למעשה: עצות פון רבנים מיט א גלייכע שכל

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 985 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1491 מאל

למעשה: עצות פון רבנים מיט א גלייכע שכל

שליחה דורך moshav zekeinim »

שטענדיג זענען דא אידן וואס זיכן א רבנישע פלייצע צו זייערע פראבלעמען, דער רב שטעלט זיך אין א געוויסער זין פאר ווי דער טאטע פון זיין קהילה, און פאר סיי וואס פאר א שווערע פראבלעם און ראנגלעניש איז דער רב פון די ערשטע נאך וועם מען ווענד זיך נאך אן עצה אדער פלייצע.

עס איז זייער א פארשטענדליכער זאך אפילו אין דער פרייער נישט געברעינוואשטער וועלט, זיך צו דורך שמועסן מיט א father figure בנוסף צו דעם וואס מען שמועסט זיך אדורך מיט פראפעשענלס. טאמער דער טאטע פיגור איז א איבערגעגעבענער מענטש מיט א ברייטער און גלייכער פארשטאנד איז עס עפ"י רוב א ברכה.

ווי ווייט דער רבנישער טאטע פיגור איז אביוזט, איז עס אבער דערווייל פון די איינציגסטע טאטע פיגורס וואס אונזער עדה פארמאגט, בנוסף צו דעם וואס ער איז קאמפאטענט צו זאגן א שטעלונג בענינים שיש בזה חולקים. עס וואלט אודאי כדי געווען צו זיכן אזעלעכעס מחוץ לעולם הרבנות, אבער מען קען נישט לייקענען אז סוף סוף מוזן מיר א סך מאל צו קומען צו עצות און פלייצעס פון רבנים, ספעציעל ווען דער פראבלעם נעמט אריין אינערליכע סיכסוכים.

און אז מען דארף זיי האבן באין ברירה אדער גאר לכתחילה, פארוואס זאל מען זיך ווענדן צו פלייצעס וואס קענען נישט טראגן און צו מוחות וואס דערהייבן נישט קיין קאמפליצירטע קעגנזייטיגע פראבלעמען, און איך רעדט שוין נישט פון קרומע בעלי עצה אדער אביוזערס. טאמער איז דא אזעלעכע רבנים אויפריכטיגע געזונטע בעלי דעת במדה ומשקל און צום ענין, פארוואס זאל מען נישט גיין צו זיי כשיש ברירה?!

פארגעס יעצט פון עקסטערע איבערגעגעבנקייט, אבער כאטש א חכם וואס מאכט כאטש נישט קאליע בדיבורו, און אז ער איז קלוג מיט א ברייטע פארשטאנד און מיט א מיטלגאטיגער איבערגעגעבנקייט און מענטשליכער געפיל, האט ער לכאורה א סך שאנסן צו זיין דער געווינטשענער טאטע פיגור.

מיין ציל מיט דעם אשכול איז צוצונעמען צו וועלעכע סארט רבנים עס איז כדי זיך צו ווענדן, און צו וועלעכע סארט רבנים דירעקט נישט. זעלבספארשטענדליך אז עס איז געוואנדן אינעם סיבה פארוואס מען דארף דעם רב'ס פלייצע, און ווי אויך אינעם טבע פונעם מענטש, און אדרבא, זאל מען אויסשמועסן דאס אויך ווער עס איז גוט אויף וואס און פאר וועלעכער סארט מענטשן. אבער בעיקר וויל איך זיך באציען צו אזעלעכע סארט רבנים וואס זענען לפי רוב דעות קלוג און גלייך, און אויך פארקערט, רבנים וואס זענען לפי רוב דעות נישט קלוג און גלייך.

איך מיין אז ארויף ברענגען נעמען איז נישט אוממאראליש צו לטב צו למוטב ווען עס האנדלט זיך מיט אישי הציבור.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).

דער אשכול פארמאגט 32 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר