ביטקוינס Bitcoin

הילף, עצות און טיפס

ביטקוינס Bitcoin

הודעהדורך אבטולמוס » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:32 pm

דער אינטערנעט נעמט היינט איבער די וועלט, און מענטשן פארברענגען כמעט מער אין דער ווירטואלער וועלט ווי אין רעאליטעט... אויף אינטערנעט פארברענגען מען, מען שמועסט, מען קוקט, מען לייענט, און מען קויפט. איז דאך שוין העכסט צייט אז אויפ'ן אינטערנעט זאל עקזיסטירן אן אייגענע וואלוטע פונקט ווי יעדע מדינה אין דער וועלט. פארוואס זאל מען נאר קענען באצאלן אויף דעם אינטערנעט דורך קרעדיט-קארטלעך און באנק-קאנטעס, פארוואס זאל נישט זיין קיין אפציע צו באצאלן מיט גרינע קעש?

בילד

אט דא קומט אריין "ביטקוין". ביטקוין איז געגרינדעט געווארן אין יאר 2009' און איז א וואלוטע ("קארענסי" בלע"ז) ספעציעל פאר דעם אינטערנעט. מען קען אויפטוישן יעדע וואלוטע אויף ביטקוינס, און מיט דעם קען מען באצאלן אויף דעם אינטערנעט פונקט ווי מען וואלט באצאלט מיט קעש. יעדער מענטש קען האבן א ביטקוין קאנטע און קען פירן דאס געלט צו א צווייטן אן ארויסגעבן זיין אידענטיטעט.

ביטקוין איז שטארק געווען אין די נייעס עטליכע וואכן צוריק ווען עס איז אפגעשפארט געווארן א וועבסייט מיט'ן נאמען "סילק ראוד" וואו מ'האט געקענט קויפן כל ערליי קאנטראבאנד ווי דראגס און וואפן, און די באצאלונגען זענען געגאנגען מיט ביטקוינס.

ווי ביי יעדער וואלוטע, האלט די ווערד פון די ביטקוינס אין איין שטייגן און פאלן. אין דער תקופה פאר "סילק ראוד" איז אפגעשפארט געווארן האט איין ביטקוין געקאסט ארום $250, אבער דער פרייז איז דערנאך געפאלן צו ארום $150. אבער אין די לעצטע וואכן איז די ווערד געשטיגן גאר הויך, ביז צו א קלימאקס אום נאוועמבער 29 ביי $1124.76. אינוועסטירער רעקאמענדירן דערווייל צו אינוועסטירן אין ביטקוינס נאר געלט וואס מ'קען זיך ערלויבן צו פארלירן. די וואלוטע איז נאך זייער האקן, און וואקלט זיך יעדן טאג מיט גרויסע פראצענטן. אין די לעצטע 24 שעה אליין איז עס געפאלן מיט איבער $100, פון $875.

איבער דער צוקונפט זענען פאראן חילוקי דעות. מאנכע זאגן אז דאס איז אן אויפגעבלאזענע איי, און די גאנצע וואלוטע וועט צונויפפאלן און גארנישט ווערד זיין, ווידער אנדערע האלטן אז דאס איז דער צוקונפט, און עווענטועל וועט דאס מעגליך איבערנעמען רוב דידזשיטאלע פינאנציעלע טראנזאקציעס.
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10707 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:37 pm

דער ווערד פון א ביטקוין אין לויף פון יאר 2013. אנפאנג יאר האט זיך איין ביטקוין פארקויפט פאר ארום $13.
בייגעלייגטע פיילס
Bitcoin.JPG
Bitcoin.JPG (33.73 KiB) געזען געווארן 12793 מאל
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10707 מאל

הודעהדורך חד גדיא » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 6:59 pm

זייער שיין ראובן.
ווי אזוי לאזט די רעגירונג צו אזא קארענסי? איז עס נישט א פראבלעם אז מ'קען דורך דעם קויפן אויף די שווארצע מארקעט, אזוי ווי ס'איז טאקע געוועהן ביי סילק ראוד?
(אגב שוין צייט צו עפענען א ביזנעס אפטיילונג אויף ק"ש. און דאס דארטן אריינשטעלן)
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 673
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 703 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 446 מאל

הודעהדורך גנדי » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 7:05 pm

אויב בין איך א פולקאמער חסידישער וויליאמסבורגער איד מיט פ"ס, שמונה בגדים און וויך.... קען איך ארויסנעמן מיין געלט פון די גמ"ח און אריינלייגן אין ביט-קאון?
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1475 מאל

הודעהדורך diff » מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 10:18 pm

הֵילִיכִי אֶת הַיֶּלֶד הַזֶּה וְהֵינִקִהוּ לִי וַאֲנִי אֶתֵּן אֶת שְׂכָרֵךְ
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 306 מאל

הודעהדורך איך אויך » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 12:06 am

א סאקער ווערט געבוירן יעדע מינוט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6070
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2913 מאל

הודעהדורך מומחה » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:09 pm

מומחה
 

הודעהדורך גנדי » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:43 pm

אמת'דיג גערעדט, איך פרעג להלכה ולמעשה.

קען איינער וואס האט פוד סטעמפס, מעדיקעיד און WIC האלטן אפאר טויזענט דאלאר אין BITCOINS?
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1475 מאל

הודעהדורך מ גפני » דינסטאג דעצעמבער 17, 2013 4:50 pm

how come ך'האב נאכנישט געזען אויף קיין איין וועבסייט אן אפשען צו באצאלן מיט דעם?
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 473 מאל

הודעהדורך ראשעקאל » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 10:18 am

Bitcoin איז אין FREE FALL.
עס האלט שוין ביי 550 נאכדעם וואס טשיינע האט מחליט געוועהן אונטערצושטעלען פיסלעך
וואס פארט איבער די גאנצע וועלט אבער בלייבט אין איין ווינקעל?
א פאוסטעזש סטעמפ!!
באניצער אוואטאר
ראשעקאל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6105
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 11:12 pm
האט שוין געלייקט: 7976 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5464 מאל

הודעהדורך גנדי » מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 11:08 am

לוינט זיך יעצט צו קויפן?
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1475 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » דאנערשטאג דעצעמבער 19, 2013 9:55 pm

גנדי האט געשריבן:לוינט זיך יעצט צו קויפן?

ווי איך האב שוין געשריבן קען יעדער שפעקולירן, אבער עס איז זיכער א ריזיקאלישער אינוועסטמענט וויבאלד די ווערד וואקלט זיך יעדן טאג, און מען ווייסט נישט מה יולד יום.

ראשעקאל האט געשריבן:Bitcoin איז אין FREE FALL.
עס האלט שוין ביי 550 נאכדעם וואס טשיינע האט מחליט געוועהן אונטערצושטעלען פיסלעך

היינט איז עס צוריק געשטיגן צו ארום $650.

אגב, א ווידעא וואס ערקלערט די סוגיא אין קורצן:
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10707 מאל

הודעהדורך diff » מוצ"ש דעצעמבער 21, 2013 11:12 pm

איך אויך האט געשריבן:א סאקער ווערט געבוירן יעדע מינוט.

Every hour another childless egoist (chazer bl"a) dies to waste
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 306 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג דעצעמבער 22, 2013 8:31 am

What?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6070
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2913 מאל

הודעהדורך פיש כאפער » מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 6:09 pm

ראן פאול טענה׳ט אז דאס וועט אריינגיין אין היסטאריע אלץ די פארניכטער פונעם דאלער.
http://www.moneynews.com/Personal-Finan ... /id/540235
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 2:10 am
האט שוין געלייקט: 233 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 112 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » מאנטאג פעברואר 10, 2014 12:42 pm

ביטקוין טראסקעט היינט נאכדעם וואס עס איז נתגלה געווארן א טעכנישער פראבלעם מיט דעם סיסטעם.
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10707 מאל

הודעהדורך אבטולמוס » זונטאג פעברואר 16, 2014 5:22 pm

און עס טראסקעט ווייטער! ביטקוין איז שוין געפאלן ביז $230.
באניצער אוואטאר
אבטולמוס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 2700
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 3695 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10707 מאל

הודעהדורך גנדי » זונטאג פעברואר 16, 2014 6:09 pm

לוינט זיך יעצט צו קויפען?
You must be the change you want to see in the world
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 12:21 am
האט שוין געלייקט: 2588 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1475 מאל

הודעהדורך איך אויך » זונטאג פעברואר 16, 2014 6:24 pm

איך אויך האט געשריבן:א סאקער ווערט געבוירן יעדע מינוט.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6070
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2913 מאל

הודעהדורך diff » זונטאג פעברואר 16, 2014 9:36 pm

diff האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:א סאקער ווערט געבוירן יעדע מינוט.

Every hour another childless egoist (chazer bl"a) dies to waste
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 306 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 10, 2014 10:55 am

דער ביטקוין איז געגאנגען פייפן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15760
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 19112 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19595 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג מערץ 10, 2014 6:07 pm

ווער זאגט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6070
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2913 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 10, 2014 11:00 pm

אלל אווער די ניוז.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15760
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 19112 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19595 מאל

הודעהדורך איך אויך » מאנטאג מערץ 10, 2014 11:15 pm

גוגל ווייסט נישט דערפון, קענסט אפשר לינקן?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6070
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8931 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2913 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג מערץ 10, 2014 11:19 pm

ערשטע לינק אויף גוגל
http://www.wired.com/wiredenterprise/2014/03/gox-texas/
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
 
הודעות: 15760
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 19112 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19595 מאל

נעקסט

גיי צוריק אחיעזר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט