בלאט 1 פון 1

געזוכט אן אפען מיינדעד רב פאר א הסכמה אויף א ספר

נשלח: דאנערשטאג יולי 16, 2015 4:36 am
דורך חקרן
האב איך ברוך-השם זוכה געווען און געענדיגט אראפשרייבן א חיבור אויף א געוויסער נושא. דער נושא איז עטוואס קאנטערווערסיאל ביים היימישן ציבור, הגם וואס לדעתי און לדעת כל בר מבין איז דאס היבש נארמאלע זאכן און גארנישט קיין חידושים. זוך איך דערויף א הסכמה פון אן אנגענומענעם רב, אבער וואס האט אפענע אויגן, וועט מיר פארשטיין און וועט נישט מורא האבן צו געבן א הסכמה דערויף.

כמובן אז דער רב דארף זיין עטוואס אנגענומען ביים ציבור, אז זיין הסכמה זאל רעדן צו מענטשן.

וועמען וואלט איר בערפארציקט פאר אזא ספר?

יישר כח פארן העלפן.