שם טוב'ס ישיבה

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 800 מאל

שם טוב'ס ישיבה

שליחה דורך shem-tov »

מיטן הילף פונעם בורא, דער קל גדול ונורא טרעט איך אויף אלץ שליח צבור מיט מורא, למען ה' ולמען התורה. ברשות כל הקהל הקדש וויל איך אייך מעלדן אז אנגעהויבן פון פרשת תרומה תשע"ד, פרשת ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם. האט זיך ברייט צועפענט די טויערן פון א "פיקטיווע ישיבה", א ישיבה קטנה'לע דא ביי אונז אין שטיבל. לכתחלה נעמען מיר נאר אן מעמבערס פון קהל קאווע שטיבל אבער קיין ערנסטע דיסקרימינאציע. ויקרא שמו בישראל "שם טוב'ס ישיבה". און די גוטע נייעס איז, אז איר קענט אלע ווערן גלייכע שותפים מיטן פירן די ישיבה און ראטעווען אומצאליגע דורות בעהשי"ת.

בלויז שווערע קעיסעס.
שם טוב'ס ישיבה שטייט ברייט אפן. ס'ווירבעלט מיט בחורים. מען קומט אריין אין שטיבל מען כאפט א בליק אריין אין "אחיעזר" ממש א קליינער שפאלט און מען טרעפט אן אויסנאם פון א ישיבה. מיר נעמען נאר אן גאר שוואכע בחורים, טאקע די סארט וואס אנדערע ישיבות ווארפן זיך ארום מיט זיי צוליב זייער שלעכטע התנהגות. אבער געוואלד און געשריגן, זיי זענען דאך דעם אייבערשטנ'ס קינדער! איינער מוז זיי העלפן. מיר האבן תלמידים וואס דרייען זיך שוין אין די גאסן פון די 21 יאר, עטליכע וואס זענען דייאגנאוזט מיט עי. די. עיטש. די. רוב דא האלטן נישט ביים פאלגן קיין מלה אחת וואס דו זאגסט, בלויז ווייל ער מוז טאן אלעס פארקערט ווי דו הייסט. (עכ"פ אזוי זעהט עס אויס). אויך האבן מיר אזעלכע וואס האלטן באמת אז זיי מוזן נעמען א דשוינט רח"ל כדי אדורכצושטופן זייער שווערן לעבן... מ'זאגט אויף זיי השחתה. אינטערנעט. פארדארבן. מיר האבן א קלאס פון ערנסטע טראבל מעיקערס וואס די מנהלים און מלמדים האבן געציטערט אימת מות בלויז פון זייער שאטן. מילא אין פובליק סקול וואלטן זיי שוין לאנג געווען אויף ריטעלין. אבער ביי אונז האט מען עס נאכנישט אזוי איינגעפירט ב"ה. לגבי אמונה בה' איז שווער צו זאגן צו ער איז א מאמין פשוט ווייל ער ווייסט נאך אפי' נישט פון וואס דו רעדסט. דאורייתא, דרבנן, א מנהג טוב ביי אים איז עס איין לאקשען קוגעל. די אלע האט מען אריינגעשטעלט אין איין כתה.

וואס וויל איך דא
לאמיתו של דבר. איך עפן א אשכול ווי איך גיי שמועסן בעניני חינוך, ובפרט פון שווערע קינדער און פון שווערע שטובער, ובה נכלל תיקון המדות ואמונה בה' ובתורתו הק'. עס הערשט היינט א שרעקליכע צוטומעלניש אין די וויכטיגע נושא. ס'טוט זיך או. טי. די. דראגס. יונגע קינדער דרייען זיך אויף די גאסן, אינטערנעט. מחוצפים. מען בלעימט די גאנצע שטאט. מענטשן שפירן אז ס'איז עק וועלט. טאג-טעגליך הער איך פון מענטשן, בחורים, עלטערן, מנהלים זיי שרייען מיט ווייטאג אז ממש קיינער פארשטייט זיי נישט, איך קען מיט אים נישט ארבעטן, ער צאפט מיר דאס בלוט, למשל. א טאטע וואס האלט זיך פאר א נארמאלער מענטש ווייט פון א פרומער קומט אהיים און זעהט אז זיין זוהן האט אים שוין ווייטער פארראטן, כל אחד לפי השגתו. פון א קליינער קאפל, אפשניידן די פאות, געטוישט די לבוש, מלא חוצפה ועזות ביז צו הארבע ענינים רח"ל, ער ווערט כעס'יג, ער פארשטייט עס נישט, ער נעמט זיך שרייען און פארפירן מיט באנומענע קולות, דו הרג'סט מיך. דו שגץ, רשע מרושע, אזויפיל האב איך פאר דיר געטאן דאס טוסטו מיר צוריק, איך זינק פאר בושה איך שעם זיך ארויסצוגיין פון שטוב. גיי ארויס פון מיין הויז. ניין בלייב דא. די מאמע שטייט אין די זייט און וויינט. אזוי גייט עס בעק-און-פארט, מען דערזעהט זיך אויף אן אומאויסגעטרעטן וועג. אדער דער ראש ישיבה זעהט דעם בחור והנה עודך, נאך עפעס א שטיקל אפגעטאן דווקא איבערצוציען דעם שטריקל. ער פלאצט אוועק ער קען מער נישט אזוי אנגיין. דער קינד ווערט אביסל צובראכן אבער למעשה גייט אים בכלל נישט אן דעם טאטענס ווייטאג. די קשיא איז פארוואס. פארוואס. פארוואס פארשטייט ער נישט דעם טאטן דעם מחנך, וואס פעלט דא, פארוואס האט דער טאטע נישט קיין שפראך צו אים און ווי אזוי מאכט מען אז דער טאטע און דאס קינד זאלן זיין אויף די זעלבע פעידזש? דאס איז מיין ציל. דא איז דער שאלות ותשובות בלעטל בעניני חינוך.

מאין יבא עזרי
אמאל איז דא א טאטע וואס פארמאגט 9 געלונגענע קינדער, שעפט זיך אן מיט הויפענעס פון נחת, און פלוצלינג געט אים דער אייבערשטער א ריק אריין א בחור'ל א קל שבקלים א דווקא'ניאק, עפעס א מין צרה-לייט, און דער טאטע גייט בענענעס. ער טרעפט נישט קיין אויסגעטרעטענע וועג, קיין עמערדשענסי רום, קיין המספיק אינטעיק צו רופן, קיין רפואה העלפ-ליין. מען צווינגט אים צו דינגען פרייוועט מלמדים, מען ווארפט ארויס, מען שיקט צו קליינע בעיביסיטינג ישיבות, למעשה איז נישטא קיין ממשות'דיגע זאך צו טרעפן. אבער זיך אויפעסן דאס געזונט איז זיכער נישט קיין אפשען. און גלייבט מיר פון עקספיריענס, מענטשן עסן זיך אויף דאס געזונט לעבעדיגערהייט ה"י. פשוט ווייל מען איז שטארק אומגעלערנט אין די נושא.

שטובער גייען צוגרונד
רבותי דער פראבלעם איז זייער גרויס. טאטעס, מאמעס, מחנכים וואס גייען אדורך אזא הארץ-עסעניש ווערן אינגאנצן נשתנה. פארוואס האט מיר דער רבש"ע געגעבן אזא פראבלעם. טאטע אין הימל וויאזוי עסט מען דאס. פונקט מיר שיקסטו אזא נסיון, עס דרעינט אראפ עד למטה. מען לויפט פון איין עקספערט צום צווייטן, סייקאלעדשיסט, מען הערט שעורים, מען גייט צו ערליכע יודן, קברי צדיקים, קברי אבות, מען וויינט זיך אויס, מען האלט אין איין טוישן סטרעטעדשי. איינער זאגט גיב אלעס נאך; א צווייטער זאגט ח"ו וועסט נאר ערגער מאכן, האלט דיך שטארק; א דריטער שרייט דו ביסט דיר אליינס שולדיג ווייל כ'האב דיך שוין יארן צוריק געשריגן דאס און יענץ; א פערטער זאגט אז שולדיג זענען די מלמדים, רבנים, און די מוסדות. מען וויל בלעימען וועמען מען קען נאר, היטלער'ן ימ"ש, אפשר א מאלעסטער, א שלעכטער חבר, עניבאדי. צו דעם קומט נאך צו הייסע יודישע טרערן וואס מען טוט זיך אויסוויינען פארן הייליגען באשעפער. אוי דער הייליגער תהלים, פרק שירה אלע מיני סגולות, מען געבט צדקה מען צינדט ליכט, מען ווייסט זיך נישט ווי אהין צו טאן.

צובראכענע הערצער
די נסיונות ענדיגן זיך נישט. צומאל קומט עס מיט א טייערע פרייז נעבעך אויף די אייגענע שלום בית און אויף די חינוך פון די אנדערע קינדער. די קינדער זעהען אז דער טראבעל מעיקער באקומט מער אטענשאן, ס'ערוועקט קנאה. דא קומט א חכם און איז מסביר פארן טאטן אז דאס קינד פארדארבט די אנדערע קינדער ממילא מוז ער אים זאפארט אוועקשיקן פון שטוב. אבער דאס הארץ לאזט נישט. די מאמע שרייט איך קען עס נישט טאן, מיין קינד מיין נשמה'לע וואס דער אייבערשטער האט מיר געגעבן. דער טאטע שרייט אז דער קליינער מאכט חרוב, זיין מגי"ש זאגט אז ער האט מער נישט קיין ברעקל יראת שמים. דער בחור אליינס סטראשעט אויב שיקט מען מיך אוועק ווער איך א גוי גמור. ער איז פארביטערט און פארקלעמט ווייל קיינער פארשטייט אים נישט. ס'איז זייער א סעד סיטיועישאן.

וואו זענען די מנהיגים
צייט גייט פארביי, אויב טוט מען נישט תיכף א שידוך בלייבט אלעס ביים אלטן. דער בחור בלאנדשעט ארום ס'איז אים חושך און צודרייט אין לעבן, ער גלייבט נישט קיינעם מער, ער טראסט נישט קיינעם. די עלטערן באקומען ספיקות אין די אמונה פון זייער חסידות און בכלל אין די קאמיוניטי. ווי איז די עקסעפטענס. זיי שפירן זיך עפעס אראפגעקוקט. מיין קינד האט מען פארשיקט פון מוסד. דאס האט דען דער בעש"ט געמיינט, דאס האבן אונזערע רבי'ס געמיינט מיטן מייסד זיין מוסדות פאר יודישע קינדער. ער טראכט מיט ווייטאג וואס איז דער אמת'ער רצון הבורא. אפשר זאל ער יא גיין אין נחל חרדי אדער אין קאלעדזש. איידער ווי זיך דרייען אויף די גאסן. ווי גייט ער למעשה ווייניגער דערצערענען ה'. ווער זאגט אז קאלעדזש איז שלעכט, ווער מאכט אפ וואס, דער זעלבע רבי וואס האט גארנישט געטאן צו סטאפן מיין צרה. בקיצור דער ראולער-קאסטער דרייט זיך נאן-סטאפ. מען דערזעהט זיך מיט א מכה שלא כתובה בתורה, די צער איז גרויס.

אני הקטן שם טוב
בעזהשי"ת גיימער זיך דא אריינלייגן ראשו ורובו אין די שווערע נושא מקרב צו זיין לבבות ישראל בין אדם לחבירו, בין אב לבנו ובין ישראל לאביהם שבשמים. מיטן גרינדן א פיקטיווע ישיבה "שם טוב'ס ישיבה" דא אויף ק"ש, ספעציעל פאר יודן וואס שלעפן זיך אויף דעם באמפי ראוד. איך גלייב אז אויב א צוקלאפטער פארלוירענער בחור, א טאטע מאמע, א מחנך וועט אויסהערן און גרונטליך אדורכליינען אלעס וואס מיר האבן צו זאגן וועט זיי אלע גרינגער ווערן אויפן הארצן, א בחינה פון עמו אנכי בצרה. פאר די וואס ווייסן נאך נישט, אני 'שם טוב' בין א בעה"ב וואס איז אומדירעקט עוסק אין די סארט חינוך. ראשית בין איך אליינס געווען א געליטענער ואכמ"ל. שנית, דריי איך מיך לעבן גוטע יודן וואס העלפן ארויס אלע מיני בחורים אין אלע מצבים. פערזענליך קען איך אסאך אויפגעראכטענע מענטשן וואס האבן זיך זייער געפלאגט אין די יונגע יארן.

והעיקר, האב איך א ידיד וואס פירט אן מיט אזא ישיבה קטנה פאר אומגעווענליכע בחורים שוין מערערע יארן ממש אינגאנצן לשם שמים. אן קיין כבוד און אן קיין געלט, נאר בזיונות און חובות האט ער. דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די זכי' אז איך העלף אים כסדר ארויס מיט עצות און גוטע פארשלאגן און אויך אביסל פינאנציעלע הילף, כיד ה' הטובה עלינו. איך האלט פונקטליך מיט זייער שווערן וואקעלדיגן מצב. כ'פיל מיך צומאל ווי יתרו ביי די פרשה פון ואתה תחזה מיט מיינע רעיונות, אין איין טאג הער איך מיך צאם מיט אזויפיל חינוך פראגעס וואס יא צו טאן און וואס נישט, צומאל קען איך נישט פארשטיין וויאזוי א נארמאלער מענטש קען טאן אין חינוך. כ'בין געקומען צו די מסקנה אז אין הכי נמי, פארדעם טוט טאקע קיינער נישט פאר די סארט קינדער, חוץ פון די אנדערע ריסקס וואס איז היינט אינוואלווד. להבדיל ביי די גוים רופט מען זיי דראפ-אוטס, מען גיט אינגאנצן אויף. אבער ביי אונז, וויאזוי קען מען פארקוקן אויף א נפש אחת מישראל, א עולם מלא. ווי קען מען מוותר זיין אויף איין סאלדאט אינעם אייבערשטנ'ס מיליטער. ביי אונז קען קיין דראפ-אוט נישט עקזיסטירן, כי לא ידח ממנו נדח. עס אינטערסירט נישט קיינעם צי דער טאטע האט יא געלט אדער נישט, אדער ווען דער טאטע איז צו אראפגעקלאפט זיך צו שטארקן אויף זיינע אייגענע מיטמאכענישן. דער רבש"ע האט זיך זיינע שלוחים בכל דור ודור אריינצובלאזן א פרישקייט אין די עצמות יבשות פון זיין עדה, נישט אלעמאל איז עס פונקטליך א קוקי-קאטער, אבער הצד השווה אז מען גייט אינגאנצן לעשות נחת רוח להבורא יתברך שמו אריינצוברענגען אהבת ה' און אהבת תורה ויראת שמים. מיטן זיך אפגעבן מיט אנדערע טוט מען א גרויסע נחת רוח פארן אייבערשטן און ס'איז אויך א דאנק על כל החסד אשר עשית עמדי. אן קיין פניות און אן קיין אגענדעס, בלויז מתקן צו זיין.

אונזער דרך
מען הייבט אן פונעם אלף, בראשית ברא אלקים את השמים ואת הארץ, ס'איז דא איין באשעפער אויף די וועלט, מלא כל הארץ כבודו. גליקליך און צופרידן זענען מיר צו זיין א חלק פונעם עם הנבחר, יעדע קליינע פעולה וואס דו טוסט לעשות נחת רוח להבוית"ש האסטו דערפרייט קוב"ה... דער באשעפער איז א גוטער באשעפער וואס זוכט בלויז דאס גוטס פון זיינע ברואים און כדי מער צו פארבעסערן אונזער לעבן האט ער אונז געגעבן א מתנה די הייליגע תורה און די תרי"ג מצות... בעיסיק יודישקייט איז דער יסוד, שמע ישראל מיט כוונה עצומה עטליכע מאל א טאג. קבעומ"ש ועול התורה והמצות וועט דיך באפרייען פון אנדערע דאגות... די ישיבה גיט זיך אפ מיט יעדן בחור פריוואט ממש ווי א דיימאנט-שלייפער מיט זיינע דימאנטן... די ישיבה האט נישט קיין זערא טאלערענץ צו גארנישט, פונקט ווי השי"ת האט נישט קיין זערא טאלערענץ צו גארנישט ואפי' על עוברי רצונו אויב טוט מען תשובה... כדי צו ארבעטן אין ישיבה מוז מען האבן אוצרות מיט סבלנות... מען מוז זיין גרייט פאר לאנגזאמע ריזאלטס... מיר האלטן בחורים אין די ישיבה אויף גענוג לאנג ביז זיי ווערן מער נישט קאנסידערט עט-ריסק. סיי ברוחניות ער זאל נישט אויפוואקסן א כופר באלוקי ישראל און פארלירן ביידע וועלטן רח"ל, און אויך בגשמיות ער זאל נישט שפירן אז ער איז דעפרעסט וואס די תוצאות קענען זיין קאטאסראפיש, צו בפועל צו מיט דראגס... יעדער צדיק האט א דרך אין עבדות השם וואס ער האט מקובל עד משה רבינו... מיין פערזענליכער דרך איז כמו שהורה לנו רבינו יואל מסאטמאר זי"ע, אבער מיר ווילן הערן יעדנ'ס מהלך... ווי אזוי האנדעלט מען ביי שווערע מצבים, וואס איז דער פלאן, וואס יא און וואס נישט, דא וועט מען אלעס אויסשמועסן.

גוטע זאכן קומען אן שווער
ביי אונז יודן שומרי תורה ומצות ברויך מען נישט קיין סאך מסביר זיין דעם חילוק צווישן די קינדער וואס הייסן גוט און די נישט גוטע קינדער. א קינד אין חדר, ער הייבט אן צו לערנען, דאווענען, ער פאלגט, פירט זיך בדרך ארץ, ער פרובירט שוין אלץ קליינערהייט צופרידענצושטעלן די געזעלשאפט. אא"וו. וחלופיהן, קיין רוחניות, קיין גשמיות נישט קיין מענטשליכקייט, קיין דאווענען, קיין שכל. גארנישט מיט גארנישט זאגן די מלמדים. באמת אבער, אז מען טראכט אריין און מען וויל באמת העלפן די טייערע קינדער זוכט מען עצות און מען קוקט אויף זיי מיט אזא פארלאנגזאמקייט אז אים גייט נעמען אביסל לענגער ארויסצוקריכן פון דעם 'עיר פרא אדם יולד', און מיר גייען אים העלפן מיט וואס נאר מעגליך. מען קוקט אויפן ביג פיקטשער, מען דארף מער געדולד און אז סוכ"ס וועט ער נאך אויפשטעלן א נארמאלע יודישע שטוב. אבער פאר טאג-טעגליך דארף מען עצות און דאס זוכן מיר.

ואתה תחזה
קיינער קען אבער נישט אליינס. כדי ס'זאל ארויסקומען א דבר שלם ומתוקן - דאס וואס איך האף בעזהשי"ת ארויסצוברענגען מכח אל הפועל - פעלט זיך אויס א כח הרבים. איך אפעליר צום חשובן עולם גולשים, מיטגעמאכטע, עלטערן, מחנכים, און סתם גוטע יודן, ביטע העלפט צו. איך וועל אייך ברענגען גריסן און פראבלעמאטישע שאלות פון פיעלד און צוזאמען וועלן מיר ארבעטן אויף א לעזונג. ותשועה ברוב יועץ. איינער איז באקאנט אין ספרי מוסר, איינער להבדיל איז עוסק אין סעלף-העלפ פראגראמן, איינער הערט דרשות, איינער איז אויף די 21 סטעפס פראגראם, איינער איז א חסיד פון הרב טווערסקי בעל מחבר הידוע, און איינער שעפט אינספירעישאן פון זיין רבי, אלעס איז חשוב ומקובל און און אוודאי איז אייגענע עקספיריענס כנגד כולם.

טייערע פריינד
חברי השטיבל, ובראשם די וואס ספעציעליזירן זיך אין חינוך כל אחד בשמו יאיר. הוגה. איחוד. מאראנצן. בערעלע. הדד. שמעקעדיג. סלינקי. קאווע. ראשעקאל. יענקל. געציל. ליטוואק. בודאפעסט. יואב. טאמבל. דעת תורה. וואנצעס. ברעסלאווער. יואליש ועוד ועוד כולם אהובים כולם ברורים. לאמיר העלפן אנדערע יודן, ס'איז ליידער דא פארווייטאגטע הערצער וואס וואלטן געלעכצט צו הערן עפעס א גוט שטיקל אדווייס פון א גראדע מח. זה בכה וזה בכה. מיינונגען, עקספיריענס גוטע פארשלאגן, מיטן ציל מחי' צו זיין יודישע הערצער און אפראטעווען שיינע יודישע דורות, דער זכות וועט אייך זיכער ביישטיין.

עטליכע דוגמאות:
איך האף אז דער עולם פארשטייט וואס איך רעד דא, אבער כדי אריינצוקומען אביסל קלארער ברענג איך אייך דוגמאות, וואס אויב וועט איר דאס דורכליינען מיט ישוב הדעת וועט איר מער פארשטיין דעם טשאלענדש פון וואס מען רעדט דא. איך ברענג אייך דריי דוגמאות פון דריי טייערע נשמות וואס יעדער פון זיי איז א עולם מלא, ווען דו שמועסט מיט זיי פריוואט וועסטו אליינס נישט גלייבן ווי דו קענסט ביי אים פועל'ן אלעס אויף דער וועלט. אפשר קען ער זיך נעבעך נישט העלפן וואס דעריבער ברויך מען זיך מיט אים שטאטער אפגעבן. ומאידך גיסא איז אבער דער חלק הרע א שטארקער נסיון פאר אים, ס'שטעלט אים שטרויכלונגען אין וועג, ער קען גרינגער אראפפאלן, אויך איז עס א נסיון פאר א טאטע אדער מחנך און אזוי אנטוויקלט זיך א שטורעם. דא שטעל אייך נישט קיין שאלה נאר פשוטע טרוקענע פאקטן.

תלמיד א.
קוקט אויס ווי א נארמאלער דורשניטליכער בחור. מאכט א רושם פון א ערנסטער מענטש. א שכל הישר איבער וועלטליכע ענינים. וועט דיר קיין טובה נישט אפזאגן. ער פארמאגט טאלאנטן. א בא'טעמ'טער שמועסער. קען פיין שפילן און זאגט גוטע ווערטלעך. קומט פון א נארמאלער שטוב מיט זייער פיינע איבערגעגעבענע עלטערן. שארט-טורם קענסטו אים איבערדרייען לטובה מיטן שמועסן פריוואט אפי אין פינעף מינוט. וועט זיך שטארק צוריקהאלטן פון עובר זיין גראבע עבירות אפי' ווען ער איז מיט חברים וועמען ער וויל געפעלן און זיי רופן אים. ומאידך גיסא. ער וויל זיין א באם. ער האלט נישט ביים לערנען, ביים דאווענען. ער שטרעבט אראפצונעמען די פאות און זיין גוט מיט אלע שטריקעס. א שמוציגע מויל פארפעלט נישט אין איין שורה אריינצווארפן דריי מאוס'ע ווערטער. וועט זיך נישט צושטעלן צו גארנישט. זעהט נישט קיין שום עוולה צו נעמען דראגס. מאכט חוזק פון יעדע דבר שבקדושה. פארנעמט נישט צוטראכטן פונעם עתיד. וועט פושען די לימיטס ווי מער, מצער זיין די עלטערען איז ביי אים נישט קיין פראבלעם, קען קיין זמנים נישט האלטן פאר קיין שום פרייז. אריין אין שם טוב'ס ישיבה.

תלמיד ב.
איז א לב טוב שאין כמוהו ווען אימער עמעצער ברויך הילף איז ער דא. ער וויל זיין א פילאט און א ביזנעסמאן, ער קען דיר ארלעדיגן וואס די זאלסט נאר פון אים בעטן. פון וואסערע זאך די זאלסט נאר רעדען וועט ער דיר צוהעלפן מיטן שמועס. געלונגען און קלוג. טראכט אסאך פונעם עתיד ווי א חכם. מען זעהט ווי ער פרובירט צו זיין גוט. קענסט מיט אים רעדען אין אלע ענינים ב"ה א פארשטענדליכער בחור. ומאידך גיסא קען ער נישט קיין עברי די עקפערטן זאגן אז ס'איז א דיסעביליטי, אויך רעדט ער נישט קלאר צוקלאפט און צובראכן פון א צובראכענע שטוב און אן אביוזער פון א טאטע. מיטגעמאכט שרעקליכע סארטן אביוז פון מלמדים. ער שרייט הויעך און לאכט נאך העכער. האט א גרויסער יצה"ר צו קריכען אין שמוץ האט בכלל נישט קיין געפיל צו דאווענען און לערנען. א געבוירענער טשעפעניאק. פליקט אריין פאר יעדן אן א רחמנות. ער איז נעבעך אסאך אדורך אין די יונגע יארן. מען האט אים ארויסגעווארפן ווייל ער טוט מעשים אשר יעשו. נישט געלערנט קיין אות אחת. חדשים לאנג האט ער זיך געדרייט אין די גאסן. זיין טאטע האט נישט געקענט באצאלן פאר די טייערע פריוואטע מלמדים וואס מען האט אים געצווינגען צו נעמען. א צופארענע נשמה. ער חלומ'ט זיך זאכן און פאנטאזירט אז ער פארמאגט שוין ווייסעך וואס. ער קען זיך אנבלאזן אויף גארנישט און פארנישט. כסדר מיזטו אים בארואיגן, אויב ווילסטו אים העלפן, פלוצלינג בוסטו שוין שולדיג אויף אלע זיינע צרות. אריין אין שם טוב'ס ישיבה.

תלמיד ג.
שטיל און איידל טוט ער וואס ער ברויך, זייער רואיג און געלאסן. א געזונטער ארבייטער און זייער טראסטבאר. קיינמאל קיין חוצפה'דיגע רייד. נוצט אויס די פרייע צייט צו שפילן מיט זיינע כלי זמר. וועט דיר נישט אפזאגן צו טאן וואס דו זאלסט אים נאר בעטן. קען פיין דאווענען און לערנען. האט אין זיך דעם אריגינעלן אריינגעבויטע יראת שמים. וועט קיין איסורים נישט עובר זיין און נישט חילול שבת. וועט קיין קרום ווארט פאר א צווייטן נישט זאגן. ומאידך גיסא, איז ער א וויקטים פון רשעות'דיגע רביס וואס האבן פאר סאם ריזען אים גענומען אלץ שעיר לעזאזל און אים געמאכט פילן אז ער איז זייער שוואך און נישט מיט אלעמען. מען האט אים גע'קנס'ט און געווארפן און אלעמאל חושד געווען אויף אלעם. מען האט שוין געזאגט אויף אים אז ער איז א באם אין כתה ח' בלויז פארן קומען שפעט. אין שטוב האט ער א טאטע וואס איז זייער סעלפיש און כמעט נישט געשמועסט מיט אים א ווארט, און א מאמע וואס ער טענה'ט אז זי האט אים פיינט. ווען ער רעגט זיך אויף וועט ער שטויסן און שעלטן און נאך פלאפלען גוי'אישע מיאוס'ע ווערטער. אבער עס געשעהט כמעט קיינמאל נישט. דער עיקר פראבלעם איז די קאמפלעקסט לעבן וואס ער האט נעבעך, ממש משוגע לאותו דבר אז ער זעהט אויס פאני און אז ער גייט רעדן שטותים, און ער קען אין א ביהמ"ד בשו"א נישט אריינגיין. אריין אין שם טוב'ס ישיבה.

דער שפיץ פונעם אייזבארג. פרטים יבאו.
כ'קלער אז ס'דא צווישן אונז אזעלכע וואס טראכטן מה כל הרעש, וואס דרייט ער א קאפ מיט די מעשיות, איז עס דען אזוי געפערליך. ס'פעלט עפעס מחנכים, גיי רעד צו א פשוט'ער מלמד, א מגי"ש, וועט ער דיר שוין זאגן וואס צו טאן. אדער א טאטע אנע צרות ב"ה קען זאגן, וואס טרייבט ער איבער, מיין זוהן פלעגט נישט דאווענען ביז כ'האב געכאפט מיט אים א לענגערן שמועס און ס'האט ב"ה געהאלפן, ווי אויך האב איך אים איינמאל אנגעזאגט שטרענג אוועקצושטיין פון עפעס א בחור און זייט דעמאלטס קוקט ער אים מער נישט אן.. וויל איך אייך זאגן אז דא רעדט מען אינגאנצן פון אן אנדערע וועלט. די בחורים - און די שטובער בכלל - פון וועמען מען שמועסט דא זענען זייער קאמפליצירט, און ס'וועט נעמען אסאך קאפ און מח זיי צו פארשטיין. דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט עס נישט דארפן פארשטיין. ב"ה מיר זענען גרייט פאר די טשאלענדזש מיט די פולע ענערדזשי. דער אייבערשטער זאל העלפן איך זאל עס קענען ארויסברענגען מכח אל הפועל און מען זאל מיך לייכט פארשטיין. און דער זכות וואס מען גיט זיך אוועק פאר יענעם זאל אונז ווייטער ביישטיין מיט גפ"ן וברוח נדיבה. א יישר כח פאר די ק"ש פארוואלטער פארן צושטעלן אזא מורא'דיגע פלאטפארם. דער אייבערשטער זאל אייך באלוינען ולא יצא מכשול מתחת ידיכם. און א יישר כח פאר אלע שרייבער בברכת ברכה והצלחה.

חזק ואמץ
טייערע יודן, האלט אייך נישט צוריק אנצופרעגן אייערע חינוך פראגעס סיי דא אין פארום אדער אין אישי, מיר שטייען גרייט צו שרייבן און העלפן. צום שלוס וויל איך זאגן אז צומאל וועלן מיינע תגובות געשריבן ווערן מיט א מער רואיגע טאן און צומאל מיט מער שנעלערן אדער ווייטאגליכער טאן, דערשרעקט אייך נישט, אלעס וועט אי"ה זיין מסודר. נאר דאס איז די סטייל. אמאל אז ס'טוט וויי שרייט מען. ואסיים בלשון הנביאים וואס איז געזאגט געווארן איידער די יודן זענען געגאנגן אין גלות אריין, וואס נאר א דאנק דעם אחדות זעמער נאך דער אחינו כל בית ישראל און נאר אזוי וועלמער ווייטער אנקומען: איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק. וזכנו לראות בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות על ישראל שלום. החזק במוסר אל תרף. בעזרת השי"ת.

הק' שם טוב
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר