שרעקעדיג: א תוצאה פון די אינטערנעט

רעאגיר
זיידעטשקע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 303
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:13 pm
האט שוין געלייקט: 272 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 185 מאל

שליחה דורך זיידעטשקע »

אין סאטמאר אין לונדון הענגט די צעטעל אויף די וואנט נאכדעם וואס א חסידישע יונגערמאן אין לונדון האט פאריגע וואך אפגעלאזט אידישקייט ר"ל
בייגעלייגטע פיילס
Katz.jpg
Katz.jpg (121.3 KiB) געזען געווארן 6442 מאל
צלפחד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 26, 2013 7:27 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך צלפחד »

מיר דאכט זיך אז די צעטיל האט נישט קיין שייכות געהאט מיט דער וואס האט נאר וואס פארלאזט דעם וועג. עס איז אויך גווען דערמיט א פאנדרעיזער עווענט פאר א צווייטע געשיכטע. די צעטיל איז כנראה געווען א חלק פון יענער קאמפיין
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שלום עליכם צלפחד...

איינער וואס האט נישט קיין זוהן, פארשטייט נישט וואס בחורים טוען אלץ מיטן אינטערנעט רח"ל...

בכל אופן, יהא בואך לברכה
Under influence
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אפשר איז עס בנות צלפחד ,סיסטער טו סיסטער.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
צלפחד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 34
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 26, 2013 7:27 am
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 54 מאל

שליחה דורך צלפחד »

קאווע טרינקער האט געשריבן:שלום עליכם צלפחד...

איינער וואס האט נישט קיין זוהן, פארשטייט נישט וואס בחורים טוען אלץ מיטן אינטערנעט רח"ל...

בכל אופן, יהא בואך לברכה

עליכם שלום, עליכם שלום. די זעלב-זיכערהייט וואס איך האב אריינגעלייגט אין מיין טעכטער אז זיי זאלן דימאנדען זייער רעכטן ברענגט מיר בלויז נחת. טו בעד אז לויט רבי עקיבא בין איך געווען די מקושש עצים.. ;)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4826 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 849 מאל

שליחה דורך טעפל »

שלום עליכם צלפחד געבענטש זאלסטו זיין דו מיט דיינע טעכטער..
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

א קלייניגקייט? די ערשטע אין אידישע היסטאריע צו פייטן פאר פרויען רעכטן.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

שליחה דורך איך אויך »

זיידעטשקע האט געשריבן:אין סאטמאר אין לונדון הענגט די צעטעל אויף די וואנט נאכדעם וואס א חסידישע יונגערמאן אין לונדון האט פאריגע וואך אפגעלאזט אידישקייט ר"ל

מעג מען דן זיין איבער יענעם'ס פ"ב סטאטוסן אדער עס איז עומד להימחק? כ'מיין נישט סתם די דברי בלע איך מיין די סטאטוס וואס ער האט היינט געשריבן ,איך זיץ דא און וויין אן אויפהער. (אפשר קען איך עס אהערשטעלן אן זיין נאמען?)
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

שליחה דורך איך אויך »

קעי איך זעה עס איז שוין נישט נוגע.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
יתרו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 814
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 09, 2012 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 466 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 727 מאל

שליחה דורך יתרו »

ס'איז געווען א פיינע אשכול איז געקומען באריסטא און עס פארשפארט צייטווייליג בי א קומענדיגן החלטה. לאמיר האפן אז באריסטא וועט שנעל קומען צו די החלטה עס צוריק צו עפענען.
דער נחום כץ מוז זיך ערגעץ אויסגעבן זיין הארץ ווייטאג. אז עס וועט נישט זיין צווישען היימישע פריינט וועט עס חלילה זיין ביי די אנטיסעמיטן אויף די טעמבעלעוויזיע דארט פרייט מען זיך מיט יעדע גוטע שטיקל שמיץ אויף חרדים.
נחום אפילו איך בין נישט מסכים מיט דיין מהלך זאלסט וויסן איך און נאך אסאך אנדערע פילן דיין ווייטאג און מיר זענען בשום אופן מסכים מיט אזאז מהלך ווי אפהאקן גענצליך א קינד פון זיין טאטע.
שאולי גראססמאן וואספארא כופר ער איז טרעפט זיך יעדע וואך מיט זיין טאכטער (מיט א קאפל אויפן קאפ) און יעדער פארשטייט אז אזוי דארף עס זיין והכא נמי כן.
לייק מיך יא לייק מיך נישט, כהאדיר עניוועי אין דר'ערד.
אייגענארטיג
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 359
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך אייגענארטיג »

יתרו האט געשריבן:נחום אפילו איך בין נישט מסכים מיט דיין מהלך זאלסט וויסן איך און נאך אסאך אנדערע פילן דיין ווייטאג און מיר זענען בשום אופן מסכים מיט אזאז מהלך ווי אפהאקן גענצליך א קינד פון זיין טאטע.


אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו.....

איך בין זייער נאנט מיט איינעם וואס האט אפגעהאקט מיט זיין זון נאכדעם וואס זיין זון האט געמאכט דעם סוויטש, זאלסט וויסן עס איז ווייטאגלעך פאר א טאטע און עס רייסט ביים הארץ יעדעס מאל ווען ער טראכט נאר פון דעם קינד. נישט קיין נפק"מ וואס פאר א פנים ער טראגט אינדרויסן, אין מיין קעיס א אנגעזענע איד וואס איז א כלל טוער אייביג שמייכעלדיג. און......... ער מאכט נאס די קישען יעדע נאכט אן אויפהער.

ער פראבירט אנצוגיין מיטן אויסרייד אז לאזער טעווערסקי זאגט אין א אינטערוויו אז "עס איז שרעקעדיג צו טראכטן וואס עס וועט פאסירן אויב איך וועל דארפען העלפ איינטאג מיט עניטונג וואס אויב בין איך ווען אין די קאמיונעטי וואלט העלפ געווען עוועילעיבל 24/7/365". דער טאטע זאגט אז ער איז מתפלל יעדן טאג אז זיין זון זאל עפעס דארפען וואס זאל אים איבערוועגן זיין עקשנות וועט ער עני גיווינג מאמענט צוריק יונייטען מיט זיין זון. אבער דערווייל קען ער נישט..........

בברכת זאלסט עס קיינמאל נישט פארשטיין/שפירן.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

ביי די מעשה רעדט מען ליידער פון א געהעריגן אטעאיסט לכל דבר, מען קען בכלל נישט מדמה זיין איין מעשה צום צווייטן. א אפיקורס גמור, א כופר בעיקר איז די ערגסטע וואס קען זיין פון א אידישן שטאנדפונקט, ערגער ווי א עובד עבודה זרה מגלה עריות און שופך דם. גאנץ מסתבר אז ווען די קינדער וועלן אויפוואקסן וועלן זיי נישט וועלן האבן דאס מינדעסטע שייכות מיט אים און זיך שעמען מיט אים, אויב וועט ער נאכנישט האבן צוריק געקומען.

די מעשה מצד עצמו איז א ביטערער ווייטאג א וואוילער זיסער פרומער אינגערמאן זאל אזוי נשפע ווערן פון זאכן וואס זענען למעלה מהשגתו בכלל, ביהדותו האט ער קיינמאל נישט געטאן אין אזאלכע קאמפליצירטע געמאכט-פאר-יחידי-סגולה נושאים. בלי ספק אז דער טעכניק איז דער גורם, ווען ער וואוינט ווען נאך אין א דארף אן בית כסא'ס און אן לעקטער, ווי דער נענטסטער שטאט איז א גוטע דריי שעה רייזע מיט א שנעלן פערד, וואלט ער מסתם נישט געקומען דערצו. באט דען עגעין, ווער זאגט ער וואלט בכלל געלעבט יעצט? ער וואלט געהאט ריזיגע שאנסן צו האבן געשטארבן ביים געבורט, אדער פון א קרענק ל"ע, צי פון הונגער און שוואכקייט, עפידעמיע חלילה.

וואס איז טאקע די עצה אויב אזאלכע זאכן פאסירן ליידער? מען דארף אויסלערנען פאר די קינדער אינטערנעט אווערנעס, זיי זאלן וויסן פון וואס זיך צו היטן, וואס עס זענען די סכנות וואס לאקערן אויף אונז און וויאזוי מען היט זיך אפ דערפון.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6958
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 5107 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6778 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דעת תורה האט געשריבן:ביי די מעשה רעדט מען ליידער פון א געהעריגן אטעאיסט לכל דבר, מען קען בכלל נישט מדמה זיין איין מעשה צום צווייטן. א אפיקורס גמור, א כופר בעיקר איז די ערגסטע וואס קען זיין פון א אידישן שטאנדפונקט, ערגער ווי א עובד עבודה זרה מגלה עריות און שופך דם.

נע, אן אטעאיסט גייט איינעם אן? ווילאנג יענער דאווענט דריי מאל א טאג, גייט אין מקוה, היט שבת, און גייט מיט רעכטס אויף לינקס העמעדער, גייט קיינעם נישט אן וואס ער האלט אין בויך, נאר אויב טוט מען אויס די לבוש, מ'טוט זיך אן נישט מער געדאכט קאלירפולע העמדער, און מ'שניידט זיך די פיאות, דעמאלס האקט מען אפ, זאלסטו זיין די גרעסטע מאמין.
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

ווילאנג ער פירט זיך מיט אלע דינים און הלכות אידיש, האט ער נאכנישט קיין דין כופר. ער דארף זיין א עושה מעשה כפירה ד.ה. עקטן אקארדינג צו זיין כפירה, למשל אראפווארפן דעם עול תומ'צ.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

שליחה דורך הוגה »

דעת תורה, you aren't getting the point. די נקודה איז נישט ווער הייסט הלכה'דיג א כופר און ווער נישט. די פאקט איז אז עס דרייען זיך ארום הונדערטער בתוך מחנינו מיט ווייסע זאקן (אדער שטיוול) וואס גלייבן נישט אז ס'דא א באשעפער אויפן וועלט. און נאך טויזענטער וואס טראכטן ניטאמאל אריין צו עס איז דא א באשעפער אויפן וועלט. אך און וויי פאר די טאג וואס די טויזענטער נפשות וועלן זיך אפשטעלען טראכטן אויב ס'דא א גאט אדער נישט, וויפיל וועלן קומען צו א פאזיטיווע מסקנא און וויפיל צו א נעגיטיווע.

נעם לדוגמא די פרשה פון [tag]נחום כץ[/tag], זיי נוצן עס צו ברענגן אן הוכחה אז די אינטערנעט איז evil ווייל דורך די אינטערנעט האט ער איינגעזעהן אז ס'נישט דא א גאט. און יעצט קענען זיי זיך פאטשען אין בייכל מיט פרייד, ''ס'נישט דא קיין פראבלעם מיט חרדיזם, די פראבלעם איז די אינטערנעט, לאמיר פטור ווערן פון די אינטערנעט און אלע וועלן בלייבן חרדים''.

די אמת איז אבער, נניח אז ס'אמת אז כץ איז אויפגעקלערט געווארן אויף די אינטערנעט, ווי אזוי קען געשעהן אזא זאך? ווי אזוי קען אינטערנעט אפפרעגן אזא קלארע שטארקע פשטות'דיגע יסוד ווי אונזער גלויבונג? איז דאס נישט א ראי' אז עפעס איז ראנג מיט אונזער חינוך סיסטעם אז מיט א קליינע שאקל, מיט אפאר אינטערנעט און וויקיפידיע ארטיקלן קען אלעס פארלוירן גיין ווי מיט א זייפן בלאז? אפשר איז געקומען די צייט צו טוישן די סיסטעם מכמה אנפין. לאמיר אנהייבן מיט געבן אונזערע קינדער די tools די יסודות פון אמונה. אנשטאט אריין באבעווען אין די קינדער טויזנט מאל פאר אכצן יאר ''ויאמר ה' און די אייבישטער האט געזאגט'', לאמיר עס נאר טון פינף הונדערט מאל, און די איבעריגע צייט לאמיר ערקלערן וואס מיינט אייבישטער, ווי אזוי זאגט ער, ווער זאגט אז ער האט טאקע געזאגט וכדומה. אפשר דעמאלטס וועלן מיר נישט האבן אזוי פיל באהאלטענע און אפענע כופרים.

איך ווייס אבער וואס די תירוץ וועט זיין. וועגן איין נחום כץ זאל איך טוישן די גאנצע לערנען סיסטעם? וועגן איין [tag]שלום דין[/tag] זאל איך משנה זיין פון די א. ג. הייליגע מסורה? וועגן איין שאולי גראסמאן זאל איך אנהייבן צו לערנען זאכן מיט קינדער וואס איך אליינס קען נישט? אבער דאס איז די גרעסטע היפאקרעסי! פארוואס וועגן איין נחום כץ ביסטו גרייט צו אסר'ן די אינטערנעט און אנלייגן די גאנצע שולד פון די קשיות וכפירה אויפן אינטערנעט. וועסטו זאגן אז ס'דא טויזענטע וואס ווערן כופרים פון די אינטערנעט נאר זיי באהאלטן עס, דאן האמיר א קלארע ראי' אז אונזער חינוך סיסטעם ארבייט נישט פאר טויזענטער און ס'שוין הויך צייט צו tackle'ן די עיקר פראבלעם, און נישט ווערן פארבלענדט מיט זייטיגע issues.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 6085 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1736 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

דו זאגסט ממש מתוקים מדבש, יעדע זאך וואס דו שרייבסט דא האב איך שוין געשריבן מער ווי איינמאל ברחבי הקאווע שטיבל. מיין תגובה דא האט זיך נאר באצויגן צו די ספעציפישע מעשה, פון אפהאקן קינדער פון א טאטע וואס טוט כל מה שביכלתו יעדער זאל וויסן אז ער איז א כופר און גלייבט נישט אין גארנישט. און כמובן ער פירט זיך אויף ווי א כופר.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
נחום כץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 04, 2013 2:07 pm
האט שוין געלייקט: 15 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

שליחה דורך נחום כץ »

דעת תורה האט געשריבן:וואס טוט כל מה שביכלתו יעדער זאל וויסן אז ער איז א כופר און גלייבט נישט אין גארנישט. און כמובן ער פירט זיך אויף ווי א כופר.

איז דען דאס נישט די עצה כדי צוברענגען צו יעדנ'ס אויפמערקזאמקייט דאס וואס דו האסט --
דעת תורה האט געשריבן:שוין געשריבן מער ווי איינמאל ברחבי הקאווע שטיבל.
?, און דאס וואס הוגה אפעלירט -- מוז קומען קריטיש שנעל צו די חרדישע פירער'ס understanding ?
דייקא פון די דורכפעלער וואס קומען ארויס אין 'פובליק' - און נישט פון די קעיסעס וואס ווערן פארשלונגען אין פחדני'שע שטומעניש - לערנט מען זיך וואס מ'ברויך פאררעכטן אי"ה
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]
דעת תורה האט געשריבן:מיין תגובה דא האט זיך נאר באצויגן צו די ספעציפישע מעשה, פון אפהאקן קינדער פון א טאטע וואס טוט כל מה שביכלתו יעדער זאל וויסן אז ער איז א כופר און גלייבט נישט אין גארנישט. און כמובן ער פירט זיך אויף ווי א כופר.


יישר כח פאר די האניג מוט די צופים... און פאר די ערקלערונג.

בנוגע אפהאקן קינדער פון טאטעס, אן אריינגיין אין ספעציפישע מעשיות, ווייל עס איז אוממעגליך צו וויסן די אמת. אבער לדעתי דארף דער ענין א ריזיגע תיקון! אפהאקן א קינד פון זיין טאטע אדער מאמע האט שווערע עמאציאנאלע און רעליגיעזע אפעקטן אויפן קינד. מאך נאר א סירטש דא אין שטיבל און זעה וויפיל מאל האט מען געזאגט אז דער און יענער OTD איז ווייל יענער איז געקומען פון א ציבראכענע שטוב. ד. פעלדמאן,פון ציבראכענע שטוב, פ. רייך פון צובראכענע שטוב וכו' וכו'. דו נעמסט אוועק די קינדער פון די טאטע די כופר ווייל דו ווילסט ראטעווען דאס קינד פון כפירה. אבער פון די אנדערע צד זאגסטו אז א קינד וואס וואקסט אויף אין א שטוב וואס איז אנדערש ווי געווענטליך (למשל, ער קען נישט זיין טאטע) האט א שטארקע מעגליכקייט צו ווערן א כופר. נו, וואס האסטו אויפגעטון? בכלל, איז נאך קיינמאל נישט אויפגעוויזן געווארן אז אזוי געשעהט טאקע. מיר קענען אפאר OTD'ס וואס טרעפן זיך מיט די קינדער און אלעס איז פיין און וואויל. (פארשטייט זיך אז פון די שלימות המשפחה וואלט געווען בעסער ווען מען גט זיך נישט מתחילה.) איך וואלט אויך געוואלט וויסן ווער האט אונז געמאכט אפטרופוס פאר די קינדער. איז דא ערגעץ א פרעסעדענט אין חז"ל אז מיר מוזן אוועק נעמען קינדער אויב זייער טאטע/מאמע וויל זיי אויפציען ווי כופרים?

זייער אסאך פון די פרשיות וואלטן שיין געקענט באהאנדלט ווערן ווען מען ארבייט אויס אן אפמאך צווישן די עלטערן ווי אזוי די קאסטעדי און חינות הבנים וועט אויסזעהן און מען האקט נישט אפ אינגאנצן. איינמאל דו האסט שוין ארויסגעגעבן די ריסטרעינינג ארדער אויפן טאטע איז עס שוין א מלחמה מיט תאוות הנצחון פון ביידע זייטן, און די פארלירער איז אלעמאל דאס קינד. ווער איז די אינסטיגעיטאר פונעם מלחמה? דער פרומער וואס האט מחליט געווען און גע'פסק'נט אז דאס קינד מוז גענצליך אפהאקן פון זיין טאטע/מאמע.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

שליחה דורך בעריש »

געפילטע פיש האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:ביי די מעשה רעדט מען ליידער פון א געהעריגן אטעאיסט לכל דבר, מען קען בכלל נישט מדמה זיין איין מעשה צום צווייטן. א אפיקורס גמור, א כופר בעיקר איז די ערגסטע וואס קען זיין פון א אידישן שטאנדפונקט, ערגער ווי א עובד עבודה זרה מגלה עריות און שופך דם.

נע, אן אטעאיסט גייט איינעם אן? ווילאנג יענער דאווענט דריי מאל א טאג, גייט אין מקוה, היט שבת, און גייט מיט רעכטס אויף לינקס העמעדער, גייט קיינעם נישט אן וואס ער האלט אין בויך, נאר אויב טוט מען אויס די לבוש, מ'טוט זיך אן נישט מער געדאכט קאלירפולע העמדער, און מ'שניידט זיך די פיאות, דעמאלס האקט מען אפ, זאלסטו זיין די גרעסטע מאמין.

פארשטיי איך נישט אז יענער טיט דאס נאר במוסתרים ווי ווילסטי אז מען זאל וויסען דערפון?
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

שליחה דורך איך אויך »

נחום כץ האט געשריבן: אי"ה

ניחמתנו!
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

שליחה דורך בעריש »

הוגה האט געשריבן:[justify]
דעת תורה האט געשריבן:מיין תגובה דא האט זיך נאר באצויגן צו די ספעציפישע מעשה, פון אפהאקן קינדער פון א טאטע וואס טוט כל מה שביכלתו יעדער זאל וויסן אז ער איז א כופר און גלייבט נישט אין גארנישט. און כמובן ער פירט זיך אויף ווי א כופר.


יישר כח פאר די האניג מוט די צופים... און פאר די ערקלערונג.

בנוגע אפהאקן קינדער פון טאטעס, אן אריינגיין אין ספעציפישע מעשיות, ווייל עס איז אוממעגליך צו וויסן די אמת. אבער לדעתי דארף דער ענין א ריזיגע תיקון! אפהאקן א קינד פון זיין טאטע אדער מאמע האט שווערע עמאציאנאלע און רעליגיעזע אפעקטן אויפן קינד. מאך נאר א סירטש דא אין שטיבל און זעה וויפיל מאל האט מען געזאגט אז דער און יענער OTD איז ווייל יענער איז געקומען פון א ציבראכענע שטוב. ד. פעלדמאן,פון ציבראכענע שטוב, פ. רייך פון צובראכענע שטוב וכו' וכו'. דו נעמסט אוועק די קינדער פון די טאטע די כופר ווייל דו ווילסט ראטעווען דאס קינד פון כפירה. אבער פון די אנדערע צד זאגסטו אז א קינד וואס וואקסט אויף אין א שטוב וואס איז אנדערש ווי געווענטליך (למשל, ער קען נישט זיין טאטע) האט א שטארקע מעגליכקייט צו ווערן א כופר. נו, וואס האסטו אויפגעטון? בכלל, איז נאך קיינמאל נישט אויפגעוויזן געווארן אז אזוי געשעהט טאקע. מיר קענען אפאר OTD'ס וואס טרעפן זיך מיט די קינדער און אלעס איז פיין און וואויל. (פארשטייט זיך אז פון די שלימות המשפחה וואלט געווען בעסער ווען מען גט זיך נישט מתחילה.) איך וואלט אויך געוואלט וויסן ווער האט אונז געמאכט אפטרופוס פאר די קינדער. איז דא ערגעץ א פרעסעדענט אין חז"ל אז מיר מוזן אוועק נעמען קינדער אויב זייער טאטע/מאמע וויל זיי אויפציען ווי כופרים?

זייער אסאך פון די פרשיות וואלטן שיין געקענט באהאנדלט ווערן ווען מען ארבייט אויס אן אפמאך צווישן די עלטערן ווי אזוי די קאסטעדי און חינות הבנים וועט אויסזעהן און מען האקט נישט אפ אינגאנצן. איינמאל דו האסט שוין ארויסגעגעבן די ריסטרעינינג ארדער אויפן טאטע איז עס שוין א מלחמה מיט תאוות הנצחון פון ביידע זייטן, און די פארלירער איז אלעמאל דאס קינד. ווער איז די אינסטיגעיטאר פונעם מלחמה? דער פרומער וואס האט מחליט געווען און גע'פסק'נט אז דאס קינד מוז גענצליך אפהאקן פון זיין טאטע/מאמע.[/justify]

דאס איז נישט קיין בלעק ענד ווייט פיקטשער, פאר אינסטענס אויב דער טאטע איז דיטורמענט צי שלעפן דאס קינד לצידו.
נאר אז מרעד איבער די רחמנות אויפן קינד איז דען א ספק אז דער טאטענס מאוו האט אסאך מער אומגליקלעכט געמאכט דאס קינד ווי דאס נישט קענען אים זעהן (בהנחה אז דאס קינד ווער ערצויגן ווייטער אידיש)?
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 7511 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6612 מאל

שליחה דורך הוגה »

בעריש, 1)ליין איבער מיין תגובה, האסט פארפעלט די עיקר פוינטס. 2)ווייל די טאטע איז לשיטתך געווען א רשע מיינט עס אז דו מעגסט אויך זיין א רשע? דו שלאגסט דאס קינד צוליב די טאטע'ס זינד, און למעשה שטיפסטו אים אויך צו ווערן א כופר כמו שכתבתי לעיל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
אניהקטן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 29
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 2:53 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 102 מאל

שליחה דורך אניהקטן »

ודע מה שתשוב לאפיקורס

מאת ביג דזשאו

זיצינדעג אין מקוה מיט איין זאק אנגעטוען און די אנדערע פיס ארויפגעלייגט אויף די פיס טראכטענדיג וועגן די לעצטע מאדע פון OTD עס איז ממש געווארן א מגיפה ווי קליין קעפיגע (עפ״י רוב) מענטשן ווילען זיך שפירען קלוג און אויפגעקלערט לאזן זיי איבער דאס ווייב און קינדער און זיי לאזן זיך ארויס אויף א דרך לא דרך פארלירענדיג די גאנצע סאציאלען געביידע און רעליגיעזע אויפברענגען און לאזן זיך אריין און די שטורמישע וואסערן פון הבלי עוה״ז און ליידער פון דארט ביזן טויער פון אפיקורסית איז זייער א קליינע שפרינג כמבואר שאני מינות דמשכי און בפרט יעצט ווען איינער פון אינזער ידידים האבן זיך ארויסגעלאזט אויפ די וועג.

אזוי טראכטענדיג האב איך מיר דערמאנט די משנה אין די וואך׳ס פרק (אבות) ודע מה שתשוב לאפיקורס אויב די משנה הייסט יעדער וויסען איז עס לכוראה א פשוטע תירוץ א דבר השוה לכל נפש איז פארוואס איז די משנה נישט מסביר וואס מ׳זאל זיי ענטפערן?

נאר די משנה קען נישט שרייבן וואס זיי צו זאגען ווייל די משנה וויל נישט נוצען אזעלכע פראסטע און נידריגע רייד וואס מ׳דארף זיי זאגען!!!!! אבער ווען אינז טרעפען אהן אזא פורק עול דארפן אינז אלע שרייען בקול גדול: גיי דיר צו אלע בייזע רוחות!!! קיינער ברויכט דיר נישט!!! גאט קען אנגיין אהן דיר און אוודאי קען ער אנגיין מיט אלע דיינע קרומע שאלות והשקפות!!! אינז זענען די פלאם פייער פון בורא כל עולמים אויפ די וועלט און דו קענסט בלאזן ווי פיל דו ווילסט אינז גיימיר זיך נישט פארלעשן, אסאך גרעסערע און קלוגערע פון דיר האבן שוין געטוען בלאזן אויפ גאט און פון זיי איז גארנישט געבליבען!!! נאר אינז גייען זיך נאך מער פארמערן און פארשטערקערן, ביז משיח וועט קומען אינז אויסלייזען און דעמאלס וועט זיין השם שלם והכסא שלם ויראו כל העמים וישתחו לפניך כל הברואים און די וועסט זיין דו פארשעמטע שלעפער פון אונטען וואס וועט זאגען א גאנצע צייט איך האב נאר געשפילט איך האב אויך געגלייבט, איך האב געמאכט א וויץ, עטץ האטס עס גענומען צו ערנסט. נאריש קינד יעצט איז די צייט אויפצוהערן די נערישע געימס, שפעטער וועט זיין צו שפעהט.
רעאגיר