בלאט 1 פון 1

אינטערסאנטע פאנעל אין העברעאיש

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 11:35 am
דורך איש חזון
אן אינטערסאנטע פאנעל אין העברעאיש וואס איז ממש לעצטנס פארגעקומען אין א ישיבת דרך ה' אין א"י.
דאס איז א דעבאטע צווישן "הרב לדרמן" (לינקס), פון די לוחמים אנטקעגן דעם אינטרנט אין א"י, און "הרב פייבלזון" (רעכטס), איבער די ריכטיגע סטרטגיה אנטקעגן דעם אינטרנט.
הרב לדרמן איז א שארפע לוחם אנטקעגן דעם אינטערנעט, וואס כידוע איז עס אין ארץ ישראל אויף א נוסח מיוחד ווי "יהרג ואל יעבור" וכולי. און הרב פייבלזון טענה'ט אז מען דארף מער עוסק זיין אין לערנען מיט בחורים און יונגעלייט וואס איז דאס יודישקייט, תנ"ך, השקפה וכו', און נישט זיין (אזוי) פארנומען מיט פארדאמען דעם אינטערנעט. ער טענה'ט אויך אז מענטשן ווערן נישט מושפע לטוב פון ליינען שטרענגע מודעות מיט שארפע מעסעדזשעס. ער ברענגט ארויס אז דער אינטערנעט איז טאקע א פראבלעם אבער מען דארף זיך מתבונן זיין וויאזוי וויל דער רבוש"ע מיר זאלן זיך ספראווען מיט דעם, און לדעתו איז דאס נישט דורך פארלוירן ווערן און שרייען און יאמערן וכו'.
(כ'האב נאכנישט געוואטשט די גאנצע.)

נשלח: דינסטאג יוני 07, 2016 11:45 am
דורך איש חזון
וועבסייט פון שיעורי הרב פייבלזון: http://www.faivelzon.com/
ער איז א תלמיד פון הרב זילברמן, און לאו דוקא מעורב בין הליטאים הקלאסיים (כך נראה לי).

אויף היברובוקס האב איך געטראפן צוויי ספרים פון אים, און זיי זע'ען אויס צו זיין אינטערסאנט (ועדיין לא חיפשתי באוצה"ח):
ויבינו במקרא - ויקרא
קונטרס זכר ליציאת מצרים

הוספה:
ויבינו במקרא - בראשית

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 1:43 am
דורך אדנירם
איך זאג ענק אז דער הרב פייבלזון איז גאלד!

שוין א גוטע פאר יאר וואס כ'האב געלייגט אן אויג אויף אים, זינט כ'האב אריינגע'באמפ'ט אין די גליונות בשם 'זו דרכנו' וואס פלעגט ארויסקומען דורך ישיבת 'דרך השם' אין ירושלים, א ישיבה פאר שוואכערע בחורים, בחורים וואס לערנען און ארבעטן, און בעלי תשובה, און דער הרב פייבלזון איז דארט א מגיד שיעור און באוואוסטער אייגנארטיגער דענקער.

פון צייט צו צייט פלעגט ער שרייבן א קאלום, אדער מ'פלעגט כאפן א געשמאקע שמועס מיט אים, וואו זיין מקוריות'דיגע מהלך המחשבה האט ארויסגעשטארצט.

ער איז 'אאוט אוו די באקס', ער איז א געלערנטער, און ער איז א טראכטער.

-------
באמערק איך טאקע יעצט, אז [tag]איש חזון[/tag] האט אנגעמערקט אז די ויכוח איז פארגעקומען אין 'ישיבת דרך השם' [איך קען ניטאמאל זען די קליפ, יוטיוב איז מיר פארשלאסן].

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 11:21 am
דורך איש חזון
שש, איכא דרכא אחרינא בשביל יהודים קדושים כמותנו! מען קאפירט די לינק (https://www.youtube.com/watch?v=P-o1hV5 ... e=youtu.be) און מען דאונלאודט עס דא (ס'דא נאך אזעלכע סייטס).

אה... און א דאנק פאר דיין אינפא.

---

שוין, יעצט האב איך ארויפגעשטעלט דעם ווידיאו אויפ'ן אינטערנעט.

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 9:58 pm
דורך אדנירם
ייש"כ פארן עס ארויפלייגן אויף גוגל דרייוו, אזוי קען איך עס אויך דאונלאודן.

אבער דיין ערשטע אפציע וואס מ'קען אייביג טון, עס קאפירן פון יוטיוב צו א צווייטע סייט וכו', קען איך נישט טון, ווייל יענע סייט איז מיר אויך פארשלאסן... :cry:

Re: אינטערסאנטע פאנעל אין העברעאיש

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 11:05 pm
דורך mevakesh
שש אויב דאס איז אויך פארפארט זוכט מען אויף גוגל אנדערע
PBS download
Twitter download
און נאך אסאך

נשלח: מיטוואך יוני 08, 2016 11:43 pm
דורך קאווע טרינקער
אחחחךךך א שאד איך פארשטיי נישט לשון קודש המשוכלל

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 12:37 pm
דורך זבולון
איך האב אויסגעהערט די גאנצע פאנעל מתחלתה ועד סופה, מיינע הערות:

1. עס איז נישט אזוי פעיר, ווען דער וואס דארף צו זיין א מתווך, איז נוטה באופן מובהק ביותר צו הרב פייוולזאן מער ווי הרב לעדערמאן. די גאנצע אטמאספער איז מער נוטה צו הרב פייוולזאן (און ער זאגט עס קלאר). ייאמר לשבחו של הרב לעדערמאן, אז כאטש ער האט זייער ווילדע דעות בנוגע די מלחמה אקעגן די אינטערנעט, קען ער רעספעקטירן און ענטפערן אויף א רעספעקטירטע וועג.

2. ווי ערווארטעט, הרב פייוולזאן רעדט דברים של טעם, בשעת הרב לעדערמאן רעדט פון פאראויסגעגרייטע געדאנקען, און ער ברענגט נאר זיין ווייטאג מער ווי זיין געדאנק.

3. הרב לעדערמאן - במחילת כבודו - האט נישט ארויס די אמת'ע פראבלעם פון די אינטערנעט, און איך וואלט עס געקענט ארויסברענגען אסאך בעסער ווי איהם. און פאר די זעלבע סיבה, האט ער נישט קיין ריכטיגע סאולאושן. (לדעתי העניה).

4. די מהות'דיגע אונטערשייד צווישן די צוויי איז זייער קלאר, און עס קומט ארויף נאכאנאנד, קען יידישקייט זיך מתמודד זיין מיט אלע טשאלענדזשעס אדער נישט? בשעת הרב פייוולזאן האלט אז יא, האלט הרב לעדערמאן אז יידישקייט איז שוואך ווען עס קומט צו געוויסע נושאים.

5. די נושא פון אדדיקשן פאדערט אן עקסטרע באהאנדלונג פאר זיך, און אי"ה כשאפנה האף איך צו שרייבן וועגן דעם. אבער דאס האט גארנישט מיט אינטערנעט דוקא צו טוהן.

6. מ'זעט כמה פעמים במשך די שמועס, אז דער חילוק פון הרב פייוולזאן מיט די אנדערע חרדי'שע רבנים, איז נישט ביים מערכה קעגן די אינטערנעט, נאר אין די מהלך ווי אזוי צו צוגיין צו אידישקייט אליינס. (לדוגמה, אינדערצייט וואס הרב לעדערמאן רעדט מיט א מורא'דיגע זלזול אינעם מזרח'יסטישן ציבור, זעהט מען ווי הרב פייוולזאן האט אינגאנצן אן אנדערע יחס צו זיי, ועוד כמה חילוקים).

נשלח: דאנערשטאג יוני 09, 2016 5:05 pm
דורך איש חזון
זייער שיין, [tag]זבולון[/tag].
---
אגב, מערקט די וואלקענעס רויעך וואס גייט דאר פאר (אינדארס פארשטייט זיך). #פלשתינה