העלפטס מיר מאכן אן החלטה: HTC ONE ווערסוס Samsung Galaxy

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4717 מאל

העלפטס מיר מאכן אן החלטה: HTC ONE ווערסוס Samsung Galaxy

שליחה דורך יידל »

מ'גרייט מיר זיך ברצות הוי"ה ברוך הוא צו קויפן א נייעם וואונדער-פאון. דער אייפאון האמיר שוין פרובירט און מיר האבן מחליט געווען אז מיר גלייכן אים נישט, סיי צוליב זיין אומבויגזאמקייט ווען ס'קומט צו האנדלן מיטן באטאריע, מיט צולייגן אן עס-די קארטל און מיט עס באהעפטן צו א מיקרא יו-עס-בי בענדל און סיי וויבאלד כ'האב א משוגעת פון קענען צולייגן אן אייגן פארשאפטער APK אן רוטן/דזשעילברעיקן דעם פאון, א.א.וו. בקיצור, דער אייפאון איז נישט אויף מיין ליסטע כעת. זוכן מיר, אלזא, אנדראויד-באזירטע טעלעפאנען.

נאך א נקודה: כ'בין אויף א ווערייזאן פלאן פון וועלכע כ'האב זייער הנאה צוליב זייער אויסערגעווענטליכע רעסעפשאן אין ניו יארק סיטי און כ'פלאן עס נישט צום טוישן אינעם נאענטן צוקונפט, און דערפאר קומט א נישט-ווערייזאנער פאון, דוגמת נעקסוס מביתם של גוגל, נישט אין באטראכט.

נאכן דורכגיין מיינע אפציעס בין איך געבליבן מיט א ספק צווישן די פאלגענדע פאונס: סעמסונג געלעקסי S5 מיני, סעמסונג געלעקסי S4, עיטש-טי-סי 1 רימיקס, און דער ערשטער עיטש-טי-סי 1 (m7). לאמיר קלארשטעלן פארוואס דער געלעקסי S5 און דער HTC איינס M8 איז נישט אויף מיין ליסטע: כ'גלייך נישט קיין דזשאומבאו פאונס., און ווען יא וואלט דער דילעמע געווען צווישן די צוויי לעצט דערמאנטע.

לאמיר נאר אראפלייגן די הויפט ספיקות. די חילוקים צווישן דער געלעקס S5 מיני און דער געלעקסי S4 זענען אז כאטש דער S5 איז נייער איז דער S4 א פיל בעסערער פאון. דער S5 מיני האט בלויז א 720 רעזעלוציע, אין קעגנזאץ צום S4'ס 1080. דער S5 מיני האט בלויז אכט מעגאפיקסל קאמערע, קעגן דעם S4'ס דרייצן מעגאפיקסלס. דער S5 מיני האט א בעטערי לייף פון 10 שעה רעדן-צייט, בעת דער S4 האט 17 שעה רעדן-צייט בעטערי לייף. דער S5 מיני האט בלויז 326 PPI בעת דער S4 האט 441 PPI. דער S5 מיני האט נישט קיין טערמאמעטער, באראמעטער, א דזשעסטשור סענסאר, און א יומידיטי סענסאר, וואס דער S4 האט יא. נאך א מעלה וואס דער S4 האט איז דער פרייז - א משהו ביליגער ווי ד S5 מיני'ס פרייז.

כאטש פון דעם אלעם זעט אויס אז דער S4 איז בעסער, דאך האט דער S5 מיני צוויי מעלות קעגן דעם S4, חוץ וואס עס נייער. איינס איז אז עס וועגט נאר 120 גראם בעת דער S4 וועגט 130. אויך איז דער S5 מיני קלענער ווי דער S4, א שטארקער מעלה אין מיינע אויגן. נאך א מינדערוויכטיגער חילוק איז אז דער S5 מיני האט דער פינגערפרינט איי-די פיטושר און דער אויגן-סקראול פיטשור וואס דער S4 האט נישט.

דאס איז איבער די סעמסונג פאונס. יעצט צו די צוויי HTC טעלעפאונס. ווי געשמועסט איז דער דילעמע צווישן HTC איינס רימיקס (וואס איז בעצם דער נייערער ווערסיע פונעם איינס, נאר אין א מיני ווערסיע), און HTC וואן דער אריגינעלער, באצירט מיט די ר"ת m7.

לאמיר אנהייבן מיט די מעלות פונעם HTC ONE קעגן דעם HTC ONE REMIX. דער וואן האט 1080 רעז קעגן 720 פארן רימיקס. דער וואן האט 468 PPI קעגן דעם רימיקס'ס 326. דער וואן האט טאק-טיים בעטערי לייף פון 18 שעה, קעגן 16.2 אויפן רימיקס.

אבער דער רימיקס איז היבש א גוטער פאון מיט שיינע מעלות: דער רימיקס וועגט בלויז 137 גראם קעגן דעם וואן'ס 143. עס האט אן עס-די סלאט, וואס דער וואן האט נישט (רחמנא ליצלן!). דער וואן האט אן אפגעריסענע 4 מעגאפיקסל קאמערע בעת דער רימיקס האט א 13 מעגאפיקסל קאמערע.

יעצט אז כ'האב שוין אויסגערעכנט די מעלות פון דעם געלעקסי קעגן דעם געלעקסי, און דער HTC קעגן דער HTC, איז צייט צו פארגלייכן די צוויי קאמפעניס.

איז אזוי, דער געלעקסי פון איין זייט האט א מיליאן און איין פיטשורס, אבער למעשה איז עס פון פלאסטיק, און אביסעלע דיקער ווי דער HTC (אבער למעשה צוליב'ן דיקקייט קען מען ארויסנעמען די באטאריע, וואס HTC ערלויבט נישט. אבער מיט אזא לאנגן באטאריע לייף, ווער דארף ארויסנעמען דעם באטאריע?). דער HTC האט א שיינער מעטאלענער גוף, און בכלל איז HTC SENSE שענער אין מיינע אויגן ווי SAMSUNG TOUCHWIZ.

נו, וועלכע פאון קויפט מען?
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 20 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר