דזשאב'ס אשכול

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 1073 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1879 מאל

דזשאב'ס אשכול

שליחה דורך איש עברי »

איינע פון די מטרות פון קאווע שטיבל איז זיך צו העלפן, איש את רעהו יעזורו, דעריבער עפען איך דעם אשכול, עס זאל דינען אלס פלאטפארמע פאר ווער עס זוכט ארבעט, אדער ווער עס זוכט א ארבעטער, דא אין שטיבל דרייען זיך טאלאנטפולע מענטשן, און עס קענען זיכער צושטאנד קומען דא סוקסעספולע שידוכים צווישן ארבעטס געבער און ארבעטער.
לעניינינו, איך בין געוואויר געווארן מאחורי הפרגוד אז איינער פון די מאורות הגדולים אין שטיבל זוכט אצינד ארבעט, עס רעדט זיך פון א מולטי-טאלאנט וואס איז שווער צו געפונען כדוגמתו, בעיקר גאר שטארק באהאווענט אין טעכנאלאגיע און אין מארקעטינג, אבער טויג צו כמעט יעדע זאך אין די וועלט, האט איינער א גוטע הצעה? איר קענט זיך ווענדן צו מיר אין אישי, מען וועט אויסארבעטן א וועג אז עס זאל חלילה נישט קומען לידי גילוי...
ניין, עס רעדט זיך נישט פון איש עברי...

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר