דורך פאליטיקאנט » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2020 8:57 pm
די ערשטע מאל איך האב אינוועסטירט אין קריפטא, איז געווען אריבער 5 יאר צוריק - יא, נאך פאר די גרויסע קריפטא באאם פון 2017 - איך האב דורכגעטאן בלאקטשעין טעכנאלאגיע, און די געדאנק פון א אומאפהענגיקע וואלוטע (decentralized currency), עס מאכט שטארק סענס און איך בין א הייסע אנהענגער דערפון.
דעמאלט האב איך אריינגעלייגט אין קוינס וועלכע איך האב געהאלטן גייען איבערנעמען און באמת ווערן א וואלוטע, אלע קריפטא אין וואס איך האב אינוועסטירט האבן געברענגט עפעס ניי צום טיש, צו בעסערע / שנעלערע טעכנאלאגיע, צו א פרישע געדאנק (איך בין געווען פון די פריע אינוועסטארס אין ADA, XLM, DOGE, XRP און נאך), געהערט האב איך ווארען באפעט'ס קאממענטס איבער דעם (ראט סם), אבער איך האב געהאלטן ער איז צו אלט און אז דשעימי דימאן די סי אי או פון טשעיס (וועלכע האט זיך אויסגעדרוקט פאזיטיוו איבער דעם) פארשטייט בעסער צו היינטיגע רעיונות...
למעשה נאכן ליינען מער פון אלע זייטן האב איך זיך צוביסלעך אפגעשאקלט דערפון און ארויסגעצויגן רוב ניכר פון מיין געלט (בהפסד מרובה... און דאס שוין נאכן זיין פאר א שטיק צייט מיט איבער טויזענט פראצענט רווח!) די געדאנק פון אן אומאפהענגיקער אומקאנטראלירטע וואלוטע האלט איך נאך יא גאר שטארק, אבער פון די אלע קריפטא האלט איך נישט אלס אן אינוועסטמענט בעיקר וועגן די חשבון:
אנדערש ווי סטאקס וועלכע האט א קאמפעני אונטער זיך, און יעדע 'שעיר' איז א חלק שותפות אינעם געשעפט, איז די גאנצע ווערט פון קריפטא נאר ווייל אסאך מענטשן האבן באשלאסן אז דאס איז ווערט (אזויווי די דאלאר), איז היות עס איז דא מער ווי איין קריפטא וואלוטע, איז נישטא קיין סיבה אז א ספעציפישע וואלוטע זאל ווערן אנגענומען מער ווי די אנדערע, און נייע קענען און וועלן האלטן אין איין צוקומען, איז ווי נאר מענטשן באשליסן אז א צווייטע קריפטא איז 'די זאך', פארלירט די ערשטע איר גאנצע שוויות פשוטו כמשמעו! (אביסל ענליך צו די טוליפ מעניע וועלכע איז פארגעקומען 400 יאר צוריק, הגם דא איז אביסל אנדערש ווייל עס איז נישט א חפץ נאר א געדאנק פון א וואלוטע)
אז מארגן קומט טעלעגראם אדער גוגל ארויס מיט א קריפטא, וועלן זיי איבערנעמען א שיינע חלק פון די אנדערע "אלטקוינס" אין א רגע. - אויב גייט קריפטא אנהייבן ווערן מער באנוצט, גייט דאס פאסירן! עס איז שווער צו זאגן אז די יעצטיגע קוינס וועלן פארבלייבן אין באנוץ דעמאלט.
ועוד וויבאלד רוב פון די קוינס זענען אינגאנצן אומאפהענגיק, קען מען עס נישט אפדעיטן, ממילא איז עס נישט פארזיכערט פון קומענדיגע טעכנאלאגיע (א שטייגער ווי קוואנטום קאמפיוטערס).
לסיכום, מיט אלע שיינע געדאנקען און אידעאלאגיע איז די יעצטיגע קריפטא וועלט נאך אלס בלויזע הייפ און שפעקולאציע, דאס אז ווערט מער אנגענומען ביי אינסטיטוציעס איז ווייטער בלויז שפעקולאציע, און די גאנצע באבל קען צוזאםקראכן יעדע ליאדע מינוט (געוויסע טענה'ן אפילו אז די סיבה פאר די גרויסע קראך צוויי יאר צוריק איז בעיקר געקומען פון פשוטע מענטשן וועלכע האבן ארויסגעצויגן זייערע רווחים פאר טענקסגיווינג, פשוט ווייל זיי האבן געדארפט די געלט).