א חבר א פגע רע; ראט און טאקטיקן

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2921 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3226 מאל

א חבר א פגע רע; ראט און טאקטיקן

שליחה דורך אפטעמיסט »

- "אפטע, כ'קען בארגן דיין זייף?" פרעגט מיר היינט מיין קרעציגע חבר אין מקוה.

- "איך בארג נישט קיין זייף. ס'איז א פאלאסי" ענטפער איך קאלטערהייט.

- "אבער די מקוה זייף סרח'ט" גיבט דער פגע רע נישט אויף.

-"אהה.." קרעכץ איך, וואונדערענדיג זיך ווי פונקט ער האט די העזה חוזק צו מאכן פונעם מקוה-זייפל גראך, "ניין, איך קען עס נישט בארגן. סארי".

-"סאו אפטע, שאוועלסט מיר אריבער די זייף?" פראבירט ער נאכאמאל דאס מזל, מיט זיין שווערע סאטמארע אקצענט.

-"קוק, צוויי זאכן בארגט מען נישט; א ווייב און א זייף", וויצל איך מיר סארקאסטיש, אבער אן ערפאלג.

-"וואס גייט דיר אזוי אן? מ'קען מיינען איך בעט דיר דיין קאר. זייט ווען ביסטו מיר געווארן א מפונק?"

-"אקעי, הער דיך גוט איין. מיין זייף גייסטו פון מיר נישט באקומען. פארשטאנען? ווילסט איך זאל פונקטליך אריין גיין פארוואס און פארווען? זיי מוחל, קריך אראפ".

-"כאפ א טשיל, דו בעסערע גאטשע" הייבט ער אן פליקען א פארלוירענער, "אלס איז אקעי אינדערהיים?"

-"הער, נאך איין ווארט דו זאגסט, לאז איך דיר אראפ א מתנת יד בפני קהל ועדה. פיץ אפ פון דאנעט", ענטפער איך אים צוריק אן אויפגעברויזטער אויף זיין שפראך.

-"אה, דו סטראשעסט מיט פעטש? פארהאק דיין פרעסער!"...

---

איך שטיי אין מקוה א פארצווייפעלטער. אנשטאט ליגן אויסגעצויגן אין בור און זיך קלאפן די בויך שישו מיעי, שטויס איך מיר אן אין א טריקענער נודזש שלא שערום אבותינו. בשעת וואס אנדערע אינגעלייט פלוידערן אויף הויכע טענער, און שפרינגן מיט פארקוועטשטע נעזער זיך טובל'נדיג ש"י טבילות, בין איך פארנומען זיך אמפערן מיט דעם אומבויגזאמע קוועטש.

די וועלט איז א משוגעים הויז. כאפ א שפאציר אויפן גאס, און זאג מיר מיט וויפיל מענטשן דו וואלסט מסכים געוועהן אויסצוטוישן א ווארט. פארשטייטצעך אז כ'וואוין אין ווילי און דער מצב איז פיל ערגער דא, אבער לאמיר נישט רעדן וועגן ספעציפישע ערטער; אלצווייסערס זאגן אז פופציג פראצענט וועלט איז נישט מיט אלעמען און די יודעי דבר ווייסן אז דאס איז אויך פאלש. די אנדערע פופציג פראצענט איך אויך נישט הונדערט.

פרויען שטיפן ארויס די קערידזשעס אין שנעל-קומענדע קארס; מענטשן פגע'ן ווי ס'איז נישט דא קיין מארגן; צען פראצענט מענטשהייט פיצט די נאז; דריי פערטל כלל ישראל פיצט נישט די ציין; מ'פלאפלערט אויפן בארא-פארק באס; מ'זאגט נישט קיין שכויח; מ'עסט מיט אפענע מיילער; מ'ניצט אויס וועם מען קען נאר.

חברה, בין איך דער איינציגסטער נארמאלער? בין איך דער איינציגסטער ציוויליזירטער מענטש וואס פגע'ט נישט, פיצט נישט די נאז, פיצט די ציין, און בארגט נישט קיין זייף? בין איך טאקע א יחיד בדורו?

קען זיין מיין לעבן איז פשוט א סאמאטוכע. יתכן אז כ'האב פשוט געמאכט קשרים מיט די נישט ריכטיגע און יעצט צאל איך דער פרייז. אבער איז דען טאקע אזוי? קיינער לייד זיך נישט צאם פון א חבר א פגע וואס פארשטייט נישט אויפן ווינק? גייסט מיר זאגן ס'איז מיין פראבלעם?

איך בין שוין מיד פון זיך אפרעדן, און דאס מאל מיין איך עס ערענסט (קרעדיט: עזריאל גליק). איך פיהל ווי איך האב מיר אנגעמאכט א שלעכט נאמען אין שטיבל, און כ'בין דער ניק מיט דער גרעסטער 'נודניק' ראנג. איך וואלט אויך קראנק געווארן פון אזא איינעם מיינס גלייכן, וואס? איך קום דא הערן יענעמ'ס צרות? איי אנדערסטעד יו, אבער פארשטייט מיר, ביטע.

איצט, איך פארשטיי אז אין מיינע אנדערע אשכולות האט נישט יעדער געקענט באשטייערן מיט הילף, ווייל נישט יעדער האט דורכגעמאכט יענע פראבלעמען. אבער דא איז זיכער אז יעדער פיהלט זיך מחותן. אמער, אדער איז ער אויך א וויקטעם, אדער איז ער גאר דער פגע אליין. איז, כ'בעט יעדעם צו מיטטיילן מיט'ן עולם עצות, טאקטיקן הילף און חיזוק וויאזוי זיך צו ספראווענען מיט א וויידל. און אויב זענט איר גאר דער פגע (און כ'ווייס שוין איינמאל וועלכע ניקס טוישן זיך איצט קאלירן) ביטע שעהמט ענק נישט, און זייט מסביר וואס שטיפט אייך צו טון דאס, און וואס מ'קען טון אייך אפצושטעלן.

דער אשכול פארמאגט 34 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר