העלפט! מיין דריי יעריג קינד איז פארכאפט.

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
עזריאל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1449
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 28, 2014 10:09 am
האט שוין געלייקט: 1377 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1602 מאל

העלפט! מיין דריי יעריג קינד איז פארכאפט.

שליחה דורך עזריאל »

יא איר האט גוט געליינט מיין דריי יעריג יונגעל איז פארכאפט געווארן אלץ א משכון פאר א געוויסער בלוט צאפער, א בלוט דורשטיגער פארשוין, פון די זעלבע קליקע וואס פלעגן נאך שרייען מיין ווייב ווען זי האט געטראגן מיט די עירוב נאכדעם וואס איר דיין האט איר געלאזט, אין דער זעלבע וואס האט באשלאסן אז מיין שכן טאר נישט האבן א גראסערי ווייל מפארקויפט א צייטונג פון א אנדערע חסידות, די זעלבע וואס האבן פארשפארט מיין זיידעס געשעפט ווייל ער האט פארקויפט פיצא אין וויליאמסבוירג (דעמאלטס אסור געווען), די זעלבע וואס האבן צוגענומען מיין חבר׳ס פרנסה ווייל ער האט פארקויפט סושי אין מאנרא (א עכטע מעשה פון די חודש), די קליקע, האבן אפגעמאכט אז אז אזוי ווי איך האב אינטערנעט אויף מיין טעלעפוין גייט מיין קליינער פון דריי יאר נישט קענען גיין אין א אידישער מוסד.

היות גארנישט גייט מיר מער נישט אן, אז זיי וועלן מיר נישט אריינלאזן אין בית מדרש וועל איך פלעין נישט קומען, שייגעץ ארויס וועט מען אויף מיר נישט קענען שרייען, אויב זיי וועלן הייבן הענט וועל איך זיי שיקן א הזמנה צו דער פלאץ ווי זיי זענען זיך מתפשר ווען זיי קריגן זיך מיט זייערע קרובים וואס פון דארט פארט מען מיט א ווייסע באס אין חד גדיא, במילא האבן זיי אפגעמאכט אז דאס איינע זאך ווי מ׳קען מיר טערארזירן אז ביי מיין קינד האבן זיי אים גענומען אלץ א משכון, זיי האלטען אים האסטידזש ביז איך וועל מיך בייגן צו זיי, אויסטאהן מיין שיך, פאלן צו זייער קני, קישן די ערד וואס האט די זכיה אז זייער שיך טרעט אויף איר, און זאגן בפה מלא איך בין גארנישט ווערד, און איך גיי פאלגן וואס די וועסט מיר הייסן טוהן.

צווישן יעדע צוועלעף איז דא א חלבנה, שטעלט אייך פאר אין א קהלה פון טויזנט יודן וויפל חלבנה׳ס סאיז דא, אט די חלבנה׳ס וואס זענען סתם אזוי מאוס פון לעבן, רוב מאל מחמת זיי זענען אויס געשפילטע מענטשן אנע פרנסה און נישט גוט חתונה געהאט, אדער פלעין זיי באקומען נישט אויפמערקזאמקייט ערגעץ אנדערשט, שוין אין חדר זענען זיי געווען די וואס די נאז איז זיי שטענדיג גערינען, די חברה האבן אפגעמאכט אז זיי גייען נישט שטיין אין די זייט קוקנדיג ווי פאר יעדעם גייט גוט חוץ פאר זיי, זיי גייען מער נישט אויס גיין פאר קנאה נאר זיי גייען זיכער מאכן אז קיינער האט נישט קיין גוט לעבן.

יא די שייגעץ שטיק און טעראר פון אמאל גייט נאך געהעריג אן, סהאט זיך אביסעל געטוישט די מהלך אבער סגייט נאך אן און אפילו שטערקער פון אמאל. אמאל פלעגט מען רודפ׳ן די מענטשהייט זאגענדיג אז מוועט דיר נישט באערדיגן אין אונזער בית החיים וכדומה ( פארוואס? ווייל די גייסט מיט א געשניצטע בארד. איי זיין טאטע זיידע עלטער זיידע אלע זענען אזוי געגאנגען און גראדע געווען פיינע יודן? דאס גייט מיר פרו״מ׳ער נישט אן) בקיצור מ׳האט געטרעטן אויפן עולם אויף אנדערע דרכים. היינט האט זיך די טעראר אויף געהערט. האט מען אפיר גענומען די קינדער און דערמיט טוט מען טערארזירן דעם עולם, אויב האסטו אינטערנעט וועט מען ארויסווארפן דיינע קינדער פון די מוסדות, איי וואס איז מיין זון שולדיג? א קליין קינד סך הכול דער טאטע פרובירט צו ברענגן פרנסה דארף ער האבן א טעלפוין מיט אימעיל, אדער וויל איך סתם אזוי נישט אז דער יונגאטשעס וואס ארבעטען אין די פילטער אפיס זאלן קענען ליינען מיינע טעקסט מעסעדזשעס מיט מיין ווייב, איך פיל מיר פשוט נישט באקוועם ווען נאך איינער ״קען״ מיטהאלטן מיינע פריוואטע ענינים, וואס דערפאר וויל איך נאר די קעי 9 פילטער, און נישט די קהלישע פילטערס, אבער דער אלטער שייגעץ זאגט ניין מיר וועלן דיר ווייזן ווער סאיז בעל הבית.

אויב ביזטו א כולל יונגערמאן וואס באקומט באצאלט 4 צענט א שעה וואס קאללעקט צו 50 דוללער סוף חודש (אויב די נעמסט די זעקס בחינות, און די לערענסט חובות הלבבות) דאן אויב האסטו אפילו טעקסט מעסעדזשעס קריגסטו נישט דעם געהאלט. איי וואס די העק איז שלעכט מיט טעקסט מעסעדזשעס? וואס? ווען? ווי? זאגט מיר א עסקן אז מ׳קען טעקסטן חס ושלום א ...... (אוי וויי) פרעג איך אים אויב אזוי איז דאך א טעלפוין סך ארגער ווייל מ׳קען חלילה רעדן ממש בפועל, נישט נאר א טעקסט נאר טאקע דאס אליין פה אל פה, און ביזדערווייל זעה איך גרויסע פובליק טעלעפוינען הענגן בפומבי אין יעדע בית מדרש. (ווען מפלעגט שיקן טעלעגראמען פארן קריג איז געווען איינער פון די רבנים וואס האבן דאן פארפירט?) סך הכול טעקסט מעסעדזשעס איז ארויס געקומען א תקופה שפעטער פון טעלעפוינען האט מען דאס געטראפן פאר די עוולה הדור. (שטעלט אייך פאר ווען די מעשה איז פארקערט קודם איז דא טעקסט מעסעדזשעס און דערנאך קומט ארויס די טעלפוין, די רבנים וואלטן דאן פארפירט אז חס ושלום וואס דאס קען צוברענגן.)

א קיצור דא האבן זיך ארויף געכאפט אפאר שלעכטע מענטשן, אזעלעכע וואס האבן נאך קיינמאל נישט קיין טובה געטוהן פאר א מענטש, זיי האבן באשלאסן אז אינטערנעט מיט מוסדות פאר די קינדער איז פארבינדען איינס צום צווייטען, די אפשען מחנך צו זיין א קינד אין א היימיש מוסד איז תלוי צו מ׳האט אינטערנעט אויפן קאמפיוטער צו נישט. איינער כאפט די קשר?

ווילסט מוחה זיין קעגן אינטערנעט איך בין מסכים, אבער וואס האט דאס מיט חינוך הבנים?

א קיצור ווי ערווענט און נאכן נאכגיין עטליכע וואס פירן די מערכה האלט איך קלאר אז דאס קומט פון שלעכטיקייט, און פון נישט זיין צופרידן מיט זיך אליין, זייענדיג א אויסגעשפילטע מענטש אמאל (רוב) איז עס שלום בית, קינדער, און אמאל איז עס פשוט א נעבעך א איינזאמער מענטש וואס נאך אין ישיבה האבן זיינע ארומיגע נישט געהאט קיין נערווען צו אים און אצינד טרייט ער צו באקומען אביסל אויפמעקזאמקייט. א קיצור מ׳דארף נעמען די זאך אין די האנט דעריבער הייב איך אצינד אן א סעריע, א פארזעצונג אויף די אלע טעראריסטן, וזה החלי.

מגייט צוזאמנעמען די נעמען פון אלע וואס טערארזירן עלטערן (נישט די וואס זענען מעורר קעגן אינטערנעט, נאר אזעלעכע וואס נעמען די קינדער אלץ א משכון) מגייט נאכגיין פונקטליך וואס מיט די מענטש גייט פאר, וויאזוי זיין שלום בית איז, וויפל פריוואטע הילף ער דארף צושטעלן פאר זיינע קינדער, צו ער טוט עפעס מיטן טאג חוץ רודפ׳ן מענטשן.

די תועלת פון אזא פראגרעם איז צוויי פאכיג, איינס אז מוועט וויסן וואס סבאדערט זיי עכט במילא וועט מען וויסן אז מ׳דארף זיי דן זיין לכף זכות. צווייטענס אז מ׳וועט זיי קענען ארויסהעלפן מיט זייערע פראבלעמען במילא וועלן אונזערע קינדער נישט ליידן. מיטן מפרסם זיין די פראבלעמען פון די מענטשן וועט מען געבן א געלעגנהייט פאר אידן רחמנים בני רחמנים זיי ארויסצוהעלפן, אמאל מיט א דוללער און אמאל מיט סתם א גוט ווארט, אביסעל איטענשאן אויף וואס זיי קוקן אזוי ארויס, אדער וועט מען זיי קענען שיקן פאר שלום בית הילף וכדומה.

רבותי סלוינט זיך פאר יעדע פרייז ווייל ווי סקוקט אויס איז דאס די איינציגסטע אויסוועג, לויט ווי די שיגעון טראגט זיי וועלן זיי נאך מארגן אפמאכן אז ווער סגייט מיט א דריי א פערטעל רעקל אדער מיט א ריינהאלד בעקיטשע אדער אויב די ווייב גייט נישט אראפגעבינדן מיט אזא שיסל אויפן קאפ ווי בעלזא רעבעצין קען אויך נישט שיקן די קינדער אין חדר, און אויב די מאמע געט נישט אריין אירע סקירטס און פארשטייט זיך איר מאס אויך פאר א וועד אורך/רוחב השמלה וועלן אירע אייניקלעך נישט קענען גיין אין א אידישע סקול, און יא זיי האבן די ווארט, זיי פירן אויס. מילא לאמיר נישט ווארטן, לאמיר אנאלאזירן די מענטשן, אויסשמועסן וואס ס׳פעלט זיי אזוי אז זייערע ארומיגע זאלן האבן די געלעגנהייט זיי צו געבן הילף. אז נישט וועלן מיר אלע ליידן.

איך בעט דער עולם זאל אנהייבן ארויף צו לייגן די נעמען, מיט ווי מער אינפארמאציע מ׳האט אויף די באטרעפענדע, מיר וועלן נאכגיין די מענטשן, און פרובירן זיי צו העלפן.

און די נאנטע טעג וועל איך מפרסם זיין א אימעיל ווי דרויסענדיגע מענטשן זאלן אויך קענען מיטיילן זייערע ידיעות אויף די פארשוינען.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר