הילף! די ווייב פארלאנגט גוטע זאכן

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

הילף! די ווייב פארלאנגט גוטע זאכן

שליחה דורך אפטעמיסט »

איך קוק מיר אין שפיגעל און גלייב נישט וואס איך זעה; דאס בין איך? דער זעלבסט- זיכערער נגיד וואס האט נישט מורא פון קיין נברא אויפן יקום איז אזוי בלאס און צעטראגן, הזאת אפטעמיסט? וואס האט איצטער פאסירט אז איך דערנידער מיר אזוי און פאל צו די פיס? איז אזוי:

חתונה געהאט האב איך א שיינע פאר יאר צוריק צו מיין ליבע אשת חיל תחי', מיר האבן אויפגעשטעלט א הערליכע שטיב קע"ה און אלס פארט ב"ה אויף די ריכטיגע רעלסן. איך קען נישט- און איך טאר מיך נישט- אפרעדן, אסאך פארפעלקער וואלטן זיך געוואוטשן צו געניסן פון אזא שלום בית און האבן אזא לעבן ווי אונז, געלויבט ברוך הוא. ווייזט אויס אז איך שטאם פון גרויסע אידן, נישט נאר פון דער מהרש"א און מהרש"ל, ווי ס'איז אנגענמען ביי אונז אין די משפחה- און אין זייער זכות שטיי איך וואו איך שטיי, דער אייבערשטער זאל ווייטער האלט זיין רעכטע האנט.

אבער-- און עס קומט א גרויסען אבער. אלס איז טאקע בעסער ווי גוט, חוץ איין זאך.

ווי געזאגט איז אלס על צד היותר טוב. הן בדברים שלמפני הפרגוד והן הדברים שמאחורי. הגם וואס איך בין באקאנט אין שטיבל צו זיין א גרויסער קריטיק און שווארץ קוקער, און מערערע ניקס האבן- מיט רעכט- מיר אנגעפרעגט אוף מיין סתירה'דיגע נאמען 'אפטעמיסט', איז זייער זעלטען וואס מ'זאל מיר הערן זיך אפרעדן אין מאחורי. ווי זאגט דער וועלט, "דער באשעפער שלאגט נישט מיט צוויי שטעקענס", און אז מיין הוט האלט זיך נישט אויפן קאפ און איך באקום נישט קיין אישי'ס אויף דעילי בעיסיס, געניס איך כאטש פון א פיינע הייראט.
איצט אז איר האט ארויס מיין מצב, הערט וואס דא גייט פאר:

יא, אלס איז טאקע מממממש גוט, אבער מיט איין זאך קען איך מיך נישט ספראווענען, און דאס איז... דאס ענין פון גוטע זאכן. לאמיך מיר בעסער מסביר זיין. יעדען טאג (און איך מיין י-ע-ד-ע-ן טאג) ווען איך קום אהיים פון מעריב, קומט מיין ליבשאפט מיט אזעלכע פאר'טרער'טע אויגן צום טיר און מיט א ליבליכע שמייכל, וואס קען לעכערן שטיין, גלעט זי מיר אויפן בערדעל און פרעגט אזוי איידל "אפטע, האסט מיר געברענגט גוטע זאכן?" און איך שמייכל אזוי צוריק, ווארף א קוש, און זאג "האניג, פארוואס קענסטו מיר נישט זאגן,פאר העווענס סעיק, וואס די העלל א 'גוטע זאך' מיינט?"

"וואס הייסט, קרעכצט זי. שוין זיבען יאר און דו ווייסט נאך אלס נישט?"

"שעפעלע, יעדען טאג בעטסטו מיר א גוטע זאך, אבער וואס א 'גוטע זאך' מיינט קענסטו מיר בשום אופן נישט זאגן. אז איך ברענג א דעיניש דרייסטו מיטן נאז, אז איך ברענג אן אייז קרים זאגסטו מיר ביסט שוין נמאס דערפון, אויב איך ברענג טשאקלאד לאכסטו מיר אויס; וואס אין דער וועלט מיינט א גוטע זאך, זיסקייט?"

"יוי אפטע, יור פאר דע בוקס. דו ווייסט, ענק מענער זענען אזוי פאני. וואס הייסט דו ווייסט נישט וואס א גוטע זאך מיינט?"

"ליסטען יופי, אז דו ווייסט נישט אליינס וואס דו האסט ליב, וויאזוי דארף איך וויסן?"


רבותי איר פארשטייט? דאס שפילט זיך נישט אפ איין מאל א יאר, נישט צוויי און נישט דריי. דאס איז וואס פאסירט י-ע-ד-ע-ן טאג. חברה, איך בין פארלוירן. יעצט קומטס נישט מיט קיין פיקחות און שפעטס אפ ווייל דאס איז שוין גארנישט קיין וויץ. אז איינער וויל חוזק מאכן, ביטע נישט דא. דא זאלט איר מיטטיילן פונקליך וואס איר קויפט פאר אייער פרוי- אויב בכלל- און העלפט ארויס א איד אין נויט.

נאך איין זאך: איך האב געלאזט וויסן מיין ווייב אז איך שרייב אן ארטיקל אויף דעם נושא, איז ביטע ביטע! ביטע שרייבן מיט ריספעקט. אויב איר ווילט איר בארעדן- ביטע דאס טון באישי. זי וועט דאס ליינען און ס'פעלט מיר נישט אויס קיין שלום בית פראבלעמס.

דער אשכול פארמאגט 39 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר