א סמארטפאון לטובה

א סמארטפאון לטובה

הודעהדורך ירא שמים » דינסטאג פעברואר 02, 2016 11:10 pm

יעדע שטיק צייט זעט מען עפעס בלעטל מיטן זעלבן נוסח פון איינער וואס א חבר האט אים איינגערעדט ווי גוט די סמרטפון איז… און ער איז געווארן איבערגערעדט… און ער איז געווארן אזוי צוגעבינדען צו דעם אז ער׳ט נישט געהאט קיין צייט נישט פאר די ווייב נישט פאר די קינדער… ביז ער׳ט אויף איינמאל גענומען א האמער… און יעצט האט ער שוין צייט…
איז דאס אלעמאל אזוי?
איך ווייס נישט, אבער כבין זיכער סדא גענוג וואס פארשטייען וואו אזוי אויסצונוצען די בעניפיטן פונ׳ם סמארטפון אהן ווערן צוגעבינדען צו די צייט פארברענגעניש פון דעם, אויב איז עס אזוי וויל איך בעטן פונ׳ם עולם אויב איינער ווייסט פון אזעלכע פעלער וואס די סמאטפון האט געהאלפן א מענטש, געשפארט צייט קלוגער געמאכט וכדומה זאל דאס ארויסגעבן, און אויב סוועט אריינקומען אפאר גוטע מעשיות וועט מען עס נאך קענען פארטיילן אין די בתי מדרשים ערב שבת, זאל מען זען אז מקען נוצן א סמארטפאון לטובה!!!
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 992 מאל

Re: א סמארטפאון לטובה

הודעהדורך פליקער » מיטוואך פעברואר 03, 2016 12:38 am

איין בענעפיט איז קלאר, א פאריקטע זכר וואס קיינער האט נישט געוויסט זיין נאמען, א אפגעריסענער וואס קיין לייטישער פראטעסטירער ווי צימערמאן וואלט נישט געטוישט קיין ווארט מיטנעם, האט א דאנק סמארט פאון'ס געמאכט שיין פראגרעס, זיך אויפגעבויעט א מאכטפולע פאזיציע, שיין פינאנצירט, דורך א שטייגער ווי שרייבער און אנדערע פרימאקעס, און היינט פארפלייצט ער שוין אלע בתי מדרשים מיט זיינע מייסטער ווערק, האלט פייערדיגע דרשות פון צען צוואנציג מיניט פער מנין, ער האט שוין א שיינע אויסלאגע פון שפאניארדן וואס ער גיבט א אויסוואל ווי אזוי מען וויל אויסזעין אזוי ווי מען נעמט נאר ארויס די סמארט פאון און שיל, (האט אפילו רשות פון מחנים פאר די בילדער), ני קען איך דאך דאס אנריפן שיינע פראגרעס ציליב די סמארט פאון'ס.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1653
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3449 מאל

א סמארטפאון לטובה

הודעהדורך ירא שמים » מיטוואך פעברואר 03, 2016 12:47 am

כדארף עפעס א קנאקעדיגע מעשה פון א אינגערמאן וואס האט געהאלטן ביי גארנישט… און געווארן א לייטישע אינגערמאן דורכן סמארטפאון… עפעס א מעשה וואס זאל זיך קענען פארמעסטן מיט די אלע שרעקעדיגע מעשיות.
באניצער אוואטאר
ירא שמים
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1757
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:06 am
האט שוין געלייקט: 2668 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 992 מאל


גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט