אריינברענגן דעם פסח דאס ערשטע יאר

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
משה לייזער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 48
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 27, 2014 10:57 am
האט שוין געלייקט: 69 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 123 מאל

אריינברענגן דעם פסח דאס ערשטע יאר

שליחה דורך משה לייזער »

ב"ה איך בין שוין חתונה געהאט א שיינע פאר יאר אבער אזוי ווי די מנהג איז דאך אז און די ערשטע פאר יאר פון די חתונה גייט מען נאך צום טאטען און שווער אויפן סדר האב איך נאך אין מיין לעבן נישט איינגערישט א סדר אליינ'ס אבער בכלל אריינגעברענגט א פסח פול פארס, למעשה דאס יאר זעהט אויס אז מען גייט אי"ה פירן א סדר אליינ'ס און איך און מיין בני גרייטן זיך צו פראווען א פסח מיטן גאנצן קנאק איז מיר בייגעפאלן אז איך וויל אפשרייבן מיין ליסטע וואס מיר איז בייגעפאלן אז מען דארף קויפן ערלעדיגן אדער זיך שאפן צו קענען אריינברענגן דעם פסח און אז אינמיטן פסח זאל איך זיך נישט דערזעהן אז איך האב פארגעסן צו קויפן א וויטיגע אייטעם. און איינוועגס וועלן שוין אנדערע וואס הייבן אן א פסח אויך הנאה האבן, און אנדערע וואס האבן שין עקספירינענס וועלן קענען אריינווארפן זייער טא סענטס

איך האב אפגעמאכט אז איך גיי בויען מיין פסח מעניו אויף די הגדה, איך עפענען די הגדה פונעם ערשטן בלאט און פראבירן צו ברעין סטארמען וואס מען דארף אלס האבן צו קענען אויספירן אלעס וואס שטייט אין די הגדה

1) קויפן הגדות פארן עולם

סדר בדיקת חמץ

2) קויפן א בדיקת חמץ סעט
3) נישט פארגעסן צו טראגן די אוועקגעלייגטע חלה פארן שמש פאר עס ווערט צו שפעט
4) אנגרייטן דעם פארטריקענטער לולב צום פארברענגן
5) אנגרייטן דעם באהאלטענעם אפיקומען פון פאריאר צו פארברענען
6) פארקויפן די חמץ פאר א גוי
7) שיעור פאגעסן ענדיגן א מסכת פאר ערב פסח
8) קויפן מאטריאל צו פארדעקן די שענק פון די פריזשעדער, פענטרי, קאבינעט'ס, סינק'ס, טישן, קויפן אזאלכע שטימפעלעך צו פארדעקן דעם סינק רינער (איך האב נישט קיין פסח קאך)
9) קויפן נייע עסצייג, דישעס און טעפ פאר פסח
10) קויפן א רעשזו מיט א פארטעבל אויווען צו קענען קאכען
11) קויפן א פסח'דיגע האט-פלעיט
12) קויפן א נייע גארביזש קען
13) נייע בעזעם און שאוועל
14) כשר'ן געצייג, א שטיין, כשר טאפ וכו', (אפשר די נר מצוה סעט?)



סדר עירוב תבשילין

15) נישט פארגעסן צו מאכן אן עירוב תבשילין
16) שיעור נישט פארגעסן זעהן צו מאכן ערובי חצירות פאר מיין בילדינג (אפשר וואוין איך און מאהעטן וואס לכולי עלמא איז נישטא קיין עירוב)

סדר הפרשת חלה

17) שאפן דעם קארטל פאר די ערב פסח מצות

סדר הדלקת הנרות

18) קויפן פסח'דיגע סעט פון לעכט און אלע צוגעהערן, אריינגערעכנט קנויטליך, שמן זית, מעטשעס, זילבער פאויל לעכט האלטער'ס, טרעווילינג לעכט
19) מה נשתנה לעכט
20) פסד'דיג מאכן די לייכטער
21) יקנה"ז לעכט

ברכת שהחיינו

22) זעהן אז מיין ווייב זאל זיך קויפן א שיינעם עלעגאנטן קלייד אויף פסח

פרשת קרבן פסח

23) קויפן און בראטן דעם זרוע
24) בראטן דעם איי פאר די קערה (אזוי איז די מנהג ביי מיין טאט'ן אינדערהיים)

סדר הקערה

25) קויפן א ביליגע קערה (ווען איך וועל זיין א שטיקל איז מאומד וועט מען דאס טראגן צו די נעקסט לעוועל)
26) מצה טאש
27) אויפפיקן די ערב פסח מצות
28) זרוע און ביצה האמער שוין גערעדט
29) קויפן מרור
30) קויפן א פסח'דיגע רייבער צו צומאלן די מרור, (אפשר איז כדי א מאשין האנט גרינדער?)
31) קויפן א פסח'דיגע שיילער אפצושיילן די שאלאכטץ פון די מרור
32) קויפן א פסח'דיגע מעסער אפצושניידן דעם קאפ פון די מרור פאר די קערה
33) קויפן עפעס א כלי אין וואס אריינצורייבן די מרור
34) קויפן א גוטן זשאר צו פארסטעמפלען די מרור אז עס זאל גיין א רויעך ווען מען עפענט דאס אויף ביים סדר
35) שיינעם טעללער אריינצולייגן די מרור ווען מען ברענגט דאס ביים סדר
36) חרוסת אינגרידיענס, עפל, אגוזים, וויין, אינגבער, צימרינג
37) א שיינעם טעלער אריינצולייגן די חרוסת ביים סדר
38) כרפס, קויפן פאטעטא'ס (איך גיי משנה זיין דא פון מיין טאטע וואס ער מאכט דעם כרפס מיט רעטאך ווייל דאס טויג נישט פאר די משך פונעם סדר נאכט צו עסן א קליין שטיקל רעטעך ווייניגער ווי א כזית אויף א ליידיגן מאגן)
39) חזרת, קויפן סאלוט און דאס בודק זיין פון ווערים בעפאר פסח. א שיינעם טעלער דאס אריינצוברענגן צום סדר
40) קויפן א שיינע פאר בעקעלעך אריינצולייגן די כרפס מיט די חזרת און פריזשעדער

קדש

41) צוגרייטן דעם ווייסע קיטל
42) קויפן א באקס וויין און גרעיפ זשוס, און מאכן מאסט
43) קויפן בעכערס פאר דעם גאנצען געזונדל
44) כשר'ן די חמץ'דיגע בעכער'ס
45) נייע הבדלה לעכט

ורחץ

46) קויפן א סילווער פלעטעד נעגל וואסער סעט (איך בין נישט קיין עושר איך קען נאכנישט ערלויבן א עכט זילבערנע ועוד חזון למועד)

כרפס

47) כשר זאלץ צו מאכן זאלץ וואסער
48) א שיינע כלי אריינצולייגן די זאלץ וואסער

יחץ

49)...

מגיד

50) שבכל הלילות וכו' כלנו מסובין א שיינע היסב בעט עכפ אפאר גוטע קישענעס
51) וכל המרבה לספר ביציאת מצרים וכו' זיך גוט פארקוקן די הגדה און מדרשים צו טרעפן שיינע מעשה'לעך אויף יציאת מצרים

רחצה

52) ...

מוציא מצה

53) זיך פארקוקן פינקטליך וועלכע מצות מען דארף געבן פאר וועם און פינקטליך וויאזוי דאס גייט צו ווייל איך ווער צומישט יעדעס יאר עקסטער

שלחן עורך

54) אפקאכען גענוג אייער און מאכן גענוג זאלציגע זאלץ וואסער אז דער עולם זאל הנאה האבן
55) קאכן פאלשע פיש (אפשר וועל איך מיט דעם אויך אביסל אוועקקריכן פון די מסורה איך האב זייער ליעב פיש נאכדעצו קארפ פיש)
56) קויפן פארטעבל מצה טאשן אז די מצה פון די קינדער זאלן זיך נישט בראקען ח"ו
57) לערנען אפאר ספרים אויף מדת הכעס אז אויב עס גיסט זיך אויס בטעות עפעס אויף די מצות זאל איך נישט ארייפאלן אין כעס (ווי אויך וועט דאס העלפן אז אויב מען קריגט זיך אויף די בעכערס, פלאץ אדער וועלכע קישן די קינדער ווילן ניצן ביים סדר אז איך זאל נישט ארויסגיין פון די גלייזן)
58) קאכן די פיינע פסד'דיגע לאקאשן
59) צו איינמאכן די בארשט א וואך פאר פסח (שיעור פארגעסן...)

צפון

60) צוגרייטן גענוג געלט פאר אפיקומען'ס
61) זיך אנגארטלן מיט עקשנות מיט די פרייז וויפול אפיקומען מעג קאסטן אז דער עולם זאל נישט בעטן אין די וועלט אריין

ברך

62) כוס של אליהו
63) זעהן צו מאכן די טיש אביסל שאקעלדיג בעפאר פסח אז מען זאל קענען גרינג מאכן די זאך וועל אליהו הנביא טרינקט פונעם כוס און אז קיינער זאל נישט כאפן אז די בעכער איז געווארן ליידיגער ווייל איך האב געשטופט דעם טיש

הלל

64) זיך איינ'חזר'ן דעם ניסוח פון די פסח'דיגע הלל ביים סדר און זיך נישט פארמישן מיט די ראש חודש'דיגע

נרצה

65) נישט פארגעסן אנצוזאגן די קינדער און איך אליין זאל נישט פארגעסן אויסצוניצן די געלעגהיינט און נישט ליינען די גאנצע קר"ש שעל המטה

יעצט ווערט דער עולם געבעטן צוצולייגן אלעס וואס איך האב פארגעסן

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר