ותהי לו לאשה ויאהביה - (פ' חיי שרה)

הילף, עצות און טיפס

הודעהדורך Easy Shopping » דינסטאג אקטאבער 04, 2016 11:35 pm

רוף 845.288.3279 א שדכן פאר גרושים
Looking to get deals on your what's app statues msg (845) 379-4829
https://chat.whatsapp.com/CdtDiCyh5WWEOiWzTiu7RI
Easy Shopping
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1900
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2015 12:25 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 75 מאל

הודעהדורך גרוש » מוצ"ש אקטאבער 08, 2016 10:54 pm

ביליג האט געשריבן:איך האב מתפלל געווען פאר דיר
די באשעפער ווייסט ווער עס איז "די גרוש פון קאווע שטיבל" !



ישר כח,
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל

הודעהדורך גרוש » מוצ"ש אקטאבער 08, 2016 10:54 pm

Easy Shopping האט געשריבן:רוף 845.288.3279 א שדכן פאר גרושים



ישר כח,

מה שמו?
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל

הודעהדורך גרוש » דינסטאג אקטאבער 11, 2016 2:49 pm

ביליג האט געשריבן:איך זאג פאר דיר פון פ' ביזן סוף


יום כ'פורים
אזויווי פורים,

מ'קען אויך פועל'ן
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל

הודעהדורך גרוש » מוצ"ש נאוועמבער 19, 2016 10:21 pm

גרוש האט געשריבן:בס"ד
ותהי לו לאשה ויאהביה
ליל חמישי לסדר "ויאהביה" עשרים יום לחודש מרחשון תשע"ה לפ"ק

די אויבערדערמאנטע נאכט דערמאנט מיר עפעס, דערמאנט מיר יענעם ביטערן חודש, "מר"חשון מיט זיבן יאר צוריק שנת תשס"ח לפ"ק, בעת כ'האב געזעהן אז אט אט, גייט מען זיך איבערצייגן, אז א געוויסע תקופה אויף וואס כ'האב פאראויסגעקוקט מיט שמחה'דיגע בליקן אז די תקופה גייט א גאנצע לעבן געדענקט ווערן און עס איז געפארן אויפן פארקערטן ריכטונג ווי געראכטן, איז געווען א ביטערע דורכגאנג, וואס איך גיי וועלן פארגעסן, ווי שנעלער (ב"ה כ'האב שוין כמעט פארגעסן דערפון),

עס איז אנגעקומען מוצ"ש וירא ט"ז חשון און איך בין געוואר געווארן אז ניין, איך לעב נישט אין קיין חלום, ס'איז נישט קיין דורכגאנג, עס איז נישט פיקסעבל, דאס איז עס, דאס האט זי אפגעמאכט אויף מיר, און דאס גייט געשעהן, זי גייט אוועק וואקן, און בשום אויפן נישט טוישן איר מיינונג און מהלך המחשבה, זי וועט זיך נישט לאזן צורעדן פון קיינעם, די שאלה איז נאר ווען עס גייט געשעהן, פארשטייט זיך אז פון דעמאלט האט מען קיין אויג נישט צוגעמאכט, ותתפעם רוחי, מ'האט געווארט אז די נאכט זאל זיך ענדיגן, און מ'זאל קענען גיין אין בית מדרש, און זעהן וואס מ'קען טוהן, מ'האט פרובירט אלעס וואס מ'קען נאר, וויסענדיג פונעם מאמר חז"ל "אפי' חרב חדה מונחת על צווארו של אדם אל יתייאש עצמו מן הרחמים", אפשר דאך וועט זי איינזעהן אז זי גייט ראנג, און זיך טוישן, די זונטאג'דיגן טאג איז שוין דורך, מ'דארף גיין עסן סאפער ביי די דעמאלטסדיגע שוויגער, מ'האט פרובירט אנצוגיין ווי געהעריג, כדי נישט האבן קיין שום יד אינעם צוטיילונג, צו קענען זאגן מיט א ברורות "ידינו לא שפכו את הדם הזה", ביטער שוווער געווען יענע תקופה, פרובירט נישט צו טוישן קיין איין איבריג ווארט מיט איר, זי זאל נישט האבן נאך פתחים צו טענה'ן פארוואס זי דארף זיך נישט טוישן נאר צוברעכן די מערידזש, זונטאג דורך'ן טאג האט מען זיך מזכיר געווען ביי א חבר ביום חופתו, און אז ער זאל מיר אינזין האבן ביי מנחה, ביינאכט איז מען געגאנגן צו די חתונה געזיצן דארט ביז ווען מ'האט געקענט, דארט האט מיר די חתן געזאגט אז ער האט מיר אינזין געהאט, מ'איז אהיים געקומען, כ'האב ווידער נישט געקענט צומאכן קיין אויג, מיין הארץ האט אנגעהויבן קלאפן שטערקער און שטערקער כ'האב אנגעהויבן שוויצן, געפיהלט ווי מיין אטעם ווערט שווערער, טראכטענדיג וואס איך גיי דא דורך גיין, זאכן וואס כ'האב נישט געוואונטשן פאר מיינע גרעסטע שונאים, און דא נישט א צווייטער ווי "עצמי ובשרי" גייט דאס ליידער דורכגיין, הייליגע באשעפער איך אוכל לראות באבדן מולדתי, איך דארף שלו' מאכן מיטן מצב אז די טרוים און האף מימי ילדותי, אויף ווען איך גיי חתונה האבן ווערט דא צורינען, ס'איז נישט געלונגען, ס'איז געווען א דורכפאל, וויזוי טראג איך דאס דורך, מיין אטעם ווערט שווערער, איך הייב אהן טראכטן פון אויפהייבן די טעלאפאן און קאלן הצלה, והנה, דער אייבערשטער האט פארקירעוועט מיינע מחשבות, ויעבור אלקים רוח, כ'האב אנגעהויבן טראכטן, דער אייבערשטער וועט מיר נישט פארלאזן, אויב איז מיר באשערט צו לעבן, וועל איך דאס אי"ה דורך מאכן, און איך קען אלעס רואיג לאזן אויף אים, ער טראגט שוין מיינע דאגות, מיין הארף האט אראפגעסלאוט, מיין אטעם איז גרינגער געווארן, און איך בין איינגעשלאפן, 2-3 שעה שפעטער האב איך געזעהן אז עס שוין 5 אזייגער, מ'קען שוין אנטלויפן פון הויז איז מען ארויסגעגאנגען, כמעשהו בראשון כך מעשהו בשני, ביידע נעכט זיכער געמאכט אהיים צוקומען ווען זי שלאפט שוין, און ארויסגיין ווען זי שלאפט נאך, מ'זאל נישט דארפן טוישן קיין איין ווארט, דינסטאג אינמיטן טאג האט מען זיך ווידער מזכיר געווען ביי א אנדערע חבר ביום חופתו, אבער יענער האט געמאכט מיט מיר א תנאי, אז איך זאל אים קניפן די ציצית פון זיין טלית למחרתו, וואס פארשטייט זיך די דיעל איז געווארן דאון על אתר, ביינאכט האט זי געהאט א קאזינס חתונה, זי האט מיר געזאגט אז איך ווערט שוין נישט פארעכנט אין די משפחה, סא איך זאל נישט גיין צו די חתונה, האב איך איר געענטפערט, אז דאס איז דיין מיינונג, איך מעג האלטן אנדערש, אבער איך גיי סייווי נישט ווייל מיין געדולד אין די מצב לאזט נישט, בין איך געגאנגען שלאפן, זי איז דאך נישט אינדערהיים, סא מ'האט פרובירט איינצושלאפן, ווען זי איז אהיים געקומען האב איך זיך געמאכט ווי איך שלאף, און 5 אזייגער זיך ארויסגעשארט פון דערהיים, מיטוואך נאכט געווען די זעלבע זאך, נאר זי איז א גאנצע נאכט געווען אלערט, מיר צו כאפן פאר איך גיי ארויס,

גאנצע זיבן יאר צוריק בעת כזאת, דאנערשטאג אינדערפרי פרשת חיי שרה כ' חשון תשס"ח, כ'וויל ארויסגיין פון דערהיים און זי שטעלט מיר אפ, און זאגט מיר די דאזיגע ווערטער, אויף וואס כ'האב שוין ווי האלב געווארט, ווייל די מצב איז נישט געווען נישט אראפצושלינגן און נישט אויסצושפייען, וז"ל:
איך גיי צו די ארבעט און פון דארט צו מיין מאמע, איך קום שוין נישט צוריק, כ'האב איר געזאגט אקעי, און געוואלט לויפן, און זי פרעגט מיר: אזוי קאלט געזעגענטס דאך?, נישט ווייל זי האט א געהאט א טראפ געפיהל, נאר זי האט געוואלט פארקויפן פאר די גאס, אז מ'האט זיך שיין צוטיילט, איך האב אבער איר נישט פארגינען די הנאה אז זי זאל זיין "עושה מעשה זמרי ומבקש שכר כפנחס", און פארקויפן פאר די גאס אז זי האט עס געמאכט "דזשענטל" און זי איז נייס, בעת ווען עס געווען פונקט די פארקערטע, און ווי געזאגט, כ'האב נישט געוואלט האבן קיין יד אין די צוטיילונג, איך זאל קענען רואיג פיהלן אז ידינו לא שפכה את הדם הזה, און ס'איז נישט געווען מיין בחירה, כ'האב נאר נישט געהאט קיין ברירה, האב איך איר געענטפערט, דיין אוועקגיין איז נאר לשיטתך, לשיטתי בין איך נישט אזוי שלעכט, אז דו דארפסט אוועקגיין, און שוין דארט האט זיך עס ב"ה געענדיגט,

גייענדיג אין בית מדרש אז געווען אין א בחינה פון "ויחד", פון איין זייט האב איך אפגעאטעמט אז איך האב געטוהן מיינס, און זי גייט שוין ב"ה אוועק, עס ווערט גרינגער, פון די אנדערע זייט האב איך פאראויסגעזעהן די מצב וואס איך גיי יעצט אריין, נאך אביסל גייט מען שמועסן אונטער מיין רוקן אז איך בין סעפערעיט, איך גיי לכאורה בקרוב מקיין זיין דעם "וכתב לה", און "מי יודע אם לעת כזאת הגעת למלכות" ווער ווייסט ווי איך גיי א יאר ארום האלטן, צו עס גייט שוין נאכאמאל זיין מלכות (ויהי' בעיניה כמלך - חתן דומה למלך), אבער וואס כ'האב דענסמאל נישט גע'חלום'ט אז גאנצע "זיבן יאר" שפעטער וועל איך נאך קענען באשרייבן די זמנים מיט ווייטאג, ועדיין לא נושעתי,

זיבן יאר איז שוין א תקופה, ווי "איינמאל א שמיטה", דאס איז די אויסדרוק פון מענטשן ווען מ'וויל זאגן אויף א זאך וואס געשעהט נישט אזוי אפט, דאס איז זייער א לאנגע צייט אין מענטשענס אויגן נאר ווען מ'רעדט דערפון, אבער נישט ווען מ'טראכט דערפון, זאל נאר יעדער צוריק טראכטן וואס עס איז אים דורך די לעצטע 7 יאר, וועט מען זעהן ווי שנעל ס'איז פארלאפן, ווי א אויגן בליק, מיט איין דריי דערזעהט מען זיך אז מ'האלט שוין ביים חתונה מאכן די קינדער וכדומה, אבל "אצלי אינו כן", זיבן ווייטאגליכע יארן איז שוין ליידער פארלאפן, דאס מיינט 365 וואכן, 365 שבתים, 2555 נעכט, (בערך), 7 מאל ראש השנה, 7 מאל יום כיפור, 7 מאל סוכות, 7 מאל חנוכה, 7 מאל פורים, 7 מאל פסח, 7 מאל שבועות, יעדע נאכט, יעדע שבת, יעדע יום טוב, פון די אלע נומערן איז געווען א עקסטערע שטארקע אפקומעניש, און איך האלט נאך פאר אלעם, כ'האב נאך נישט אנגעהויבן מיינע ימי עמידה, נאך נישט אנגעהויבן מיין לעבן, נסתרים דרכי ה', אני מאמין באמונה שלימה אז פונקטליך וויאזוי די זיבן יאר זענען דורך אזוי האט עס געדארפט זיין, איך טראכט נאר צוריק יענע ווינטער פון די סעפערעישאן נישט מער און נישט ביי קיינעם געדאכט, כ'האב נישט געוואוסט פון איין מינוט אויפן צווייטן, וואס די נעקסטע מינוט גייט ברענגען, כ'האב מיר פלוצלונג זיך דערזעהן אויף די וועלט אליין, ווי גייט מען, ווי שטייט מען, וויזוי גייט מען ווייטער אהן מיטן לעבן, כ'האב יעדע מינוט געפיהלט ווי די מינוט ענדיגט זיך די לעבן, כ'האב נישט קיין שום פלאן אויף די נעקסטע מינוט, כ'האב ווי נאטורליך פארלוירן די אפעטיט צו עני טינג אויף די וועלט, נישט געהאט קיין געדולד נישט צו עסן און נישט צו שלאפן, און נישט צו דאווענען און אודאי נישט צו לערנען, כ'האב מיר פלוצלינג דערזעהן די ערשטע מאל זייט מיין בר מצוה, וואס כ'האב וואך נאך וואך נישט מעביר סדרה געווען, פון די בר מצוה האב איך זיבן יאר אין א ציה יעדע איינציגע וואך מעביר סדרה געווען, נישט אויסגעלאזט קיין וואך, און דא פלוצלינג האב איך נישט געהאט קיין געדולד צו גארנישט, כ'האב מיר דערזעהן שמחת תורה תשס"ט, אז איך בין געבליבן שטעקן אינמיטן נח, (ווייל כ'האב שוין געפיהלט די שווערע צייטן עטליכע וואכן)

ב"ה מיינע געשוויסטער האבן גענומען אויף זיך צו מודיע זיין פאר מיינע עלטערן די מצב, איז איין זאך אראפ פון קאפ, יעדן טאג זיך אריינגעזעצט אין שוהל שמועסן ביז ביינאכט, ווען מיינע חברים זענען אהיים צו נאכטמאל, און איך בין געבליבן אליין, ביינאכט בין איך משוגע געווארן, (נישט ממש באט יו געט די פונט)

(ברם זכור אותו האיש לטוב, א געויסע איד (נאמען געהיטן אין רעדאקציע) וואס האט מיר דעמאלט אין יענע טעג געקאלט און מיר געזאגט, איך הער דו ביזט יעצט אריין געפאלן אין א שווערע מצב, און מיר אריבער גערופן צו אים אין אפיס, און דורך געשמועסט מיט מיר מיין מצב און מיינע אומשטענדן און מיינע אפשענס, און עצות און חיזוק דורך צו מאכן די שווערע טעג, בלי שום תשלום גמול, נאך עד היום הזה טראכט איך אז ווען נישט אים, וואלט איך לכאורה נישט געבליבן נארמאל, ער איז געווען ווי א שאקער און א סטעבעלייזער )

בימים ההם בין איך ב"ה געווען געבענטש מיט צוויי זאכן, די וועלטס געלט (נישט קיין עושר געווען, נאר נישט געהאט קיין איין איינציגע עקספענס) און די וועלטס צייט, האב איך מיר אריינלייגט אין מאכן דרייווערס לייסענס, עס האט געקאסט בערך טויזענט דאלער און גענומען פינף חדשים ביז נאך פסח, אזוי האב איך מיר געהאלטן פארנומען, ביינאכט האב איך געווענדליך זיך ארויפגעזעצט אויפן טרעין אין ווילי, און געקוקט אויפן מעפ, שטודירט די וועגן, וועלכע וועג ס'איז די שנעלסטע צו לאוער מאנהעטען, וועלכע וועג צו אפפער מאנהעטן, וועלכע צו ב"פ און וועלכע צו פלעטבוש, וכולהו, ביז כ'האב איין נאכט געטראפן מאטאר וויקל ביי איינע פון די סטאפ, איז מען די נעקסטע צופרי געפארן נאכאמאל די זעלבע וועג צו מאכן א פערמיט, עשרה בטבת האט מען געשטופט די נאכט אין ראדני (גראדע מיט א שנה ראשונה אינגערמאן – ער לעבט נאך מיט זיין ווייב ב"ה – כ'ווייס נישט וואס זיין חשבון איז געווען), 5:30 פארטאגס האט מען געקויפט א סענדוויטש ביי "קליינס רעסטראונט", גענומען די טרעין צו 770, און פארברענגט אין קרוינהייטס, געפארן קיין מאנהעטען צו די עסעקס סטריט סטאפ נעבן וויליאמסבורג ברידזש, און אריבער שפאצירט די בריק קיין ווילי, געגאנגען דאווענען, זיך געלייגט שלאפן ביז מנחה מעריב, און אויספאסטן, אזוי איז די ווינטער דורך בנסי ניסים, דער אייבערשטער האט זיכער געמאכט אז מ'האט אונטער האלטינג, אזוי זענען די יארן געלאפן, מ'האלט שוין היינט זיבן גאנצע יאר שפעטער, די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן אויף די נומער 7, שבעה ימי שבתא, ז' מדות, ז' רקיעים, זיבן טעג פסח, זיבן טעג סוכות, שבע הזאות יום כיפור, זיבן טעג חנוכה ביז זאת חנוכה, שבעה רועים, זיבן אושפיזין, זיבן טעג ביזן ברית, אויף די אלע זאכן שטייט אז עס איז קעגן די זיבן מדות, וואס דאס איז טבע העולם, אויף שמיני עצרת, זאת חנוכה, און אחרון של פסח, שטייט אז דאס זענען ימי רצון, ווייל אכט איז למעלה מדרך הטבע,

ביי זאת חנוכה איז די בני יששכר מאריך אז די טאג קען מען געהאלפן ווערן "בבני חיי ומזוני" ווייל בני חיי ומזוני לאו בזכותא תלי'ק אלא במזלא, און אין דעם טאג קען מען געהאלפן ווערן למעלה מן המזל עיי"ש, קען טאקע זיין אז וועגן דעם זענען די זמנים ימי רצון ווייל אפילו מיר האבן ליידער נישט קיין זכותים, וויבאלד אכט איז למעלה מדרך הטבע ווערט מען געהאלפן אפילו למעלה מן המזל, אהן זכותים,

די זוה"ק זאגט אויפן פסוק "בזאת יבא אהרן אל הקודש", זאת דא רזא דברית, און אז אהרן הכהן איז אריין ביום הקדוש לפני ולפנים, אין זכות פון די אלע זאכן וואס שטייט דערביי די ווארט "זאת",
זאת בריתי אשר תשמור,
וזאת התורה
ובחנוני נא בזאת,
אשרי אנוש יעשה זאת,
וזאת התרומה

ווי אויך זאגט די זוה"ק אז די עבודה יו"כ איז געטוהן געווארן דורך אהרן הכהן, ווייל ער איז קעגן מדת "הוד" וואס דאס איז די אכטע פון די עשר ספירות, און "שמיני" איז למעלה מטבע, די זעלבע זאך איז מיט די ז' הזאות למטה דאס איז טבע, די אחת למעלה איז למעלה מדרך הטבע, און די זעלבע זאך שמיני עצרת מ'טאנצט די הקדמה "אחת למעלה", למעלה מדרך הטבע, "ושבע למטה", די זיבן הקפות וואס זענען קעגן די זיבן מדות וואס זענען אין די טבע למטה אויף די וועלט, טאקע ביום "שמיני עצרת" וואס שמיני איז למעלה מדרך הטבע, קען טאקע זיין אז וועגן דעם ביי חסידים איז די הקדמה די עיקר און עס נעמט לענגער ווי די הקפות, ווייל ס'איז למעלה מדרך הטבע, און וועגן דעם זאגט טאקע די זוה"ק אויפן פסוק "וביום השמיני עצרת", "ובעוד דאיהו עם מלכא, שאל מה דבעי' ויהיבנא לך", ווייל שמיני איז למעלה מטבע, קען מען אלעס בעטן אפילו למעלה מן המזל, און די זעלבע זאך "זאת חנוכה", און די זעלבע זאך "אחרון של פסח",

אצינד איז מיר די וואך בייגעפאלן, ווי שוין אויבן געזאגט, "מאתי לא תצא רעות", די גאנצע צרה פון די גאנצע 7 יאר, ווי שווער עס זאל נאר נישט איז עס זיכער לטובה, ווי רש"י זאגט די וואך "כולן שוין לטובה", ווי די ספרים טייטשן אז אלע מצבים האט זי אנגענומען לטובה, קען זיין אז דאס וואס דאס האט פאסירט פונקט פרשת חיי שרה, אין די סדרה וואס עס שטייט אין פסוק "ותהי לו לאשה ויאהביה" די ערשטע מאל ווי עס ווערט דערמאנט אין די תורה אהבת איש ואשתו, אזויווי עס ווערט שוין דערמאנט אין די ספרים פון עטליכע פון תלמידי בעש"ט אז די וואכן פון די שידוכין פון די אבות זענען מסוגל, מעשה אבות סימן לבנים, קריאה מעורר הזמן, צו ווייזן אז די גאנצע זיך צוטיילן און גט'ן נישט מער און נישט ביי קיינעם געדאכט, איז נאר א ירידה לצורך עלי', צוצוקומען צום ריכטיגן "ותהי לו לאשה ויאהביה", מיטן ריכטיגן אהבה, עס זאל זיין "על כל פשעים תכסה אהבה", די אהבה זאל אוועק נעמען אלע פשעים (השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה – בן עשרים ולא נשא כל ימיו בהרהור עבירה) , עס זאל נתעורר ווערן די "זכור אהבת קדומים" (די ערשטע אהבת איש ואשתו וואס ווערט דערמאנט אין תורה), והחי' נרדמים (לעב אויף די אחת מצלעותיו וואס איז געשעהן ווען ויפל אלקים תרדימה על האדם), וקרב הימים אשר בן ישי חי, (אין בן דוד בא עד שיכלו הנשמות שבגוף), עס זאל נתעורר ווערן די "וגם את נח "באהבה" זכרת, ותפקדהו בדבר ישועה ורחמים", על כן זכרונו בא לפניך להרבות זרעו כעפרות תבל וצאצאיו כחול הים, עס זאל זיין א "אהבה" שאינה תלוי' בדבר, עס זאל ח"ו קיינמאל נישט זיין בטלה אהבה,

אצינד ווען איך גרייט מיך שוין ליידער צו דעם אכטן חנוכה אלץ אינגערמאן, וואס איז שוין נישט "נר איש וביתו", ווי דערמאנט אז שמיני איז למעלה מדרך הטבע, די פארגאנגענע יארן האב איך יעדע "זאת חנוכה", איינגעריסן (ווי דערמאנט אויבן אז עס איז א טאג וואס איז א עת רצון), מיטן טייטשן די פסוק "אם (כאשר) תקום על מלחמה (מלחמת היצר – השרוי בלא אשה שרוי בלא חומה – כל ימיו בהרהור עבירה) בזאת (ביום זאת חנוכה) אני בוטח, (אז עס זאל שוין זיין) אחת שאלתי (נאר איינס, די ריכטיגע) מאת ה' אותה (איר – די איינס) אבקש (אזוי וועט אי"ה קענען זיין) שבתי בבית ה' כל ימי חיי (ווי די זוה"ק זאגט הנוטר בריתו שורה עליו שם הוי'), און משלב געווען די פסוקים ווי עס ווערט דערמאנט די ווארט "זאת", נאר אויב עס איז "לזאת יקרא אשה", דעמאלט קען זיין "זאת בריתי אשר תשמור" און דעמאלט קען זיין "וזאת התורה" (ישא אשה ואח"כ ילמוד תורה בטהרה), (נאר ווען עס וועט זיין) זאת נחמתי בעניי, (דעמאלט וועט זיין) כי אמרתך חייתני (ווי חז"ל זאגן מילה שניתנה במאמר – שמירת הברית), טאקע יעדע זאת חנוכה האב איך דאס מתפלל געווען, אבער יעצט ווען עס ענדיגט זיך שוין גאנצע 7 יאר, מ'גייט אריין אין שנת השמיני, בפרט אז עס פאלט אויס פרשת חיי שרה, גייט די ישועה טאקע אנקומען אי"ה, און וועט אי"ה מקויים ווערן די "ותהי לו לאשה ויאהביה" פון ביידע זייטן,

שמיני איז למעלה מדרך הטבע דארף מען געהאלפן פארן אפי' למעלה מן המזל, אע"פ שאיני הגון וכדאי, יעצט איז שוין טאקע די יאר וואס "בזאת אני בוטח" ווי די זוה"ק זאגט זאת היא רזא דברית און מילה איז דאך בשמיני, איז יעצט ווען מ'גרייט זיך צום הייליגן טאג פון "זאת חנוכה" וועט עס זיין זאת חנוכה, בשנת השמיני, שמינית שבשמינית (די אכטע טאג פונעם אכטן חנוכה), בחינת תלמיד חכם (חז"ל זאגן אז א תלמיד חכם דארף האבן א שמינית שבשמינית), דארף שוין מקויים ווערן ביי מיר די "עונת תלמידי חכמים משבת לשבת", און איך זאל אראפ ברענגען דורות ישרים ומבורכים, ווי די גמרא זאגט "הרגיל בנר הויין ליה בנין רבנן",און עס זאל מקויים ווערן וואס מ'איז מתפלל ביי די לשם יחוד פאר די הייליגע מצוה פון "נר חנוכה", "ויהיו זרעי וזרע זרעי וזכני להוליד בנים זכרים תלמידי חכמים וחסידים אהובים למעלה ונחמדים למטה", און זיי אריין ברענגען לבריתו של אברהם אבינו, ווי די ספרים זאגן אז מיט דעם וואס א מענטש איז נימול לשמונה האט ער נאך נישט מקיים געווען מצות מילה בשלימות ווייל דעמאלטס איז נאך נישט בא לכלל דעת און ס'איז נאך נישט דא קיין בחירה, נאר ווען מען ברענגט אריין א אייגן קינד לברית איז הוברר הדבר למפרע אז עס איז אים געווען ניחא צו ווערן גע'מל'ט דעמאלט קומט מען צו צום שלימות פון מצות מילה, און איך זאל צוקומען צום שלימות פון די מצוה, און זיך קען פירן בקדושה, וואס דאס איז דאך די חיוב פון יעדע איד אלץ חלק פון מצות מילה (כידוע ליודעים), עדי זקנה ושיבה בבריות גופא ונהורא מעליא, ונזכה לראות בישועת ישראל ושמחתן בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א



און מיר האלטן שוין נאכאמאל די צייט אין יאר,
ועדיין לא כותבין אותו בלשון עבר
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 20, 2016 11:38 am

מיין טייערער גרוש שיחיה עמו"ש. איך האב נאר געליינט ראשי פרקים פון דיין לאנגן (ציטירטן) מאמר. איך האב שטארק מיטלייד מיט דיין מצב. און איך ווינטש דיר אז דו זאלסט בקרוב אויפגעראכטן ווערן מיט אלעם גוטן. בכל משאלות לבבך לטובה. איך האב נאר איין קשיא. דו זאגסט בתוך הדברים אז ס'איז געווארן עולם חשך בעדך. ווייל דו האסט געטרייט אלע מיני השתדלות זי צו צורעדן צו בלייבן. און זי האטציך גע'עקשנ'ט אז ניין. ס'האט גארנישט געהאלפן ביסטו אריינגעפאללן אין א מצב פון עצבות און יאוש.

מ'זאלל נישט געפראווט ווערן, ח"ו. אבער איך מיין אז איך וואלט געהאנדלט א ביסל אנדערש. ביז א געוויסע פונקט וועלל איך טון אלע מיני השתדלות אז דער מצב זאלל זיך נישט טוישן. אבער ווען ס'איז שוין אריבער אט די גבול, וואלט איך געזאגט דעם פסוק וואס מ'זאגט ביי כפרות שלאגן...זה חליפתי, זה כפרתי, וכו'...און אנגעגאנגען ווייטער מיט'ן לעבן. קודם ענדזשויעט א ביסל דעם בעטשלערישן לעבן. אויפשטיין ווען מ'וויל. נישטא קיין ווייב וואס זאלל מוטשען...נו, שטיי שוין אויף דו פוילער שטריק...וועסט שוין באלד נישט האבן קיין מנין אין ביהמ"ד...! אדער ביינאכט, כאפן א פיינעם, זאפטיגן שמועס מיט חברים נאך מעריב, מענייני דיומא. און ווען מ'קומט אהיים נישט האבן צו הערן אז ס'איז שוין נאך איינס אזייגער..וואו ביסטו געווען ביז יעצט.....?! כ'האב מיך שוין געזארגט אז די מאפיא האטדיך (ח"ו) געשאסן. אדער די פאליס האט דיך ארעסטירט...! און נאכדעם זיך גיין זוכן א נארמאללן, אנשטענדיגן שידוך מיט עפעס א גרושה אדער אלמנה, וועלכע זוכט צו לעבן א רואיג, אידיש לעבן...!

נ.ב.: איך קען א איד א גרוש, (כ'האב אים געקענט נאך פאר ער איז געווארן א גרוש.) וואס ער איז אייביג געווען א דינער, טרויעריגער , צוריקגעצויגענער מענטש. און נאך וואס ער האט זיך גע'גט, האט ער אויפגעלעבט. זיין גאנצע פערזענליכקייט האט באקומען א חיות. און ביז א יאר האט ער צוגענימען געוויכט...און ס'איז ביי איהם מקויים געווארן ששון ושמחה ישיגו ונסו יגון ואנחה....פארשטייצעך אז דאס איז נישט דער מצב ביי א יעדן...חזק ואמץ...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך berlbalaguleh אום זונטאג נאוועמבער 20, 2016 5:09 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11564
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12821 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7414 מאל

הודעהדורך מיש-נייעס » זונטאג נאוועמבער 20, 2016 3:18 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:מיין טייערער גרוש שיחיה עמו"ש. איך האב נאר געליינט ראשי פרקים פון דיין לאנגן (ציטירטן) מאמר. איך האב שטארק מיטלייד מיט דיין מצב. אן איך ווינטש דיר אז דו זאלסט בקרוב אויפגעראכטן ווערן מיט אלעם גוטן. בכל משאלות לבבך לטובה. איך האב נאר איין קשיא. דו זאגסט בתוך הדברים אז ס'איז געווארן עולם חשך בעדך. ווייל דו האסט געטרייט אלע מיני השתדלות זי צו צורעדן צו בלייבן. און זי האטציך גע'עקשנ'ט אז ניין. ס'האט גארנישט געהאלפן ביסטו אריינגעפאללן אין א מצב פון עצבות און יאוש.

מ'זאלל נישט געפראווט ווערן, ח"ו. אבער איך מיין אז איך וואלט געהאנדלט א ביסל אנדערש. ביז א געוויסע פונקט וועלל איך טון אלע מיני השתדלות אז דער מצב זאלל זיך נישט טוישן. אבער ווען ס'איז שוין אריבער אט די גבול, וואלט איך געזאגט דעם פסוק וואס מ'זאגט ביי כפרות שלאגן...זה חליפתי, זה כפרתי, וכו'...און אנגעגאנגען ווייטער מיט'ן לעבן. קודם ענדזשויעט א ביסל דעם בעטשלערישן לעבן. אויפשטיין ווען מ'וויל. נישטא קיין ווייב וואס זאלל מוטשען...נו, שטיי שוין אויף דו פוילער שטריק...וועסט שוין באלד נישט האבן קיין מנין אין ביהמ"ד...! אדער ביינאכט, כאפן א פיינעם, זאפטיגן שמועס מיט חברים נאך מעריב, מענייני דיומא. און ווען מ'קומט אהיים נישט האבן צו הערן אז ס'איז שוין נאך איינס אזייגער..וואו ביסטו געווען ביז יעצט.....?! כ'האב מיך שוין געזארגט אז די מאפיא האטדיך (ח"ו) געשאסן. אדער די פאליס האט דיך ארעסטירט...! און נאכדעם זיך גיין זוכן א נארמאללן, אנשטענדיגן שידוך מיט עפעס א גרושה אדער אלמנה, וועלכע זוכט צו לעבן א רואיג, אידיש לעבן...!

נ.ב.: איך קען א איד א גרוש, (כ'האב אים געקענט נאך פאר ער איז געווארן א גרוש.) וואס ער איז אייביג געווען א דינער, טרויעריגער , צוריקגעצויגענער מענטש. און נאך וואס ער האט זיך גע'גט, האט ער אויפגעלעבט. זיין גאנצע פערזענליכקייט האט באקומען א חיות. און ביז א יאר האט ער צוגענימען געוויכט...און ס'איז ביי איהם מקויים געווארן ששון ושמחה ישיגו ונסו יגון ואנחה....פארשטייצעך אז דאס איז נישט דער מצב ביי א יעדן...חזק ואמץ...!


זאלסט מיר זייער אנטשולדיגן
אבער דאס איז זייער אויבערפלעכליך געטראכט
א מענטש וואס איז מיט א ווייב קען נישט פארשטיין די צער פון א גרוש
קענסט פראברין צום דמיונען: אה! ווי גוט וואלט געווען ווען איך האב נישט די שקלאפטע
איך וואלט געמאכט א לעבן
אבער עס איז נישט אזוי
הגם עס זענען דא א סאך פראבלעמען וואס א פארהייראטער האט
אבער עס איז ווייט נישט די צער וואס א גרוש גייט אריבער
בפרט א ער האלט שוין אכט יאר דערנאך ועדיין לא נושענו.
עס איז באמת הארד ברעיקינג
הנראה לפי עניית דעתי כתבתי
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 434 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

Re: ותהי לו לאשה ויאהביה - (פ' חיי שרה)

הודעהדורך mevakesh » זונטאג נאוועמבער 20, 2016 3:24 pm

איינער זאגט מיר דעם שבת
א ווייב איז טאקע צרות אבער נישט האבן א ווייב איז פיהל ערגערע צרות...
באניצער אוואטאר
mevakesh
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 829
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
האט שוין געלייקט: 744 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 751 מאל

Re: ותהי לו לאשה ויאהביה - (פ' חיי שרה)

הודעהדורך אני מת לחיות » דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 1:41 am

גרוש (כמעט לשעבר, אי"ה) ווען סאיז וואויל און גוט אזוי ווי רבקה איז "ויאהביה"

Sent from my SM-G930V using Tapatalk
אני מת לחיות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 9:35 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

הודעהדורך יחי המלך » פרייטאג נאוועמבער 25, 2016 7:21 am

איך וויל ענק זאגען איך האב געליינט וואס ענק שרייבן אז ס'איז שווערער צו לעבן אן א פרוי ווי מיט איך בין שוין צוואנציג יאר א גרוש כמעט וואס איך פיל עס נישט גלייבט מיר איך האב נישט כמעט קיין צייט צו טראכטן וועגן דעם די איינציגע זמנים אין יאר ווען איך פיל עס איז נאר ווען עס קומט א יו"ט ווי פסח וכדומה אבער איך זוך א שידוך נאר פאר איין זאך ווייל די תורה האט געהייסן חתונה האבן און אויך כדי מען זאל נישט זינדיגן ווען נישט דעם שפיר איך היינט כמעט נישט קיין געברויך פאר דעם איך בין פונקט אזא גרוש ווי דער וואס וויינט אזוי דא אינעם אשכול איך ווייס נישט אדער בעסער געזאגט איך כאפ נישט פונקטליך פארוואס ער וויינט אזוי עס קען זיין ווייל עס איז דא דארט קינדער אין זיי דרייען זיך ווי לעבעדיגע יתומים און דאס באדערט אים אין אזא מצב וואלט איך אים געראטן צו גיין פאר העלף זיך צו שטארקן אויף זיינע ווייטאגן און אנהייבן טון קאנסטראקטיוו פון דאסניי זוכן א שידוך און אויב ער טרעפט נישט דא ביים היימישן ציבור זאל ער ארויס פארן אוט אוף טאון אין די סטעיטס אדער אין צווייטע מדינה וכדומה אין אויפהערן צו וויינען
יחי המלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 142
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 29, 2016 5:25 pm
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

הודעהדורך וואלווי » פרייטאג נאוועמבער 25, 2016 12:51 pm

יחי המלך האט געשריבן:איך וויל ענק זאגען איך האב געליינט וואס ענק שרייבן אז ס'איז שווערער צו לעבן אן א פרוי ווי מיט איך בין שוין צוואנציג יאר א גרוש כמעט וואס איך פיל עס נישט גלייבט מיר איך האב נישט כמעט קיין צייט צו טראכטן וועגן דעם די איינציגע זמנים אין יאר ווען איך פיל עס איז נאר ווען עס קומט א יו"ט ווי פסח וכדומה אבער איך זוך א שידוך נאר פאר איין זאך ווייל די תורה האט געהייסן חתונה האבן און אויך כדי מען זאל נישט זינדיגן ווען נישט דעם שפיר איך היינט כמעט נישט קיין געברויך פאר דעם איך בין פונקט אזא גרוש ווי דער וואס וויינט אזוי דא אינעם אשכול איך ווייס נישט אדער בעסער געזאגט איך כאפ נישט פונקטליך פארוואס ער וויינט אזוי עס קען זיין ווייל עס איז דא דארט קינדער אין זיי דרייען זיך ווי לעבעדיגע יתומים און דאס באדערט אים אין אזא מצב וואלט איך אים געראטן צו גיין פאר העלף זיך צו שטארקן אויף זיינע ווייטאגן און אנהייבן טון קאנסטראקטיוו פון דאסניי זוכן א שידוך און אויב ער טרעפט נישט דא ביים היימישן ציבור זאל ער ארויס פארן אוט אוף טאון אין די סטעיטס אדער אין צווייטע מדינה וכדומה אין אויפהערן צו וויינען


זיי מוחל ליין בעסער דורך חברינו גרוש'ס פילע תגובות וועסטו איהם בעסער פארשטיין און מיט פילען.
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1525
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 2141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2122 מאל

הודעהדורך גרוש » מוצ"ש נאוועמבער 26, 2016 9:50 pm

יחי המלך האט געשריבן:איך וויל ענק זאגען איך האב געליינט וואס ענק שרייבן אז ס'איז שווערער צו לעבן אן א פרוי ווי מיט איך בין שוין צוואנציג יאר א גרוש כמעט וואס איך פיל עס נישט גלייבט מיר איך האב נישט כמעט קיין צייט צו טראכטן וועגן דעם די איינציגע זמנים אין יאר ווען איך פיל עס איז נאר ווען עס קומט א יו"ט ווי פסח וכדומה אבער איך זוך א שידוך נאר פאר איין זאך ווייל די תורה האט געהייסן חתונה האבן און אויך כדי מען זאל נישט זינדיגן ווען נישט דעם שפיר איך היינט כמעט נישט קיין געברויך פאר דעם איך בין פונקט אזא גרוש ווי דער וואס וויינט אזוי דא אינעם אשכול איך ווייס נישט אדער בעסער געזאגט איך כאפ נישט פונקטליך פארוואס ער וויינט אזוי עס קען זיין ווייל עס איז דא דארט קינדער אין זיי דרייען זיך ווי לעבעדיגע יתומים און דאס באדערט אים אין אזא מצב וואלט איך אים געראטן צו גיין פאר העלף זיך צו שטארקן אויף זיינע ווייטאגן און אנהייבן טון קאנסטראקטיוו פון דאסניי זוכן א שידוך און אויב ער טרעפט נישט דא ביים היימישן ציבור זאל ער ארויס פארן אוט אוף טאון אין די סטעיטס אדער אין צווייטע מדינה וכדומה אין אויפהערן צו וויינען


ביזט א גרוש 20 יאר,
און דו האסט נישט קיין שום ניד פון לאוו?
דו דארפסט נישט א אייגענע שטוב?
דו ווערסט נישט נכשל מיט הוז"ל אדער א"א אדער נדה?

סאמטינג ראנג יו,
ביזט בבחינת שוטה אינו מרגיש?
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 1:23 am

גרוש: איך האב הנאה צו הערן אז דו ביסט ב"ה נכשל געווארן מיט איינס אדער מיט די אלע זאכן וואס דו רעכנסט דא אויס. סאו, איז דער מצב נישט אזוי געפערליך... :lol:
נ.ב.: דאס איז געווען א שטיקל סארקאסטישע הודעה. צו הייבן דעם מוט פון אונזער טייערן (געוועזענעם) גרוש. אבער איך מיין עס נישט ערנסט, ח"ו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11564
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12821 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7414 מאל

הודעהדורך גרוש » זונטאג נאוועמבער 27, 2016 8:50 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
גרוש האט געשריבן:ישר כח

גרוש: אויב דער ..."אינו הגון ואינו כדאי"...גייט ארויף אויף דיר, דארף מען דווקא (ע"י השתדלות, בעז"ה) דוקא יא זעהן אז דער שידוך זאלל זיין כדאי והגון לכך. ווייל דו ביזסט שוין אפגעקומען אלעס וואס דו האסט געדארפט צו אפקומען. און מהיום והלאה זאלל שוין זיין שושן הבירה צהלה ושמחה. און די אייבישטער זאלל העלפן אז דו זאלסט שפירן ווי א שנה ראשונה יונגערמאן... מרומז אין די מגילה....היושבים ראשונה במלכות...!
איך זאג אפשר פורים תורה. ס'קען זיין. אבער ס'איז יין מדבר מתוך גרוני. דאס איז די שיריים פון די צוויי און א האלב ליטר וויין וואס איז אריין לתוך גרוני. כדלהלן...א פלעשל טפרברג קברנט סוביניון. א פלעשל אלפסי... און א האלב פלעשל (אדער א ביסל מער) פון זשעונעסס פינק מאסקעט. זיסע וויין. פארשטייצעך אז די צוויי (אדער דריי) גלעזעלעך אלד גרענד דעד 114 פרוף ווערן נישט אריינגערעכנט....!



און מיר האלטן שוין באלד נאכאמאל,
בחודש העשירי הוא חודש טבת, ירח שהגוף וכו', ועדיין לא מצאתי מרגוע לנפשי
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל

Re: ותהי לו לאשה ויאהביה - (פ' חיי שרה)

הודעהדורך אני מת לחיות » מאנטאג נאוועמבער 28, 2016 12:34 am

ס'קומט נאך א חנוכה

Sent from my SM-G930V using Tapatalk
אני מת לחיות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 96
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 17, 2013 9:35 am
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

הודעהדורך גרוש » זונטאג יאנואר 01, 2017 12:07 am

און מיר האלטן שוין "זאת חנוכה"
בזאת אני בוטח
לזאת יקרא אשה כי מאיש לוקחה זאת,
זאת נחמתי בעניי
זאת דא רזא דברית
ובחנוני נא בזאת
אשרי אנוש יעשה זאת
וזאת הברכה
וזאת התורה

עס איז שוין ליידער די צענטע זאת חנוכה

אבער אם רואה אדם שהתפלל ולא נענה יחזור ויתפלל שנאמר "קוה אל ה' חזק ויאמץ לבך און נאכאמאל וקוה אל ה',

מיר גיבן נישט אויף די אמונה,
מיר גלייבן אז נאך אין דעם בחודש העשירי הוא חודש טבת, ווען אי"ה שוין זיין אור כי טוב, מצא אשה מצא טוב,

רייסט איין,

די הייליגע רוזשינער האט געזאגט וואס צדיקים קענען פועל'ן ראש השנה און יום כיפור קען יעדע איד פועל'ן זאת חנוכה,
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל

הודעהדורך גרוש » זונטאג מערץ 12, 2017 12:27 am

גרוש האט געשריבן:אזויווי מיר האלטן שוין 6.5 חדשים פון ראש השנה
ועדיין................

יום כיפור איז דאך נאר יום כ'פורים,
וויל איך בעטן דעם עולם מ'זאל איינרייסן סאך שטערקער ווי אין די ימים נוראים,
אין די טעג וואס מלכו של עולם זאגט "מה שאלתך וינתן לך",
בפרט דאס יאר וואס פורים איז צוזאמען מיט א שבת,
ו"בכן" (גימטרי"א ע"ב)אבוא אל המלך מיט די 72 שעה פון די צוויי טאג פורים און שבת, אבוא אל בחינת "ויהי' בעיניה כמלך",
די "ובכן" ויהי בחצי הלילה זאל ווערן געזאגט מיט א ריכטיגע שמחה,
עס זאל זיין,
"אדיר" הוא יבנה ביתו בקרוב (אין חודש "אדר")
ישר כח למפרע,


נ.ב.
אדר שני איז חודש י"ג
גימטרי"א
אהבה (מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה)
אחד (והיו לבשר אחד)
שלשה עשר מדיא, (וחנותי את אשר אחון וכו' אע"פ שאינו הגון ואינו כדאי)



מיר האלטן שוין א יאר שפעטער ליידער, עדיין לא נושעתי, היל"ת

ביטע מפציר זיין בתפלה ביתר שאת ועוז,
אם רואה אדם שהתפלל ולא נענה יחזור ויתפלל שנאמר קוה אל ה' חזק ויאמץ לביך וקוה אל ה'

אדיר (אין חודש אדר) הוא יבנה ביתו בקרוב, (וועלכע חודש אדר) א-ל בנה א-ל בנה (אינעם שנת ל"א לימי חיי) שינה הכתוב לעכב

די יאר איז עס אויך ובכ"ן נאר די שבת איז עס מקדים,
כל ברכאן דלעילא ותתא, י"ג זמן קהלה לכל הוא
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל

Re: ותהי לו לאשה ויאהביה - (פ' חיי שרה)

הודעהדורך גרויסע מענטשעלע » זונטאג מערץ 12, 2017 2:03 am

כגיי דיר אי״ה אינזינען האבן
דאס מענטשעלע שפילט........
גרויסע מענטשעלע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 806
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
האט שוין געלייקט: 983 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 378 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » זונטאג מערץ 12, 2017 3:02 am

אשאד אז אזא גוטע פעדער זאל נישט שרייבן עפעס זאכליך...
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 506
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 1630 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1725 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » זונטאג מערץ 12, 2017 6:17 am

שלום שטיסל: דאס איז זאכליך. ווען ער וועט אי"ה חתונה האבן און ס'וועט אלעס גיין על מי מנוחות וועט ער מער נישט הייסן א גרוש. און ער וועט מער נישט האבן איבער וואס צו שרייבן. וואס 'עט ער שרייבן, איבער זיין זיסן לעבן מיט זיין זיווג שני...? פונקטליך פארציילן וויאזוי די האני-מאאן איז צוגעגאנגען. מיט אלע פרטים ופרטי פרטים. און געבן א חודש'ליכן רעפארט וויאזוי די שנה ראשונה גייט צו. א פראגרעס רעפארט. נישט אז ער זאלל ח"ו זיין א כל מקדש שביעי.
נ.ב.: כ'האב אמאל געהערט וויאזוי דער טאלק שאו האוסט העראלדא/כעראלדא ריווערא, וועלכער איז א איד עפ"י הלכה. זיין מאמע איז געווען א אידישע. האט ער אמאל געזאגט אז ער האט שוין פיהר מאל חתונה געהאט. האביך איהם געוואלט אנרופן און מסביר זיין וואס ס'הייסט א כל מקדש שביעי... :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11564
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12821 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7414 מאל

הודעהדורך גרוש » זונטאג מערץ 12, 2017 2:10 pm

שלום שטיסל האט געשריבן:אשאד אז אזא גוטע פעדער זאל נישט שרייבן עפעס זאכליך...



דאס אז דו זאלסט האבן א ארטיקל וואס דו רופסט זאכליך,

איז וויכטיגער ביי דיר,
ווי דאס אז איד וואס לעבט ביי די 30 נאך אהן א וווייב און קינדער, און וואלגערט זיך שוין איבער 10 יאר יעדע נאכט מיט גייסטישע יסורים,
אין די צייט וואס זיינע חברים, האבן ל"ט יעדע שטיק צייט, האבן קינדער מאכן זכרים/וואך נאכטס/ברית'ן קידושים,
האבן צו וועם אהיים צוגיין יעדע נאכט/שבת יו"ט/ האבן מיט וועם צו פראווען חנוכה/פורים/פסח וכולהו
און ער זיצט יעדע נאכט און וויינט,
זאל באקומען וועס פעהלט אים,?

דו ביזט מזרע ישראל?
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 304 מאל

הודעהדורך ענדע צדיק » מאנטאג יוני 26, 2017 6:16 pm

גרוש, מיין הארץ איז מיט דיר.
איך פארשטיי קוים א שמינית שבשמינית פון דיין ווייטאג, אבער דאס ביסל וואס איך קען יא פארשטיין ווייל איך קרוב אל החלל (ווי געשריבן אין אן אנדערע אשכול), ווייס איך אז ס'איז א לעבן (אויב ס'קען ווערן אנגערופן א לעבן) פון חיי צער תחי', ס'איז א לעבן וואס איז בשום אופן נישט מעגליך פאר א צווייטן צו פארשטעלן.
איך בין א איני מכיר, איך קען דיר נישט, אבער איך שפיר דיין לב נשבר, אי בין זיך משתתף בצערתך - אויף דאס ביסל וואס איז שייך.
אויבן האסט דערמאנט אז דעת מיינט ואדם ידע את חוה, קען זיין דאס מיינט די מדרש "דע"ת חסרת מה קנית"...
און איך וואונטש דיר אן א ברכת הדיוט ("כלה בעינך"), אז גאר אינגיכן זאלסטו מקיים זיין דעם "דעת קנית" מיט'ן "האשה נקנית".
ואז יתקיים בנו "ומלאה הארץ דע"ה" כמים - אנשטאט די טרערען וואסער.
באניצער אוואטאר
ענדע צדיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 105
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2012 11:06 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

Re: ותהי לו לאשה ויאהביה - (פ' חיי שרה)

הודעהדורך ביליג » דינסטאג יוני 27, 2017 7:38 pm

ביליג איז טייער...
באניצער אוואטאר
ביליג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 561
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 07, 2015 10:54 pm
האט שוין געלייקט: 431 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 342 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג יוני 27, 2017 8:24 pm

ביליג האט געשריבן:https://plus.google.com/103124806437765860800/posts/TcwwYHnngjA

ביליג: א מורא'דיגע מעשה. איך קען א איד (א ביסל א שלעפער.) וואס ווילאנג ער איז געווען ..."חתונה געהאט"... איז ער געווען א דינער, מאגערער מענטש. און נאכדעים וואס ער האטציך גע'גט האט ער ממש אויפגעלעבט. ער האט נאך צוגענימען וואג. און ער איז גליקליך און צופרידן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11564
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 12821 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7414 מאל

פריערדיגע

גיי צוריק אחיעזר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 6 געסט