מיטינג - פייטן אדיקשאן AA ק"ש

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 840
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 800 מאל

מיטינג - פייטן אדיקשאן AA ק"ש

שליחה דורך shem-tov »

סאיז מיר איינגעפאלן א געוואלדיגע המצאה. ממש וואס אפשר פאר דעם אליינס האט זיך שוין געלוינט דאס גאנצע אינטערנעט. כוויל בע"ה מאכן דא אין שטיבל א מיטינג רום ווי מען וועט פראקטיצירן די "עי עי" מיטינגס מיט די 12 סטעפס ספעציעל פאר די וואס ליידן פון אלקעהאל אדיקשאנס בפרט, און אזוי אויך אנדערע שווערע עדיקשאנס אן ארויסשרייבן די פרטים.

איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק. דאס איז א געוואלדיגע כח סיי ווי מיר טרעפן אין דברי נביאים און אזוי אויךאין פראקטיק פון א סייענטיפישער שטאנדפונקט. יעדער וועט קענען דערציילן וואסערע נסיונות ער גייט דורך און ווי ער דארף חיזוק. מעון וועט זיך ארויסהעלפן מען וועט זיך מחזק זיין און ווען איינער וועט האבן דורכגעבראכן א טאג, א וואך, א חודש אן אלקעהאל, דראגס, געמבלינג, עצלות, כעס, וכדו, וועט מען אים מאכן א פארטי און אים אפגעבן זיין פארדינטן כבוד.

אביסל בעקראונד. סאיז ידוע אז ביי די או"ה איז דא אזא זאך וואס הייסט אלקעהאליק אנאנעמאס. אין קורצן עי עי . א פראגראם וואס איז באקאנט אלץ זייער א פראפעסיאנאלע טערעפי-טייפ גרופע. סאיז נישט געמאכט פאר קיין מענטשן וואס גלייכען צו קוועטשן אדער זיך אפרעדן, סאיז א פראגראם וואס מען טוט דארטן צו דער זאך און מען זעהט געוואלדיגע ריזאלטס. פאר די וואס ווייסן נישט וואס דאס איז וועל איך עס שילדערן בקיצור נמרץ. מען קען עס גוגלען און צוברענגן נאך אינפארמאציע איבער די וואונדערליכע פראגראם און אירע 21 סטעפס.

בעיקר איז דאס געמאכט פאר מענטשן וואס פלעיגן זיין אדיקטעד צו אלקעהאל און זיי האבן זיך מאוס אפגעבריט, פארלוירן זייערע משפחות און פריינד, פארלוירן פרנסה, זייער סעלף עסטיעם בקיצור אינגאנצן האבן זיי פארלוירן זייער לעבנס. די חברה האבן זיך פרובירט צו היילן אזוי און אזוי אבער גארנישט האט נישט געהאלפן. דער ביטערער טראפ האט אייביג מנצח געווען. סאיז אן אדיקשען און אדיקשאנס זענען אדיקשאן פאר די וואס זענען נעבך באקאנט.

זענען געווען עטליכע געוועזענע שיכורים וואס האבן ביי זיך אפגעמאכט גענוג איז גענוג. מיר האלטן נישט אזוי ביים לעבן. און זיי זענען אויפגעקומען מיט די המצאה פון זיך טרעפן טעגליך אויף א פלאץ ווי מען גייט דורכשמועסן די נסיונות און זיך מחזק זיין פאר נאך א טאג און נאך א וואך. און וואונדער איבער וואונדער נאר דאס האט זיי געהאלפן. האבן זיי עס אנגעהאלטן אויף ווייטער אויך, א וואך נאך חודש נאך יאר און סהאט זיך פעסט געהאלטן, אויב האט אייער פון די חבורה פארפאסט אפילו איין טאג פון צו קומען האט ער שוין געפילט א שוואכקייט אין זיין קאמף און האט שוין געדארפט מער חיזוק.

באמת קלער איך איז דאס דער גאנצער ענין פון טעראפי און מיטינגען וואס מענטשן מוזען צומאל גיין פאר יארן לאנג, פארוואס. כדי סזאל זיך דיר בכלל נישט מאכן א שוואכע מינוט ווייל אז סמאכט זיך דיר שוין א שוואכע מינוט איז שוין כמעט פארפאלן. דעריבער דארף מען שטיין על המשמר אויב ווילסטו באמת געהאלפן ווערן און נישט ח"ו שטארבן א לוזער.

דער מקור איז זיכער פון אונזער הייליגע תורה. ווי דער פסוק אין תנ"ך איש את רעהו וגו' און נאך פיל בעניני חיזוק. ואכמ"ל. אבער סאיז כדאי ווער ס'קען ציטירן פסוקים, תורות אדער מעשיות מתלמידי בעש"ט בענינים אלו.

אגב הרב דר. אי"ה טווערסקי שליט"א האט געשריבן ביכער איבער די 12 סטעפס און ער איז שטארק פארגלייבט אין די ענינים אויף אלע ענינים ובכללם התגברות בקדושה.

היינט באשטייט שוין נישט די מיטינגען דווקא איבער אלקעהאל פראבלעמן. מענטשן קומען דארטן רעדן איבער זייערע אדיקשאנס, מען שמועסט זיך דורך, מען העלפט זיך ארויס מען דערציילט, אבער עכ"ז איז נאך אלס אלעס באזירט ארום משקה. זיי רעדן איבער זייערע טרינקן פראבלעמן און מען האלט חשבון איינער אויפן צווייטען.

א עקסטערע פרשה פאר זיך און א גרויס חלק פון די הצלחה איז דאס נעמען ספאנסערס פון די חבורה אזעלעכע וואס האבן עס שוין אדורכגעפירט. זיי העלפן די ניו קאמערס צו וועמען זיי האבן שטארקע געפילן, זיך צו האלטן שטארק.

נאך א סוד פון הצלחה איז, אז ס'איז גענצליך פריי פון אפצאל און יעדער קען זיך באטייליגן. מען קען גיין 20 יאר און נישט באצאלן א פעני. סקומט געווענלעך פאר אין עפעס א קומיוניטי רום און יעדער איז וועלקאם.

די מיטינגען זענען פארשפרייט אין די גאנצע וועלט, אלע פראגראמען באשטייען פון בערך א שעה און אויבנאויף טראגט עס איבעראל דעם זעלבן פנים מען טוט מער ווייניגער די זעלבע זאכן. איינער פירט עס אן, מען שמועסט, יעדער האט א טשאנס צו רעדן. באמת אבער, זענען נישט אלע מיטינגען גלייך, סאיז דא צוויי מינים. מען קען אריינפאלן מיט פארברעכער גארבעדש מיט גארבעדש און מען קען טרעפן אזעלעכע וואס סאיז ממש אומגלויבלעך נארמאל ארגאניזירט סזיצן ארענטליכע גוים און מען העלפט זיך ארויס. די וואס טוען דערינען ווייסן שוין פונקטלעך וואו מטרעפט די ריכטיגע.

דעריבער, אלץ איינער וואס איז היבש באקאנט אין די ענינים און א שטארקער גלויביגער, וויל איך פארשלאגן א פלאן מייסד צו זיין דא אזא מיטיג פלאץ. ווער אימער ספלאגט זיך ארום מיט אלקעהאול אז ס'רואינירט אים דאס לעבן, דער שבת טיש זעהט אויס ווי א פורים, די קינדערלעך זיינע האבן נישט קיין טאטע, 1 נאכמיטאג דינסטאג איז ער שוין ווייטער שיכור. אדער ווער ספלאגט זיך מיט דראגס אדער עני אנדערע אדיקשאן און קען זיך נישט קיין עצה געבן, אזוי אויך ווער סהאלט אז ער קען ארויסהעלפן זאל ביטע אהערקומעןאון אנטייל נעמן אינעם פראגראם. איך בעט אבער מען זאל טראכטן פאר מען שרייבט, מען זאל סטיקען צו איין טאפיק, נישט ארומשפרינגען מענין לענין נאר זיך האלטן צואיין זאך, אין וואס די ווילסט באמת געהאלפן ווערן אין די טראכסט אז אנדערע קענען דיר העלפן. און למען השם בעט איך אז קיינער זאל נישט דא קומען טרייבן שפאס ווייל סקען זיין אז פאר געוויסע מענטשן וועט דער ווינקל זיין ממש א לייף סעיוואר.

ויהי רצון שתשרה שכינה בתוכינו. יעצט ווארט איך צו הערן וואס דער עולם האט מוסף צו זיין איבער די ענינים און בכלל צו מיין פלאן. כל טוב
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום shem-tov, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים

דער אשכול פארמאגט 8 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר