געימס

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1078 מאל

געימס

שליחה דורך הדד בן בדד »

איך ווייס נישט צו דא איז די ריכטיגע פלאץ פאר דעם, און צו עס איז שוין בכלל דא אן אשכול איבער דעם, איך האב נישט געטראפן, אויב יא, ביטע צאמשמעצלן.

בין איך לעצטענס געפארן אויפן פליגער, לעבן מיר איז געזעצן א מיטל יעריגער גוי'אישער ביזנעס מאן, און ער האט געשפילט א געים אויף זיין טעבלעט (איך ווייס נישט וועכע מין טעבלעט עס איז געווען). דער געים איז געווען אינטערעסאנט, ענטערטעינינג אבער אויך איידל און איך האב הנאה געהאט דערפון, דער גוי זאגט מיר אויך אז ווען ער וויל זיך אביסל אויסלופטערן שפילט ער דאס. אבער איך האב פשוט פארגעסן אים צו פרעגן וויזוי דער געים הייסט, וויל איך וויסן צו דא איז דא איינער וואס קען מיר ארויסהעלפן מיט דעם?

דער געים גייט בערך אזוי: עס איז דא א גרויסער שטח, און אין דעם שטח פאלן אריין באליס, גרויסע באליס, עס קוקט אויס אזוי ווי באולינג באלס, און די באלס האבן קאלערס, יעדע פאר סעקונדעס פאלט אריין נאך א באלל, און ווען עס געפונען זיך דריי (אדער מער) באלס פון דעם זעלבן קאלער איינס לעבן צווייטן, קען מען עס געבן אזוי א קאנעקט מיט דעם פינגער, און זיי ווערן נעלם. די באליס רוקן זיך כסדר ארום, ווייל די נייע וועלכע פאלן אריין רוקן ארום די וועלכע זענען שוין דארט. יעדע פאר מינוט, אויב די שטח ווערט נישט פול, גייט עס אריבער צו א שווערערן לעוועל, וחוזר חלילה.

קען מיר איינער העלפן אויסגעפונען וועלכע געים דאס איז?

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר