בלאט 1 פון 2

סמארט-פאון מיט קינדער זענען 2 אנדערע זאכן

נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 11:23 pm
דורך ווייל אזוי
יענקל א כתה ח' אינגעל ווארט שוין קוים אויף מיטוואך די גליקליכסטע טאג פון זיין לעבן, ער גייט בר מצוה האבן און אריינגיין אין די עול התורה.

ער האט געהאט א שטיקל טנעה'ריי מיט זיין טאטע איבער האבן מיוזיק אבער ב"ה מ'האלט שוין דא .
ער גרייט זיך צוגיין דאווענען מיט מנין די לעצטע מאל אלס אינגעל ער שטעלט זיך דאווענען מיט בכיות און געבעט צום אויבערשטן אז ער זאל אויסוואקסן א ערליכע איד . זיין דאווענען דויערט שוין לענגער ווי א חתן ביום חפתו ,

ער האלט נאך ביי "ולמלשינים" ווען דער עולם האט שוין געענדיגט עלינו, און ער הערט ווי א אינגערמאן (ראבינאוויטש) נעמט זיך רעדן איבער די שעדליכקייט פון "סמארטפאון'ס" ער מישט צאם פרויען, ראיות אסורות, כותל, און וואס נישט אבי אויפצוווייזן די שעדליכקייט פון א סמארטפאון, אויך פארציילט ער שיינע מעשיות פון ביזנעסער וואס זענען שיין מצליח אן קיין אימעיל וכו' וכו' ענדליך ראבינאוויטש ענדיגט זיין דרשה קען אונזער יענקל ווייטער ממשיך זיין מיט שמונה עשרה אבער שוין נישט מיט די זעלבע ברען, אין זיין קאפ לויפט דורך וואס ער האט נארוואס געהערט: זיכער נכשול געווערן, פרויען, זינדיגען, קיין שום פילטער איז נישט גוט, אנרייצן קינדער, דורות, אזוי לויפן זיינע מחשבות.

יענקל ענדיגט אפ שמונה עשרה ער גרייט זיך אהיים צוגיין זיך אנגרייטן צו די בר מצוה ווען ער באמערקט א קונטרס מיט "שומרים" ביזנעס קארד'ס וואס רעדן וועגן סמארטפאון'ס ער נעמט עס אהיים .

די זייגער ווייזט שוין פינעף צו אכט, ער טוט זיך אהן די נייע הוט מיט די געביגלטע בעקיטשע און זעצט זיך אריין אין קאר מיט געמאסטענע טריט אז גארנישט זאל ח"ו נישט קאליא ווערן.
מ'קומט אן צום זאל , נאך אפאר משוגע מאכן פאר פיקטשערס זעהט ער זיך זיצן אויבן אן אפנעמען מזל טוב'ס מיט מתנות פונעם עולם,

די שניט מיט די פיקטשער'ס פון די חלה איז געלונגען, די סעודה, די פשעטל איז אויך אריבער בשלום, זיינע חברים זענען שוין אהיימגעגאנגען, די זאל איז שוין מער ווייניגער ליידיג און מ'גרייט זיך שוין אהיימצוגיין.

אינמיטן אנלאדענען די קאר מיט אלע מתנות קומט צו פעטער משה וועלעכע איז ספיציעל געקומען פון פלארידע מיטצוהאלטן זיין נעפיא'ס בר מצוה , און גיבט איהם איבער א מתנה א סמארט-פאון יענקל זאגט א ש'כח און גיבט עס א רוק אריין אין טאש.

אנקומענדיג אהיים זאגט איהם זיין טאטע ס'איז שוין שפעט גיי שלאפן מ'דארף נאך לייגן מארגן תפילין ביים רבי'ן , מ'וועט שוין מארגן מסדר מאכן די אלע מתנות, יענקל (נאך יעצט) א פאלגעדיגע גייט שלאפן אבער נישט פאר ער לייגט זיין נייע סמארט-פאון טשארשען.

דארנעשטאג צופרי וועקט איהם די טאטע אויף זיבן דרייסיג ער דארף נאך גיין אין מקוה און לערנען עפעס פארן דאווענען , ב"ה די דאווענען איז געלונגען זיין הענט איז פערפל פון די תפילין, מ'מאכט א לחיים נאכן דאווענען און די בר מצוה בחור גייט אהיים עסן פרישטאג, נאך פרישטאג פאקט ער אויס די מתנות מיט א סדר ,

נאכדעם וואס די טאטע איז שוין געגאנגען ארבעטן נעמט ער ארויס די סמארט-פאון און גייט ארויס פון הויז קלאמפיש צו גיין אין שול לערנען.

ער וויל דאך שפילן מיט זיין נייע טעלעפאון דערמאנט ער זיך אז ראבינאוויטש האט געזאגט אז "אפילו מ'האט נישט קיין סערוויס קען מען זיך מחבר זיין דורך וויי-פיי" און פונקט גייט ער דורך א געשעפט וואס שטייט אין גרויס פרי וויי-פיי ער קומט אריין , מיט זיין בר מצוה געלט קויפט ער זיך עפעס צועסן און בעט ביים רעדשיסטער אז מ'זאל איהם קאנעקטאן די וויי-פיי.

אזוי איז ער אפגעזיצן דארטן אין סטאר אסאך שעות און זיך אנגעזעהן און אנגעהערט מיט אלעם , ער איז געווארן דארט א אפטע גאסט אנשטאט צו גיין אין חדר דאווענען איז ער דארט אפגעזיצן, פאר'ן טאטע האט ער געזאגט אז ער דאווענט אין חדר פאר די חדר האט ער געזאגט אז ער דאווענט אין די היים,

זיין גאנצע אידישקייט איז געווארן שוואכער און שוואכער און שוואכער.

טייערע ראבינאוויטש איהר מיינט גוט'ס און טוט'ס גוט'ס אבער לאזט מנוחה די קינדער וואס דארף א צוועלעף יעריגע אינגל בכלל וויסן פון א סמארט-פאון אפשר גייסטו איהם לערנען אויך קדושת היסוד?

דאס אז קינדער הערן פון דעם אלץ קינד הרג'ט זיי אוועק זיי גייען נישט אויסוואקסן בעסער וועגן דעים, און ספעשילי ווען מ'באקט זיי אריין אז דאס איז די ערגסטע און זיי זעהן אז אנדערע האבן עס .........

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 1:37 pm
דורך שושן פורים
אינטערעסאנט אז מיין פעטער פון פלארידא האט מיר געקויפט א מקראות גדולות

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 1:56 pm
דורך ווייל אזוי
שושן פורים האט געשריבן:אינטערעסאנט אז מיין פעטער פון פלארידא האט מיר געקויפט א מקראות גדולות


חולה דו ס'איז נאר געווען די געדאנק

נשלח: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 pm
דורך ליפא
פארן געדאנק האט נישט אויסגעפעלט א פעטער זאל געבן א סמארט פאון ווייל אזא זאך געשעט קיינמאל נישט מ'פארשטייט דיין פוינט אזוי אויך. אפילו אן דעם קען א בחור סתם צודרייט ווערן פון די דרשות, און וואס איז מיט די ריזיגע קול קורא'ס אויף אלע גאסן וועגן צניעות אד''ג פארוואס דארף דאס א אינגל ליינען? זיי מאכן מער חרוב לע''ד

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 5:59 pm
דורך שמעקעדיג
איינער קען פארווערדן דעם ארטיקל צו די שומרים קארדס פיאניר? (איך ווייס נישט צי ער פארמאגט טריפה'נע אימעיל)
ווער איז ער אין די פירסט פלעיס? ער האט אויך א האטליין פאר קינדער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 6:42 pm
דורך הקטן
ווען א קינד האלט אז זיין טאטע איז שוואך, מאכט דאס פיל מער קאליע וואו סיי וואספאר סמארט-פאן.
א קינד וואס הערט אז דער גאנצער ערוואקסענער וועלט איז פאפוילט און קיקט שמיץ, זאג מיר פארוואס זאל ער אויפוואקסען אנדערש?

זיי מיינען גוט אבער די חרבן וואס זיי מאכן אן איז אין לשער

Re: סמארט-פאון מיט קינדער זענען 2 אנדערע זאכן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:05 pm
דורך קל וחומר
שמעקעדיג האט געשריבן:איינער קען פארווערדן דעם ארטיקל צו די שומרים קארדס פיאניר? (איך ווייס נישט צי ער פארמאגט טריפה'נע אימעיל)
ווער איז ער אין די פירסט פלעיס? ער האט אויך א האטליין פאר קינדער.

ס'איז שר"י.
שאול יצחק ראבינאוויטש.

שאול, מפני שאינו שואל רשות לדבר.
יצחק, מפני שעושה צחוק וק"ר בביהמ"ד.
ראבינאוויטש, מפני שמחשיב א"ע כרבונו של החרדים.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:11 pm
דורך שלום על ישראל
קל וחומר האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איינער קען פארווערדן דעם ארטיקל צו די שומרים קארדס פיאניר? (איך ווייס נישט צי ער פארמאגט טריפה'נע אימעיל)
ווער איז ער אין די פירסט פלעיס? ער האט אויך א האטליין פאר קינדער.

ס'איז שר"י.
שאול יצחק ראבינאוויטש.

שאול, מפני שאינו שואל רשות לדבר.
יצחק, מפני שעושה צחוק וק"ר בביהמ"ד.
ראבינאוויטש, מפני שמחשיב א"ע כרבונו של החרדים.

מורא'דיג. אייגענס?

Re: סמארט-פאון מיט קינדער זענען 2 אנדערע זאכן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:15 pm
דורך קל וחומר
יא, קעניינעהארע...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:46 pm
דורך אדנירם
קל וחומר האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:איינער קען פארווערדן דעם ארטיקל צו די שומרים קארדס פיאניר? (איך ווייס נישט צי ער פארמאגט טריפה'נע אימעיל)
ווער איז ער אין די פירסט פלעיס? ער האט אויך א האטליין פאר קינדער.

ס'איז שר"י.
שאול יצחק ראבינאוויטש.

שאול, מפני שאינו שואל רשות לדבר.
יצחק, מפני שעושה צחוק וק"ר בביהמ"ד.
ראבינאוויטש, מפני שמחשיב א"ע כרבונו של החרדים.

או כלך לך לדרך זו:

שאול, מפני שהוא שאול שלא מדעת.
יצחק, שכל השומע יצחק ממנו.
ראבינאוויטש, רבו הדעות: י"א, מפני שהוא רב ריב עם כולם. י"א, מפני שהוא רב/ראבינער בביהמ"ד. י"א, מפני שחושב שהוא רבונו של עולם. וי"א, מפני שסופו ליהרג כיצחק ראבין.

אמרו בבי מדרשא, הא עדיפא מכולהו, דהא שמיה כשמיה, יצחק רבינוביץ ויצחק רבין. הה"ד ש'ם ר'שעים י'רקב נוטריקון ש'אול י'צחק ר'בינוביץ. חושבנא דדין כחושבנא דדין.


[אקעי, ח"ו. כ'מיין נאר דרך הלצה].

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 8:50 pm
דורך פרייוויליג
איך דארף דרינגענד א סקען פון אדנירם מוח, עני סקען עוועילעבל?

Re: סמארט-פאון מיט קינדער זענען 2 אנדערע זאכן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:23 pm
דורך קל וחומר
מ'האט שוין כמה פעמים פרובירט צו סקענען, מאנכע גיבן אהן אז ס'איז פשוט צו גרויס און ס'פיט נישט אריין אינעם קעט סקענער.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 5:24 pm
דורך אדנירם
כ'האב באקומען א זאפטיגע קול קורא דערוועגן.

שיקטס עס ארום ווייטער אויך:

Re: סמארט-פאון מיט קינדער זענען 2 אנדערע זאכן

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 7:13 pm
דורך קל וחומר
שאף עס אויף הויעך רעזעלוציע אז מ'זאל עס קענען פרינטן און אויפהענגן אין סמעדריש

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 7:54 pm
דורך בן אדם
אויב ד רבנים האבן טאקע בושות, איז אפשר האט זיך שוין יא געלוינט די גאנצע ראבינאוויטש סומאטוכע?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 12, 2016 5:10 pm
דורך שמעקעדיג
באקומען אין אישי קלארער

.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 6:03 pm
דורך שמעקעדיג
אויף אייוועלט זענען אויך פאראן אפאר נארמאלע מענטשן וואס די מערכה טוט זיי וויי

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=31099

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 8:29 pm
דורך קאמענטירער
למעשה וואס האלט די עולם ווען איך טרעף אן א יונגעל מיט די שומרים קארדס? וואס קען זיין א מהלך? וויאזוי קען מען אים מסביר זיין אז סאיז נישט ריכטיג ווען אויפן קארטעל שטייט בהראות הרבנים? אדער איז בעסער צו איגנארירען?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 10:06 pm
דורך אפשר
נישט געזארגט, די אשכול דארט איז שוין פארשפארט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 2:22 pm
דורך אדנירם
באקומען אויף אימעיל.

ס'איז אוודאי געפעלטשט, אבער ס'איז א גוטס...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 22, 2016 4:40 pm
דורך Chuchem
אדנירם האט געשריבן:באקומען אויף אימעיל.

ס'איז אוודאי געפעלטשט, אבער ס'איז א גוטס...


די חתימה איז די בעסטע . . .

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 8:53 am
דורך הקטן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:22 pm
דורך קאמענטירער
קאמענטירער האט געשריבן:למעשה וואס האלט די עולם ווען איך טרעף אן א יונגעל מיט די שומרים קארדס? וואס קען זיין א מהלך? וויאזוי קען מען אים מסביר זיין אז סאיז נישט ריכטיג ווען אויפן קארטעל שטייט בהראות הרבנים? אדער איז בעסער צו איגנארירען?