אינטערנעט, האט דאס א מוסטער אין היסטאריע?

באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2157 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:עס איז א געואלדיגע טעות צוצישטעלן די אינטערנעט פראבלעם צו די צייטונג פראבלעם, אין יענע יארן האט דער עולם געוואלט האבן נייעס, האבן די משכילים אויסגענוצט די געלעגענהייט און אריינגעריקט צווישן די נייעס זייערע דעות והשקפות און דאס איז געווען די פראבלעם, זענען געקומען עסקנים און צוגעשטעלט נייעס און קיין פראבלאמאטישע צוגאבן און פראבלעם סאלווד, היינט גלוסט נישט דער ציבור צו 'אינטערנעט' אינטערנעט איז נישט קיין זאך, עס איז א medium, א סערוויס וואס שטעלט צו א בליק און א בריק צו די דרויסענדיגע וועלט, צו אלע זייטן פון די יפיותו של יפת, די אוצרות החכמה וידיעות, און די וועלט פון ארט והנאות עוה''ז, און דאס איז נאך וואס ד ציבור לעכצט, נאך אביסל ברייטע לופט, ברייטקייט פונעם מח און גוף, מילא צושטעלן כשר'ע אינטערנעט-דהיינו נעמען די איד-צייטונג-בלאט -שטערן-קול מבשר-קול הלשון און מאכן מען זאל אויך קענען אנקומען צו זיי דורכן אינטערנעט וועט נישט סאלוון דער פראבלעם,

א בעסערע צושטעל איז די מלחמה וואס די חתם סופר ענד קא. האבן געפירט מיט אלגעמיינע השכלה שטודירן און וויסענשאפט, וואס מער ווייניגער האבן זיי עס אינגאנצן אויסגעשלאסן און געפירט א מלחמת חרמה דערמיט, און לדעתי האט די מערכה געליטן א ריזן דורכפאל, אין די לויף פון די לעצטע צוויי הונדערט יאר האבן מער ווי 90 פראצענט אידן פארלאזט אידישקייט, ריכטיג וואלט געווען צו אנערקענען דעם פראבלעם, אז מענטשן זיכן ברייטקייט און זיך לערנען צו לעבן מיט דעם, פרובירן וויאזוי מען קען פירן א אידישקייט אין א דור פון אינפארמאציע און פרייהייט,

וו עס זעהט אויס יעצט פארט מען אין די זעלבע דירעקציע ווי דעמאלטס, און אנשטאט אויסצוארבעטן אידישקייט כפ צורכי הדור, באשאפט מען א אידישקייט וואס צענטערלירט זיך ארום התנגדות צו טעכנעלאגיע, (אזויווי תלמידי החת''ס האבן אויפגעבויעט א אידישקייט וואס בשרשו ליגט א התנגדות צו השכלה און עקסטרעמע התבדלות פון ד דרויסענדיגע גאס), און מען שטיפט מער און מער ארויס די ברייטע ציבור וואס איז נישט אזוי שארף, און איין גאט ווייסט וואס וועט דא ווערן,

נישט אויסמישן 'השכלה' מיט 'רעפארם'. צוויי באזונדערע סעקטעס. עס זענען געווען 'משכילים' שומתו"צ, גאונים צדיקים ורבנים, וכו'. די מלחמה איז געווען קעגן די 'רעפארמער'.

דיין נקודה איז אז מען קאנצעטרירט זיך אין 'שב ואל תעשה', און נישט אינעם 'קום ועשה'. די פראבלעם געשעט טאקע ווען איינער שפילט אויס די 'שב ואל תעשה', למשל: האט א פילטער לדעתם, ווייסט ער אבער נישט וועגן דעם 'קום ועשה'.
אדנירם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15246 מאל

שליחה דורך אדנירם »

געשריבן א קורצע תגובה אויף די ווערטער פון דעת תורה און געוואלדיג, ונתארכה לכדי אשכול שלם, עיי"ש ותמצא נחת.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6926 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4626 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

זעהט אויס אז אויך בדורינו איז דא א יעקב ליפשיץ וואס סיפק בידו לעשות און ער האט די שכל אז מען קען נישט פייטן טעכנאלאגיע נאר דאס נוצן לטובה

http://www.kikar.co.il/mobile/app/#news.208692

זעהט אויס אז כדי זיך צו פראטעקטן מוזן זיי אבער איהם באטיטלען 'צבעוני'
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דאס דארף מען ארויספרינטן און אויפהענגען איבעראל! כדי ווער עס וויל וויסן דעם אמת זאל עס טאקע וויסן, פון א קראנטן מקור!
וירח ה' את ריח הניחוח
רעאגיר