היימישער ליטוואק האט געשריבן:וואס זענן די הויפט מעלות דארט?
כמה $$ איז א זיץ?
היימישער ליטוואק האט געשריבן:וואס זענן די הויפט מעלות דארט?
כמה $$ איז א זיץ?
א גוטע ב'טעם'טע בית המדרש
ר'שלמה איז באקאנט אלס הערליכע הארציגער בעל תפילה.גוטע בעלי תפילה
אתא קלילא האט געשריבן:גיי קיין סאטמר 13-49 (לעבען באבוב רמ״ד פון אינמיטן וואך) סאיז א נייטראלע פלאץ + א רב ר׳ אלעזר הורוויץ וואסס לויט וי איך הער לייגט ער אראפ א שטארקע דרשה פאר כל נדרי אין לפי הבנתי דארף דארט זיין זייער היימיש אין באקוועם
איך ווייס נישט וי לאנג ער ציט אויס די נשמה אויב בכלל (איך גלייב נישט)
לגבי א פלאץ האב איך אויך נישט קיין מושג ויפיל עס קאסט אבער סאיז ביי מיר 99.9% אז עס וועט זיך מאכען א פלאץ + עזרת נשים
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איך דארף זיין דעם יו"כ אין ב.פ. ווייסט איינער וואו איז דא א גוטע ב'טעם'טע בית המדרש, גוטע בעלי תפילה, דאוונט אין צייט, און א גוטע בעל קורא?
קען זיין נוסח ספרד אדער אשכנז. דער עיקר א גוטע דאוונען און נישט סתם שלעפן מיט נגונים וכדומה.
א גוטע דרשה פאר כל נדרי/נעילה איז אוי א +
לכתחלה זאל אויך האבן א עזרת נשים.
מיט דאנק פאראויס
ה.ל.
יין שרף האט געשריבן:דערמאנסט מיר פון דאס:
בארימטע ריפארם טעמפל ״בת קול״ וועט פארקויפן טשיס-סטיקס איינגעטינקן אין לארד (אויך וועט זיין צוגעשטעלט האניג פאר א זיס יאר)צו איבערבייסן ביים ״קאלנידריי״ צערמאניע מארגן נאכט געזינגען דורך אונזער בארימטע ״מיידלעך כאר״...
(עפעס אזא טוויט האב איך געזעהן נעכטן)
דבילה האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:דערמאנסט מיר פון דאס:
בארימטע ריפארם טעמפל ״בת קול״ וועט פארקויפן טשיס-סטיקס איינגעטינקן אין לארד (אויך וועט זיין צוגעשטעלט האניג פאר א זיס יאר)צו איבערבייסן ביים ״קאלנידריי״ צערמאניע מארגן נאכט געזינגען דורך אונזער בארימטע ״מיידלעך כאר״...
(עפעס אזא טוויט האב איך געזעהן נעכטן)
איר זענט קענטליך נישט קיין בארא פארקער תושבים. טעמפל בעט על איז אן ארטאדאקסישע שול למהדרין, דער ראביי אן ערענסטע ת"ח וירא שמים מרבים, און דער חזן, הגם ער קרעכטץ עטוואס ענדערש ווי דער רביזכיסעלחינו, איז ער א ווארימע חסיד'ישע בעל תפילה וואס דערקוויקט די הערצער. קומט און אנטדעקט אומאפהענגיקע ארטאדאקסישע אידישקייט מהו.
אפטעמיסט האט געשריבן:אדער טו וואס איך טו. אויף 46 צווישן 15 און 16 איז דא א בא'טעמ'טער טעמפל פון די רעפארם פראקציע פון יודישקייט. דאווענען נעמט נישט לאנג און סאיז אויך דא א קיבארד. פלאץ איז דא ברווח און מ'שטעלט אפילו צו קאפלעך מיט לייכטע איבערבייס. דער פראבלעם: איר קענט נאר קומען מיט א ווייסע קאר. אבער היינט מיט זיפ-קאר ברויך דאס נישט זיין קיין גרויסער פראבלעם.
קאווע טרינקער האט געשריבן:היימישער ליטוואק האט געשריבן:וואס זענן די הויפט מעלות דארט?
כמה $$ איז א זיץ?
אין די נייע בעלעד דאווענט חזן בלומבערג!
אפטעמיסט האט געשריבן:אדער טו וואס איך טו. אויף 46 צווישן 15 און 16 איז דא א בא'טעמ'טער טעמפל פון די רעפארם פראקציע פון יודישקייט. דאווענען נעמט נישט לאנג און סאיז אויך דא א קיבארד. פלאץ איז דא ברווח און מ'שטעלט אפילו צו קאפלעך מיט לייכטע איבערבייס. דער פראבלעם: איר קענט נאר קומען מיט א ווייסע קאר. אבער היינט מיט זיפ-קאר ברויך דאס נישט זיין קיין גרויסער פראבלעם.
באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט