הילף און חיזוק פאר מענער וואס נעמען זייערע פרויען שאפינג

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

הילף און חיזוק פאר מענער וואס נעמען זייערע פרויען שאפינג

שליחה דורך אפטעמיסט »

כ'וועל נישט קענען מאריך זיין צו לאנג, ווייל כ'שטיי דא אזוי אומבאקוועם אין איינע פון די גרויסע שאפינג צענטערן אין ברוקלין, כ'בין פארשטיפט אין אן איינזאם ווינקל ווי א קוים געווארענער 16 יעריגער שתי שערות'ל, וואס האט גליקליכערהייט געפינען א קרן זוית מיט אפענע וויי-פיי.

מה לעשות אז כ'בין געבוירן א זכר-- זיך טראנסדזאנדערן קומט נישט אדערווייל אין באטראכט -- און כ'בין געצווינגען צו טראגן מיין באליבטע "טן דו" שאפינג ווען אימער ס'נאר דא אן איבריגע מינוט. זאל עס זיין א זינטאג, צי הייסן א האלידעי; אויב קען זיך נאר דאכטען אז ס'איז עפעס אן אזויגערופענע יומא דפגרא-- בין איך אין פעקל.

"אפטע, איי לאוו יו", פאנגט מיין פרוי אן פריער מיט א ציניש שמייכל.

"איי לאוו יו טו", ענטפער איך צוריק מיט א פארדעכטיגטע טאן, ווען מיין נאז שמעקט שוין די גראך פון מעיסיעס.

"זאג, אפטע, האסט וואס צו טון היינט?" פרעגט זי שמייכלדיג, דערביי גלעט'נדיג מיין בארד ווי שטענדיג.

אממ, כ'מיין... יא... נישט עפעס מורא'דיג, אבער ווייסט וואס כ'מיין, אמממ ניין... נישט עכט, כ'מיין..."

מיט א תמ'ישע פנים פרעגט זי איבער "סאו, ביסט ביזי אדער נישט?" ווען בשעת מעשה ווערט אזוי אומוועלענדיג פון די גלעטן א געציאכטס, אזש איך אליין בלייב באלד אן קיין שתי שערות.

"עמממ, כ'זאג דיר... נאטינג מעדזשיר... ווייסעכמיין, יא עפעס אזוי..."

זי לאזט אבער נישט נאך, און ווי אן ערפארענער דיפלאמאט פאסט זי אזוי אומאפיציעל א באשליס "אקעי, סאו ווען קענסטו מיר טראגן צו העיטש & עם, בערך צוויי'ע?"

"יא", שאקל איך מיין קאפ מיט א געמאכטע שמייכל, "צוויי'ע איז פונקט גוט".


צוויי'ע איז אנגעקומען שנעלער ווי ערווארטעט, איך בין אנגעקומען אין מאלל ווי א וואויל קינד, און כ'דריי מיר ארום דא ווי א האן-אין- בני-אדם. איך שלעפ מיר נאך ווי א וויידל פון איין געשעפט צום צווייטען, און אצינד האב איך מיר באקוועם געמאכט אין א ווינקל, לעבן פארעווער טווענטי וואן.

איז אזוי, אפשר קען מיר איינער מסביר זיין פארוואס אין אזא פארגעשריטענע ערא, ווען זאכן ווי די ביג בענג איז פארשטענדליך פאר קינדער, קענען נישט אפאר סייענטיסטן אויפקומען מיט א לעזונג פאר די מענער-פראבלעם-אין-מאאלס? וואס ווארטן זיי, אז מיינע רגליים זאלן איינפאלן, און מי רגליים-- אמממ, יא.
פארוואס איז נישט דא קיין דעזעגנירטע פלאץ פאר מענער מיט בענקלעך און קאווע? כ'מיין, עפעס, עפעס!


----אקעי, מיין ווייב קומט.


[left][/left]

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר