יעדע העדש פאנד ארבעט אנדערש.הוגה האט געשריבן:[justify]פאליטיקאנט האט געשריבן:יא, העדש פאנדס נוצן עס. א ריזיגע פראצענט פון טרעידס אין סטאקס און נאכמער אין קריפטא ווערט געטוען דורך 'אלגאריטעמס' (קאמפיוטער פראגראמען).
ביסט זיכער מיט וואס דו זאגסט? לויט ווי איך פארשטיי זענען די החלטות צו קויפן/פארקויפן געמאכט דורך מענטשן, אפשר פארלאזן זיי זיך אויך אויף געוויסע מאדעלס וואס זייערע אלגאריטמס צייגן זיי אבער דאס קויפן/פארקויפן מאכן מענטשן. די טעכנאלאגישע אויבערהאנט וואס העדש פאנדס און בראקערידזש הייזער האבן איז קאמפיוטערס וואס ארבייטן גאר שנעל, און דער איבעריגע מילי-סעקונדע איז וואס גיבט זיי די אויבערהאנט.
.[/justify]
נישט די גאנצע ווערט געטוען בלויז דורך קאמפיוטערס, אוואדי מאכן גרויסע חכמים אפ שווערע החלטות, בעיקר אויף שארט טערם דירעקציע (למשל אז יעצט איז געקומען די צייט צו אגרעסיוו שארטן די מארקעט אדער א געוויסע סטאק און אזוי אראפברענגען די סטאק) געבויעט אויף "מארקעט סענטימענט", אדער מער לענגערע אינוועסטמענטס געבויעט אויף פונדאמענטאל אנאליסיס, חוץ פון דעם האבן זיי אויך היי פריקווענסי טרעדינג וואס די עיקר פון דעם איז צו כאפן די "ספרעד" פון א סטאק און אזוי מאכן אפאר פיאסטער (נאר געוויסע העדש פאנד / מארקעט מעיקערס טוען דעס).
דערנאך איז דא א חלק פון די געלט אדער די גאנצע געלט וואס איז 'גע'מענעדשד' דורך אלגאריטמען, עס זענען דא אלגאריטמען וואס זענען טרענירט צו טרעידן בלויז אויף טעקניקעל טשארטס (און א קליין חלק געלט ליגט דארט) און עס זענען דא מער קאמפליצירטע וואס נעמען אין חשבון הונדערטע פאקטארן, למשל זיי מאניטערן געוויסע טוויטער אקאונטס, העדליינס פון נייעס, סאשעל מידיא 'סענטימענט', וואליום, (און סאך מער, אבער דאס איז אן אריכות).
למשל א קאמפאני קען באריכטן אומגעראכטענע הויעכע רעוועניו אבער אביסל ווייניגער ערנינגס צוליב אן איינמאליגע עקספענס - פאר א שנעל וואקסענדע (Growth) קאמפאני איז דאס גאר גוטע נייעס, אבער אלגאריטמס קענען דאס אויסטייטשן שלעכט (מיססד עקספעקטעישענס) און די קאמפאני וועט טראסקענען די קומענדיגע טאג....
כבר היה אז אלגאריטמס האבן געקראכט א סטאק אדער די מארקעט, אין 2010 איז געווען א 'פלעש קרעש' פון 35 מינוט וואס האט אראפגעברענגט די 'דאו' 1000 פוינטס בלויז פון אן אלגאריטם מיסטעיק.
https://en.m.wikipedia.org/wiki/2010_flash_crash