך איין, איך וועל דיר געבן די $64, אבער איך וועל מאכן א בילד פון דיר. אויב איך באקום נישט פון דיר דאס געלט צוריק ביז א וואך, וועל איך אננעמען אז דו האסט מיך באשווינדלט, און איך וועל גיין צו דיר פאליציי מיט דיין בילד."

ער קווענקלט, אבער איז מסכים. איך כאפ א בילד פון אים, און איך נעם ארויס מיין בערזל צו געבן דאס געלט. ער זאגט, "געב מיר שוין אביסל מער, זאל זיין $80, אין פאל אז מ'בעט אויך טעקס." איך געב אים $80 און ער גיט מיר זיין נאמען און אדרעס, און ער שרייבט אויף א צעטל בכתב ידו "I owe $80", און חתמ'עט. ער גיט מיר אויך זיין טעלעפאן-נומער, און ער לייגט אריין מיין טעלעפאן נומער און זיין טעלעפאן, און זאגט צו אז ער וועט מיר רופן תיכף נאך שבת צו הערן וואו צו שיקן די צאלונג.

יעצט האלט מען שוין א חודש נאך די מעשה, און ער האט מיר נאכנישט באצאלט. עס איז טאקע נאר אכציג דאלאר, אבער איך וועל נישט לאזן אז א מענטש זאל שפילן אויף מיינע געפילן און מיך באשווינדלען. ועוד, אויב איז ער א שווינדלער, וועל איך טון כל מה שבידי אז ער זאל נישט באשווינדלען נאך מענטשן. אבער איז ער א שווינדלער?

פאלגנד איז די השתלשלות הדברים:

איך האב גארנישט געהערט פון אים נאך שבת. סוף וואך, דאנערשטאג פר' לך לך, האב איך אים אנגערופן, און איך האב געלאזט א מעסעדזש ווער איך בין, און אז ער דארף מיר באצאלן. ער האט מיר תיכף צוריקגערופן, און געזאגט אז איך זאל אים טעקסטן מיין אדרעס, און ער וועט עס תיכף ארויסשיקן. איך האב אים געזאגט אז ער זאל עס ארויסשיקן "נאך היינט," און ער האט געזאגט אז ער וועט עס ארויסשיקן פרייטאג גלייך אינדערפרי.

א וואך שפעטער, פרייטאג פר' וירא, האב איך אים געשיקט א טעקסט:
It’s over a week since I sent you my address, and I didn’t get yet anything.

ער האט גארנישט רעאגירט. דריי טעג שפעטער, מאנטאג פר' חיי שרה, האב איך אים אנגערופן, און געלאזט א מעסעדזש. ער האט מיר גלייך דערנאך געטעקסט:
I will take care of it my apologies

איך האב אים געענטפערט:
This is unacceptable. Please mail it immediately.

א וואך שפעטער, מאנטאג פר' תולדות, האב איך אים געשריבן דעם פאלגנדן טעקסט:
It’s been another week and I don’t have the money yet. If I don’t get it this week I will view this as a scam, and I’ll go to the police with your picture.

ער האט גארנישט רעאגירט.

אין לויף פון דער וואך האב איך פרובירט צו סוירטשן זיין נאמען און זיין אדרעס, און נישט געטראפן קיין שום אנדייטונג אז אזא מענטש עקזיסטירט אין וועסטשעסטער בכלל.

פיר טעג שפעטער, פארגאנגענעם פרייטאג, האב איך אים געשריבן:
In absence of your response, and since I wasn’t able to find information about you online, I will be going to the police with your photo on Monday, Nov. 4.

ער האט געענטפערט:
What is your problem? Iv been having some difficulties a string of bad luck re:car gets towed re:car breakes down 6 days later i appreciate the mitsva u did
And as soon as i can i will send u the money but dont threathen me there is no need for that have a good shabos

איך האב געענטפערט:
For all I know, you may be “making a living” by scamming people on the street. I have an obligation to stop it if this is indeed the case.

ער האט רעאגירט:
Ur so jaded its really sad

איך האב געענטפערט:
1.JPG
1.JPG (23 KiB) געזען געווארן 2805 מאל


היינט זונטאג האב איך אים ווידעראמאל געשיקט א דערמאנונג אז ער האט א ברירה צו באשטעטיגן אז ער איז טאקע ווער ער זאגט אז ער איז כדי איך זאל זיך אפהאלטן פון גיין צו די פאליציי, און מיר האבן געהאט א ווערטער אויסטויש.
2.JPG
2.JPG (42.67 KiB) געזען געווארן 2805 מאל


3.JPG
3.JPG (51.24 KiB) געזען געווארן 2805 מאל


4.JPG
4.JPG (42.28 KiB) געזען געווארן 2805 מאל

עס איז שוין דורך בערך דריי-פערטל שעה זינט דעם לעצטן מעסעדזש, און ער האט נאך נישט געענטפערט.

וואס האלט דער עולם איבער די מעשה? איז ער א שווינדלער אדער נישט? אויב שיקט ער מיר נישט קיין באווייז אויף זיין אידענטיפיקציע, זאל איך גיין צו די פאליציי?
שלום_זכר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:29 am
געפינט זיך: דא
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך שלום_זכר » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 6:17 pm

דאס בילד וואס איך האב געכאפט אין דער באן סטאנציע:
בייגעלייגטע פיילס
6.JPG
6.JPG (55.64 KiB) געזען געווארן 2799 מאל
שלום_זכר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:29 am
געפינט זיך: דא
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 6:24 pm

זאג 80 מאל קדיש.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8491 מאל

הודעהדורך שלום_זכר » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 6:30 pm

מיינסט צו זאגן אז דו האלטסט אז ער איז א שווינדלער?
שלום_זכר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:29 am
געפינט זיך: דא
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 6:32 pm

יא
יענער פלעגט זיך דרייען אין בארא פארק פאר א תקופה.
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8491 מאל

הודעהדורך היימישער ליטוואק » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 6:33 pm

שלום עליכם ש"ז.
דער לייק (דוכט זיך דיין ערשטער!) באקומסטו אלס אויסדרוק פון רחמנות. (נאר מיין טאטע איז א ליטוואק, מיין מוטער איז א היימישע. האב איך אביסל מיטגעפיהל אויך...).
איך מיין אז דו דארפסט טוישן דעם טון וואס דו זאגסט אים. סטראשע אים נישט, זאג אים אז דו מוזט אויסגפונען ווער ער איז דערפאר וועסטו קודם גיין צן קאמיוניטי סייטס און פוסטן זיין פיקטשיר אזוי ארום אויסגעפונן ווער ער איז באמת.
דאס מיין איך וועט זיין אסאך מער ווירקזאם ווי גיין צו פאליציי אדער סטראשען צו גיין.

בד"וו, וואס איז דיין אנדערע ניק?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1659
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 6:26 pm
האט שוין געלייקט: 1668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1182 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 6:44 pm

איך האב אויך געטראכט דאס זעלביגע.
זאג אים אז דו גייסט לייגן זיין בילד אין אלע היימישע אויסגאבעס - אן א פארדעקטן פנים - און מגלה פרצופו זיין ברבים אז דער עולם זאל וויסן זיך אכטונג צו געבן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15138
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17861 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18149 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 7:29 pm

דיין מעשה דערמאנט מיך פון די מעשה איך האב געהאט.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 34#p143134
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4860
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9828 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9487 מאל

הודעהדורך שלום_זכר » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 7:58 pm

א דאנק פאר די רעאקציעס.

עס קוקט אויס אז דער עולם איז דערווייל איינשטימיג אז ער איז א שווינדלער. זעט איינער א צד אז אפשר איז ער נישט קיין שווינדלער?
די סברא אז ער איז נישט קיין שווינדלער איז בעיקר די צוויי פראגעס:
1) פארוואס האט ער מיר געגעבן זיין עכטן טעלעפאן נומער.
2) פארוואס זאל א שווינדלער מסכים זיין זיך צו לאזן פאטאגראפירן פאר נארישע $80?
שלום_זכר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:29 am
געפינט זיך: דא
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך אליצפן » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:05 pm

איך האלט אז ס'איז זייער מעגליך ער איז נישט קיין שווינדלער, נאר ענדערש א נעבעכ'דיגע ארימע איד וואס קען נעבעך נישט אויסקראצן קיין 80 דאלאר דיך צו באצאלן.

בכלל ווייס איך נישט צו גיין צו דער פאליציי וועט אסאך אויפטון, זיי וועלן לכאורה גארנישט טון דערוועגן. אויסער עפענען א פייל און עס לייגן אונטער אלע ריפארטס פון מערדערייען, קידנעפינגס און רעיפס.
ענדערש טוה וואס דער עולם האט דא גע'עצה'ט, סטראשע אים מיט גילוי אויף א מאסיווע פארנעם.
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:10 pm

יענער (אדער א צווייטער ענליכער גנב) גייט שוין אן יארן ,מיר האט ער באשווינדעלט מיט א צוואנציגער א גוטע פאר יאר צוריק.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2557 מאל

הודעהדורך שלום_זכר » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:13 pm

וואלסט אים דערקענט אויב איך שיק דיר זיין בילד?
שלום_זכר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:29 am
געפינט זיך: דא
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך שלום_זכר » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:15 pm

אליצפן האט געשריבן:איך האלט אז ס'איז זייער מעגליך ער איז נישט קיין שווינדלער, נאר ענדערש א נעבעכ'דיגע ארימע איד וואס קען נעבעך נישט אויסקראצן קיין 80 דאלאר דיך צו באצאלן.

אויב איז דאס טאקע דער פאל דארף ער נישט צו האבן קיין פראבלעם מיר צו שיקן א קאפיע פון זיין דרייווערס לייסענס.
שלום_זכר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:29 am
געפינט זיך: דא
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:20 pm

איך האב עם געזעהן מיט יארן צוריק פונקט ווי דיר אין איילענישט פרייטיג נאכמיטאג נאכן אפזיצן מיט א קרוב אין שפיטאל אין מאנהעטן ,דארט איז געווען די מעשה אז ער דארף אנקומען אהיים צו לאנג איילענד. מיין טאטע האט מיר דעמאלטס געזאגט אז יענער באשווינדעלט שוין אזוי אסאך מענטשן וועכענטליך.

איך קען דיר נישט גאראנטירן אז איך גיי עם דערקענן אבער עס שאדט נישט צו פראבירען. דאס איז אמאל זיכער אז דו גייסט קיינמאל נישט צוריקזעהן דיין 80 טאלער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2557 מאל

הודעהדורך גאלד » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm

גם אני בחלומי, פאריאר זומער, אויך ערב שבת סמוך לכניסת שבת, זיץ איך מיר געמיטלעך אין מיין קאר פאר א לייט, דאכצעך ס'געווען ביי 18'טע עוו. און קאני-איילענד עוו, סדא דארט א געז סטעישן, פלוצליג קלאפט א אידישער מענטש אויף די טיר פון מיין קאר, און נעמט זיך וויינען בתחתנונים, אז זיין קאר שטייט דא סטאק, ער ווייזט מיר אן אויף א אלטע גרינע זשעלאפע וואסי דארט געשטאנען אויסגעלאשסן פאר א געז פאמפ, ער מוז אהיימפארן אויף שבת קיין פילעדעלפיע, ואין בידו לפורטה אפי' שוה פרוטה, פאר א מינוט האב איך געקלערט אפשר איז ער טאקע א איד בעת צרה, וויזוי קען איך דען זאגן ניין, איך הייב איהם צו געבן אלע סארט אפפערס נאר נישט געלט, אבער אלס האט ער געהאט א אויסרייד אז ער מוז דייקא קעש $100, אזוי ווי ער זעהט ווי איך קווענקל, פארציילט ער מיר אז זיין ווייב זיצט אליין אינדערהיים אין פילעדעלפיע מיט פיצלעך קינדער, זי שוואנגערט צווילינגס און זי איז ממש due עני מינוט, דא האב איך קלאר געזען אז דער מענטש אז א פאלנער שוואונדלער, איך זאג איימסארי איי קענט העלפ יו גוט שבת,
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2120
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

הודעהדורך שלום_זכר » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:44 pm

איינער ווייסט אויב שומרים קען זיין בייהילפיג?
שלום_זכר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:29 am
געפינט זיך: דא
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך שלום_זכר » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:45 pm

איך אויך האט געשריבן: דאס איז אמאל זיכער אז דו גייסט קיינמאל נישט צוריקזעהן דיין 80 טאלער.

מיין ציל איז יעצט מער אים אפצושטעלן ווי צוריק זען מיין געלט.
שלום_זכר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:29 am
געפינט זיך: דא
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:46 pm

יא די מעשה מיט די קאר אין די טאו-פאונד האב איך שוין געהערט פון אנדערע אויך.

אויב דאס איז דיין ציל בין איך דיר מתיר צו שטעלן זיין בילד בלי שום פקפוק.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2557 מאל

הודעהדורך גרוש » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:49 pm

לייג ארויס זיין בילד, זאל יעדר וויסן פון וועם זיך צו וואטשען
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 291
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך שלום_זכר » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:51 pm

איינער ווייסט ווי אזוי מ'קען אויסגעפינען ווער עס וואוינט אויף א געוויסן אדרעס? אדער דעם נאמען אונטער א סעלפאן נומער?
שלום_זכר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:29 am
געפינט זיך: דא
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:53 pm

וואס פאלט דיר איין ער האט דיר געגעבן זיין ריכטיגע אדרעס?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5644
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7731 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2557 מאל

הודעהדורך שלום_זכר » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 9:03 pm

איך געב אים נאך די בענעפיט אוו די דאוט. איך וויל זען ווער עס וואוינט אויף דעם אדרעס וואס ער האט מיר געגעבן. איך וויל זיין זיכער אז ער האט מיר געזאגט ליגנט.
(דער טעלעפאן נומער וואס ער האט מיר געגעבן איז דאך געווען ריכטיג.)
שלום_זכר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 12:29 am
געפינט זיך: דא
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 107 מאל

הודעהדורך רויטע וואנצעס » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 9:13 pm

שלום_זכר האט געשריבן:א דאנק פאר די רעאקציעס.

עס קוקט אויס אז דער עולם איז דערווייל איינשטימיג אז ער איז א שווינדלער. זעט איינער א צד אז אפשר איז ער נישט קיין שווינדלער?
די סברא אז ער איז נישט קיין שווינדלער איז בעיקר די צוויי פראגעס:
1) פארוואס האט ער מיר געגעבן זיין עכטן טעלעפאן נומער.
2) פארוואס זאל א שווינדלער מסכים זיין זיך צו לאזן פאטאגראפירן פאר נארישע $80?


א שווינדלער און א חכם שטייט נישט אלעמאל איין אין דעם זעלבן שטאל.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4860
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 9828 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9487 מאל

הודעהדורך בעל הבית » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 9:23 pm

קיין גרוסע גביר איז ער זיכער נישט, אין א איד איז ער דאך,

אפשר דארף מען עם לאזן מאכן פרנסה בכבוד
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 3:26 pm
האט שוין געלייקט: 224 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 198 מאל

הודעהדורך אליצפן » זונטאג נאוועמבער 03, 2013 9:56 pm

אויב איז ער א שווינדלער, האט ער האט דיר מסתמא געגעבן א גוגל וואיס נומבער אדער אן אנדערע פרייע נאמבער פון עפעס א עפפ וואס לאזט רופן פאר בחנם. נישטא קיין וועג צו נאך גיין א נאמען פון דארט.
אליצפן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 663
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 20, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 733 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 577 מאל

נעקסט

גיי צוריק אחיעזר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 5 געסט