איך זיך אן עצה - מיין ווייב ליידט פון עביוז אלס קינד

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

איך זיך אן עצה - מיין ווייב ליידט פון עביוז אלס קינד

שליחה דורך משה לייזער »

איך בין אליין היפש צומישט פון מיין מצב, הלואי ווען איינער קען מיך העלפן צו מאכן סענס פון וואס איך גיי אדורך.

היינט צופרי יום ב' פרשת ויחי שנת תשע"ה בין איך אויפגעשטאנען אזוי ווי אלע אנדערע טעג הערענדיג די שרייעדיגע און באלמיטשעטער פראסטרעטעד קול פון מיין אשת חיל וויאזוי זי איילט צו מיט א געצוויגענקייט און אנגעצוינגקייט מיין קליינע געזינדל זיך אנצוטהן און זיך גרייט מאכן צו גיין אין חדר\סקול, איך שפיר ווי איך מוז זיך אויסגעבן מיינע געפילן, איך האב שוין מער נישט קיין כח אויפצושטיין א יעדן איינציגן טאג מיט דעם זעלבן נוסח ארי, נאכדערצו ווען די געשעעניש וועקט אויף אין מיר אסאך פון מיינע ווייטאגליכע איבערלעבנעשן פון מיינע לעצטע צענדליגער יאר, איז מיר בייגעפאלן אז איך גיי אנהייבן שרייבן א טאגבוך נאר פאר דעם איינעם פאקט אז איך האב נישט צו קיין איינעם אנדערש צו רעדן און דער חכם מכל אדם זאגט דאך דאגה בלב איש ישחנה וכו'.

איך האב ברוך ה' חתונה געהאט מיט מיין ווייב פאר כמעט ... יאר צוריק, ביז אפאר יאר נאך די חתונה האבן מיט געוואוינט א שטיקל לעכל אין וויליאמסבורג אזוי מיר זענען אויסגעוואקסן די דירה האבן מיר דיך אריבערגעצויגן קיין.... געהאפט האב איך אז אלעס וועט זיך אויסארבעטן צום גוטן, אבער די בוכ"ע האט זעהט אויס אנדערש געוואלט, איך גיי נישט יעצט אריינגיין אין אלעם וואס האט זיך אויסגעשטעלט קאפויער מיטן פיטום אויף אראפ, אבער דער פאקט אליין אז איך האב פשוט נישט מיט וועם אויסצוטוישן א ווארט.

מיט מיין ווייב האב איך נישט קיין געהעריגע שפראך און וויפול איך האב נאר פרובירט צו לייזן דעם פראבלעם זעהט אויס ווי ביזדערווייל האב איך געלייגט מיינע כוחות על קרן הצבי [נישט ממש, אבער....], די גרעסטע שאדן וואס איך האב נאר געהאט פון זיך אריבערציען, איז דאס וואס איך געפין זיך בריחוק מקום פון מיין רבי'ן מיט וועמען אים האב זיך מדבק געווען בכל לב ונפש און איך האלט אים אלס א גאר ערליכע איד, טראץ דעם וואס עס איז סייווי נישט געווען קיין צוויי ברירות [אין דעם קליינעם לעכל האב איך מער נישט געקענט וואינען, דינגן א גרעסערע אין וומס"ב האב איך נישט דאס געלט].

די זאך איז אבער אז ענדליך נאכדעם וואס איך האב מצליח געווען 'מיט בלוט' זיך מדבק זיין בתלמיד חכם אחד המיוחד, נאכן איבערקומען אלע שוועריקייטן פון משפחה און חברים האב איך ענדליך אנגעהויבן צו באקומען א קשר מיט אים וואס אויב דאס וואלט נאך אנגעהאלטן אויף דעם שטאפל, וואלט איך בודאי געהאט איינעם צו רעדן, אבער דאס האב איך אויך עטוואס אנגעוואוירן ווייל איך וואוין שוין נישט אין וומב"ג.

לאמיר מסביר זיין, איך בטבע בין א מענטש איז א שטיקל קיצוני בכלליות און בפרט האט זיך דאס ארויסגעשטעלט צו זיין אמת אין מיין סאציאלע לעבן, ווען איך קום אן צו א פרעמד פלאץ אדער איך דארף זיך טרעפן מיט א פרישן פנים, וועל איך זיין זייער שעמעוודיג, חוץ אויב איך האב אפגעמאכט אז אויף א געוויסע פאל דארף איך זיין דער וואס הייבט אן דעם שמועס א שטייגער ווי ביי מיין בשאו אדער ווען איך בין אריין דאס ערשטע מאל צו מיין רבי'ן, איך בין בעצם א מענטש וואס הייבט נישט אן קיין שמועסן, אנדערע וועלן דאס אנרופן אז איך ווארט אויף כבוד אדער אז עס פאסט מיך נישט רעדן צו יעדן שמויגער, אבער די ריעליטעט איז אז דאס קומט פון מיין שוואכקייט און שעמעוודיגקייט, איך בין פשוט אומבאקוועם אנציהייבן א ריעלעשנשיפ, אבער אין די סקונדע וואס איך דערשפיר אז מיין שותף מיט וועם איך דארף מיך באפריינדן איז אינטערעסירט אין מיר, וועל איך ווערן באקוועם און איך וועל נישט נאר סתם אזוי שמועסן נאר איך וועל ווערן זייער נאנט מיט אים און אפילו רעדן מיט יענעם זאכן וואס אנדערע מענטשן זענען סתם אזוי נישט באקוועם צו רעדן.

יעצט און די צוויי פעלער מיין ווייב און מיין רבי'ן וואס איך וואלט יא געדארפט קענען אויסשמועסן מיט זיי אלעס וואס ליגט מיר אויפן הארץ, איז דער קאץ פארלאפן דעם וועג. בנוגע מיין רבי'ן וויבאלד מיין רבי האלט א שטיקל רעספעקט פון זיין זייט, איז דאס א מורא'דיגע שטער פאר מיין מהות, ווייל אויב איך שפיר אז יענער איז נישט ארגינעל היימיש מיט מיר, איז כמים פנים אל פנים איז דאס זייער שווער פאר מיר זיך צו האלטן אין איין אריינשטיפן און באקומען א באקוועמליכע נאנטשאפט מיט יענעם, יעצט צום פונקט ווען איך בלייב ווען וואוינען אין וומב"ג וואלט איך זיך מער געדרייעט תחת כפות רגליו, און וויבאלד איך בין קאנווינסט אז ער איז אן ערליכער איד וואלט איך זיך געשטיפט און געשטיפט ביז ווילאנג עס וואלט געגאנגן, אבער אזוי ווי איך וואוין נישט צוזאמען מיט אים, האב איך געפערליכע שוועריקייטן זיך נאנט צו מאכן מיט אים וואס דאס ברענגט א אפגעפרעמדעטקייט און יעדעס מאל ווען איך גיי אריין צו אים דארף איך פון דאסניי אנהייבן די באקוועמליכקייט פון אנהייב, וואס באמת גייט דאס טאקע אזוי.

אבער דאס איז נאר וויבאלד איך בין שוין סייווי ביי אים, אבער צו אויפהייבן דעם טעלעפאון און רופן, דאס האלט איך אין איין אפשטופן און איינ'ס ברעגנט דאס צווייטע נאך א שטיק צייט שפיר איך שוין וואס עס האט נישט קיין פשט צו רופן, נאכדעם וואס איך האב שוין נישט גערעדט מיט אים פאר אפאר וואכן וחוזר חלילה, אויך שפיר איך נישט באקוועם צו רעדן מיט אים ווי צו א חבר סוכ"ס האב איך פאר אים א גרויס יראת הכבוד [אפשר דארף איך טאקע אביסל מער ארבעטן אויף דעם אז איך זאל זיך נישט שעמען פון אים].

יעצט בנוגע מיין ווייב דאס איז שוין גאר א צווייטע מסכת, עס איז א לאנגע היסטאריע איך וועל פרובירן צו שרייבן וויפול עס קומט מיר ארויף אויפן געדאנק, זייט וויסן אז יותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן אבער פטור בלא כלום אי אפשר.

איך בין ב"ה אויפגעוואקסן אין א גאנץ פיינע משפחה ווי מיין מאמע איז געווען זייער שטארק אמאצינעאל ציגעבונדן מיט די קינדער [טראץ דעם וואס זיך האט געהאט איר שווערע לעבן מיט געוויסע ענינים וואס דאס האט איר געברענגט אסאך עגמת נפש וואס האט גורם געווען אז פון אנהייב האט זי נישט פארשטאנען צו די טייערע נפשות ביתה, אבער זי איז א קלוגע פרוי און זי האט זיך נישט געשעמט און געגאנגן צו הילף ווילאנג זי האט ארויסגעברענגט פון אונטער דעם פארהאקטן הארץ א ליבשאפט פאר אירע קינדער, קאדאס פאר איר און בראווע פאר דיין גאר שווערע ארבעט וואס די האסט געארבעט אויך זיך אליין כדי אז אונזערע קינדער יארן זאלן דורך גיין בשעה טובה ומצלחת, יא מאמי איך שפיר זיך אמאציניאל געזונט און דאס איז אלעס דיין קרעדיט] ווייטער מיין טאטע איז שוין יא געווען שטרענג אין געפירט די הויז מיט א שטארקע פויסט, וואס אביסל איז דאס א פשוטע מענערישע נאטור און אביסל האט ער אויך געירשנט פון זיין טאטע וכו'.

גראדע געדענק איך אסאך עפיזאדן וויאזוי מיין טאטע האט מיך דיסציפלינט שלא ביושר, איך רעד נישט פון דעם פאקט אז ער האט מיך גוט אנגעריסן די ביינער פון צייט צו צייט, איך וואלט גערן מודה געווען אז אסאך מאל איז מיר געקומען איך בין געווען זייער א ווילד קינד, אבער עס איז געווען גאר אסאך מאל וואס איך בין בכלל נישט געווען שולדיג אויף וואס ער האט געמיינט אז איך בין געווען אינוואלווד, און אן קיין אויספארשונגן האט ער זיך גלייך גענומען צו מיינע ביינער על לא עול בכפי, אבער בדיל ויעבור, די צייטן זענען שוין אויך דורך, למעשה היינט צוטאג זעה איך קלאר אז ער האט ליעב זיינע קינדער, ער זוכט א קשר מיט אונז און ער טוט הלכה למעשה סיי ווען מיר דארפן עמאציאנעלע הילף און אפילו ווען מיר דארפן געלט וכדו' איז ער אלעמאל דא צו העלפן, און איין ווארט איז שפיר און איך זעה אז ער האט אונז באמת ליעב, [גראדע א זאך וואס איך געדענק זיך וואונדערן א קליין קינד וואס מיינט כרחם אב על בנים, איך האב דאס נישט געקענט פארשטיין, איך געדענק ווי מיין רבי פלעגט זאגן משלים מיט די רחמנות פון א טאטע צו א קינד אבער....].

דאס איז א סינאפסיס פון מיין זייט, מיין ווייב אבער קומט פון גאר א צווייטע משפחה, זי האט א טאטע א רשע מרושע און א מאמע א טריקענע פייג, איך געדענק אנהייב ווען איך האב חתונה געהאט בין איך זיך זייער גוט אויסגעקומען מיט מיין שווער, איך האב געזעהן אז ער האט מיך זייער ליעב, פאר מיינע אויגן האט דאס אויסגעזעהן ווי עס איז א מענטש פול מיט אמאשעניל געפילן.

דער קשר האט פאראורזאכט אז איך האב געהאט מיט אים אסאך פריוואטע שמועסן וואס איך גלייב אז ווייניג האבן מיט זייער שווער, עס איז אפילו געווען אמאל ווען ער האט זיך אויסגערעדט צו מיר, אז יארן יארן נאך די חתונה האט ער נישט געקענט פארשטיין זיין ווייב, זי האט זיך נישט אויפגעפירט ווי א פרוי, זי האט ענדערש געהאט א מאנספארזאן כארארקטער, ער האט מיר געזאגט אז יארן האט דאס אים געבאדערט אבער נאכן זעהן אז עס איז א לאסט קעיס האט ער שלום געמאכט מיט די מצב [דאס איז וואס ער האט מיר געזאגט, אבער היינט וואס איך ווייס שוין מער ווער מיין שווער איז, בין איך קאנווינסט אז ער עסט די פרוכט פון זיין אייגענע געלונגענע ארבעט].

גראדע האב איך אויך געהאט באמערקט אויף מיין שוויגער אז זי איז עפעס אזא פארמאכטע פארהאקטע שאנק מיט גרויסע גראטעס, אבער פון די אנדערע זייט האב איך יא געזעהן אין איר עפעס אביסל א מאמע'דיגע געפיל, ווען עס איז געקומען צו די וואוילזיין פון דעם נייעם קאפל איך און מיין ווייב.

דאס איז געווען וואס איך געדענק יעצט אויף די מינוט פון מיין שווער און שוויגער, אבער ביי מיר אינדערהיים איז געווען גאר א צווייטע מעשה, לאמיר אנהייבן פון בראשית, פאר פסח שנת .... האט זיך מיין מאמע אראפגעזעצט מיט מיר [קרעדיט פאר איר אז זי האט געטוהן עפעס וואס רוב מאמע'ס טוען נישט] און מיר געזאגט, די ביסט ב"ה געווארן אכצן יאר אלט, עס איז געקומען די צייט וואס מיר גרייטן זיך אויסצוהערן שידוכים פאר דיר, אבער בעפאר איך הייב אן אויסצוהערן וויל איך וויסן וואס די ווילסט אז איך זאל זוכן פאר דיר, איך בין געווען א בחור מיט אלע מפרשים, א פרומער, א לעבעדיגער, א קלוגער, איך האב געהאט אסאך חברים - עכ"פ אין מיין שכל האב איך געהאלטן אז איך קום זיך אויס מיט יעדן, איך האב געשפירט אז איך האב די שפראך און באנעמונג וואס קען זיך צושטעלן צו סיי וועלכע סארט כאראקטער, עכ"פ אזוי האט זיך עס אויסגעשטעלט אין ישיבה.

האב איך געזאגט פאר מיין מאמע, איך דארף א שפיצל, איך וויל בלייבן לערנען נאך די חתונה, און בנוגע די כאראקטער פון די מיידל האב איך געזאגט פאר מיין מאמע: וואס פארשטיי איך צו א מיידל, און פון מיין זייט שפיר איך אז איך קען זיך אויסקומען מיט יעדן, איך קען נישט זאגן וועלכע סארט מיידל איך דארף, אבער די מאמעניו קענסט דאך מיר גוט, מבטן מי יצאתי... איך פארלאז מיך אויף דיר אז די ווייסט, און אז די האסט גענוג פאראנטווארטליקייט אין מיינע אויגן צו טרעפן לויט וויאזוי די פארשטייסט אז דאס איז א געראטענע שידוך.

יעצט ווען איך קוק צוריק לאך איך פון מיר אליינ'ס, מיין מאמע האט טאקע געטוהן וואס איר פליכט איז, און לויט ווי איך קען איר האט זיך דאס געמיינט ערנסט זי האט באמת געוואלט וויסן וואס איך וויל, און אויב איך וואלט אויסגערעדט ברחל בתך הקטנה איך דארף אזא אדער אזא סארט געשטעל, כאראקטער וכו' וואלט זיך געזוכט פאר מיר דאס איך האב געבעטן, אבער איך נער'ישער שוטה'שער בחור וואס האט איך דען געוויסט איבער די קוואליטעט און די געברויכן וואס א מאנספערזאן דארף באמת זעהן אין א א מיידל, מיין מאמע האט טאקע געטהון צו די זאך, אבער מיין ערציאונג אין די סיסטעם איז נישט געווען גענוג אז איך זאל קענען אויסניצן דעם גאלדענע געלגנהייט וואס מיין מאמע האט מיר געגעבן.

פון די אנדערע זייט מיין מאמע האט אבער יא געוויסט וואס א מאן דארף פון א מיידל, און איך קען זאגן בלב שלם אז מיין מאמע האט מיר ציגעשטעלט איינס און א גוט'ס, אבער דאס קומט מיט א קוואליפיקעשן זי האט טאקע געטוהן איר זשאב בשלימות פונדעסטוועגן איז געווען איינ'ס אדער א רייע פון פאקטן [איך בין נאך אליינס נישט קלאר] וואס זי האט פארזעהן, ווי ווייטער געשריבן [איך גיי אוודאי נישט זיין א צועק לשעבר, און איך בין בכלל נישט זיכער אויב איך וואלט געווען דער וואס אויסגעוועלט מיין אייגענע שידוך אז איך וואלט נישט געמאכט דעם זעלבן טעות. און דער סך הכל איז אז דאס איז געווען מיין באשערטע שידוך, איך וויל ענק נאר פארציילן מיינע איבערלעבנישן כדי ענק זאלן פארשטיין די גאנצע בעקגראונד].

נאך פסח האבן די שדכנים אנגעהויבן אראפצוברעכן פענסטער'ס ביי אונז אינדעהיים, איך האב געהאט זייער א גוטע נאמען אין די גאס, מען האט אנגעטראגן גרויסע עשירים פון אלע עקן וועלט, שיינע אידן וואס האבן ציגעזאגט דירות וכו' וכו' אבער מיין מאמע האט איינגעהאלטן איר צוזאג, די אלע וואס מען האט אנגעטראגן האבן געהאט די תנאים וואס איך האב געבעטן, אבער לויט מיין מאמע'ס פארשטאנד האבן זיי נישט געהאט די קוואליפיקאציעס וואס איך האב ארויפגעלייגט אויף מיין מאמע'ס רוקן אז זי זאל זיכן פאר מיר, זי האט געוואלט טרעפן איינ'ס און א גוט'ס לויט וויאזוי זי האט מיר געקענט האט זי געזוכט א מיידל וואס זאל זיין געאייגענט פאר מיר.

אזוי ווי איך האב דאך נישט אויסגעדרוקט מיין דעת איבער דעם ענין האט מיין מאמע געהאט א טיפערע סענס אוו ריספאנסיביליטי צו צוטרעפן דאס וואס איז גוט פאר מיר, למעשה נאך זומער האט מיין מאמע אויסגעקליבן דריי מיידליך פון די גאנצע עידש וואס זי קען באשטיין, נאכן זיך נאכפרעגן אביסל מער האט מען געהאלטן ביי צוויי, די פראבלעם איז געווען אז ביידע וואס מען האט געהאלטן זייער ערנסט זענען נישט געקומען פון קיין שפיצל משפחה.

אזוי איז עס געבליבן אז מען גייט צו [שווער], מיין מאמע האט זיך נאכגעפרעגט מער, זי האט באקומען אינסייט אינפארמאציע אז [שווער] זאגט אז ער וועט שטיפן א שפיצל, [טראץ דעם וואס איך בין נאכדעם געוואויר געווארן אז ער האט דאס קיינמאל נישט דורך גערעדט מיט זיין ווייב, און אפילו נישט מיט די כלה\מיין ווייב, האט ער דאס קיינמאל נישט דורך גערעדט], ווי אויך האט מיין מאמע געהערט אז זי איז זייער סובמיסיוו און פאלגעדיג, אויך האב מיין מאמע געזעהן אז זי איז היפש גוד לאקינג [וואס אגב איך עגרי מיט די אלע זאכן וואס מיין מאמע האט דעמאלס געהערט, מיין ווייב איז ב"ה זייער גוד לאקינג עכ"פ אין מיינע אויגן, און אויך איז זי היפש פאלגעדיג, באלד וועט איר שוין געוואויר ווערן פארוואס זי איז אזוי פאלגעדיג].

שוין גלייך נאך די ימים טובים האט איך מיר געטראפן מיט מיין צוקונפטיגע כלה אויף די באשאו, איך הייב אן מיט די טיפיקל שאלה, ווי ארבעט מען? ענפערט זי כך וכך ..... איך טראכט צו מיר איך האב שוין אנגעהויבן די שמועס יעצט זיי די מוחל און זיי אביסל מאריך איבער די ארבעט, נאך אפאר סעקונדעס וואס איך האב באמעקרט אז איך וועל דאס נישט באקומען, האב איך געפרעגט מיין צווייטע צוגעגרייטע שאלה [איך האב פארשטאנען אז זי קען אויך זיין צוטומעלט און שעמעוודיג] וויפול געשוויסטער זענען דא? ענטפערט זי כך וכך ... איך טראכט צו מיר, נו רעד שוין דארט אביסל.... אבער אין קול ואין עונה.... איך האב געזעהן אז איך וועל מוזן פרעגן שאלות איינ'ס נאכן צווייטן, נאר אזוי וועל איך קענען אויסציען די שמועס פאר גענוג לאנג אז עס זאל האבן א פשט, אזוי איז דורך בערך 45 מינוט וואס איך האב געפרעגט און זי האט געענטפערט מיט א טריקענע סטעיטמענט, נאך 45 מינוט קומט אריין מיין ציקומפדיגע שווער, און קיין איין טראפ שכל בפני כל עם ועדה [נעה איך מיין בפני] זאגט ער פאר זיין טאכטער: נו.. איך זעה אז די רעדס'ט גארנישט.. איך האב זיך געפילט אביסל פארשעמט פאר איר, אבער איך האב דאס אנגענומען פאר א אומ'בעטעמטע זשואק פון זיין זייט.

למעשה נאך די באשאו האב איך נישט צופיל געוואוסט וועגן איר, איך האב גארנישט געקענט ארויסנעמען פון דעם, אבער איך האב זיך פארלאזט אז מיין מאמע האט זיך גוט נאכגעפרעגט און אז זי האט געקליבן פאר מיר דאס בעסטע וואס שייך.
נאך די תנאים האב איך נאכאמאל געהאט א שמועס מיט איר, איך האב געהאפט אז דאסמאל וועט זי שוין האבן אביסל געקומען צו זיך און פרובירן צוציגעבן צו די שמועס אבער אן ערפאלג, אקעי.... זי איז נאך נערוועז אנגעצויגן שעמעוודיג, האפענטליך נאך די חתונה וועט מען זיך קענען אביסל בעסער באקענען איינ'ס מיטן צווייטן.

אזוי איז דורך די חתן צייט, און נאך אפאר חדשים האב איך זיך געטראפן אונטער די חופה מיט מיין ווייב, אין יחוד שטיבל האב איך איר - מיט די גוטהייסונג פון מיין חתן רבי [וואס היינט ווען איך קוק צירוק איז ער געווען דיסאקסטינג] געגעבן א קוש אין די האנט, און איך האב געוואלט אנהייבן א שמועס מיט איר, אבער.... עס גייט נישט עס פארט נישט די מאשין, איך באקום נאר תירוצים אויף מיינע שאלות, עס קוקט מיר אויס אז גארנישט פון איר זייט ציעהט איר צו עפעס געפעלן אדער זיך נאנט צו מאכן און חנפ'נן צו מיר כדרך כל הארץ, נאך די פאר מינוט זיין אין די יחוד שטיבל, איז זי ביזי געווארן מיט אירע געשוויסטער צו פיקסן די שייטל, זי איז ביזי מיט איר מאמע צו פארעכטן איך ווייס וואס דארטן, איך בין געבליבן אין די זייט אן אויסגעשפילטער חתן א מלך אביון, ביים מצוה טאנץ האב איך שוין אזוי געלכעצט צו הערן עפעס א ווארט פון איר, ביי אלע אנדערע חתונות האב איך געזעהן ווי די חתן כלה רעדן צווישן זיך אבער גארנישט! זי איז ווייטער ביזי מיט איר משפחה.

שוין מ'גייט ענדליך אהיים 'אליינ'ס' אין אונזער נייע הויז, יעצט וועט מען שוין קענען כאפן א שמועס אן קיינע דיסטרעקשענ'ס פון די ארומיגע משפחה מיטגלידער, וואס מיינט עטץ.... א מכה בדופן.... זי נעמט ארויס א שיינע קעיק פון פריזער, זי שניידט פאר מיר און פאר זוך א שיינעם שטיקל, און זי הייבט אן עסן. ווער קען עסן יעצט? עס איז דא אסאך וויכטיגער'ס צו אופטוהן, איך הייב אן פרעגן שאלות, און זי ענטפערט מיר תירוצים ממש אויף די מינימאלסטע וועג וואס איז נאר שייך, אן קיינע קאמענטארן אדער עפעס ווייטער ווי פארענט פון די נאז און זי איז ווייטער ביזי מיט די קעיק, אויב וויל איך וויסן עפעס מער פון וואס איך האב געפרעגט, מוז איך פרעגן נאך א פראגע, און וואס מיינט עטץ, איך האב אנגעהויבן שפירן ווי איך מיטשע איר אויס די קישקעס.... און זי וויל זיך שוין ארויסגערזעהן פון די גאנצע שמועס, וואס האב איך דען געוואלט? איך האב געוואלט שמועסן אביסל צו מאכן די אטמעספעיר אביסל באקוועמער אין היימישער, אבער זי לאזט מיר נישט אריין בשום פנים אופן.

אקעי אז נישט איז נישט, נאך אלעם איז דאך נאך דא וואס צו ערלעדיגן היינט נאכט, עס איז איר זייער אומבאקוועם צו איינעמען וואס גייט נאכפאלגן, נו נאך אלעם טראכט איך צו מיר איז זי גוט אנגעצויגן, אקעי... איך מאך אפ ביי זוך, אז יעצט איז נישט די צייט צו שטיין אויף די הינעראויג, מ'גיימער ליינען קר"ש און זיך לייגן שלאפן....

מארגן צופרי שטיי איך אויף מיט א פרישקייט, אלעס איז ערלעדיגט אלע שווערע קאשמארן זענען אויך אדורך, היינט וועט שוין ענדליך זיין דער אזוי געגארטער און ערווארטעטער טאג, איך קום אהיים מיט אן אנגעשטעלטע שמייכל אויפן פנים, איך שריי אויס אויפן קול א גוט מארגן! אין קול ואין עונה.... קיינער ענטפערט נישט צוריק, אבער אויפן טיש איז ציגעגרייט א שיינע פרישטיג מיט אייער און לעטוס מיט איך ווייס וואס נאך... איך בין היבש צישוידערט פארוואס האט זיך מיך נישט צוריק געגריסט א גוט מארגן, שוין איך הייב אן מיט מיינע פראגן איבער וואס עס קומט ארויף אין געדאנק וואס איך קען עפעס ארויסציען פון אונטערן ארבעל צו רעדן און אודך כי עניתני, זי ענטפערט נאר וואס זי מוז, קיין איין טריט ווייטער פון וואס איך האב געפרעגט בין איך נישט בארעכטיגט צו וויסן? וואס גייט דא פאר?!

איך הייב אן צו באקומען פייגלעך אין קאפ, זי האט מיך נישט ליעב זי דארף מיך נישט, אבער איך שפיל די געים ווייטער, נאך א טאג צוויי איך האב שוין אלעס אפגעפרעגט איבערפרעגן דאס אלטע האט דאך נישט קיין פשט, און איך ווארט בכליון עינים אז זי זאל עפעס ארויפברענגן אויפן טיש.

און איך ווארט .... איך ווארט נאך אביסל ..... און גארנישט, אנשטאט זי זאל אנהייבן א שמועס, גייט זי אריין אין די בעדרום און הייבט אן אויסצופאקן עפעס וואס מען האט נאכנישט אויסגעפאקט פון פאר די חתונה. איך בין געבליבן פאריתומ'ס אליינ'ס אין קאך, נישט וואונסנדיג וואס איך האב צו טוהן ווייטער.

נאך אפאר טעג בין איך געווארן אזוי צומישט איך האב שוין נישט געוואוסט וואס טוט זיך מיט מיר, פון איין זייט באקום איך צו עסן אנגעגרייט על שלחן מלכים, און איך זעה נישט קיין פיינטליכע בליקן קומען פון איר זייט [וואס איך וואלט שוין באמערקט, איך האלט זיך פאר שטיקל מיינד ריעדער], אבער פון די אנדערע זייט באקום אין נישט קיין גוט מארגן, קיין גוטע נאכט פארן שלאפן גיין, קיין איין איבעריגע ווארט, קיין שום אינטערעסע, קיין שום אנצייגונג אז זי איז אינטערעסירט אין מיר, ווען איך האב איך איבערגעפרעגט א שמועס וואס זי האב געהאט האט זי געזאגט ממש ראשי פרקים אויף א אופן וואס האט נישט געהאט קיין שום באדייט אין זיך, און איך האב גארנישט געקענט ארויסהאבן פון דעם צו בנוגע איר פרעספעקטיוו אדער אפילו געוויסע דעטאלן פון א מעשה וואס גוט א מינינג פאר די מעשה.

אפשר האב איך חתונה געהאט מיט א שטיקל האלץ?! אן קיין געפילן, מענער'ס אדער סיי וועלכע הומען פילינג'ס, אדער אפשר איז זי א ראבאט וואס איז געטרעינט צו טוהן אלע טעכנישטע געברויכן אבער אן קיין שום שכל?! נאך א ענין איז פארגעקומען במשך די ציילונג'ס טעג וואס איך קען נישט ארויסשרייבן דא אין די אפענע פארום וואס האט מיך ממש אויפגעשוידערט, וואס גייט פאר מיט די פרוי, איז זי אינגאנצן אראפ פון זינען?! זי קען שוין נישט קיין אלף בית?! וואס דען האט איר די כלה טיטשער אויסגעלערנט?! האט איר מאמע טאקע נישט געזעהן פאר וויכטיג צו קאנפאמירן אז זי פארשטייט וואס מען האט גערעדט מיט איר, אזוי ווי מיין טאטע האט געטוהן מיט מיר?! וואט די העל איז גאואינג אן? איין זאך קען איך ענק זאגן, אז ווען נישט איין קלוגע מורה הוראה וואס האט זייער קליג און קריעטיוו געהאנדלט די סיטואציע, וואלט איך געווען קינדערלאז עד היום הזה!!!

נאך א פאר וואכן געדענק איך האב איך פארלוירן די גאנצע האפענונג, איך האב מיך דערזעהן לעבן מיט עפעס א 'זאך' וואס האט נישט געהאט קיין שום מענטשליכע פילינג'ס, קיין שום אבזערוואציע סקיל'ס, קיין שום פראבלעם סאלווינג סקיל'ס, אדער בעסער געזאגט זי האט בכלל נישט געכאפט אז עס איז דא אזא זאך אויף די וועלט ווי א פראבלעם! עפעס א הוילע סקאול וואס עסט אין טרינקט טוט אלע טעכניטשע זאכן אבער אויסער דעם איין גרויסע גארנישט!

אבער פון די אנדערע זייט איז נישט געווען קיין משוגענע, פון וויפול איך האב יא ארויסגעקוועטש פון איר דורך מיינע טויזענטער פראגן, און וויפול איך האב אבזערווירט וואוינענדיג מיט איר די פאר וואכן איז זי געווען היפש א קלוגע, זי האט געמאכט חשבונות וואס מאכן סענס, זי איז נישט געווען אזא נעבעכ'ל טייפ, אדער עפעס א יאנטשי, זי איז געווען אנגעטוהן זייער שיין און געשמאק, די האט געמאכט החלטות פאר זיך אליינ'ס וואס האט געמאכט סענס, ווען איך האב זיך אונטערגעהערט די טעלעפאון שמועסן מיט אירע חבר'טעס איז זי געווען זייער צו די זאך געענטפערט און קאמענטירט כדבעי, עפעס וואס איך אזוי ארויסגעקוקט אז זי זאל טוהן דאס זעלבע פאר מיר.

איך האב מחליט געווען צו רופן איינע פון מיינע מגידי שיעור וואס איך האט שטארק געהאלטן פון זיין קלוגשאפט, אבער ער האט מיך נישט געקענט העלפן, אזוי האב איך זיך געפייניגט פאר זיך אליין'ס אן זאגן פאר קיינעם וואס איך מאך אלס מיט פאר גאנצע דריי יאר.

איך האב אסאך נאס געמאכט די קישנעס יענע דריי יאר, איך האב געהאט אומצאליגע שמועסן מיט מיין ווייב, פרעגנדיג אויב זי האט עפעס קעגן מיר, אדער זי האט מיך נישט ליעב. ווען זי האט נעבעך מיר געהאלטן אין איין פארזיכערען אז זי האט גארנישט קעגן מיר, האב איך איר געפרעגט אויב אזוי פארוואס פירסטו זיך אויף צו מיר אזוי?! האט זי מיר צוריק געפרעגט וואס טוה איך עפעס ראנג?! נאכן פרובירן מסביר צו זיין אז איך באקום נישט פון איר קיין גוטע נאכט אדער קיין גוט מארגן, קיין שום עמאציעניאלע סופארט אדער איינערקענונג, האט זי געענטפערט אז זי ווייסט נישט וואס איך רעדט, זי פארשטייט נישט וואס זי דארף טוהן מער פון וואס זי טוט, זי האט אפילו זיך נישט פארגינענען מיר צו זאגן אז אויב איך טוה טאקע עפעס שלעכט וועל איך טרייען מיין בעסט, אדער אפילו בעטן אז איך זאל איר מוחל פאר די עגמת נפש וואס זי האט מיר געשאפן, וואס דאס האט מיר געלאזט א שלעכטן טעם אין מויל, ענדליך האב איך זיך שוין יא גענומען די קוראש צו רעדן דעם אמת וואס איך שפיר, באקום איך נישט קיין שום געפיל אז איך בין גערעכט אדער אז איך האב א פוינט, נאכן איר פרעגן אויב זי שפירט אז אלעס גייט גוט מיט אונזער שלום בית, האט זי מיר געזאגט אז יא, איך האב נישט געקענט פארשטיין פארוואס זי האלט אזוי, איך בין געווען קאנווינסט אז זי פירט מיך ביי די נאז, אבער איך האב נישט פארשטאנען פארוואס?

נאכן זיין איבערצייגט פאר יארן יארן אז איך בין א קלוגער מענטש, האב איך אנגעהויבן זיך צו וואונדערען פארוואס פארשטיי איך נישט פונקט אין דעם פאל וואס איז אזא וויכטיגע פונקט אין מיין לעבן, איך בין געווען אזוי צומישט מיט די סיטואציע אז איך האב נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט איך בין.

אבער א מאמע'ס הארץ שפירט ווען פארן קינד גייט נישט גוט, און כאטש איך האב איר געהאלטן אין איין פארזיכערן אז אלעס איז אקעי, האט זי מיר אפירגענומען איינמאל פריוואט און מיט איר חכמת נשים האט זיך מיך אריינגעפירט אין א פעלד וואס איך האב קיינמאל נישט געוואלט אנרורן מיט איר, ביז ס'האט זיך אומוועלדיגערהייט ארויסגעגליטש א ווארט פון מיין מויל וואס איז געווען אין להשיב, און נאך א האלבע שעה האב איך אויסגעבראכן אלעס וואס איך האב באהאלטן די לעצטע דריי יאר.

מיין מאמע האט מיר געשיקט צו העלפ און דאס באצאלט, איך בין גערן געגאנגן איך בין געווען אובד עצות, נאכן אויספרעגן אפאר פראגן, זאגט מיר דער טערעפיסט: דיין ווייב האט מורא פון דיר!!!! די ווערטער זענען געווען פאר מיר א היבשע שאק, פארוואס זאל זי מורא האבן פון מיט איך שריי נישט איך אודאי שלאג איך נישט, ער האט מיר פרובירט מסביר צו זיין אז מיין שפראך איז אפשר צו דירעקט וואס זי קען נישט פארדייען וכו' וכו' וואס גראדע ליגט אפשר א שטיקל אמת אין דעם, אבער דאס איז נאר געווען נאכדעם וואס איך האב געדארפט קאנפראנטן מיין ווייב מיט איר אומאויסהאלטענדע אויפפירונג אבער דאס האט נאכנישט מסביר וואס איז פארגעקומען פארדעם.

כאטש וואס היינט צוטאג האלט איך אז ער האט נישט עכט גוט דיאגנאזירט די סיטואציע, איז דאס אבער געווען א בליץ וואס האט צום סוף צוגעברענגט אז איך זאל אנהייבן עטוואס צו פארשטיין וואס גייט דא פאר, און עס האט מיר אנגעהויבן צו געבן א שטיקל פרעספעקטיוו ווי אנצוהייבן צו זוכן.

איך האב אנגעהויבן מער צו באמערקן די אופפירונג פון מיין שווער אין שוויגער, ווען איך האב געוואלט אויסגעפרעגן מיין ווייב וואס זי געדענקט ווען זי איז געווען א מיידל, האט זיך מיר כמעט אויף אלעם געענטפערט אז זי געדענקט נישט, [היינט צוטאג'ס וואונדערט זי זיך, צו עפעס איז ראנג מיט איר אז זי געדעקנט גארנישט פון איר יוגנט, אודאי איז ראנג מיט איר ווער געדענקט דען נישט? אבער איך מינימייז דאס ווייל עס פעלט נישט אויס אז זי זאל האבן ווייטאגן און זיך אליין חושד זיין אז זי איז נישט אלרייט, אויך פרוביר איך איר צו זאגן ווען מינימייזן העלפט נישט אז זי איז נישט שולדיג דערין, פינקליך ווער יא, איך מיין אז איר טאטע מאמע, ווייל זי האט זיך אויסגעלרענט צו אוטבלעקן אלעס וואס איז נישט איינגענעם דורך זייער איביוז, אבער איך אליין בין נאכנישט קלאר איך די גאנצע נושא גענוג אויף אפצומאכן פאר זיכער].

איין זאך וואס איך האב יא ארויסבאקומען פון איר איז אז זי איז קיינמאל אין איר לעבן נישט געווען ביים דאקטאר אדער ביים דענטיסט, וואסארא מין אכזריות פון א מאמע זיך נישט צו רעכענען מיט א קינד וואס טוט איר עפעס וויי, ביסט ביזי? לאמיר הערן וואס ביסטו אזוי ביזי אז דיין קינד דארף פאר דעם ליידן פון א אויער אינפעקציע אדער א סטרעפ פאר צוויי דריי וואכן, האט איר שוין אמאל געהערט א מאמע זאל קיינמאל נישט גיין צום דאקטער מיט א קינד?

איך האב איר געפרעגט אפשר האסטו אויך דאס פארגעסן? אויך דעם האט זיך מיר געענטפערט, ניין! זי געדענקט זייער קלאר זיך וואלגערען פאר יסורים אין בעט פאר טעג, און איר מאמע האט איר איגנארירט, ניטאמאל געקומען זאגן מיט א מאמישע טאן פון רחמנות אוי שעפעלע..... פילסט נישט גוט? אקעי ס'גייט שוין אויסהיילן.

למעשה וויבאלד איך האב נישט געקענט ארויסבאקומען פון מיין ווייב וואס זי געדענקט האב איך מיר גענומען צו אנדערע ריסוירסן, קודם כל האב איך דאך שוין געקענט אביסל בעסער מיין שווער אין שוויגער און פון איינגערע עקספיריענס, האב איך שוין אנגעהויבן צו חושד זיין אויף זייער מיאוס'ע אומיושר'דיגע אכזריות'דיגע דרך החיים איינס מיטן צווייטן און זייער רילעשענשיפ מיט זייערע קינדער.

למעשה נאך א גרונטליכע פארש ארבעט בין איך דערגאנגן אז די קינדער פון יענע הויז זענען געווארן עביוזד אין גרויסן עמאציניאל, מען האט זיך נישט אפגעגבן מיט זיי, מען האט זיי נישט רעספאקטירט, מען האט זיי איגנארירט נישט געקוקט אויף זייער זייט, קיין שום ליבשאפט נישט געגעבן, פון די אנדערע זייט האבן זיי מקיים געווען\און זענען נאך אלס מקיים במלוא מובן המילה דעם לעולם אל ישנה אדם בן בין הבנים, אן קיין איין טראפ שכל און וויל נישט אלעס ארויסגעבן אויפן פאפיר.

היינט צוטאג'ס פארשטיי איך פון ווי מיין ווייב קומט, און וואס האט איר אזוי געדעמעטשט, זי האט זיך אויסגעלערענט אויסצומעקן אלעס וואס איז נישט איינגענעם פון איר זכרון, אבער מיט דעם האט זיך פארלוירן גאר א חשובה מתנה וואס דער אייבישטער האט געגעבן אז מען זאל זיך לערנען פון פריערעדיגע פעלערן, זי וועט ענדערש אויסמעקן דעם איווענט און אלס רעזולטאט וועט זי נישט האבן קיין גילטי פילינג'ס וכו' וואס איז זייער נייטיג אז מען זאל זיך באהיטן פון דעם טעות נעקסטיים.

זי האט קיינמאל אין איר לעבן נישט געזעהן וויאזוי מען געט געפיהל פאר קינדער, זי האט קיינמאל נישט צוגעזעהן וויאזוי א פרוי דארף געבן אמאציניאלע סופארט אדער איינערקענונג צו א מאן, ווייל מיין שוויגער האט לכאורה אויך געדארפט האלטן א דיסטענס פון איר מאן צוליב זיינע שלעכטע מדות און עביוז, ווי אויך איז מיין שוויגער אליינ'ס א געדעמעטשער מיט אסאך מענטל אישוס [כנראה] און אן קיין שום געפיל [איך בין חושד אז דאס איז געשעהן נאכן זיין אונטערן טיש פאר יארן ביי מיין שווער אינדערהיים], ווען מיין שווער אדער שוויגער קומען אהיים איז נישטא קיין גוטן טאג אדער א גוטע נאכט. אודאי האט מיין ווייב נישט געהאלטן אז עפעס איז ראנג מיט אונזער שלום בית כאטש וואס עס איז געווען אומפאנקשענל עס איט געט'ס.

למעשה היינט צוטאג'ס איז שוין אסאך בעסער, אבער די צירוסענע שטיקער זעהט זיך נאך זייער שטארק אן, און למען האמת בין איך פראוד צו וואוינען מיט מיין ווייב וואס האט אזויפיל מיטגעמאכט און האט אזויפיל געארבעט אויף זיך דאס צו קענען איבערקומען, איך בין זיכער אז מיין ווייב ליידט פון געוויסע מענטל אילנעסעס אדאנק דעם און איך וואלט זייער געוואלט הערן פון די חברי השטיבל ווער עס קען זיך אביסל אויס מיט אזא סיטואציע וואס זענען די דייעגנאזיס אויף דעם [איך מיין PTSD אדער ערגעץ אין יענע געגענט] און וויאזוי קען איך האבן גוטע הילף פאר דעם, ווי אויך וואלט איך געוואלט הערן פון סיי וועם וועלכער האט אויך מיטגעמאכט אזא איבערלעבעניש אדער עפעס ענדליך'ס.

ישר כח

דער אשכול פארמאגט 68 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר