א וויקענד געט-עוועי - ווי צו פארן אויפן וויקענד

הילף, עצות און טיפס
רעאגיר
טעלעפאן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 279
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 21, 2012 1:59 am
האט שוין געלייקט: 94 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל

א וויקענד געט-עוועי - ווי צו פארן אויפן וויקענד

שליחה דורך טעלעפאן »

זייענדיג פון די וואס גלייכן נישט די שמעקעדיגע באנגעלויס וכל המצטרף, בין איך געבליבן אין שטאט פארן זומער, אין מיין געשמאקע לופטיגע דירה. איך וואלט אבער א געהאט חשק אוועקצופארן אויפן וויקענד, נישט קיין נפק״מ וועלכע וואך. איך וועל אויסרעכענען עטליכע ערטער ווי איך בין שוין געווען, די חסרונות און מעלות אד״ג, לאמיר אויך הערן אייערע רעיונות... נ.ב. שבת דארף איך א שוהל ״וואלקינג דיסטענס״

ניו העמפשיר- איז דא א געוואלדיגע געשמאקע Hampton inn, דער פלאץ איז פול מיט מעלות, געשמאקע לופט, גוטע אטראקציעס, הערליכע אויסקוק. עסן איז נישטא געהעריג ווי צו קויפן- סטרולאוויטש/ארלינגטאן האט אפגעשפארט היי יאר. שבת איז נישטא וואו איינצושטיין אחוץ עטליכע עלטערן הייזער אדער מאטעלן...

לעיק דזשארדזש, סאראטאגע ספרינגס - גאנץ שיין אבער נישט ספעציעל אינטערעסאנט, זומער איז דא כשר׳ס צו באקומען דא און דארט.

ניופארט, ראוד איילענד - די האטעלן וואס זענען ״וואלקינג דיסטענס״ צום שוהל זענען זייער טייער, א גוטער האטעל איז בערך 300 א נאכט

האנטערס - בין איך נאך נישט געווען..
איך דארף לויפן... כ׳וועל ממשיך זיין שפעטער..
וואס זאל איך טון אז עס איז מיר נאך אלץ נישט בייגעפאלן אן אינטערשריפט. האסט עפעס? טעלעפאניר מיר

דער אשכול פארמאגט 37 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר