א מעשה מיט $80 - זאל איך גיין צו די פאליציי?

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
שלום_זכר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 46
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 11:29 pm
געפינט זיך: דא
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

א מעשה מיט $80 - זאל איך גיין צו די פאליציי?

שליחה דורך שלום_זכר »

מעשה שהיה כך היה.

א חודש צוריק, פרייטאג פר' נח ארום 4 אזייגער נאכמיטאג, האב איך מיך צוריקגעקערט קיין ברוקלין פון "מאונט סיני" שפיטאל אין מאנהעטן, וואו איך בין געווען באזוכן א חבר. איך בין געפארן אויפ'ן נומער 2 באן ווען אינמיטן קומט צו צו מיר א מענטש וואס האט אויסגעזען ווי א פרומער איד, און פאנגט מיר אן צו דערציילן א מעשה. ער איז אנגעצויגן און ער דערציילט אז זיין קאר איז אוועקגעפירט געווארן דורך די פאליציי (לכאורה צוליב א טראפיק פארלעצונג) און ער דארף יעצט גיין אפנעמען די קאר, און זיך נאך צוריקקערן אהיים קיין וועסטשעסטער נאך פאר שבת.

אבער דא עקא, זיין בערזל איז געבליבן אין זיין קאר, און ער האט נישט גענוג קעש וואס ער דארף כדי ארויסצונעמען דעם קאר. ער דארף האבן $264 צו באצאלן, אבער ער האט נאר 200. איך פרעג אים פארוואס ער קען נישט צאלן מיט קרעדיט קארד, זאגט ער אז זיי נעמען נישט קיין קרעדיט קארדס. ער קען אויך נישט ארויסנעמען פון אן עי-טי-עם מאשין ווייל אלע זיינע קארטלעך זענען געבליבן אין זיין בערזל וואס געפונט זיך אין זיין קאר. ער קען אויך נישט ארויסנעמען קיין געלט פון זיינס א באנק, ווייל דער באנק וואס ער נוצט, "וועסטשעסטער באנק", האט נישט קיין פיליאלע אין מאנהעטן.

עס בלייבט אים נאר איבער איין עצה צו בארגן פון א גוטהארציגן מענטש די $64 וואס ער דארף האבן כדי צו קענען נאך אנקומען אהיים פאר שבת.

איך זאג אים אז איך וואלט אים גערן געבארגט, אבער איך ווייס נישט ווער ער איז, און אזוי ווי עס זענען פאראן אסאך שווינדלער וויל איך נישט ריזיקירן דאס געלט. איך בעט אים אז ער זאל אויפווייזן ווער ער איז – ער זאל מיר ווייזן א דרייווערס לייסענס מיט זיין נאמען, אדער אן אנדערן אפיציעלן דאקומענט. ער זאגט אז צום באדויערן געפונט זיך זיין דרייווערס לייסענס אויך אין זיין בערזל, און ער האט גארנישט אויף זיך.

איך האב מיך שיין אנטשולדיגט פאר אים, און איך האב אים געזאגט אז אן עפעס וואס קען באשטעטיגן ווער ער איז קען איך אים גארנישט בארגן.

איך האב אבער גאר שלעכט געשפירט פאר יענעם, וויסנדיג אז עס איז פאראן א גרויסער שאנס אז ער איז טאקע בעת צרה, און ער ברויך דרינגענד הילף, און איך האב פיבערהאפטיג געטראכט וואס איך קען פארשלאגן.

זאג איך אים, הער זיך איין, איך וועל מיטגיין מיט דיר צום ארט וואו מען נעמט אפ דעם קאר, און איך וועל זען מיט מיינע אייגענע אויגן דעם פראבלעם, און דארטן וועל איך דיר געבן די געלט.

ער זאגט אז כדי צו גיין צו דעם ארט וואו מען נעמט אפ דעם קאר דארף מען אראפגיין פון דעם נומער 2 באן, און כאפן א שאטעל וואס פארט אן אנדערן וועג. גיי איך מיט אים ארויס פון דעם באן, און מיר פאנגען אן צו גיין אויפ'ן וועג צו דעם שאטעל. גייענדיג אזוי פאלט מיר ביי אז עס איז דאך שוין גאר נאנט צו שבת, און צו וואס זאל איך גיין יעצט פארברענגען א שעה אדער מער מיטצוגיין מיט יענעם. למעשה, גייען מיר דאך שוין אהין – עס קוקט אויס אז די מעשה איז אמת. זאג איך אים, "הער זיך איין, איך וועל דיר געבן די $64, אבער איך וועל מאכן א בילד פון דיר. אויב איך באקום נישט פון דיר דאס געלט צוריק ביז א וואך, וועל איך אננעמען אז דו האסט מיך באשווינדלט, און איך וועל גיין צו דיר פאליציי מיט דיין בילד."

ער קווענקלט, אבער איז מסכים. איך כאפ א בילד פון אים, און איך נעם ארויס מיין בערזל צו געבן דאס געלט. ער זאגט, "געב מיר שוין אביסל מער, זאל זיין $80, אין פאל אז מ'בעט אויך טעקס." איך געב אים $80 און ער גיט מיר זיין נאמען און אדרעס, און ער שרייבט אויף א צעטל בכתב ידו "I owe $80", און חתמ'עט. ער גיט מיר אויך זיין טעלעפאן-נומער, און ער לייגט אריין מיין טעלעפאן נומער און זיין טעלעפאן, און זאגט צו אז ער וועט מיר רופן תיכף נאך שבת צו הערן וואו צו שיקן די צאלונג.

יעצט האלט מען שוין א חודש נאך די מעשה, און ער האט מיר נאכנישט באצאלט. עס איז טאקע נאר אכציג דאלאר, אבער איך וועל נישט לאזן אז א מענטש זאל שפילן אויף מיינע געפילן און מיך באשווינדלען. ועוד, אויב איז ער א שווינדלער, וועל איך טון כל מה שבידי אז ער זאל נישט באשווינדלען נאך מענטשן. אבער איז ער א שווינדלער?

פאלגנד איז די השתלשלות הדברים:

איך האב גארנישט געהערט פון אים נאך שבת. סוף וואך, דאנערשטאג פר' לך לך, האב איך אים אנגערופן, און איך האב געלאזט א מעסעדזש ווער איך בין, און אז ער דארף מיר באצאלן. ער האט מיר תיכף צוריקגערופן, און געזאגט אז איך זאל אים טעקסטן מיין אדרעס, און ער וועט עס תיכף ארויסשיקן. איך האב אים געזאגט אז ער זאל עס ארויסשיקן "נאך היינט," און ער האט געזאגט אז ער וועט עס ארויסשיקן פרייטאג גלייך אינדערפרי.

א וואך שפעטער, פרייטאג פר' וירא, האב איך אים געשיקט א טעקסט:
It’s over a week since I sent you my address, and I didn’t get yet anything.

ער האט גארנישט רעאגירט. דריי טעג שפעטער, מאנטאג פר' חיי שרה, האב איך אים אנגערופן, און געלאזט א מעסעדזש. ער האט מיר גלייך דערנאך געטעקסט:
I will take care of it my apologies

איך האב אים געענטפערט:
This is unacceptable. Please mail it immediately.

א וואך שפעטער, מאנטאג פר' תולדות, האב איך אים געשריבן דעם פאלגנדן טעקסט:
It’s been another week and I don’t have the money yet. If I don’t get it this week I will view this as a scam, and I’ll go to the police with your picture.

ער האט גארנישט רעאגירט.

אין לויף פון דער וואך האב איך פרובירט צו סוירטשן זיין נאמען און זיין אדרעס, און נישט געטראפן קיין שום אנדייטונג אז אזא מענטש עקזיסטירט אין וועסטשעסטער בכלל.

פיר טעג שפעטער, פארגאנגענעם פרייטאג, האב איך אים געשריבן:
In absence of your response, and since I wasn’t able to find information about you online, I will be going to the police with your photo on Monday, Nov. 4.

ער האט געענטפערט:
What is your problem? Iv been having some difficulties a string of bad luck re:car gets towed re:car breakes down 6 days later i appreciate the mitsva u did
And as soon as i can i will send u the money but dont threathen me there is no need for that have a good shabos

איך האב געענטפערט:
For all I know, you may be “making a living” by scamming people on the street. I have an obligation to stop it if this is indeed the case.

ער האט רעאגירט:
Ur so jaded its really sad

איך האב געענטפערט:
1.JPG
1.JPG (23 KiB) געזען געווארן 3885 מאל


היינט זונטאג האב איך אים ווידעראמאל געשיקט א דערמאנונג אז ער האט א ברירה צו באשטעטיגן אז ער איז טאקע ווער ער זאגט אז ער איז כדי איך זאל זיך אפהאלטן פון גיין צו די פאליציי, און מיר האבן געהאט א ווערטער אויסטויש.
2.JPG
2.JPG (42.67 KiB) געזען געווארן 3885 מאל


3.JPG
3.JPG (51.24 KiB) געזען געווארן 3885 מאל


4.JPG
4.JPG (42.28 KiB) געזען געווארן 3885 מאל

עס איז שוין דורך בערך דריי-פערטל שעה זינט דעם לעצטן מעסעדזש, און ער האט נאך נישט געענטפערט.

וואס האלט דער עולם איבער די מעשה? איז ער א שווינדלער אדער נישט? אויב שיקט ער מיר נישט קיין באווייז אויף זיין אידענטיפיקציע, זאל איך גיין צו די פאליציי?

דער אשכול פארמאגט 96 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר