בלאט 6 פון 7

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 7:05 pm
דורך יונגערמאנטשיק
הוגה, You gotta admit, אני הקטן'ס ווערטער איז גאר רייך. ס'ווענדט דיך נישט אפ, ער ברענגט ארויס א גוטע פוינט.

דאס וואס דו פרעגסט אויב ווען איינער פארט אפ זאגט מען 'ער קומט פון א צובראכענע שטוב', פארוואס צוברעכט מען שטובער, איז א גוטע קשי' אבער נישט אויפן ריכטיגן פלאץ. די קינדער פון נחום כ"ץ זענען שוין פון א צובראכענע שטוב, זייער טאטע האט זיי שוין איבערגעלאזט, און זיי זענען שוין א צובראכענע שטוב וואס פרעצענטואל קומען ארויס מער נישט ערליכע קינדער פון אזא שטוב. יעצט פראבירט זייער מאמע צו מינימייזן די שאדן. גיבן וויזיטינג רייטס פארן טאטן גייט נישט מאכן די שטוב אויס צובראכן.

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 7:34 pm
דורך מאטי
אניהקטן האט געשריבן:ודע מה שתשוב לאפיקורס

מאת ביג דזשאו

זיצינדעג אין מקוה מיט איין זאק אנגעטוען און די אנדערע פיס ארויפגעלייגט אויף די פיס טראכטענדיג וועגן די לעצטע מאדע פון OTD עס איז ממש געווארן א מגיפה ווי קליין קעפיגע (עפ״י רוב) מענטשן ווילען זיך שפירען קלוג און אויפגעקלערט לאזן זיי איבער דאס ווייב און קינדער און זיי לאזן זיך ארויס אויף א דרך לא דרך פארלירענדיג די גאנצע סאציאלען געביידע און רעליגיעזע אויפברענגען און לאזן זיך אריין און די שטורמישע וואסערן פון הבלי עוה״ז און ליידער פון דארט ביזן טויער פון אפיקורסית איז זייער א קליינע שפרינג כמבואר שאני מינות דמשכי און בפרט יעצט ווען איינער פון אינזער ידידים האבן זיך ארויסגעלאזט אויפ די וועג.

אזוי טראכטענדיג האב איך מיר דערמאנט די משנה אין די וואך׳ס פרק (אבות) ודע מה שתשוב לאפיקורס אויב די משנה הייסט יעדער וויסען איז עס לכוראה א פשוטע תירוץ א דבר השוה לכל נפש איז פארוואס איז די משנה נישט מסביר וואס מ׳זאל זיי ענטפערן?

נאר די משנה קען נישט שרייבן וואס זיי צו זאגען ווייל די משנה וויל נישט נוצען אזעלכע פראסטע און נידריגע רייד וואס מ׳דארף זיי זאגען!!!!! אבער ווען אינז טרעפען אהן אזא פורק עול דארפן אינז אלע שרייען בקול גדול: גיי דיר צו אלע בייזע רוחות!!! קיינער ברויכט דיר נישט!!! גאט קען אנגיין אהן דיר און אוודאי קען ער אנגיין מיט אלע דיינע קרומע שאלות והשקפות!!!

לכאורה אינמיטן אנטון די זאקן נאכן מקוה טאר מען נישט טראכטן פון לערנען. ואולי טראכטן במקום שעומדים ערומים ולבושים - ווי די הלכה איז דאינה חולץ - מעג מען יא. אבער לכאורה אויב עו״ז איז אסור בהרהור , קען דאך זיין אז טראכטן פון שלילות עו״ז ״ודע מה שתשוב״ בבחינות מדה טובה מרובה, טאר מען אויך נישט. עד שבא [tag]הוגה[/tag] און האט אפגעפרעגט דעם גאנצן בנין.
קען מען זאגן:

טראכט ביג זשאו טראכט.

אפילו ביסט בבשר מגולה מיטן גאנצן פראכט.

אפילו דו האלסט בין זאק לזאק.

האסטו אריינגעווארפן אין קאווע שטיבל א גרויסן טשוואק.

ווייל מיין פראסעסאר ווערט מיר הייס.

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 8:07 pm
דורך הוגה
[tag]יונגערמאנטשיק[/tag], ליטעראטיש איז עס מעגליך רייך, אבער ווען ס'דא דא א שמועס וואס טוט אדורך לאגיק, חקירה, ראשונים, מענטשן רעכטן ועוד, און נאכדעם קומט איינער בחכמה עצומה און זאגט '' גיי דיר, ווער דארף דיך האבן'' און דער פראזע דארף צו פארענטפערן און אפפרעגן אלעס, איך זעה נישט די רייכטום אין די דאזיגע ווערטער. איים סארי.

בנוגע אפשיידן קינדער פונעם טאטע. כ'האב שוין קלאר געשטעלט אז איך קען נישט קיין ספעציפישע פרשיות און ממילא רעד איך בדרך כלל. אפאר נקודות:
1) ווער זענען מיר מחליט צו זיין די שיקזאל פון די קינדער און זיי אוועק רייסן פון די טאטע, אדער אוועק רייסן די טאטע פון זיינע קינדער צוליב אידישקייט? זענען די קינדער הפקר? איז די טאטע הפקר? אדרבא, צייג אן א פרעסעדענט אז מיר מעגן צוכאפן קינדער פון עלטערן.
2) ע''פ רוב אז ס'דא א ווילן קען מען מסדר זיין קאסטעדי פאר ביידע און די קינדער וועלן אויסוואקסן אידישלעך ווי ווייט מעגליך, אזוי ווי עס ארבייט היי כמה וכמה אזעלכע פעלער.
3) אפי' אויב די שטוב איז שוין ציבראכן צוליב די גט איז אבער כ''ע מודה אז די מצב איז אסאך ערגער ווען די קינד קען נישט זיינע אייגענע עלטערן, ובפרט אז געווענטליך איז דאס גורם קריגערייען און קארט געפעכטן. ממילא, די פאקט אז ער האט איבערגעלאזט זיין שטוב מיינט נישט אז מען מאכט נישט ערגער מיטן אוועק נעמען זיינע רעכטן.
4) סתם עמאציענאל גערעדט, צונעמען קינדער פון א גייסטיש - געזונטע טאטע קוקט אויס געפערליך רשעות'דיג טראץ דעם וואס עס ווערט געטון צוליב רעליגיעזע סיבות.

נשלח: מוצ"ש יולי 06, 2013 11:39 pm
דורך דעת תורה
נחום כץ האט געשריבן:
דעת תורה האט געשריבן:וואס טוט כל מה שביכלתו יעדער זאל וויסן אז ער איז א כופר און גלייבט נישט אין גארנישט. און כמובן ער פירט זיך אויף ווי א כופר.

איז דען דאס נישט די עצה כדי צוברענגען צו יעדנ'ס אויפמערקזאמקייט דאס וואס דו האסט --
דעת תורה האט געשריבן:שוין געשריבן מער ווי איינמאל ברחבי הקאווע שטיבל.
?, און דאס וואס הוגה אפעלירט -- מוז קומען קריטיש שנעל צו די חרדישע פירער'ס understanding ?
דייקא פון די דורכפעלער וואס קומען ארויס אין 'פובליק' - און נישט פון די קעיסעס וואס ווערן פארשלונגען אין פחדני'שע שטומעניש - לערנט מען זיך וואס מ'ברויך פאררעכטן אי"ה


כוונותיך רצויין, מעשיך אינן רצויין.

דו דערמאנסט מיר פון עד סנאודען, וועלכער איז איצט אין די נייעס. ער האט זיך מקריב געווען זיין עתיד, זיין פרייהייט, זיין זיכערהייט, אלעס צו ברענגען אווערנעס און אויפמערקזאמקייט צו די געפערליכע עוולה וואס די אמעריקאנער רעגירונג באגייט, אז זיי שפיאנירן אויף זייערע בירגער. דערווייל, אנשטאט מען זאל רעדן איבער די שאקירנדע אנטדעקונג, ווייזן טייל פאולס אז אמעריקאנער האבן נישט אזא גרויסע פראבלעם דערמיט, און אנשטאט איז מען פארנומען נאכיאגן סנאודען, און אים רודף'ן, זען ער זאל נישט קענען געפינען קיין דאך איבערן קאפ. נישט נאר דאס, אינערהאלב די רעגירונגס קרייזן וואס דארפן ווען טומלען און זשומען מיט געזעצן קעגן סורוועילענס, איז מען ביזי פארקערט: וויאזוי צו זיכער מאכן אז עס יאווען זיך נישט נאך אזוינע סנאודען'ס.

סנאודען אליין האט זיך געהאט אויסגעדרוקט, אז דאס איז זיין ערגסטע חלום. נישט וואס עס וועט געשען מיט אים באדערט אים אזוי, נאר דאס אז ער זאל גארנישט האבן אויפגעטון מיטן זיך מקריב זיין.

פארשטייסטו מיך? דו האסט מחליט געווען אנצונעמען א פאבליק פראפיל, און דאדורך פארלירן אלעס און אלעמען, מיט די בלויזע הייליגע כוונה צו ברענגען אויפמערקזאמקייט צו די פראבלעמען וואס פלאגן אונזער חינוך.

(איך האב נישט פארוואס דיר נישט צו גלייבן, פונקט ווי איך נעם אן דערווייל אז די ראשי תיבות "אי"ה" וואס דו האסט גענוצט האסטו געמיינט צו זאגן - אם ירצה ה', און אז ער קען וועלן מוז ער עקזיסטירן. קען זיין איך בין נאאיוו פארן טראכטן אזוי, אבער דיינע פעיסבוך סטאטוסן האב איך נאכנישט געליינט דערווייל, און פון דעם וואס "מען שמועסט" אויף איינעם אז ער איז א כופר, ווער איך נאכנישט איבערגענומען. אויף דוד שווארץ ז"ל האט מען אויך געשמועסט כופר, און פאר צוויי יאר צוריק ווען א שווער האט געוואלט אפ'גט'ן זיין פרישן איידעמל אזוי ווי עס שטייט אין די תורה "והיה אם לא ימצא חן בעיניה או בעיני אביה" איז דער איידעם אינאיינעם מיט נאך זעקס חברים פון אלכסנדר איבערנאכט געווארן כופרים. סאו דערווייל קויף איך נאכנישט אז דו ביסט א כופר, ספעשל אז דו קומסט דא זאגן פארקערט).

למעשה וואס עס איז געשען איז, אז אנשטאט מען זאל דן זיין אין דעם וויכטיגן מעסעזש וואס דו ברענגסט אקראס, ביסטו געווארן א טארגעט, און האסט גאר געגעבן פרישע שטאף פאר די עקסטרעמיסטן! נאך א ראיה אז דער אינטערנעט איז אסור.

איך מיין עס איז געווען א מיסטעיק דער גאנצער עסק, דו טוסט נאר אויף דאס פארקערטע. מאכן מער עקסטרעם אנשטאט מער פראגמאטיש. קענסט שוין אנרופן דיין ווייב און קינדער וואס וויינען וואו איז טאטי, און זיי זאגן אז דו קומסט צוריק! איך גלייב / האף / וויל טראכטן אז זיי וועלן דיך אויפנעמען מיט ביידע הענט.

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 1:05 am
דורך יונגערמאנטשיק
הוגה,

1) אז דו ווילסט רעדן בכלליות, רעד נישט צו מיר, איך האב גערעדט פון דעם ספעציפישן פאל, ביי דעם פאל איז נישטא דיין קשי "ווער זענען מיר אוועקצונעמען פון די עלטערן?" מיר האבן נישט אוועקגענומען קינדער פון עלטערן, די מאמע פון די קינדער וואס האט נאך אזא געפיהל צו די קינדער ווי איך און דו האלט אז ס'איז געזונטער און בעסער אז אירע קינדער וואס זענען געבוירן געווארן דורך פרומע טאטע מאמע, זאלן נישט זעהן זייער טאטע אין אזעלעכע אומשטענטן! צו האט זי א נגיעה? מן הסתם יא, און לכאורה ליגט אויך דערין א גרויסע חלק נקמה, נאכדעם וואס איר מאן האט איר איבערגעלאזט און מצער געווען איר און די קינדער. אבער זי איז נישט סתם "מיר כאפן" און "פון עלטערן".

2) איך ווייס אז ס'איז דא פעלער ווי טאטע מאמע גט'ן זיך נארמאל, מ'ארבייט נארמאל אויס "דזשוינט קאסטעדי", דאס איז אבער נאר ווען אלעס ביז אהין איז געגאנגען נארמאל, נישט ווען אלעס ביז אהין איז געווען לקנטר.

3) איבער דעם בין איך מחולק מיט דיר, דו טענהסט אז מיטן נישט לאזן די קינדער זעהן זייער טאטע וועט דאס קינד מער אויסשטיין צו ווערן אן אויסווארף אויף דער עלטער, און איך האלט אז ס'איז נישט אזוי זיכער, ס'קען זיין פונקט פארקערט. נאך די יעצטיגע קאורט ארדער קען מען (1) מער דריקן אויפן טאטן אז ער זאל מסכים זיין זיך צוצושטעלן כדי ער זאל קענען זעהן זיינע קינדער. און אפילו אויב גייט ער זיי נישט זעהן מער (2) בין איך נישט קאנווינסד אז ס'איז געזונטער פאר די קינדער זיי זאלן זעהן אז זייער טאטע איז דאס וואס זייער מחנך זאגט אז מ'טאר נישט זיין.

4) אמת, דאס הארץ גייט אויס פאר נחום'ן, אבער פארגעס נישט אז זיין ווייב און קינדער האבן אויך הערצער, זיין טאטן'ס הארץ גייט אויך אויס, דערווייל קימערט ער זיך נישט דערמיט, זאל ער קיין טענה צו אנדערע נישט האבן.

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 3:00 pm
דורך לאליפאפ
קען זיין דאס איז שוין דא געווען אבער דאכט זיך אז נישט

נשלח: זונטאג יולי 07, 2013 3:20 pm
דורך בדחן
..

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 12:12 am
דורך לאליפאפ
נ״כ האט געמאכט א פיינעם דזשאב מיט זיי

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 3:21 pm
דורך לאליפאפ
מודעות קעגן דעם אינטערנעט וואקסן ארויס אין לאנדאן ווי שוועמלעך נאך א רעגן

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 10:06 pm
דורך הדד בן בדד
יידל האט געשריבן:
שלמה המלך האט געשריבן:היצט אויף אונזער טייערער בלאגיסט וואס איז גליקליך (!?) מיט איהר נייע וועג, גיב עס צייט, און פאלוי איהר סווינג מאדס, סטעי טונד.... און ענדשוי עס, און לאמיר זעהן ווילאנג דאס ציהט זיך......

זעט אויס אז מרת. וויזל ליינט קאווע שטיבל, און האט געזען שלמה המלך'ס תגובה. אט איז וואס זי האט געשריבן אין רעאקציע:

מס. וויזל האט געשריבן:[left]“And they lived unhappily ever after”.


So that was denial I felt after all.

It’s ironic that Hasidim even ask this question, because theirs is not a society driven by and for happiness. While the highest ideals in the secular world may be happiness and money and success, that’s not what Hasidim strive for. Theirs is a world that values honor and good community standing much more than happiness. Respectability is one of the most desired things in the community, and people hope to do good matches, have money and good health and be sufficiently pious and learned mostly to that end. Happiness, while a part of life, is not the ultimate prize.

What’s this fuss about happiness suddenly, then? There are many things to life besides happiness. Freedom, for one. I would rather be unhappy and free than a happy prisoner. I would rather be knowledgeable and grouchy than ignorant and “blissed”. I would rather work hard for my family and friends than exchange that for a moment of gratification. I didn’t leave because I am looking for happiness, but in the process of pursuing what I need in life, yes, I find happiness. When all the stars align right.[/left]



איך האב נאך נישט געליינט דעם גאנצן אשכול, איך האלט אינגאנצן דא, אבער איך וויל זיך אפשטעלן אויף די פאר ווערטער פון די וויזויהייסטעס,

וואסא מין קאפ געהאקעכץ איז דאס? זי האט איבערגעלאזט איר אלטן לעבנס שטייגער ווייל זי איז געווען אנהעפי. פינטל. ווען זי וואלט געווען העפי וואלט זי נישט אוועק געגאנגען.

סאו די פאקט צו ביי חסידים איז העפינעס א וויכטיגע טייל פון לעבן צו נישט איז אירעלעווענט (גראדע איז עס יא, ביי חסידים איז עס אלעמאל געווען, ווען זי קומט ווען פון א ישיבה'ישע בעקגראונד וואלט זי אפשר געווען גערעכט מיט די פוינט), דו ביסט אוועק געגאנגען ווייל דו האסט געזוכט העפינעס, וויל מען וויסן צו דו האסט עס געטראפן דארט. ווייל גראדע קען איך אסאאאך וואס זענען אנגעקומען אהין און נישט געטראפן קיין שום העפינעס, איך קען אזעלכע וועלכע זענען געבוירן דארט און זענען נאך אלץ דארט און האבן אויך נאך נישט געטראפן העפינעס, איך קען אזעלכע וועלכע זענען געבוירן דארט און אנגעקומען צו אונז און יא געטראפן העפינעס...

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 11:38 pm
דורך דעת תורה
למעשה איז זי זיך סותר תוכ"ד. זי איז אוועק געגאנגען, יא? איצט איז זי שוין נישט קיין חסיד. אין איר נייע לייף סטייל איז העפינעס די העכסטע דרגא - לויט איר. נו, וואס עפעס שטייט פרייהייט העכער העפינעס? אויב איז די פשט אז זי קען זיך באין אופן נישט זען העפי אלס פריזאנער, איז דאך עס נישט קיין פארגלייך. למעשה אויב איז העפי א ערך, דאן איז א העפי פריזאנער - למשל א פרינץ וואס איז ווי געפאנגען אינעם קעניגליכן סיסטעם, ער קען נישט טון וואס עס גלוסט זיך אים, דאך מער העפי ווי דער פרייער פויגל וואס איז היימלאז. און אוודאי וואלט זי יא געפיקט פרינץ איבער האום לעס.

נשלח: מאנטאג יולי 08, 2013 11:55 pm
דורך יואליש
דעת תורה האט געשריבן:למעשה איז זי זיך סותר תוכ"ד. זי איז אוועק געגאנגען, יא? איצט איז זי שוין נישט קיין חסיד. אין איר נייע לייף סטייל איז העפינעס די העכסטע דרגא - לויט איר. נו, וואס עפעס שטייט פרייהייט העכער העפינעס?


אן אריינקוקן אינעם מראה מקום, פון די ציטירטע שטיקל קוקט אויס אז זי שרייבט קודם איבער די קאנטראסט פון צוויי סאסייעטיס, און נאכדעם פארט זי אריבער צו איר פערזענליכע פרעפרענצען און ווירדן, לאו דוקא געבינדן אינגאנצען צו איין סאסייעטי אדער ס'אנדערע. אזא טרייענגל.

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 1:26 am
דורך הדד בן בדד
געפילטע פיש האט געשריבן:א קלייניגקייט? די ערשטע אין אידישע היסטאריע צו פייטן פאר פרויען רעכטן.


פארוואס אין די אידישע, איך מיין דאס איז "די ערשטע" דאקומענטירטע פייט פאר פרויען רעכטן. און נאך ווי, אין די הייליגע תורה!!!

נשלח: דינסטאג יולי 09, 2013 1:48 am
דורך געפילטע פיש
קען זיין, אבער אין אידישע ווייס איך, אין אלגעמיינע היסטאריע קען איך מיך נאר פארשטעלן. איך קען דאך נישט 'גאנץ' היסטאריע.

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 8:39 am
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=bs_WLIcHtnI[/youtube]

נשלח: מיטוואך אפריל 30, 2014 9:59 pm
דורך berlbalaguleh
אוי, רבש"ע. הלוואי זאל ער בלייבן מיט זיין תמימות... :? :דאבללייק: הייב אויף די הענטעלעך צום טאטן אין הימל...

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 10:47 am
דורך המלוכה והממשלה
פרידא וויזעל שרייבט וועגן ערציען איר יונגעל, און פארוואס עס איז וויכטיג פאר איר אז ער זאל האבן א אידישע חינוך
http://www.kveller.com/blog/parenting/i ... ep-kosher/

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 3:29 pm
דורך יין שרף
גיוואאאלדדדד!

נשלח: מיטוואך יולי 02, 2014 4:16 pm
דורך berlbalaguleh
המלוכה והממשלה האט געשריבן:פרידא וויזעל שרייבט וועגן ערציען איר יונגעל, און פארוואס עס איז וויכטיג פאר איר אז ער זאל האבן א אידישע חינוך
http://www.kveller.com/blog/parenting/i ... ep-kosher/

יא. אבער זי (פרידא וויזעל) ראציאנאליזירט פארוואס זי האלט נישט קיין שבת און עסט נישט קיין כשר'ס. איך ווייס נישט פאר א פאקט אבער איך בין זיכער אז די מאדערן-ארטאדאקס קאמיוניטי וואו זי וואוינט האט א שבת-נאכמיטאג פראגראם פאר קינדער, וואו איר יונגל וואלט געקענט פארברענגען מיט א ערליכע אקטיוויטי. אבער לכה"פ זי שטערט נישט איר יונגל צו זיין אן ערליכער איד. זי מיז זיכער האבן עפעס זכות אבות (מסתמא פון די זיידעס, למעלה בקודש. ווייל דער טאטע....חפץ חיים. שמירת הלשון). ווייל. מילא, אינז חסידיש'ע אידן האבן דאך נישט קיין מעננער'ס :roll: . אבער די מאדערן-ארטאדאקס ממילא אויב זי זיצט איינזאם אין א בעיסמענט אום שב"ק איז עס זיכער איר אייגענע שולד.
נאר יש תקוה. ס'איז דא שטארקע האפענונג אז דער יונגל וועט בעז"ה זיין אן ערליכער איד.
משא"כ. די אויסגעשפיגענע מנובלת פון כלל ישראל המכונה דעברא פעלדמאן. (שרה'לע בערקוביק), וועלכע האט יעצט ארויסגעגעיבן איר צווייטן בוך מיט'ן נאמען "עקזאדוס". ביי איר וועט מקויים ווערן דער פסוק "כל באיה לא ישובון" און זי וועט אראפגיין לדראון עולם. פאר אירע רשעות און שקרים און חילול ה' וואס זי האט באגאסן כלל ישראל. און איר שגצ'ל (ליידער, ה' ירחם) וועט אויכעט פארפאלן ווערן מיט אלע גויים צוזאמען. דער איינציגער לימוד זכות וואס איך האב אויף איהר. פארוואס זי האט געבראקט אזויפיל שקרים אין אירע צוויי ביכער, און אויף אינטערוויוס מיט די גוי'אישע מידיא, איז אז זי איז פארווייטאגט אז זי קומט פון א צובראכענע שטוב. און זי זוכט נקמה אין אלע אידן. כאילו זיי זענען שולדיג אין אירע צרות, רח"ל.... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :cry: :( :x :P ;) :oops: :oops: :oops: :o

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:00 pm
דורך פלעין יודיש
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=go64XCodp5k[/youtube]

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 2:35 pm
דורך Ben-Shishim
All the more reason NOT to have a smartphone.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:04 pm
דורך יידל
All the more reason NOT to talk to people
or better yet, NOT to be alive at all

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:56 pm
דורך Ben-Shishim
יידל האט געשריבן:All the more reason NOT to talk to people
or better yet, NOT to be alive at all


So it's either Smartphone or death?