פילטער- א נייע סגולה

פילטער- א נייע סגולה

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דינסטאג פעברואר 09, 2016 5:28 pm

שפארצירנדיג אהיים פון ביהמ״ד קומט מיר אקעגן מענדי,
שטילע. הע טוט זיך?? עפעס נייעס? וואס זאגסטו אויפ חיים? ביסט געווען ביים קידוש? א משוגענע קנאקט אויס א צען לארדז פאר גארנישט, דערנאך וועט ער בארגן ביז ער קרוקט צירוק די טעקס ריטרן.
העי, ווען האסטו געטוישט צום ענדרויד? ביסט אלץ געווען א דיי הארד עפל פען.
מענדי. יא, אבער דא ארבייט קעי 9 בעסער.
שטילע. חאחא הער אויף מיט די קרעפ, באמת.
מענדי. ניין באמת,
שטילע. שוין האסט געכאפט א up? ריף מיר ווען ביסט פערטיג. כהאב נישט געדולד יעצט, כל טוב הצלחה
מענדי. שטילע שטילע כוויל די עפעס דערציילן.
שטילע. נו מאך עס שנעל.
די ווייסט אז לעטצענס מיטשע איך מיך געפערלעך מיט מיין זוהן, זייט ער האט געהאט די אינפעקשען.
שטילע. יא ודאי כ'בין געשלאפן אין שפיטאל צוויי נעכט די פארגאנגענע זיממער.
מענדי. יא שקויח טאקע. אבער מיין זוהן איז נישט בסדר, די עפעקטס קומען צירוק, ער האלט אין איין גיין צום דאקטער ס'קאסט אפ ממון ודמים.
שטילע. אקעי כקען דיר בארגן אביסעל טאמער דארפסטו.
מענדי. ניין ניין, עפעס אנדריש.
שטילע. אקעי קום אריין אין די קאר, סאיז קאלט דא.
מענדי. אקעי א שנעלע זאך.
לעצטע וואך, כהאב שוין געהאט געטרייט אלץ, כבין געווען מיאוש, זאכן האבן אנגעהויבן אונטער האקן איינס נאכן צווייטע, דא איז די results צירוק געקומען נישט בסדר, דא די שלום בית, נאכדעים מיטן פרנסה געווען אביסעל איי ייאיאי
עכ״פ כבין געלעגן אין בעט געטראכט מיין ביטערע מצב, כהאב אנגעהויבן ווייינען, כהאב געהאט שטארקע קשיות, פארוואס פונקט ביי מיר? אלץ האט אנגעהויבן קראכן, מיט אמאל אזויפיהל מיטנאכענישן, כטריי שטארק צו זיין ערליך אין די לעבן גייט מיר מיטן פיטום אראפ. כהאב ממש געוויינט ווי א בעבי. כהאב געטראכט פון אלץ ווטס כהאב שוין געטוען פאר מיין זוהן. אין אפי סגולות, דא א לעכט דארט א חצות כולל.

אזוי איז מיר אדורך געלאפן א מחשבה כזאל סתם פאר די נישטיגקייט לייגן א פילטער אויפן סעלל, פארשטייט זיך כגיי נישט גיין צו TAG, אבער אליין לייגן א פילטער כהאב downloaded קעי 9 אויפן מיין סעלל אין אויפן ווייב'ס, אינז האבן ביידע צוזאם געלייגט א פעסווארט איין האלב זי אין איין האלב מיר. אין כ׳בין געגאנגען שלאפן.
די נעקסטע אינדערפרי, ווי נאר כקום אריין אין אפיס הער איך מיין messages. אין ס׳געווען א קאל פון א buyer ער וויל וויסן טאמער כ׳האב נאך אלץ יענער קעמארא צו פארקויפן, ער וויל קויפן 1000 שטיק, כ׳האב ארלעדיגט די מכירה אין געמאכט שיינע רווח.

כגיי אזוי ווייטער אין טאג אלץ קלאפט עפעס פיין די סעיל׳מס פאהרן ב״ה אין אלץ איז על צד היותר טוב.
נאכמיטאג צוקלינקט זיך מיין סעלל. די דאקטער זאגט אז ער איז אדורך די עקסרעי פון מיין זוהן אין ער האט געזעהן א גרויסע שינוי לטובה אין סאיז דא וואס צו ארבייטען.
כבין אהיים געקומען יענער טאג העפי, כהאב נישט געהאט אזא טאג א שטיק צייט.
געווען א שיינע סאפער לכבוד מיין בערט-דעי, מיין ווייב איז עפעס געווען אויפגעלייגט, נישט געווען אזוי ביטשי ווי געווענדליך. אקיצור אלץ געקלאפט ווי א זייגער.
ביינאכט כ׳לייג זיך אריין אין בעט מיטן סעלל, כקוק דורך אלע זאכן פון די טאג, לינק נאך לינק וואטס עפפ נאך וואטס עפפ, אין א געוויסע לינק זעה איך ארבייט נישט, כהאב נישט פארשטאנען וואס גייט פאהר, אפטימום הערשט דא געווען לייגן נייע סערוויס ultra 101 , כ׳טריי נאכאמאל אין נאכאמאל אין סקומט ארויפ די k9 symbol.
כהאב זיך דערמאנט פון די נעכטיגע טאג ווי כהאב געלייגט די פילטער, כהאב אנגעהויבן שוויצן שטארק, יעצט האב איך הערשט צאם געלייגט די puzzle. כהאב געזעהן ממש בחוש ווי זייט כהאב געלייגט k9 איז אין די ערשטע טאג אזויפיהל זאכן געגאנגען ווי געווינטשען.
כבין ארויס געשפרינגען פון בעט, ממש נישט געוויסט וואס צו טוען פאר שמחה.
כהאב געטראכט צו מיר, די העק מיטן לעכט פאר רימנובער, רויטע בענדעל, אויפגעבן Tahoe אלץ עין הרע, נעמען א חברותה, ציון אין מאנסי יעדער ערב ר״ח, כהאב געטרייט די אלע זאכן אין גארנישט.
דא אין איין טאג איז מיר אזויפיהל זאכן געגאנגען גוט,
כהאב געפילט כוויל מאכן נאך שטערקער מיין גדר האב איך תיכף גערפון וועעריזען אין געבעטן זיי זאלן שיקן צוויי געלעקסי, ווייל דארט ארבייט k9 בעסער, ממילא בין איך דא מיט א געלעקסי.....
שטילע. מענדי, כקען נישט גלייבן פונקט די? די ביסט פון די גרעסעטע אפלאכערס, כקען די ריקארדען? או מיי גאש.
מענדי. כ׳לאך נאך אלץ אפ, די עסקנים זענען ליידיגייער גרעסער ווי די צווייטע. אבער דאב האט נישט קיין קשר.

יעצט חברים טייערע take it or leave it, אבער פאר די העק האב אויך ארויף געלייגט k9, כווארט פאר די נייע k9 סגולה. די לעבן גייט מיר ראקן.
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1002
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2078 מאל

Re: פילטער- א נייע סגולה

הודעהדורך גר ותושב » דינסטאג פעברואר 09, 2016 5:39 pm

אונז גייען ווארטן אויפן באריכט מארגן ווי אזוי דיין טאג איז אריבער.
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1519
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 973 מאל

Re: פילטער- א נייע סגולה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 09, 2016 7:09 pm

ווען מ'האט ווייניגער צוטוהן אויפ'ן אינטערנעט, וואטשט מען בעסער דער ביזנעס. א וואונדער אז מ'מאכט מער געלט? אז מ'קומט אהיים און מ'קוקט נישט נאכאנאנד אויפ'ן סעלפאון, א וואונדער אז די ווייב פיהרט זיך פיין אויף?
וועגען די עקס רעי ווייס איך נאך נישט.
איך קום נישט קאלט מאכען, אדרבא! טאמער ס'שטימט אין שכל איז עס נאך א גרעסער סבה דאס צו טוהן.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5797
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2172 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5494 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג פעברואר 09, 2016 8:23 pm

שטילע, נאך איידער איך קאמענטיר, גיב איבער דיין חבר, אז היטב חרה לי אז ער האט מיט איין בלאז אוועקגעמאכט כולל חצות, ר' מענדעלע רימנובער ליכט, קברי צדיקים, רויטע בענדל אא"וו.. ה"י
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14404
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16879 מאל

Re: פילטער- א נייע סגולה

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דינסטאג פעברואר 09, 2016 9:03 pm

ביסט גערעכט שמעקעדיג. ער וואלט געדארפט נוצען פיהר שאסען, זיכער צו מאכען אז ס'איז אלס פארטיג

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5797
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2172 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5494 מאל

Re: פילטער- א נייע סגולה

הודעהדורך גר ותושב » זונטאג פעברואר 21, 2016 12:20 am

עס איז שוין אריבער צען טעיג און מען הערט נישט גארנישט פון עים
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1519
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1271 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 973 מאל

הודעהדורך קאווע טרינקער » זונטאג פעברואר 21, 2016 1:12 am

גר ותושב האט געשריבן:עס איז שוין אריבער צען טעיג און מען הערט נישט גארנישט פון עים

אפשר קיין קעי9 בלאקירט קאווע שטיבל
Under influence
קאווע טרינקער
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 5024 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8371 מאל


גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט