חינוך: זאל איך שטיפן מיין זוהן פאר תרי"ג מצות פארמעסט?

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קריינא דאיגרתא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 159
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:02 am
האט שוין געלייקט: 194 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

חינוך: זאל איך שטיפן מיין זוהן פאר תרי"ג מצות פארמעסט?

שליחה דורך קריינא דאיגרתא »

מ'ווייסט דאך דער מצב היינט אין די חדרים. ס'איז נישט דא קיין מהלך, קיין סדר היום, א פלאן מקנה צו זיין פאר די קינדער א חינוך וואס וועט זיי באגלייטן אויף ווייטער. אלע חשבונות פון די מלמדים און מנהלים איז נאר מיט וואס זיי וועלן זיך קענען מתפאר זיין פאר אנדערע חדרים, "אונזערע קינדער קענען ל"ט מלכות" - "אונזערע קינדער קענען תרי"ג מצוות" - "אונזערע קינדער קענען 10 בלאט גמרא בעל פה" - כאטש די אלע זאכן וועלן זיי גארנישט העלפן נישט ברוחניות און נישט בגשמיות.

עס פאלט זיי נישט ביי צו לערנען מיט די קינדער לימודים וואס וועט זיי באגלייטן, אונזערע מלכים, נביאים, נ"ך, גאונים, ראשונים, און די היסטארישע תקופות פון כלל ישראל, וכדומה.

מיין 11 יעריג יונגל איז ב"ה א מצוין, און ווי אלע קינדער דארף ער חיזוק ועידוד ווייטער צו שטייגן. זיין מלמד האט יעצט פראקלאמירט א "מבצע" צו לערנען די תרי"ג מצות אויף אויסנווייניג. עס איז שוין א וואך אריין אין דעם פראגראם. אלע מצויינים פון די קלאס פארברענגען שעות יעדן טאג צו חזר'ן, זייערע עלטערן העלפן זיי און שטיצן זיי, און מיין זוהן זעהט נישט די גרויסע גליקן אין קענען תרי"ג מצוות אויסנווייניג.

און איך האב א דילעמע. פון איין זייט וויל איך העלפן מיין זוהן מיט זיין אימעדזש פון א מצויין וואס האלט מיט אלעס אין קלאס און קען אלעס גאר פיין, פון די אנדערע זייט קען איך נישט זעהן ווי אזוי איך זאל שטיפן מיין זוהן אנטייל צו נעמען אין אזא פראגראם וואס איז אין מיינע אויגן א שאד די צייט, און נעמט אוועק מיין זוהן'ס פרייע צייט.

לאמיר הערן מיינונגען.

א דאנק.

דער אשכול פארמאגט 5 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר