וואס טוט מען מיט א קינד וואס וויל גלעזער?

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

וואס טוט מען מיט א קינד וואס וויל גלעזער?

שליחה דורך אפטעמיסט »

קינדער זענען געווענליך זייער זיס, און איך בין מדגיש "געווענליך". יא, מיינע קינדער זענען מיין לעבן און כ'וואלט זיי נישט אויפגעגעבן פאר כל חללי דעלמא. איך האב זיי ליב אהבת נפש און כ'לאז מיך אראפ צו זיי, און טו פאר זיי יותר מכפי יכולתי. איך עס מיט זיי, שפיל מיט זיי, לערן מיט זיי און קוק מיט זיי ווידיאוס און YouTube. איך וואלט געשפרינגן אין פייער פאר זיי.
אבער, נעווער מיינד, קינדער קענען אמאל שטיין אויף די געהירן אויך.
במשך די יארן האב איך מיך שוין צוגעוואוינט צו זיך אן עצה געבן מיט כלערליי פראבלעמן און דילעמעס. זיין אויף נעכט, ברענגן וואסער צו מיין דארשטיקע אינגעל'ס בעט, לויפן מיטן קינד אין בית הכבוד באישון ליל צו פארמיידן א נהר פרת, און די ליסטע גייט אן.
די לעצטע וואך האב איך אבער א פראבלעם וואס איך קען מיך נישט ספראוונען מיט און איך זעה נישט קיין וועג ארויס.
שוין א לענגערע צייט וואס מיין זין פארדרייט מיר א קאפ אז ער קען נישט זעהן. געטראגן האב איך אים צו אן אויגן דאקטאר אבער יענער טענה'ט אז פון מיין אינגעלע פעלט גארנישט. מיין זין פאר'עקשן'ט זיך אבער אז ער וואקט אריין אין ביימער.
ער הערט נישט אויף פעיגר'ן אז ער דארף גלעזער און אן דעם קען ער נישט גיין אין חדר, און איך ווייס שוין ממש נישט וואס צו טאן. איך בין שוין געוועהן ביי דריי אויגן דאקטארס און זיי זאגן אז מיין זין, ווי אסאך אנדערע קינדער, וויל פשוט האבן 'טאטע' גלעזער און ער זעהט אבער כאחד האדם. עני עדווייס? (אויסער פעטש).

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר