ותהי לו לאשה ויאהביה - (פ' חיי שרה)

הילף, עצות און טיפס

ותהי לו לאשה ויאהביה - (פ' חיי שרה)

הודעהדורך גרוש » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 2:46 am

בס"ד
ותהי לו לאשה ויאהביה
ליל חמישי לסדר "ויאהביה" עשרים יום לחודש מרחשון תשע"ה לפ"ק

די אויבערדערמאנטע נאכט דערמאנט מיר עפעס, דערמאנט מיר יענעם ביטערן חודש, "מר"חשון מיט זיבן יאר צוריק שנת תשס"ח לפ"ק, בעת כ'האב געזעהן אז אט אט, גייט מען זיך איבערצייגן, אז א געוויסע תקופה אויף וואס כ'האב פאראויסגעקוקט מיט שמחה'דיגע בליקן אז די תקופה גייט א גאנצע לעבן געדענקט ווערן און עס איז געפארן אויפן פארקערטן ריכטונג ווי געראכטן, איז געווען א ביטערע דורכגאנג, וואס איך גיי וועלן פארגעסן, ווי שנעלער (ב"ה כ'האב שוין כמעט פארגעסן דערפון),

עס איז אנגעקומען מוצ"ש וירא ט"ז חשון און איך בין געוואר געווארן אז ניין, איך לעב נישט אין קיין חלום, ס'איז נישט קיין דורכגאנג, עס איז נישט פיקסעבל, דאס איז עס, דאס האט זי אפגעמאכט אויף מיר, און דאס גייט געשעהן, זי גייט אוועק וואקן, און בשום אויפן נישט טוישן איר מיינונג און מהלך המחשבה, זי וועט זיך נישט לאזן צורעדן פון קיינעם, די שאלה איז נאר ווען עס גייט געשעהן, פארשטייט זיך אז פון דעמאלט האט מען קיין אויג נישט צוגעמאכט, ותתפעם רוחי, מ'האט געווארט אז די נאכט זאל זיך ענדיגן, און מ'זאל קענען גיין אין בית מדרש, און זעהן וואס מ'קען טוהן, מ'האט פרובירט אלעס וואס מ'קען נאר, וויסענדיג פונעם מאמר חז"ל "אפי' חרב חדה מונחת על צווארו של אדם אל יתייאש עצמו מן הרחמים", אפשר דאך וועט זי איינזעהן אז זי גייט ראנג, און זיך טוישן, די זונטאג'דיגן טאג איז שוין דורך, מ'דארף גיין עסן סאפער ביי די דעמאלטסדיגע שוויגער, מ'האט פרובירט אנצוגיין ווי געהעריג, כדי נישט האבן קיין שום יד אינעם צוטיילונג, צו קענען זאגן מיט א ברורות "ידינו לא שפכו את הדם הזה", ביטער שוווער געווען יענע תקופה, פרובירט נישט צו טוישן קיין איין איבריג ווארט מיט איר, זי זאל נישט האבן נאך פתחים צו טענה'ן פארוואס זי דארף זיך נישט טוישן נאר צוברעכן די מערידזש, זונטאג דורך'ן טאג האט מען זיך מזכיר געווען ביי א חבר ביום חופתו, און אז ער זאל מיר אינזין האבן ביי מנחה, ביינאכט איז מען געגאנגן צו די חתונה געזיצן דארט ביז ווען מ'האט געקענט, דארט האט מיר די חתן געזאגט אז ער האט מיר אינזין געהאט, מ'איז אהיים געקומען, כ'האב ווידער נישט געקענט צומאכן קיין אויג, מיין הארץ האט אנגעהויבן קלאפן שטערקער און שטערקער כ'האב אנגעהויבן שוויצן, געפיהלט ווי מיין אטעם ווערט שווערער, טראכטענדיג וואס איך גיי דא דורך גיין, זאכן וואס כ'האב נישט געוואונטשן פאר מיינע גרעסטע שונאים, און דא נישט א צווייטער ווי "עצמי ובשרי" גייט דאס ליידער דורכגיין, הייליגע באשעפער איך אוכל לראות באבדן מולדתי, איך דארף שלו' מאכן מיטן מצב אז די טרוים און האף מימי ילדותי, אויף ווען איך גיי חתונה האבן ווערט דא צורינען, ס'איז נישט געלונגען, ס'איז געווען א דורכפאל, וויזוי טראג איך דאס דורך, מיין אטעם ווערט שווערער, איך הייב אהן טראכטן פון אויפהייבן די טעלאפאן און קאלן הצלה, והנה, דער אייבערשטער האט פארקירעוועט מיינע מחשבות, ויעבור אלקים רוח, כ'האב אנגעהויבן טראכטן, דער אייבערשטער וועט מיר נישט פארלאזן, אויב איז מיר באשערט צו לעבן, וועל איך דאס אי"ה דורך מאכן, און איך קען אלעס רואיג לאזן אויף אים, ער טראגט שוין מיינע דאגות, מיין הארף האט אראפגעסלאוט, מיין אטעם איז גרינגער געווארן, און איך בין איינגעשלאפן, 2-3 שעה שפעטער האב איך געזעהן אז עס שוין 5 אזייגער, מ'קען שוין אנטלויפן פון הויז איז מען ארויסגעגאנגען, כמעשהו בראשון כך מעשהו בשני, ביידע נעכט זיכער געמאכט אהיים צוקומען ווען זי שלאפט שוין, און ארויסגיין ווען זי שלאפט נאך, מ'זאל נישט דארפן טוישן קיין איין ווארט, דינסטאג אינמיטן טאג האט מען זיך ווידער מזכיר געווען ביי א אנדערע חבר ביום חופתו, אבער יענער האט געמאכט מיט מיר א תנאי, אז איך זאל אים קניפן די ציצית פון זיין טלית למחרתו, וואס פארשטייט זיך די דיעל איז געווארן דאון על אתר, ביינאכט האט זי געהאט א קאזינס חתונה, זי האט מיר געזאגט אז איך ווערט שוין נישט פארעכנט אין די משפחה, סא איך זאל נישט גיין צו די חתונה, האב איך איר געענטפערט, אז דאס איז דיין מיינונג, איך מעג האלטן אנדערש, אבער איך גיי סייווי נישט ווייל מיין געדולד אין די מצב לאזט נישט, בין איך געגאנגען שלאפן, זי איז דאך נישט אינדערהיים, סא מ'האט פרובירט איינצושלאפן, ווען זי איז אהיים געקומען האב איך זיך געמאכט ווי איך שלאף, און 5 אזייגער זיך ארויסגעשארט פון דערהיים, מיטוואך נאכט געווען די זעלבע זאך, נאר זי איז א גאנצע נאכט געווען אלערט, מיר צו כאפן פאר איך גיי ארויס,

גאנצע זיבן יאר צוריק בעת כזאת, דאנערשטאג אינדערפרי פרשת חיי שרה כ' חשון תשס"ח, כ'וויל ארויסגיין פון דערהיים און זי שטעלט מיר אפ, און זאגט מיר די דאזיגע ווערטער, אויף וואס כ'האב שוין ווי האלב געווארט, ווייל די מצב איז נישט געווען נישט אראפצושלינגן און נישט אויסצושפייען, וז"ל:
איך גיי צו די ארבעט און פון דארט צו מיין מאמע, איך קום שוין נישט צוריק, כ'האב איר געזאגט אקעי, און געוואלט לויפן, און זי פרעגט מיר: אזוי קאלט געזעגענטס דאך?, נישט ווייל זי האט א געהאט א טראפ געפיהל, נאר זי האט געוואלט פארקויפן פאר די גאס, אז מ'האט זיך שיין צוטיילט, איך האב אבער איר נישט פארגינען די הנאה אז זי זאל זיין "עושה מעשה זמרי ומבקש שכר כפנחס", און פארקויפן פאר די גאס אז זי האט עס געמאכט "דזשענטל" און זי איז נייס, בעת ווען עס געווען פונקט די פארקערטע, און ווי געזאגט, כ'האב נישט געוואלט האבן קיין יד אין די צוטיילונג, איך זאל קענען רואיג פיהלן אז ידינו לא שפכה את הדם הזה, און ס'איז נישט געווען מיין בחירה, כ'האב נאר נישט געהאט קיין ברירה, האב איך איר געענטפערט, דיין אוועקגיין איז נאר לשיטתך, לשיטתי בין איך נישט אזוי שלעכט, אז דו דארפסט אוועקגיין, און שוין דארט האט זיך עס ב"ה געענדיגט,

גייענדיג אין בית מדרש אז געווען אין א בחינה פון "ויחד", פון איין זייט האב איך אפגעאטעמט אז איך האב געטוהן מיינס, און זי גייט שוין ב"ה אוועק, עס ווערט גרינגער, פון די אנדערע זייט האב איך פאראויסגעזעהן די מצב וואס איך גיי יעצט אריין, נאך אביסל גייט מען שמועסן אונטער מיין רוקן אז איך בין סעפערעיט, איך גיי לכאורה בקרוב מקיין זיין דעם "וכתב לה", און "מי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות" ווער ווייסט ווי איך גיי א יאר ארום האלטן, צו עס גייט שוין נאכאמאל זיין מלכות (ויהי' בעיניה כמלך - חתן דומה למלך), אבער וואס כ'האב דענסמאל נישט גע'חלום'ט אז גאנצע "זיבן יאר" שפעטער וועל איך נאך קענען באשרייבן די זמנים מיט ווייטאג, ועדיין לא נושעתי,

זיבן יאר איז שוין א תקופה, ווי "איינמאל א שמיטה", דאס איז די אויסדרוק פון מענטשן ווען מ'וויל זאגן אויף א זאך וואס געשעהט נישט אזוי אפט, דאס איז זייער א לאנגע צייט אין מענטשענס אויגן נאר ווען מ'רעדט דערפון, אבער נישט ווען מ'טראכט דערפון, זאל נאר יעדער צוריק טראכטן וואס עס איז אים דורך די לעצטע 7 יאר, וועט מען זעהן ווי שנעל ס'איז פארלאפן, ווי א אויגן בליק, מיט איין דריי דערזעהט מען זיך אז מ'האלט שוין ביים חתונה מאכן די קינדער וכדומה, אבל "אצלי אינו כן", זיבן ווייטאגליכע יארן איז שוין ליידער פארלאפן, דאס מיינט 365 וואכן, 365 שבתים, 2555 נעכט, (בערך), 7 מאל ראש השנה, 7 מאל יום כיפור, 7 מאל סוכות, 7 מאל חנוכה, 7 מאל פורים, 7 מאל פסח, 7 מאל שבועות, יעדע נאכט, יעדע שבת, יעדע יום טוב, פון די אלע נומערן איז געווען א עקסטערע שטארקע אפקומעניש, און איך האלט נאך פאר אלעם, כ'האב נאך נישט אנגעהויבן מיינע ימי עמידה, נאך נישט אנגעהויבן מיין לעבן, נסתרים דרכי ה', אני מאמין באמונה שלימה אז פונקטליך וויאזוי די זיבן יאר זענען דורך אזוי האט עס געדארפט זיין, איך טראכט נאר צוריק יענע ווינטער פון די סעפערעישאן נישט מער און נישט ביי קיינעם געדאכט, כ'האב נישט געוואוסט פון איין מינוט אויפן צווייטן, וואס די נעקסטע מינוט גייט ברענגען, כ'האב מיר פלוצלונג זיך דערזעהן אויף די וועלט אליין, ווי גייט מען, ווי שטייט מען, וויזוי גייט מען ווייטער אהן מיטן לעבן, כ'האב יעדע מינוט געפיהלט ווי די מינוט ענדיגט זיך די לעבן, כ'האב נישט קיין שום פלאן אויף די נעקסטע מינוט, כ'האב ווי נאטורליך פארלוירן די אפעטיט צו עני טינג אויף די וועלט, נישט געהאט קיין געדולד נישט צו עסן און נישט צו שלאפן, און נישט צו דאווענען און אודאי נישט צו לערנען, כ'האב מיר פלוצלינג דערזעהן די ערשטע מאל זייט מיין בר מצוה, וואס כ'האב וואך נאך וואך נישט מעביר סדרה געווען, פון די בר מצוה האב איך זיבן יאר אין א ציה יעדע איינציגע וואך מעביר סדרה געווען, נישט אויסגעלאזט קיין וואך, און דא פלוצלינג האב איך נישט געהאט קיין געדולד צו גארנישט, כ'האב מיר דערזעהן שמחת תורה תשס"ט, אז איך בין געבליבן שטעקן אינמיטן נח, (ווייל כ'האב שוין געפיהלט די שווערע צייטן עטליכע וואכן)

ב"ה מיינע געשוויסטער האבן גענומען אויף זיך צו מודיע זיין פאר מיינע עלטערן די מצב, איז איין זאך אראפ פון קאפ, יעדן טאג זיך אריינגעזעצט אין שוהל שמועסן ביז ביינאכט, ווען מיינע חברים זענען אהיים צו נאכטמאל, און איך בין געבליבן אליין, ביינאכט בין איך משוגע געווארן, (נישט ממש באט יו געט די פונט)

(ברם זכור אותו האיש לטוב, א געויסע איד (נאמען געהיטן אין רעדאקציע) וואס האט מיר דעמאלט אין יענע טעג געקאלט און מיר געזאגט, איך הער דו ביזט יעצט אריין געפאלן אין א שווערע מצב, און מיר אריבער גערופן צו אים אין אפיס, און דורך געשמועסט מיט מיר מיין מצב און מיינע אומשטענדן און מיינע אפשענס, און עצות און חיזוק דורך צו מאכן די שווערע טעג, בלי שום תשלום גמול, נאך עד היום הזה טראכט איך אז ווען נישט אים, וואלט איך לכאורה נישט געבליבן נארמאל, ער איז געווען ווי א שאקער און א סטעבעלייזער )

בימים ההם בין איך ב"ה געווען געבענטש מיט צוויי זאכן, די וועלטס געלט (נישט קיין עושר געווען, נאר נישט געהאט קיין איין איינציגע עקספענס) און די וועלטס צייט, האב איך מיר אריינלייגט אין מאכן דרייווערס לייסענס, עס האט געקאסט בערך טויזענט דאלער און גענומען פינף חדשים ביז נאך פסח, אזוי האב איך מיר געהאלטן פארנומען, ביינאכט האב איך געווענדליך זיך ארויפגעזעצט אויפן טרעין אין ווילי, און געקוקט אויפן מעפ, שטודירט די וועגן, וועלכע וועג ס'איז די שנעלסטע צו לאוער מאנהעטען, וועלכע וועג צו אפפער מאנהעטן, וועלכע צו ב"פ און וועלכע צו פלעטבוש, וכולהו, ביז כ'האב איין נאכט געטראפן מאטאר וויקל ביי איינע פון די סטאפ, איז מען די נעקסטע צופרי געפארן נאכאמאל די זעלבע וועג צו מאכן א פערמיט, עשרה בטבת האט מען געשטופט די נאכט אין ראדני (גראדע מיט א שנה ראשונה אינגערמאן – ער לעבט נאך מיט זיין ווייב ב"ה – כ'ווייס נישט וואס זיין חשבון איז געווען), 5:30 פארטאגס האט מען געקויפט א סענדוויטש ביי "קליינס רעסטראונט", גענומען די טרעין צו 770, און פארברענגט אין קרוינהייטס, געפארן קיין מאנהעטען צו די עסעקס סטריט סטאפ נעבן וויליאמסבורג ברידזש, און אריבער שפאצירט די בריק קיין ווילי, געגאנגען דאווענען, זיך געלייגט שלאפן ביז מנחה מעריב, און אויספאסטן, אזוי איז די ווינטער דורך בנסי ניסים, דער אייבערשטער האט זיכער געמאכט אז מ'האט אונטער האלטינג, אזוי זענען די יארן געלאפן, מ'האלט שוין היינט זיבן גאנצע יאר שפעטער, די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן אויף די נומער 7, שבעה ימי שבתא, ז' מדות, ז' רקיעים, זיבן טעג פסח, זיבן טעג סוכות, שבע הזאות יום כיפור, זיבן טעג חנוכה ביז זאת חנוכה, שבעה רועים, זיבן אושפיזין, זיבן טעג ביזן ברית, אויף די אלע זאכן שטייט אז עס איז קעגן די זיבן מדות, וואס דאס איז טבע העולם, אויף שמיני עצרת, זאת חנוכה, און אחרון של פסח, שטייט אז דאס זענען ימי רצון, ווייל אכט איז למעלה מדרך הטבע,

ביי זאת חנוכה איז די בני יששכר מאריך אז די טאג קען מען געהאלפן ווערן "בבני חיי ומזוני" ווייל בני חיי ומזוני לאו בזכותא תלי'ק אלא במזלא, און אין דעם טאג קען מען געהאלפן ווערן למעלה מן המזל עיי"ש, קען טאקע זיין אז וועגן דעם זענען די זמנים ימי רצון ווייל אפילו מיר האבן ליידער נישט קיין זכותים, וויבאלד אכט איז למעלה מדרך הטבע ווערט מען געהאלפן אפילו למעלה מן המזל, אהן זכותים,

די זוה"ק זאגט אויפן פסוק "בזאת יבא אהרן אל הקודש", זאת דא רזא דברית, און אז אהרן הכהן איז אריין ביום הקדוש לפני ולפנים, אין זכות פון די אלע זאכן וואס שטייט דערביי די ווארט "זאת",
זאת בריתי אשר תשמור,
וזאת התורה
ובחנוני נא בזאת,
אשרי אנוש יעשה זאת,
וזאת התרומה

ווי אויך זאגט די זוה"ק אז די עבודה יו"כ איז געטוהן געווארן דורך אהרן הכהן, ווייל ער איז קעגן מדת "הוד" וואס דאס איז די אכטע פון די עשר ספירות, און "שמיני" איז למעלה מטבע, די זעלבע זאך איז מיט די ז' הזאות למטה דאס איז טבע, די אחת למעלה איז למעלה מדרך הטבע, און די זעלבע זאך שמיני עצרת מ'טאנצט די הקדמה "אחת למעלה", למעלה מדרך הטבע, "ושבע למטה", די זיבן הקפות וואס זענען קעגן די זיבן מדות וואס זענען אין די טבע למטה אויף די וועלט, טאקע ביום "שמיני עצרת" וואס שמיני איז למעלה מדרך הטבע, קען טאקע זיין אז וועגן דעם ביי חסידים איז די הקדמה די עיקר און עס נעמט לענגער ווי די הקפות, ווייל ס'איז למעלה מדרך הטבע, און וועגן דעם זאגט טאקע די זוה"ק אויפן פסוק "וביום השמיני עצרת", "ובעוד דאיהו עם מלכא, שאל מה דבעי' ויהיבנא לך", ווייל שמיני איז למעלה מטבע, קען מען אלעס בעטן אפילו למעלה מן המזל, און די זעלבע זאך "זאת חנוכה", און די זעלבע זאך "אחרון של פסח",

אצינד איז מיר די וואך בייגעפאלן, ווי שוין אויבן געזאגט, "מאתי לא תצא רעות", די גאנצע צרה פון די גאנצע 7 יאר, ווי שווער עס זאל נאר נישט איז עס זיכער לטובה, ווי רש"י זאגט די וואך "כולן שוין לטובה", ווי די ספרים טייטשן אז אלע מצבים האט זי אנגענומען לטובה, קען זיין אז דאס וואס דאס האט פאסירט פונקט פרשת חיי שרה, אין די סדרה וואס עס שטייט אין פסוק "ותהי לו לאשה ויאהביה" די ערשטע מאל ווי עס ווערט דערמאנט אין די תורה אהבת איש ואשתו, אזויווי עס ווערט שוין דערמאנט אין די ספרים פון עטליכע פון תלמידי בעש"ט אז די וואכן פון די שידוכין פון די אבות זענען מסוגל, מעשה אבות סימן לבנים, קריאה מעורר הזמן, צו ווייזן אז די גאנצע זיך צוטיילן און גט'ן נישט מער און נישט ביי קיינעם געדאכט, איז נאר א ירידה לצורך עלי', צוצוקומען צום ריכטיגן "ותהי לו לאשה ויאהביה", מיטן ריכטיגן אהבה, עס זאל זיין "על כל פשעים תכסה אהבה", די אהבה זאל אוועק נעמען אלע פשעים (השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה – בן עשרים ולא נשא כל ימיו בהרהור עבירה) , עס זאל נתעורר ווערן די "זכור אהבת קדומים" (די ערשטע אהבת איש ואשתו וואס ווערט דערמאנט אין תורה), והחי' נרדמים (לעב אויף די אחת מצלעותיו וואס איז געשעהן ווען ויפל אלקים תרדימה על האדם), וקרב הימים אשר בן ישי חי, (אין בן דוד בא עד שיכלו הנשמות שבגוף), עס זאל נתעורר ווערן די "וגם את נח "באהבה" זכרת, ותפקדהו בדבר ישועה ורחמים", על כן זכרונו בא לפניך להרבות זרעו כעפרות תבל וצאצאיו כחול הים, עס זאל זיין א "אהבה" שאינה תלוי' בדבר, עס זאל ח"ו קיינמאל נישט זיין בטלה אהבה,

אצינד ווען איך גרייט מיך שוין ליידער צו דעם אכטן חנוכה אלץ אינגערמאן, וואס איז שוין נישט "נר איש וביתו", ווי דערמאנט אז שמיני איז למעלה מדרך הטבע, די פארגאנגענע יארן האב איך יעדע "זאת חנוכה", איינגעריסן (ווי דערמאנט אויבן אז עס איז א טאג וואס איז א עת רצון), מיטן טייטשן די פסוק "אם (כאשר) תקום על מלחמה (מלחמת היצר – השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה – כל ימיו בהרהור עבירה) בזאת (ביום זאת חנוכה) אני בוטח, (אז עס זאל שוין זיין) אחת שאלתי (נאר איינס, די ריכטיגע) מאת ה' אותה (איר – די איינס) אבקש (אזוי וועט אי"ה קענען זיין) שבתי בבית ה' כל ימי חיי (ווי די זוה"ק זאגט הנוטר בריתו שורה עליו שם הוי'), און משלב געווען די פסוקים ווי עס ווערט דערמאנט די ווארט "זאת", נאר אויב עס איז "לזאת יקרא אשה", דעמאלט קען זיין "זאת בריתי אשר תשמור" און דעמאלט קען זיין "וזאת התורה" (ישא אשה ואח"כ ילמוד תורה בטהרה), (נאר ווען עס וועט זיין) זאת נחמתי בעניי, (דעמאלט וועט זיין) כי אמרתך חייתני (ווי חז"ל זאגן מילה שניתנה במאמר – שמירת הברית), טאקע יעדע זאת חנוכה האב איך דאס מתפלל געווען, אבער יעצט ווען עס ענדיגט זיך שוין גאנצע 7 יאר, מ'גייט אריין אין שנת השמיני, בפרט אז עס פאלט אויס פרשת חיי שרה, גייט די ישועה טאקע אנקומען אי"ה, און וועט אי"ה מקויים ווערן די "ותהי לו לאשה ויאהביה" פון ביידע זייטן,

שמיני איז למעלה מדרך הטבע דארף מען געהאלפן פארן אפי' למעלה מן המזל, אע"פ שאיני הגון וכדאי, יעצט איז שוין טאקע די יאר וואס "בזאת אני בוטח" ווי די זוה"ק זאגט זאת היא רזא דברית און מילה איז דאך בשמיני, איז יעצט ווען מ'גרייט זיך צום הייליגן טאג פון "זאת חנוכה" וועט עס זיין זאת חנוכה, בשנת השמיני, שמינית שבשמינית (די אכטע טאג פונעם אכטן חנוכה), בחינת תלמיד חכם (חז"ל זאגן אז א תלמיד חכם דארף האבן א שמינית שבשמינית), דארף שוין מקויים ווערן ביי מיר די "עונת תלמידי חכמים משבת לשבת", און איך זאל אראפ ברענגען דורות ישרים ומבורכים, ווי די גמרא זאגט "הרגיל בנר הויין ליה בנין רבנן",און עס זאל מקויים ווערן וואס מ'איז מתפלל ביי די לשם יחוד פאר די הייליגע מצוה פון "נר חנוכה", "ויהיו זרעי וזרע זרעי וזכני להוליד בנים זכרים תלמידי חכמים וחסידים אהובים למעלה ונחמדים למטה", און זיי אריין ברענגען לבריתו של אברהם אבינו, ווי די ספרים זאגן אז מיט דעם וואס א מענטש איז נימול לשמונה האט ער נאך נישט מקיים געווען מצות מילה בשלימות ווייל דעמאלטס איז נאך נישט בא לכלל דעת און ס'איז נאך נישט דא קיין בחירה, נאר ווען מען ברענגט אריין א אייגן קינד לברית איז הוברר הדבר למפרע אז עס איז אים געווען ניחא צו ווערן גע'מל'ט דעמאלט קומט מען צו צום שלימות פון מצות מילה, און איך זאל צוקומען צום שלימות פון די מצוה, און זיך קען פירן בקדושה, וואס דאס איז דאך די חיוב פון יעדע איד אלץ חלק פון מצות מילה (כידוע ליודעים), עדי זקנה ושיבה בבריות גופא ונהורא מעליא, ונזכה לראות בישועת ישראל ושמחתן בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

הודעהדורך לעמיל » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 12:13 pm

איך וויין מיט דיך זאל דיך די אייבישטער אויפרעכטען בקרוב ממש
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 1154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

הודעהדורך פלאוויוס » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 1:11 pm

גרוש טייערער, דיינע ווערטער רייסן דאס הארץ! נישט וואס איך קען פארשטיין דיין מצב, אבער האסט דעם ווייטאג ארויסגעברענגט גאר שטארק.

יהי רצון זאלסט טרעפן אן אמת'ע געליבטע גאר אין גיכן. דאס הארץ וואס איז צעריסן געווארן פון צער, זאל צעריסן ווערן פון קעגנזייטיגער ליבשאפט.
פלאוויוס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 537
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 22, 2014 10:27 pm
האט שוין געלייקט: 1016 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1052 מאל

הודעהדורך שלמה המלך » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 1:26 pm

אלץ חתן -נישט מער געדאכט- האט מיר איינער אריינגערוימט אין אויער אז פון די פסוק איז א ראי' אז יצחק איז געוועהן א חסידשער בחור און נישט קיין לוטפאק וכדו' ווייל טאמער וואלט ער קודם גע'דעיט' וואלט געדארפט שטיין קודם 'ויאהביה' און דערנאך 'ותהי לו לאשה' משא"כ דער חסידישער בחור ר' איטשע איז געוועהן קודם 'ותהי לו לאשה' מיט א קליין קארגע באשוי און דערנאך ,'ויאהביה'
און פאר דיר 'גרוש' קען איך זאגען אז ס'זעהט אויס עס איז דיר באשערט עפעס בעסערס! און וועסט בע"ה בקרוב דארפען טוישען דיין ניק אויף 'נשוי' :mrgreen:
באניצער אוואטאר
שלמה המלך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 748
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 108 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

הודעהדורך גרוש » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 1:59 pm

אפילו ביי די ליטווישע איז אויך קודם "ותהי לו לאשה" און דערנאך "ויאהביה",אפשר תאוה איז דא,
אמת'ע אהבה קען נישט זיין, פאר מ'לעבט צוזאמען א שטיק צייט,

חוץ ביי די וואס....................
שוין, לאמיר נישט רעדן, ווי נישט ווי איז דאך קאווע שטיבל אפען פאר יעדן בחור אפילו אהן א ניק,

נ.ב. אלעס וואס איך שרייב איז שוין נאכן דורך זיפן מיינע וועטער, וויסענדיג אז סאך אהן ניקס האבן צוטריט צו מיינע שטאף,

אין א פארמאכטע פארום וואלט איך גערעדט סאך מער און אפענער,
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

הודעהדורך נתן מנחם » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 4:54 pm

איך בין געווען אן אלטע בחור ווען איך בין א חתן געווארן. זייענדיג אין די הויכע צוואנציגער יארן בין איך געווען פארלוירען און מיאוש'דיג אין געקלערט אז אפשר וועל איך שוין קיין חתן נישט ווערען און אפשר וועט מען מיר באגראבען לאחר מרה ועשרים מיט א טלית קטן. אפשר בין איך פון די פארוואגעלטע נשמות וואס זענען אראפגעקומען פאר א תיקון און מיין בלייבען אליינס איז אט די תיקון. מיינע עלטערין זענען שוין געווארן עלטער און איך האב שוין געזעהן די שווארצע וואלקענעס ווי איך בלייב אהן א דאך איבער מיין קאפ ווען זיין גייען אוועק.

אבער ווי פון ים ארויס איז איין טאג אנגעקומען די ישועה ב"ה מיט א מיידעל וואס איז 9 יאר יונגער ווי מיך! און נישט קיין צווייטען ווי נאר מיין שכן פון די זעלבע בנין! ווען איך בין געווען 18 איז זי נאך געווען 9 יאר אלט! (איך מיין איך האב איהר אמאל געבעסיסיט אלס קינד).

בקיצור גיב נישט אויף!!!!! עס איז אלעס לטובה! אפשר דארף דיין כלה אויסוואקסען וכו'

איך וויל נאר מיט-טיילען א גוט ווארט וואס מיין ראש ישיבה האט מיר מחזק געווען מיט:

א שידוך איז ווי רענצל
ווען מען קומט אהן מיט אן עראפלאן און יעדער ווארט אויף זייער רענצל. איינער באקומט זיין רענצל פון די ערשטער ווי נאר עס הייבט אהן ארומפארן די קאנוועיער בעלט (דיע זענען די 18 יעריגע פריצאקעס וואס ווערען חתנים גלייך). איינער דארף ווארטען אביסעל (דיע וואס ווערען חתנים ביי די 20 צו 21) איינער ווארט זייער לאנג ביז די לעצטע פעקל (די 22-23 יעריגע) איינעמס פעקל קומט ארויס די ערשטע אבער עס איז באדעקט מיט א צווייטענס פעקל (די כלה זיינע האט אן עלטערער ברידער צו שוועסטער). איינעמס פעקל קומט אראפ פון די ערשטע אבער קאסטומס האלטען איהם אויף ממילא קומט ער אהן שפעט (די באשעפער וויל זיינע תפילות און טרערן) . און עטליכע האבען פארלוירענע פעקלעך וואס ברויכען ווארטען אויף די נעקסטע פליגער וואס וועט עס ברענגען. (די הויכע צוואנציגער יעריגע בחורים) אבער געדענק! די האסט געטוען דיין השתדלות ממילא דיע וואס האבען געווארט אזוי לאנג און שפעטער אויסגעפינען אז די רענצל איז פארלוירען פאר זיי איז דא א ספעשיל סערוויס פון האום דעליווערי. די עירליין ברענגט דאס אראפ צו דיין טיר. בחור/גרוש לעבען, דיין שידוך וועט ווערען דעליווערט אויף א גאלדענע טאץ צו דיר אינדערהיים ע"כ.

זאל די משל זיין א מליץ יושר פאר מיין ראש ישיבה זי"ע
זאל די נמשל זיין א מליץ יושר פאר ידידנו @גרוש
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך גרוש » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:05 pm

נתן מנחם די משל פון די רענצל איז געוואלדיג,
איך בין ב"ה נישט באזארגט אס עס וועט ניט אנקומען,
מיין פראבלעם אז איך קען נישט אזוי לעבן אפילו איין טאג, יעדן טאג וואס גייט דורך אין די מצב און איך בין געזונט און פרייליך איז א נס,

ווען דו האסט געזעהן אז דו ווערסט עלטער האסטו אנגעהויבן טראכטן אז דיין שכן איז גוט פאר דיר?
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

הודעהדורך נתן מנחם » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:28 pm

זאג נאר יעדער מיידעלע וואס די זעהסט אויף די גאס טראכסטו צו זיך אפשר איז דאס מיין באשערטער?
בכלל נישט! איך האב געוואינט אין א גרויסע בנין (פראזשעקס) מיט אסאך משפחות האלב פון זיי האב איך אפילו נישט געקענט! און ביז מען האט מיר דאס אנגעטראגען איז מיר נישט איינגעפאלן אז מיין באשערטער איז די קליינע מיידעלע וואס איז 9 יאר יונגער פון מיר. און ווילדסטען חלום וואלט איך נישט גערעדט בכלל אזא שידוך. אבער עס איז דא א באשעפער וואס פירט די וועלט, נישט איך.


אויב איך מעג מיר ערלויבען: אזוי ווי די גייסט דיך אט אט ווערען א חתן בשעטומ"צ וועסטו דאך גיין צו חתן שיעורים די ערשטע זאך וואס מען לערנט אויס איז קאמפלימענטירען די ווייב ווען נאר מען קען. ממילא וואלט געווען כדאי זיך צוצוגעוואינען צו דעם שיינעם מידה. אלזא א לייק אויף מיין פריעדיגע תגובה וואלט געווען א גוטע מתחיל במצוה אומרים לו גמור! :lol:
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך גרוש » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:33 pm

נתן מנחם, איך בין נישט קיין בחור,
איך בין שוין געווען ביי חתן שיעורים, פאר כמעט 8 יאר צוריק,
איך קען ברוך השם די גאנצע סוגיא אויסענווייניג,

איך גיי לכאורה נישט גיין נאכאמאל, חוץ אויב כ'וועל דעמאלט האלטן אז עס פעלט אויס,
בנוגע קאמפלימענטן,
כ'האב מיט דעם אנגעהויבן מיין תגובה,

אז דו רעדסט שוין בנוגע קאמפלימענטן די ווייב, דארט האט עס נאר א טעם ווען זי בעט נישט,
דא האב איך געפלאנט צו לייקן, אבער אז דו בעטס פארלירט עס די טעם
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

הודעהדורך גרוש » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:35 pm

נישט יעדע מיידל, אבער א מיידל וועם דו האסט געקענט, האב איך געטראכט אז אפשר,

בד"ו אין די 5 חדשים וואס איך בין געווען חתונה געהאט, האט זי באקומען פון מיר מער קאמפלימענטס ווי אנדערע פרויען באקומען אין 2 יאר
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

הודעהדורך גרוש » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:37 pm

שלמה המלך האט געשריבן:אלץ חתן -נישט מער געדאכט- האט מיר איינער אריינגערוימט אין אויער אז פון די פסוק איז א ראי' אז יצחק איז געוועהן א חסידשער בחור און נישט קיין לוטפאק וכדו' ווייל טאמער וואלט ער קודם גע'דעיט' וואלט געדארפט שטיין קודם 'ויאהביה' און דערנאך 'ותהי לו לאשה' משא"כ דער חסידישער בחור ר' איטשע איז געוועהן קודם 'ותהי לו לאשה' מיט א קליין קארגע באשוי און דערנאך ,'ויאהביה'
און פאר דיר 'גרוש' קען איך זאגען אז ס'זעהט אויס עס איז דיר באשערט עפעס בעסערס! און וועסט בע"ה בקרוב דארפען טוישען דיין ניק אויף 'נשוי' :mrgreen:


איך דארף נישט טוישן מיין ניק,
כ'האב א געהעריגע ניק, די ניק "גרוש" נוץ איך נאר פאר די זאכן,
ווען כ'וועל מער נישט האבן די זאכן,
וועל איך אי"ה עס מער נישט דארפן נוצן
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:53 pm

ר' נתן מנחם(משיב נפש).: איך האב געזאגט א ביסל אן אנדערן משל פאר איינעם פון מיינע זינען שי' וואס איז געשטאנען א ביסל א לאנגע שמונה עשרה. אז א שידוך איז אין א געויסן וועיג אזוי ווי ווען מ'קויפט א קאר. ס'איז דא א מענטש וואס צאלט א גרויסן פרייז אין אנהייב. נאכדעים האט ער שוין כמעט נישט קיין פעימענטס.
אויך איז פאראן א מענטש וועלכער נעמט דעם קאר מיט א קליינע דאון פעימענט. אבער די עיקר פרייז בלייבט איהם צו צאלן שפעיטער.
דער נמשל איז. אז ס'דא פאר וועים ס'גייט אביסל שווער אין אנהייב. אבער נאכדעים ווען ער טרעפט בעז"ה די ריכטיגע שידוך גייט זיין לעיבן זיין זייער גרינג. אויך איז פאראן איינער וועלכער טרעפט דעם שידוך זייער גרינג. אבער, ס'מאכט זיך ח"ו פראבלעימען שפעיטער ה"י....!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:59 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:55 pm

ר' בערלינו ,דערמאנסט מיר דעם ווארט פונעם בית ישראל מיטן ליטווישן ראש ישיבה.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5454
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2459 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 6:01 pm

איך אויך האט געשריבן:ר' בערלינו ,דערמאנסט מיר דעם ווארט פונעם בית ישראל מיטן ליטווישן ראש ישיבה.

ר' איך אויך: יעצט אז דו האסט מיך געמאכט געפערליך נייגעריג, ביטע זיי מוחל און זיי מפרש דיינע ווערטער... ייש"כ למפרע... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך גרוש » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 6:15 pm

גאויסן ישר כח פאר בערל מיט נתן מנחם און איך אויך, פארן האלטן מיין אשכול אויפן אויבערפלאך,

קיפ אן יור גוד ווארק,

כה לחי
נאר אזוי
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

הודעהדורך כפתור » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 6:28 pm

:like :like
שלמה המלך האט געשריבן:אלץ חתן -נישט מער געדאכט- האט מיר איינער אריינגערוימט אין אויער אז פון די פסוק איז א ראי' אז יצחק איז געוועהן א חסידשער בחור און נישט קיין לוטפאק וכדו' ווייל טאמער וואלט ער קודם גע'דעיט' וואלט געדארפט שטיין קודם 'ויאהביה' און דערנאך 'ותהי לו לאשה' משא"כ דער חסידישער בחור ר' איטשע איז געוועהן קודם 'ותהי לו לאשה' מיט א קליין קארגע באשוי און דערנאך ,'ויאהביה'
און פאר דיר 'גרוש' קען איך זאגען אז ס'זעהט אויס עס איז דיר באשערט עפעס בעסערס! און וועסט בע"ה בקרוב דארפען טוישען דיין ניק אויף 'נשוי' :mrgreen:
!You are metal
כפתור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 183
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 4:52 pm
האט שוין געלייקט: 204 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 148 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 7:24 pm

גרוש האט געשריבן:גאויסן ישר כח פאר בערל מיט נתן מנחם און איך אויך, פארן האלטן מיין אשכול אויפן אויבערפלאך,

קיפ אן יור גוד ווארק,

כה לחי
נאר אזוי


דער עיקר איז אז די כלה זאל ארויפשווימען אויפן אויבערפלאך ווי אמשנעלסטן :lol:

נאר אזוי!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14892
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17355 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17717 מאל

הודעהדורך יאיר » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 7:49 pm

הארץ רייסנד.
די איינציגע טרייסט וואס איך קען דיר געבן, גרוש טייערער, איז אז איך קען אזעלכע וואס זענען געווען אין דיין מצב און היינט געדענקען זיי "יענער ביטערער נאכט" אלס די בעסטע זאך וואס איז געשען צו זיי.
אויב איך מעג נעמען די חוצפה צו טיילן עצות, וואלט איך געזאגט אז עס איז וויכטיג זיך אריינצולייגן אין א נושא, וואס אימער עס זאל זיין, אזוי אז די צייט זאל כאטש נישט דורכגיין מיט גארנישט, ווי אויך צו העכערן די סטאקס. זעסט אויס ווי אן ערנסטער בעל תוכן, ס'איז זיכער דא זאכן וואס אינטערעסירן דיר, פון קאמפיוטער פראגראמינג ביז אידישע היסטאריע ביז חסידישע ספרים. לייג דיך אריין אין א נושא און פרוביר צו מחדש זיין עפעס אין דעם ענין.
א הארץ וואס ווייטאגט מיט,
יאיר
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 7221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7676 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 9:02 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:
גרוש האט געשריבן:גאויסן ישר כח פאר בערל מיט נתן מנחם און איך אויך, פארן האלטן מיין אשכול אויפן אויבערפלאך,

קיפ אן יור גוד ווארק,

כה לחי
נאר אזוי


דער עיקר איז אז די כלה זאל ארויפשווימען אויפן אויבערפלאך ווי אמשנעלסטן :lol:

נאר אזוי!

אמן! כן יהי רצון...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 9:22 pm

אוי גרוש, מיינע אויגן זענען פאר'וואסער'ט
בייגעלייגטע פיילס
imgres.jpg
imgres.jpg (4.75 KiB) געזען געווארן 4346 מאל
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1005
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2106 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 9:30 pm

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:אוי גרוש, מיינע אויגן זענען פאר'וואסער'ט

שטילע יונגערמאן: דיינע אויגן זענען פארוואסערט און דיין מויל צו גענייט. איך האב באמת רחמנות אויף דיר... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11970
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13300 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7637 מאל

הודעהדורך גרוש » דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 10:44 pm

יאיר, גרויסן ישר כח,

איך זאג שוין אז יענע נאכט איז געווען די בעסטע מאוו,
ב"ה פטור געווארן פון א טייפ פרוי וואס כ'האב נישט געזוכט,
איך וואלט נישט געקענט לעבן מיט איר,
זי איז נאר געווען די קאמפלעינער און דער וואס איז אוועק געגאנגען,
אזוי קען איך זאגן מיט א זיכערקייט,
"ידינו לא שפכה את הדם הזה"
איך ווארט נאר אויף די יארן וואס איך וועל זאגן אז די גאנצע דורכגאנג האט זיך געלוינט צוצוקומען צו די גוטע יארן, מיט די ריכטיגע זאך
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

הודעהדורך Yossy » פרייטאג נאוועמבער 14, 2014 1:48 am

טייערע פריינט מיין הארץ גייט אויס פאר דיר , כ`האב געוואלט מיטטיילען א ווארט וואס כ`האב אמאל געהערט וואס כ`האלט אז סאיז א אמת ווארט You can't do the same thing everyday and expect different results דהיינו אין יעדער פרט , סיי אין פרנסה , גידול בנים, סיי ברוחניות אין סיי בגשמיות יעדע איינציגסטע זאך גארנישט געשעט בהיסח הדעת אויב איז מען נישט צופרידען וויאזוי נעכטען האט אויסגעזען אין וואס מען האט אקאמפלישט דארף מען טוישען די approach .... גלייב מיר איך רעד צי מיך אליין אין איך טראכט אז די קענסט אויך עפעס ארויסנעמען פון דעם. יעדען טאג דארף מען טראכטען וואס גיי איך היינט טיען אנדערש ווי נעכטען . דער באשעפער זאל העלפען דיינע פעולות זאלען געקרוינט ווערן מיט הצלחה אין מען זאל הערן בשורות טובות בקרוב..
Yossy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 100
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:13 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

הודעהדורך געלע באס דרייווער » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 9:56 pm

ר' גרוש איך מיז דיר זאגן אז איך האב שוין לאנג נישט געלאזט קיין טרערן... וואא ווי.. עס איז זייער ווייטאגליך צו הערן וויאזוי א גרוש מאכט נעבעך מיט.. איך בין צוגעווינט צו הערן וועגין פרנסה, געזונטע אדער ערליכע קינדער, געזונטהייט וכו' אבער אז א גרוש איז נעבעך אזוי ציבראכן ...... עס ראסט דאך די הארץ, וויזאוי טראגט מען דאס דורך... די הייליגע בורא ומנהיג זאל דיר שוין העלפן, די זאלסט ווערען א חתן שוין די וואך און די זאלסט האבן אזא דילישעס לעבן אז עס זאל אנפילען דעים גאנצען חלל און נאכמער...
געלע באס דרייווער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 7
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש סעפטעמבער 06, 2014 11:48 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

הודעהדורך גרוש » מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 10:02 pm

געלע באס דרייווער,
גרויסן ישר כח,
פאר אזעלכע ווי דיר האב איך געשריבן מיין ארטיקל,
איך דארף דיין תפלה,
ישר כח,

איך וואלט דיר געגעבן 5 לייקס, אבער די סיסטעם לאזט נאר איינס
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 288
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 307 מאל

נעקסט

גיי צוריק אחיעזר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט