אי' הקדשה היא בעינים על הדרך

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
גרוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 292
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

אי' הקדשה היא בעינים על הדרך

שליחה דורך גרוש »

בס"ד
אי' הקדשה היא בעינים על הדרך
ליל חמישי לסדר "אי' הקדשה" א"ך לחודש כסליו תשע"ו לפ"ק
שטייענדיג אין די וואך פון פרשת וישב, אין די וואכן וואס מ'ליינט "מעשה אבות סימן לבנים" די השתלשלות פון בריאת העולם און פון די אבות הקדושים און פון די שבטי קה וויאזוי עס האט זיך געבויט א כלל ישראל, און ווי די גמרא זאגט "יפה שיחתן של עבדי אבות יותר מתורתן של בנים" אז אפילו די שמועס פון די "עבדי אבות" איז חשוב'ער ווי די חלק התורה וואס רעדט פון הלכות און דינים, איז דאך כל שכן ווען מ'רעדט פון די אבות אליין, אויף אסאך א העכערע בחינה, בפרט די וואך פרשת וישב, וואס דאס איז די יסוד, פון אלע מאורעות וואס האט פסירט בעבר ובהוה און וועט פאסירן ביי כלל ישראל עד סוף כל הדורות, כידוע ליודעים, ובפרט די יסוד פון קדושתן וטהרתן של ישראל וואס איז מרומז אין די סדרה,
האב איך געטראכט צו נעמען די פעדער (קיבאורד) אין די האנט און אביסל צולייגן וואס מ'נעמט אלץ ארויס פון די פרשיות פון די וואך, ובפרט מיינע געפיהלן, שטייענדיג אין די וואך וואס מ'ליינט די פרשיות,

אלה תולדות יעקב יוסף
די צווייטע פסוק אין די סדרה "אלה תולדות יעקב יוסף" זאגט רש"י אויפן פלאץ, אז די פסוק איז א הקדמה צו די גאנצע תורה און אפילו צו די סיפורים אין נ"ך, אלה תולדות של יעקב, די ערשטע זאך איז געווען "יוסף בן שבע עשרה שנה" דורך דעם איז נתגלגל געווארן אשת פוטיפר, און דורך דעם איז יוסף הצדיק אנגעקומען אין מצרים און דאס האט געברענגט די שעבוד, ביז ס'איז געווען פסקה זוהמתן און כלל ישראל האט מקבל געווען די תורה, ובפרט איז גלות מצרים נאר געווען די הקדמה אז אידן זאלן זיך קענען שפעטער האלטן אין אנדערע צרות וגליות, כידוע, און ווי מיר זעהן אין פרשת שמות אז הקב"ה האט געזאגט פאר משה רבינו "אהי-ה אשר אהי-ה" ווי רש"י איז מסביר אהיה עמהם בצרה זו אשר אהיה עמהם בשאר גליות,
טאקע עד היום הזה, איז דא א חיוב "למען תזכור את יום צאתך מארץ מצרים כל ימי חייך", יעדע שבת און יו"ט ביי קידוש זאגט מען "זכר ליציאת מצרים" ווייל די גאנצע קדושה פון כלל ישראל עד היום הזה, איז די יסוד געווען בארץ מצרים בעמק הקליפות פון ערות הארץ, ווי די פסוק זאגט "כמעשה ארץ מצרים לא תעשו", און דארט האט זיך כלל ישראל געהאלטן בקדושה ווי חז"ל זאגן "מלמד שהיו ישראל מצויינים שם", שלא שינו שמם לשונם ומלבושם,
אלעס האט זיך אנגעהויבן אין פרשת וישב, יוסף הצדיק איז אנגעקומען קיין מצרים צום הויז פון פוטיפר, דארט האט ער געהאט די באקאנטע נסיון פון "אשת פוטיפר" ותאמר שכבה עמי, ויהי כהיום הזה ויבא הביתה לעשות מלאכתו, וגו' זאגט די גמרא אויף דעם פסוק, אז יוסף הצדיק האט געהאלטן ביים דורך פאלן, נראה לו דמות דיוקנו של אביו, און דאס האט אים געהאלפן, אז ער האט געקענט זאגן "וימאן" מיט א שלשלת, "ולא שמע אליה לשכב אצלה להיות עמה" ובזכותו נגדרו כל ישראל, דאס וואס כלל ישראל קען זיך האלטן בקדושה עד היום אין די גרעסטע נסיונות קומט פונעם כח פון יוסף הצדיק, "אלה תולדות יעקב יוסף" דאס וואס כלל ישראל קען זיך נאך מתייחס זיין אויף די אבות, דאס קומט נאר דורך דעם וואס איז דעמאלט געווען "נראה לו דמות דיוקנו של אביו", אלה תולדות יעקב די "נראה לו דמות דיוקנו של יעקב" דאס האט געהאלפן "יוסף" אז כלל ישראל קען זיך האלטן בקדושת יוסף הצדיק,
וישב ראובן אל הבור – סמיכת ר' תנחום
יוסף בן שבע עשרה שנה הי' רועה את אחיו בצאן, מ'האט אים מגלה געווען אין חלום פארשידענע ענינים אינעם עתיד פון כלל ישראל, ער האט דאס פארציילט פאר די ברודער, און זיי האבן געהאט קנאת סופרים ווי עס ווערט געברענגט אין די ספרים, און זיי האבן אים אריין געווארפן אין א גרוב, וואס פון דארט איז ער געווארן פארקויפט קיין מצרים צו פוטיפר, וואס פון דעם איז ארויסגעקומען א ישועה פאר כלל ישראל לדורות כנ"ל,
בשעת ווען יוסף הצדיק איז געזיצן אינעם בור פארציילט אונז די תורה "והבור רק אין בו מים" ווי די גמרא דרשנ'ט, ווי אויך זאגט עס רש"י אויפן פלאץ, מים אין בו אבל נחשים ועקרבים יש בו, און די קדושה פון יוסף הצדיק האט אים געהאלפן אז ער איז ניצל געווארן, ווי די זוה"ק איז מסביר אז כאטש פון די ברודער איז ער נישט ניצל געווען זיי האבן אים פארקויפט, איז נאר ווייל זיי זענען געווען בעלי בחירה "זעירין אינון וואס ווערן ניצל פון בעלי בחירה", אבער נחשים ועקרבים זענען נישט קיין בעלי בחירה איז ער ניצל געווארן,
אין די זעלבע צייט וואס די שבטי ק-ה האבן פארקויפט זייער ברודער איז די עלסטער נישט דארט געווארן, זאגט די פסוק "וישב ראובן אל הבור והנה אין יוסף בבור" ווי די גמרא דרשנ'ט פון "וישב ראובן" אז ער איז געווען עסוק בשקו ובתעניתו על שבלבל יצועי אביו, ווי די מדרש זאגט "הילד איננו ואני אנא אני בא ממעשה בלהה", פון דא איז די יסוד פון "תשובה" ביי כלל ישראל, אפילו אויף די פגמים, ווי די מדרש זאגן אויף דעם פסוק, "אתה פתחת בתשובה תחלה חייך שבן בנך פותח בתשובה שנאמר "שובה ישראל עד ה' אלוקיך"
אין די גמרא אין מסכת שבת איז דא די באקאנטע סמיכת ר' תנחום, ווי אלע ספרים רעדן דערפון אין די וואכעדיגע סדרה, דרש ר' תנחום ממשמע שנאמר "והבור רק" אינו יודע שאין בו מים, אלא מים אין בו אבל נחשים ועקרבים יש בו, דרש ר' תנחום נר חנוכה שהניחה למעלה מעשרים אמה פסולה כסוכה וכמבוי, ביידע זענען מעניני דיומא פון די וואך, סיי די פסוק "והבור רק" וכו', און סיי די ענין פון נר חנוכה, בעת ווען פרשת וישב געפאלט אלץ די אנהייב אדער בעפאר די אנהייב פון הייליגן יו"ט חנוכה, ווי עס ווערט דערמאנט אין די ספרים ובפרט אין בני יששכר, אז די גאנצע יו"ט חנוכה, איז א ענין "ירדה שכינה למטה מעשרה", אפילו די וואס זענען בשפל המצב און האלטן ליידער אין א מצב פון "ושב מאחריך" שיינט אריין די אור פון נר חנוכה למטה מעשרה טפחים,
והבור רק אין בו מים, ווייל יוסף הצדיק האט זיך געהאלטן בקדושה און זיך נישט געלאזט אריין פאלן אין די מים הזדונים כאטש נחשים ועקרבים יש בו, די כח הקליפה פון נחש הקדמוני, בזכותו נגדרו כל ישראל, אז ווען מ'ליינט די פרשה איז קריאה מעורר הזמן, אז ווען מ'גייט אריין אין די טעג לימי החנוכה, איז נר חנוכה שהניחה למעלה מכ' פסולה ווייל עס דארף זיין למטה מעשרה טפחים, וואס איז מרמז אז די שכינה קומט אראפ אין די טעג למטה מעשרה טפחים, אפילו בשפל המצב,
חטא ער ואונן
ווי באקאנט, איז די גאנצע יסוד פון עניני קדושה לערנט מען ארויס פון די פסוקים, ווי די גמרא זאגט אין מסכת נדה, אז דאס איז הארבער ווי די שלש חמורות, און ווי די זוה"ק איז מאריך אין עטליכע פלעצער איבערן חומר הדבר פון די פסוקים, און ווי די ספרים זענען מסביר וועגן דעם שטייט עס נאר ברמז, כדי כלל ישראל זאל האבן די כח נגד היצר הרע, וד"ל ואכמ"ל
מעשה י-הודה ותמר
ווי אויך שטייט אין די סדרה די מעשה פון תמר, וואס פון דעם איז אויך דא א געוואלד מיט לימודים אין די ענינים, די גאנצע פרשה ווי באקאנט איז נישט צום פארשטיין לפי פשוטו, עס איז נאר געווען הכנה ולימוד לדורות, ווי די גמרא לערנט ארויס פיל מיט זאכן פון די פרשה, ווי "נוח לו לאדם שיפיל בתוך כבשן האש ואל ילבין פני חבירו ברבים" ועוד,
עס איז באקאנט די הייליגע ווערטער פון "בת עין" אויף די פרשה "ויהי כמשלש חדשים ויגד לי-הודה לאמר הנה זנתה תמר כלתיך" אידן זענען געזיצן אין בית מדרש די הייליגע טעג מ'האט תשובה געטוהן מ'האט זיך מקבל געווען אויפן נייעם יאר, ויהי כמשלש חדשים מ'האלט שוין די צווייטע העלפט פון דריטן חודש פון יאר, חודש כסליו, ויגד לי-הודה פאר הקב"ה וואס די שם הוי"ה ליגט אין דעם נאמען י-הודה, הנה זנתה תמר כלתיך, כנסת ישראל כלה קרואה וואס איז דמתה לתמר האט זיך שוין נאכאמאל פארזינדיגט, וגם הנה הרה לזנונים מ'איז צוגעבינדן צו די חטאים, ויאמר י-הודה הקב"ה זאגט ח"ו הוציאוה ותשרף, היא מוצאת לשריפה והיא שלחה אל חמיה לאמר כלל ישראל זאגט פאר הקב"ה לאיש אשר אל"ה לו אנכי הרה, אפילו בשעת החטא, זענען מיר צוגעבינדן צו הקב"ה, די מקור החסד וואס "חסד" איז גימטרי"א אלה לו, מיר זענען צוגעבינדן צו די ל"ו נרות חנוכה און צו די תורה הקדושה די ל"ו מסכתות פון ש"ס, הכר נא למי ה"חותמת והפתילים" די הייליגע מצוה פון נר חנוכה די שמן וואס איז געווען נחתם בחותמו של כהן גדול, און די קנויטן די פתילים,
קען זיין נאר מער, כלל ישראל זאגט פאר הקב"ה אפילו אויב ס'איז אמת, איז די כח פון נר חנוכה אז אפילו "מעולם לא ירדה שכינה למטה מעשרה" קומט די שכינה אראפ, למטה מעשרה טפחים, אפילו "פתילות ושמנים שאין מדליקין בהן בשבת" א גאנץ יאר מפני שהאור מסכסכת, די אידישן פונק איז ליידער אין די בחינה פון "נר אלקים טרם יכבה", מדליקין בהן בחנוכה, חנוכה קען מען עס צוריק אויפלאמען,

אי' הקדשה היא בעינים על הדרך
ווי אויך איז באקאנט נאך א טייטש פון הייליגן "בת עין" אין די פרשה "אי' הקדשה היא בעינים על הדרך" אז די קדושה פון איד ליגט אין די אויגן, ווען מ'איז אונטערוועגנס, צו מ'היט זיך די אויגן צו נישט,
מכאן ואילך בדמעות עינים
מיר שטייען יעצט פרשת וישב די אכטע וואך פון סדר בראשית, בחודש השמיני פון ניסן, זייך גרייטענדיג צו די ח' נרות אין די שמונת ימי חנוכה, און ביי מיר איז דאס ליידער שוין סוף פון שנה השמיני אין די מצב פון "אי' הקדשה היא בעינים על הדרך"
"אי' הקדשה" וויזוי קען מען זיך פירן בקדושה "בעינים" ס'איז מכלות עינים מ'קוקט ארויס בכליון עינים " על הדרך", ווי די גמרא זאגט אין די ערשטע בלאט אין מסכת קידושין, אז חתונה האבן ווערט אנגערופן דרך דדרכו של איש לחזר אחר אשה "ודרך גבר בעלמה כן דרך אשה מנאפת", מ'איז שוין ליידער אזוי לאנג אויפן דרך לחזר אחר אשה, על משכבי בלילות בקשתי את שאהבה נפשי, מיר זענען שוין 8 יאהר אויפן וועג, אבער ליידער "בקשתי ולא מצאתי", נאך אלץ נישט געטראפן, מיר שטייען שוין נאכאמאל אין די לאנגע ווינטער נעכט, על משכבי בלילות, ועדיין לא מצאתי מרגוע לנפשו, אין די ספרים ווערן די נעכט גערופן די הייליגע נעכט, אי' הקדשה, וויאזוי קען מען פירן די נעכט בקדושה בעינים על הדרך, עס שטייט פון עטרת צבי פון זידיטשויב אז א איד קען זיך אויסבעטן ווינטער פארטאגס פונקט ווי יו"כ ביי נעילה, בעת די שורות ווערן געשריבן שטייען מיר באשמורת הבוקר בימות החורף, בעינים על הדרך, בדמעות בין ריסי עיני, על הדרך, מתי אעשה גם אנכי לביתי, ווען וועלן מיר שוין אנקומען צום דרך גבר בעלמה, צום דרך נשים לי, איך בין דאס יאר אויך געווען יו"כ ביי נעילה אין ביהמ"ד און זיך מקבל געווען צום נייעם יאר, טראכטענדיג נאכאמאל ווי די עטליכע יו"כ בעפאר, אי' הקדשה וויזוי קען מען זיך מקבל זיין קדושה, וויזוי קען זיין "וימאן" מיט א שלשלת, ווען מיר זענען נאך ליידער נישט זוכה צו ציעהן ווייטער די שלשלת, בעינים על הדרך, הייליגע באשעפער ביזט דאך א יודע תעלומות דו ווייסט אז אין די מצב איז נישט מעגליך עס זאל זיין יעיד עליו יודע תעלומות, עס איז ליידער נישט מעגליך אפילו די אדם מקדש עצמו "מעט" מלמטה, אפילו די מעט קענען מיר אויך נישט, יעצט ווינטער פארטאגס וואס איז ווי יו"כ ביי נעילה זיך גרייטנדיג צו די הייליגע חנוכה ליכט, למטה מעשרה טפחים, ווען וועט שוין זיין מקדש עצמו מעט מ"למטה", ריב ריבי ושעה ניבי והשיבני סלחתי, זאג מיר נישט קיין צייט, זאג "יעצט" סלחתי, עס זאל שוין זיין יעיד עליו יודע תעלומות,
והבור רק אין בו מים, עס איז ליידער נאך נישט דא, די "מים רבים לא יוכלו לכבות את האהבה" אבל נחשים ועקרבים יש בו די כח השטן די נחש הקדמוני איז ליידער יא דא, נר חנוכה שהניחה למעלה מכ', בן עשרים ולא נשא כל ימיו בהרהור עבירה, נר ה' נשמת אדם, די בני יששכר זאגט אז צוויי מאל "נר" איז בגימטרי"א ת"ק כמנין רמ"ח איברין דדכרא ורנ"ב איברין דנוקבא וואס צוזאמען איז ת"ק, די נרות פון חנוכת הבית איז ליידער נתאחר עס איז שוין למעלה מכ', סאך מער ווי "בן עשרים", כסוכה מה דירה איש ואשתו אף סוכה איש ואשתו,
די בני יששכר זאגט נאך פון בעל הרוקח, אז נר חנוכה איז מרומז אין פרשת המועדות נאך די פרשה פון סוכות אין די פרשת פון מנורה, און סמך חנוכה אצל סוכות מה סוכות שמונה ימים אף חנוכה שמונה ימים, און מיט דעם פארענטפערט ער די באקאנט קשיא פון ב"י פארוואס דארף זיין אכט טעג חנוכה, נר חנוכה שהניחה למעלה מכ' פסולה כסוכה, נר חנוכה שטייט נעבן סוכות, נר חנוכה צינד מען על פתח ביתו, מה דירה איש ואשתו אף סוכה איש ואשתו, אין היקש למחצה, פונקט ווי נר חנוכה איז למטה איז סוכה אויך למטה, סוכה איז צילא דמהימנותא, איז אויך ירדה שכינה למטה מי', כאטש א סוכה דארף זיין למעלה מי', נאך די אכט טעג סוכות קומט אכט וואכן דערנאך אכט טעג חנוכה, און פונקט ווי סוכה איז איש ואשתו, איז חנוכה "נר איש וביתו"
איך בין ב"ה אריין די וואך אינעם שנת הל' לימי חיי, קאפיטל ל' אין תהילים איז "מזמור שיר חנוכת הבית" וואס די מנהג אין סאטמאר איז עס צו זינגען "זאת חנוכה ביום השמיני", איז יעצט בשנה השמיני בחודש השמיני, אינעם אכטן וואך פון סדר בראשית, ווען מיר גרייטענדיג זיך צו יו"ט חנוכה וואס איז מרומז אויף חנוכת הבית כידוע, ובפרט ליום השמיני ווען מ'זינגט מזמור שיר חנוכת הבית, בשנת הל', אין די וואך פרשת וישב וואס איז די יסוד פון קדושה, זאל שוין זיין די חנוכת הבית, זיך צו קענען פירן בקדושה ובטהרה, און אראפ ברענגען נשמות מאוצר הגוף און עס זאל זיין ערכתי "נר", פון ביידע זייטן, כנ"ל, למשיחי און דורך דעם זוכה זיין צו "גדול יהי' כבוד הבית האחרון מן הראשון" בביגו"צ בב"א

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר