קויפן א פערד! וואס האלט איר?

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1090 מאל

קויפן א פערד! וואס האלט איר?

שליחה דורך חקרן »

ס'איז מיר לעצטנס אריין א מחשבה'לע אין קאפ, עס גליסט זיך מיר צו קויפן א פערדל מיט א וואגן. פשוט, אזוי ווי איר ווייסט, בין איך פון די פארצייטישע אידן, איך לעב נאך בעצם אינעם פארצייטישן דארף און אידישער שטעטל, נאר צופעליג איז מיין שטוב אין אמעריקע. איך האב א שטארקע געפיל צו קענען רייטן אויף א פערד און א וואגן, אנקומען אזוי אין בית-המדרש, פארקן דעם פערדל און זיך שטעלן דאווענען, דערנאך צוריקפארן אהיים אדער צו דער ארבעט.

קאמיש? - אפשר, אבער זייער געשמאק!

וויל איך הערן דא דעם דעת הקהל, וואס האלט איר פון דעם ראיון? - קלערט איר אז דאס וועט מיר שאדן פאר שידוכים? - בכלל, קען מען דאס קויפן נאך היינט, און וויפיל קאסט אזא מעשה?

שכוח פארן ענטפערן.
חקרן

דער אשכול פארמאגט 29 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר