ותהי לו לאשה ויאהביה - (פ' חיי שרה)

הילף, עצות און טיפס

הודעהדורך פליקער » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 12:36 am

גרוש האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:אלץ חתן -נישט מער געדאכט- האט מיר איינער אריינגערוימט אין אויער אז פון די פסוק איז א ראי' אז יצחק איז געוועהן א חסידשער בחור און נישט קיין לוטפאק וכדו' ווייל טאמער וואלט ער קודם גע'דעיט' וואלט געדארפט שטיין קודם 'ויאהביה' און דערנאך 'ותהי לו לאשה' משא"כ דער חסידישער בחור ר' איטשע איז געוועהן קודם 'ותהי לו לאשה' מיט א קליין קארגע באשוי און דערנאך ,'ויאהביה'
און פאר דיר 'גרוש' קען איך זאגען אז ס'זעהט אויס עס איז דיר באשערט עפעס בעסערס! און וועסט בע"ה בקרוב דארפען טוישען דיין ניק אויף 'נשוי' :mrgreen:


איך דארף נישט טוישן מיין ניק,
כ'האב א געהעריגע ניק, די ניק "גרוש" נוץ איך נאר פאר די זאכן,
ווען כ'וועל מער נישט האבן די זאכן,
וועל איך אי"ה עס מער נישט דארפן נוצן

טויש כאטש דיין ניק צי מגרש, עס איז געזינט פאר קאנפידענץ
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1688
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1166 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3609 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:05 am

נע, כ'האב ערגעץ געזען שטיין 'יהודי אינו מגרש יהודי'....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18065 מאל

הודעהדורך גרוש » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:13 am

כ'האב די זעלבע קנפידענס אזוי אויך ב"ה,
און אין די פוסקים, שו"ע וכדומה שטייט גרוש או אלמן שנשא אלמנה או גרושה,
עס שטייט נישט מגרש
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך Yossy » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 2:42 am

Yossy האט געשריבן:טייערע פריינט מיין הארץ גייט אויס פאר דיר , כ`האב געוואלט מיטטיילען א ווארט וואס כ`האב אמאל געהערט וואס כ`האלט אז סאיז א אמת ווארט You can't do the same thing everyday and expect different results דהיינו אין יעדער פרט , סיי אין פרנסה , גידול בנים, סיי ברוחניות אין סיי בגשמיות יעדע איינציגסטע זאך גארנישט געשעט בהיסח הדעת אויב איז מען נישט צופרידען וויאזוי נעכטען האט אויסגעזען אין וואס מען האט אקאמפלישט דארף מען טוישען די approach .... גלייב מיר איך רעד צי מיך אליין אין איך טראכט אז די קענסט אויך עפעס ארויסנעמען פון דעם. יעדען טאג דארף מען טראכטען וואס גיי איך היינט טיען אנדערש ווי נעכטען . דער באשעפער זאל העלפען דיינע פעולות זאלען געקרוינט ווערן מיט הצלחה אין מען זאל הערן בשורות טובות בקרוב..

ר` גרוש איך האף האסט מיך נישט שלעכט פארשטאנען אין האב גערעדט אין זשענערעל אז א מענטש דארף טין די מאקסימום השתדלות,

בעיקר איז עס ביי פרנסות ווי מען זעט מענטשען זיך אפרעדען אויף בעלי בתים , אדער די זעלבע ביי די דירות פראבלעם אין ספאלט זיי נישט ביי אז מיט קאמפלעינען גייט זיך גארנישט טוישען. דאס האב איך געמיינט. זיוויגים איז קלאר א סוגיא בפני עצמו ואין חבוש מתיר עצמו נאר דער אייבערשטער קען אין וועט דיך העלפען.
אין איך זאג דיר נאכאמאל יעדעמס הארץ פילט דיין ווייטאג our thoughts and prayers are with you איך קען שוין קוים ווארטען צי הערן די גיטע בשורה .
אין בין זיכער ס`ווארט דיר זיסע לעכטיגע טעג.
Yossy
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 100
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 12, 2014 7:13 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 97 מאל

הודעהדורך גרוש » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 5:21 pm

יוסי,
גרויסן ישר כח,

כ'האב בשיטה נישט געקאמענט אויף דיין ערשטע תגובה,
ווייל כ'האב נישט פארשטאנען דיין פוינט,
און כ'האב געהאלטן אז אויב רעדסטו נישט צו די זאך וויל איך דיר נישט וויי טוהן,
מיין תכלית פון שרייבן איז, ווייל איך וויל די עולם זאל יא ענטפערן, און זיך פיהלן פריי אנעם טראכטן אז אויב מ'רעד מען נישט צו די זאך גייט מען ווערן אפגעוואנדן אדער ח"ו אינטער געריסן,

ווידעראום לייקן אדער זיך באדאנקן האב איך נישט געוואלט ווילאנג איך פארשטיי נישט, ווייל כ'האב פיינט שקר און צביעות,

אבער יעצט אז דו האסט געזאגט וואס דו מיינסט קען איך קאמענטן ב"ה, והנה:
דו האסט אנגענומען פון מיין שרייבן אז איך קאמפלעין אדער בא'שולדיג איינעם, (אזוי קוקט מיר אויס פון דיינע ווערטער)
איך מיין בכלל נישט צו קאמפלעינען, כ'האב דזשאסט געשריבן טריקענע פאקטן, מעשה שהיה ועדיין לא נשלם,
ביזט זייער גערעכט, עס איז דא זאכן וואס איז תלוי בבחירה און ס'איז דא זאכן וואס נישט,
ווען איינער ארבעט נישט פאר זיין שלום בית, אדער צו געפעלן פאר זיין בעה"ב אין די ארבעט, (קומען שפעט, זיין איבערגעגעבן, נישט ווייזן ווי מ'זוכט צו אנטלויפן, אז מ'מיינט נאר די געלט, וכולהו וכולהו) איז ער א מאבד עצמו לדעת, אמת,

מיר רעדן דא אבער נישט פון דברים התלויים בבחירה של אדם, די איינציגסטע זאך וואס איז תלוי בבחירה איז תפלה און דמעות, וואס דאס טו מיר ב"ה,

ישר כח פאר דיין מיטגעפיל,
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך George » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 8:54 pm

פארן פותח האשכול טייערער גרוש

עס איז שרעקליך צו טראכטן וואס די ביזט אדורך, מיטן דיין גוטן פעדער האסטו ארויסגעברענט דיינע פילינגס אז האסט מיך ממש געמאכט וויינען.

מיט גאטס הילף וועסטו גאר אינגיכן טרעפן א פיינע, זיסע, שיינע, בא'טעמטע, לעכטיגע, געשמאקע, קלוגע, ווייב, און עס וועס זיך אלעס האבן געלוינט.
George
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:56 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

הודעהדורך גרוש » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 9:30 pm

א גרויסן ישר כח,
רעזערווסט מיין לייק
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך George » זונטאג נאוועמבער 16, 2014 9:46 pm

יור וועלקאם
George
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:56 am
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

הודעהדורך נתן מנחם » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 5:44 pm

אונז מיזען דא אויסארבעטען א פלאן ווען @גרוש ווערט א חתן וויאזוי אונז זאלען אלע וויסען און זיך מיטפקייען מיט איהם.

פראבלעם: טאמער לאזט ער אונז וויסען דא אויף ק"ש אז ער איז א חתן געווארען קען עס צוברענגען צו גילוי חלילה די ניקס וועלען זיך נאכפרעגען וועלכע 28 יעריגע גרוש וואס איז שוין א גרוש 7 יאר איז א חתן געווארן? מאידך גיסא אונז לאזען וויסען אפאר וואכען שפעטער איז דאך אויך נישט קיין יושר. לאזען וויסען אפאר וואכען פריער קען זיין א שאלה פון גילוי לבטלה רחמנא ליצלן.

רבותי! וואס איז די עצה דא? מיר מיזען האבען עפעס א פלאן אין פלאץ
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך גרוש » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 5:50 pm

מיר טראכטן פון א פלאן,
בדוו,
געווענדליך הערן נאר די ארומיגע,
און די ווייסן דאך סייווי ווער איך בין,
סא נישט אזא שטארקע חשש
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך גרוש » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 5:51 pm

בדוו, נתן דו האסט צוזאם געשמאלצן אינפא פון איין אשכול צום צווייטן,
פארשפארסט די ארבעט פאר די חוקרים,
געווענדליך נישט יעדער ליינט אלע,
נעקסט טיים טוה עס נישט
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך נתן מנחם » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 5:56 pm

וואס רעדסטו ? איך וויל מיך מיטפרייען אבער איך ווייס נישט ווער די ביסט. פליז שיק מיר אן אישי ווען די ווערסט א חתן. מיר קענסטו טראסטען :lol:
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך נתן מנחם » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 5:57 pm

גרוש האט געשריבן:בדוו, נתן דו האסט צוזאם געשמאלצן אינפא פון איין אשכול צום צווייטן,
פארשפארסט די ארבעט פאר די חוקרים,
געווענדליך נישט יעדער ליינט אלע,
נעקסט טיים טוה עס נישט



אלע ליינען אלע!
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 6:04 pm

נתן מנחם האט געשריבן:וואס רעדסטו ? איך וויל מיך מיטפרייען אבער איך ווייס נישט ווער די ביסט. פליז שיק מיר אן אישי ווען די ווערסט א חתן. מיר קענסטו טראסטען :lol:

או.קעי. נתן מנחם: איך זוך א מענטש וועים איך קען טראסטן.
איך גיי דיר דא אויסזאגן בסוד סודות די # פון מיין סעיפטי דיפאזיט באקס אין באנק: אבער איך בעיט דיך האלט עס בסוד. זאלסט נישט פארציילן פאר קיינעם. אפילו פאר דיין בעסטן חבר. (חוץ מיר, פארשטייצעך.) והנה: 398*4675...דו קענסט אריינגיין אין באנק און אויפמאכן מיין באקס און ארויסנעמן סיי וואס פון דארט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13077
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8324 מאל

הודעהדורך גרוש » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 6:33 pm

בערל וואס איז נייעס
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך נתן מנחם » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 6:50 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
נתן מנחם האט געשריבן:וואס רעדסטו ? איך וויל מיך מיטפרייען אבער איך ווייס נישט ווער די ביסט. פליז שיק מיר אן אישי ווען די ווערסט א חתן. מיר קענסטו טראסטען :lol:

או.קעי. נתן מנחם: איך זוך א מענטש וועים איך קען טראסטן.
איך גיי דיר דא אויסזאגן בסוד סודות די # פון מיין סעיפטי דיפאזיט באקס אין באנק: אבער איך בעיט דיך האלט עס בסוד. זאלסט נישט פארציילן פאר קיינעם. אפילו פאר דיין בעסטן חבר. (חוץ מיר, פארשטייצעך.) והנה: 398*4675...דו קענסט אריינגיין אין באנק און אויפמאכן מיין באקס און ארויסנעמן סיי וואס פון דארט...!


האסטו דארט א שידוך פאר ר' גרוש'ן?
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 7:21 pm

יעצט דערמאנסטו מיר דעם קרעטשניפער מעשה וואס האט זיך אמאל באקלאגט אויף די אלע בחורים וועלכע קומען זיך מזכיר זיין פאר שידוכים. וואס מיינען זיי? האט זיך ר' הערשעלע געאייסערט, אז איך האב א רענצל מיט מיידלעך..???? עכ"ל המתוק ודפח"ח
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 15086
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17773 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18065 מאל

הודעהדורך ישמעאל הכהן » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:05 pm

George האט געשריבן:מיט גאטס הילף וועסטו גאר אינגיכן טרעפן א פיינע, זיסע, שיינע, בא'טעמטע, לעכטיגע, געשמאקע, קלוגע, ווייב, און עס וועס זיך אלעס האבן געלוינט.

איז אלעס אינאיינעם דא ביי איינעם?
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 12:54 pm
האט שוין געלייקט: 1807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2166 מאל

הודעהדורך גרוש » מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 10:25 pm

יא ס'איז דא,
און די וואס שוויצן ביזן אנקומען דערצו באקומען עס, בעז"ה
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 2:11 am

נתן מנחם האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
נתן מנחם האט געשריבן:וואס רעדסטו ? איך וויל מיך מיטפרייען אבער איך ווייס נישט ווער די ביסט. פליז שיק מיר אן אישי ווען די ווערסט א חתן. מיר קענסטו טראסטען :lol:

או.קעי. נתן מנחם: איך זוך א מענטש וועים איך קען טראסטן.
איך גיי דיר דא אויסזאגן בסוד סודות די # פון מיין סעיפטי דיפאזיט באקס אין באנק: אבער איך בעיט דיך האלט עס בסוד. זאלסט נישט פארציילן פאר קיינעם. אפילו פאר דיין בעסטן חבר. (חוץ מיר, פארשטייצעך.) והנה: 398*4675...דו קענסט אריינגיין אין באנק און אויפמאכן מיין באקס און ארויסנעמן סיי וואס פון דארט...!


האסטו דארט א שידוך פאר ר' גרוש'ן?

יא. דארט איז דא א קליין תהילימ'ל. נעם דאס ארויס און זאג די ריכטיגע קאפיטלעך וועלכע רעדן מענייני זיווגים. איך בין זיכער דוד המלך איז אדורכגעגאנגען ענליכע מצבים אין זיין לעיבן. דארט איז דא אלעס. וועסטו בעז"ה געהאלפן ווערן.
און אויב דו טרעפסט נישט דעם ריכטיגן קפיטל, דאמאלץ זאג די צען קפיטלעך פון תיקון הכללי: לאמיר זעהן אויב איך געדענק עס נאך:
טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ', קה, קל"ז', ק"נ', ...ב"ה כ'האב עס נאך געדענקט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13077
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8324 מאל

הודעהדורך נתן מנחם » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 11:46 am

ר' גרוש האט איהר שוין אויספראבירט סגולות?
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 2:58 pm
האט שוין געלייקט: 64 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

הודעהדורך גרוש » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 1:32 pm

הלכה קומט ביי ממיר פאר סגולות,
נישט אויסלאזן טעג רבינו תם תפילין,
מעביר סדרה זיין,
זאגן פארנט פארן דאווענען,
דאווענען פארן סוף זמן תפלה
מנחה פאר בין השמשות,
קריאת שמע בזמנו,

וכולהו וכולהו,
קומען פאר סגולות, סא איך פרוביר קודם צו זיין נזהר אין די זאכן,
אויב וועט בלייבן צייט אין טאג נאכדעם, וועל מיר זעהן,
ס'דא מענטשן וואס די יום תהלים אדער פרק שירה קומט פאר פארנט, לכבוד דעם זאגן זיי נישט קיין פארנט אדער קרבנות פאר מנחה,

ווי אויך איז דא אידן ווען זיי האלטן 5 מינוט פארן צאת זענען סיי מסופק צו פרק שירה אדער מנחה אדער רבינו תם תפילין וועלכע ס'וויטיגער,
אויף אזא אויפן העלפן די סגולות זיכער נישט,

און לתרוצי לך,
כ'האב אנגעהויבן שיר השירים שוין צענדליגער מאל און קיינמאלך נישט אנגעקומען צו 40 טאג אין א ציה,
כ'האב אנגעהויבן שה"ש אינמיטן חודש אלול, כ'האב שוין געהאלטן ביי די הויכע דרייסיגער מאל,
און אסרו חג סוכות, נאכן זיין אויסגעמיטשעט פון די צווייטע טעג האב איך פארגעסן,
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:20 pm

ר' גרוש: יעצט דארפסטו נאר זעהן אז דיין בני בית זאלל אינזין האבן ביי חלה נעמען דיין נאמען...! אוי... ווען דו האסט א בני בית, ביסטו דאך שוין א געהאלפענער... שוין. זאלל דער אייבישטער העלפן אז דו זאלסט אויפגעראכטן ווערן בקרוב. בכל משאלות לבבך...אמן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 13077
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 14470 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8324 מאל

הודעהדורך גרוש » דינסטאג נאוועמבער 18, 2014 6:58 pm

בערל האו עבאוט דיין בני בית זאל די וואך אינזין האבן?
די וואך איז מסוגל, די גאנצע "הנושא אשה מוחלין לו כל עוונותיו" לערנט מען ארויס פון א פסוק אין די וואכעדיגע סדרה,
ויקח את מחלת בת ישמעאל (נד"נ) בן אברהם אחות נביות "על נשיו" לו לאשה,
ווי רש"י אין פרשת וישלח אויפן פסוק "ואת בשמת בת ישמעאל אחות נביות" זאגט, וזל"ק: ולהלן קורא לה מחלת, מצינו באגדת מדרש ספר שמואל ג' מוחלין להן עונותיהן, גר שנתגייר, והעולה לגדולה, והנושא אשה. ולמד הטעם מכאן, לכך נקראת מחלת, שנמחלו עונותיו, עכל"ק
און ווי רש"י זאגט די וואך איז עס שוין געווען ביי די 63 ווי די פסוק זאגט על נשיו, נאכדעם וואס ער האט שוין חתונה געהאט ביי די 40 (וואס דאס איז שוין אויך געווען נאכן פלירטן, ווי רש"י זאגט שהיה מענה נשים מתחת יד בעליהן), האט ער צוגענומען נאך א ווייב, "על נשיו", און פון די חתונה לערנט מען ארויס די מחילת עוונות,
נמצא אז די גאנצע מקור פון מחילת עוונות איז ביי א זיווג שני,
קריאה מעורר הזמן,
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 289
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 322 מאל

הודעהדורך איך אויך » מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 5:47 pm

berlbalaguleh האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:ר' בערלינו ,דערמאנסט מיר דעם ווארט פונעם בית ישראל מיטן ליטווישן ראש ישיבה.

ר' איך אויך: יעצט אז דו האסט מיך געמאכט געפערליך נייגעריג, ביטע זיי מוחל און זיי מפרש דיינע ווערטער... ייש"כ למפרע... :lol:

וואס טוהט מען נישט פאר ר' בערל'ן? מען פארציילט אז דער ב''י האט זיך אמאל געטראפן מיט א ליטווישע ראש ישיבה און עם געפרעגט וואס זיי טוהן מיט דעם ''בן שמונה עשר לחופה'' זאגט דער ר''י מיר מאכן א לאנגע שמונה עשרה ענטפערט עם דער ב''י יא אבער אז מען מאכט א לאנגע שמונה עשרה פארפאסט מען קדושה...(באקאנט אז דער ב''י איז געווען אבסעסט מיט קדושה ואכמ''ל)
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5616
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2531 מאל

פריערדיגענעקסט

גיי צוריק אחיעזר

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 3 געסט