הכונו למערכה סמארט פליפ פאנס

הכונו למערכה סמארט פליפ פאנס

הודעהדורך ברוך בער » דאנערשטאג יוני 16, 2016 1:49 pm

אונזער געמיינדע אין די לעצטערע צייטן איז אין א כסדר'דיגן קאמפ מיט'ן אזוי גערופענעם טעכנעלאגיע, ס'הערשט אבער א תוהו ובוהו וואס פונקטליך די צילן זענען, וואס וויל מען באקעמפן עד חרמה און מיט וואס גייט מען שלום מאכן. אנגעהויבן האט מען נאכן כינוס כלל ישראל מיט א זייער א פארשטענדליכן דאקטארין נישט צן אסר'ן אינטערנעט נאר לעבן דערמיט מיט פילטערס כל אחד לפי מדריגתו. טעג פילטערס ודומיהן זענען גאנץ פארשטענדליך, שטעלן צו פאר יעדן לויט זיין געברויך מיט לעוועל'ס. א ביזנעסמאן צו ווער קען פארשטענדליך ליינען נייעס און גענעראלע אינפארמאציע וואס א כלי קודש דארף טאקע נישט האבן. דערנאך איז אויסגעוואקסן קהילה פילטערס וואס בלאקן אלעס, נייעס, וויקעפידיע אא"ו און די מאטא איז איך קאנטראליר דיר. די לעצטע איז א טאטאל דורכפאל פאר יודעי דבר, א געוואלד קהלה פילטער האלטער האבן אלטארנאטיוון צו ליינען זען טראמפ דעבאטן צו מה שלבם חפץ.

א שטאפל ווייטער שרייען, די משומר פילטערס זענען פונקט אזוי יהרג ואל יעבור מען ברויך אויסשליסן די סמארטפאן באנוצער פון כלל ישראל ווי די ראפארמער און סטאטוסקוואניקן פון דערהיים. אנדערע קעמפן נאך מיט די טעקסט מעססעדזשעס אבער מיר וועלן זיך נישט באציען צו זיי איצטץ

למעשה ביי די דרשות, צעטליך, באגלייטן אא"ו איז די מלחמה געווידמעט קעגן די סמארטפאן'ס אויסשליסליך. א איד מיט א פליפ פאן איז אויף די גוטע זייט בעת די סמארט פאן אידן זענען כסדר א טריט אוועק פון די גימל עבירות. איצט איז אין נייעס אז מאטאראלע ארבעט אויף א נייעם ווערסיע פונעם אמאל פאפולארן רעזער פליפ פאן עס צו מאכן היפש קלוג בעת אנהאלטן דעם פליפ סטייל. עס ווערט באריכטעט אז עס ווערט מער פאפולאר ביי מיליאנען צוריק צוגיין צו פליפ פאן בעת וואס די סמארט פאן'ס נעמען איבער די מענטשנס לעבנס און מענטשן ווילן דאס נישט מער. אזאנע פיגורן ווי מעיאר ביל דעבלאזיא און אנדערע האליוואד שטערן דרייען זיך ארום מיטן אלט געזעצענעם פליפ פאן, אבער פארלאנגען נאר אביסל מער ווי קענען נעמען אן אובער טעקסי און נוצן מעפס אימעיל וכדומה. אלזא קומט ארויס די נייע קלוגע פליפ פאנס וואס די מאנופעקטורער זעען וועט זיין א פראדוקט מיליאנען וועלן זיך צוחאפן דערצו.

דער סמארט פאן פליפ פאן טיילונג איז בטל ומבוטל, מען וועט מוזן מטכס עצה זיין.
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 77
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 16, 2016 5:00 pm

און די סמארט זייגערס זענען עפעס א קלענערע סכנה? פארוואס שווייגט מען? ווי זענען די עסקנים?

@הערשל קלאר
@קלמן הלברשטאם
@.... ראבינאוויטש
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1604
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 2336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1591 מאל

Re: הכונו למערכה סמארט פליפ פאנס

הודעהדורך גדעון » דאנערשטאג יוני 16, 2016 6:49 pm

למעשה איז עס נאר געווען א מארקעטינג טעקניק פון מאטאראלע פאר זייער נייע סמארטפאון ליין, רעיזאר וועט בלייבן נאר אין די חלומות

גראדע איז דא צו באקומען ענדרויט פליפ-פאונס פון lg און סעמסאנג, בעיקר גייט עס אין די אזיאנע מארקעטס. ס׳איז אבער ריזיג גרויס און אויפאלענד ווען ס׳איז אפן
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 506
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

הודעהדורך וואלווי » פרייטאג יוני 17, 2016 1:10 pm

ס'קומט בקרוב א מערכה איבער סמאר"ט קארס. ס'שמאל געפאסט... מ'קען אן קומען איבעראל...
Occupation: I'm a florist and yes, weed IS a plant
באניצער אוואטאר
וואלווי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 741
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 911 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 865 מאל

Re: הכונו למערכה סמארט פליפ פאנס

הודעהדורך דעת תורה » פרייטאג יוני 17, 2016 3:11 pm

די רעזר איז טאקע נישט עכט. אבער וואס עס קומט יעצט פון סעמסאנג אנטשפרעכט צו רעוואלוציאנעריש רי דעזיינען דעם גאנצן 'סמארטפאון'. מ'חלום'ט שוין דערפון יארן, אבער עס קוקט אויס ווי עס האלט אט אט ביים ווערן א מציאות. איך רעד אוודאי פון די בענדאבל סקרינס. טאבלעטס וואס לייגן זיך צוזאם און ווערן קליינע טעלעפאנען, פליפ פאר א נויט. מסתמא די נייע תקנות אין בתי מדרשים וועלן זיין וויפיל אינטשעס מ'מעג עפענען דעם סקרין...
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2127
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 3262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1704 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג יוני 20, 2016 5:35 pm

אויב וואלטן פארשטענדליכע מענטשן געשטאנען ביים רודער פון די מערכה אנטקעגן די שעדליכע טעכנאלאגיע, וואלטן זיי אנשטאט די נעגאטיווע גע'אסר'אכץ געטון הלכה למעשה אויף א פאזיטיוון מהלך. אנשטאט די "שפאגל-נייע" מאושר פאונס - וועלכע איז ביי מיר אזוי חשוב ווי "שפאגל-נייע" פאטעיטע שאלאכץ - וואלט מען ליבערשט פארשאפט א כמו-סמארט פליפ פאון, וואס קען זיך נישט באהעפטן צום אינטערנעט, און קען נישט האבן נאר אפאר נוצליכע עפפ'ס וואס רוב מענטשן באנוצן זיך דערמיט - א כמו ווייט-ליסט פון עפפ'ס - ווי צב"ש די באנק אדער קרעדיט קארד, וועיז, אימעיל, סקעדזשולער און קאלקולעיטאר, וכדו', (און אולי נאך צולייגן סידור תהלים און טהרה עפפס), דאס אלעס מיט א קלארע סקרין, און א שארפע קעמערע - נישט ווי די היינטיגע שפאגל-נייע מאושר פאטעיטע פאונס (c) וועלכע פארמאגן אלט-פארצייטישע אומקלארע סקרינס און קעמערע'ס וואס מאכן בילדער שוואכער ווי אין די מיטל-אלטער - אויב עס האט בכלל א קעמערע.

די עסקנים ארבעטן אן שכל, אקעגן זייערע אייגענע אינטערעסן, און עס וועט זיי סוכ"ס צוריקקומען בייסן. איך טענה דאס שוין יארן. תספת מרובה לא תפסת. א גזירה שאין רוב הציבור יכולין לעמוד בה, און ארויפלייגן איסורים שאינו חל על איסור אחר, נישט קיין סמארטפאון בכלל און אויב יא מיין פילטער דייקא וואס קאסט אפ אן אפותיקי יעדן חודש און דערנאך אראפנעמען די שפיכות דמים ג"ע וואטסעפפ און טעלעגראם און שפעטער כל מיני ליצנות אפילו אקעגן א געפילטערטע סמארטפאון (מען שרייבט צו "כלומר'שט" געפילטערט און מען האט אוועקגעמאכט דעם גאנצן פילטער במחי יד), סוף כל סוף גייט דאס פלאצן, אמת אין ביהמ"ד קען מען הענגען כל מיני מאדנע חוזק פלאקאטן, און האלטן דרשות דערקעגן, און אסר'ן ארויסצונעמען אזא כלי ברבים; אבער וועמען ווילסטו נארן, די מינוט דו קומסט ארויס פון ביהמ"ד דרייעט זיך יעדער צווייטער יונגערמאן מיטן סמארטפאון, און ליידער איז דאס גורם אז מער אידן פאלן ארויס פון די מחנה ווייל זיי פארנעמען נישט די טעראר... נאך אביסל מען וועט טרעטן דעם עולם אויף די נערוון וועלן די עסקנים ביטער חרטה האבן פארן גיין צו ווייט, אבער דאן וועט שוין זיין שווער צוריקצודרייען דעם זייגער, אין תש16 קען מען נישט אזוי טעראריזירן א ציבור אידן, עס איז עיקבתא דמשיחא, פארפאלן, ווילסט שלעפן דעם עולם צו דיר, גיב אפציעס, גיב א וועג ארויס, מאך דיין מהלך זיס, נישט האק אויף יענעם, נישט פארביטער אים דאס לעבן און דערשרעק אים אז ער גייט האבן פארדארבענע קינדער.

אלזא, דער קעפל פונעם אשכול איז "הכונו למערכה סמארט פליפ-פאונס", יא, לאמיר מאכן א מערכה פאר סאפיסטיקירטע פליפ פאונ'ס, גיב א גוטע וועג ארויס, וועסטו זעהן ווי טויזענטער מענטשן וועלן אויפגעבן זייערע "טרייפענע כלים".
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14115
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 15920 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16320 מאל

הודעהדורך קלוגע יודל » מאנטאג יוני 20, 2016 11:13 pm

ביודעין ובמכירין, אז די LG פךיפ סמארט פון וואס ווערט גערופען LG WINE איז בכלל נישט אזוי גרויס ווען מען עפנט עס, עב איז טאקע אביסל גרעסער ווי א געהעריגע פליפ פון אבער נישט אזוי ריזיג. עס איז טאקע אויך נישט די בעסטע סמארט פון, אבער עס טוט די בעסיק פונקציוס פון א סמארט פון.

די סיבה פארוואס עס איז נישט אין די אמעריקאנע מארקעט איז וויבאלד רוב וועלט ארבעט אנדערש די טעלעפון'ס ווי אין אמעריקא אין אמעריקא נוצען ספרינט און ווערייזען א טעכנעלאגיע וואס הייסט CDMA, משא"כ רוב וועלט ניצט א טעכנעלאגיע וואס הייסט GSM, און עס ארבעט מיט SIM CARDS, אזוי איז אסאך גרינגער ארים צוטוישן טעלעפון'ס, מען דארף נישט משוגע מאכ'ן די טעלעפון קאמפעני און ווארטן מינוט אויפ'ן ליין, נאר מען נעמט עס פשוט ארויס פון די טעלעפון און מען לייגט עס אריין און די אנדערע טעלעפון וזהו. פון די אנדערע זייט האט CDMA א מעלה אז עס גייט אויף לענגער שטרעקעס אזוי איז דא בעסערע סעל סערוויס.

אפילו די 2 אמעריקאנע קאמפעניס (AT&T און TMOBILE) וואס נוצען שוין יא GSM, נוצען אבער אנדערע בענדס, און רוב וועלט נוצט מען 900MHZ/1800 אבער און אמעריקע נוצט מען 850MHZ/1900

עס קען טאקע זיין אז די אמעריקאנע סיסטעם איז בעסער, אבער מיין טאטע פלעגט מיר זאגן, אויב יעדער איז משוגע זיי די אויך משוגע, זיי נישט אנדערש פון יעדעם.

איז לעניננו, וויבאלד רוב וועלט ארבעט אנדערש ווי אין אמעריקא, מאכן די קאמפעניס קודם די ווערסיע פאר רוב וועלט, און דערנאך פאר די אמעריקאנע מארקעט, און אויך נאר עפ"י רוב אויב די אמעריקאנע טעלעפון קאמפעניס פארלאנגען די געוויסע מאדעל. למשל די BLACKBERRY PRIV האט גענומען אפאר חדשים נאך עס איז ארויס געקומען אז עס זאל זיין צו באקומען אין א ווערסיע פאר ווערייזען. דאס איז אויך די טעם פארוואס אין אירופה איז דא אסאך ביליגער טעלעפון'ס, וויבאלד דארט איז דא אסאך מער מאדעלס... איז וועגן דעם איז נישטי דא אין אמעריקע די LG אדער SAMSUNG פליפ סמארט פון.

און אפילו די וועסט קויפן אזא טעלעפון אין אירופה וועט עס נאר ארבעטן אויף 2G אין אמעריקע, וויבאלד עס האט אנדערע בענדס. כדי לסבר את האוזן וועל איך עס מסביר זיין מיט א משל, אזוי ווי יעדער פארשטייט אז הצלה מיט פאליציי רעדיוס מישען זיך נישט אויס וויבאלד זיי נוצען אנדערע כוואליעס, אזוי אויך מיט די סעלפון'ס אירופה מיט אמעריקע נוצען אנדערע כוואליעס.

אפילו ביי 4G ווי די וועלט האט זיך פאראייניגט אויף די LTE טעכנעלאגיע (נאך א דורך געפאלענע פרואוו פון IBM אז מען זאל נוצען WIMAX פאר 4G, וואס ספרינט האט זיך גלייך צוגעכאפט דערצו וויבאלד עס וואלט אונז ווייטער געהאלטן אנגעשפארט אן קיין SIM CARDS) נוצט מען אבער אין אמעריקע אנדערע בענדס פאר 4G. און רוב וועלט נוצט מען MHZ2100 (אדער MHZ2500) אבער אין אמעריקא מוז מען זיין אנדערש און נוצען 700MHZ
אגב די גאר טייערע פון'ס קומען מיט די בענדס פאר אלע לענדער.


(מער פרטים וועגן די נושא, און וואס איז די טעם אז אמעריקא איז אנדערש, און מער, וואלט מען געדארפט עפענען אן עקסטער אשכול. אפשר ווען איך וועל האבן צייט און נערוון ועוד חזון למועד)
קלוגע יודל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:40 am
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

Re: הכונו למערכה סמארט פליפ פאנס

הודעהדורך אלטר פ » דינסטאג יוני 21, 2016 8:30 am

קלוגע יודל האט געשריבן:ביודעין ובמכירין, אז די LG פךיפ סמארט פון וואס ווערט גערופען LG WINE איז בכלל נישט אזוי גרויס ווען מען עפנט עס, עב איז טאקע אביסל גרעסער ווי א געהעריגע פליפ פון אבער נישט אזוי ריזיג. עס איז טאקע אויך נישט די בעסטע סמארט פון, אבער עס טוט די בעסיק פונקציוס פון א סמארט פון.

די סיבה פארוואס עס איז נישט אין די אמעריקאנע מארקעט איז וויבאלד רוב וועלט ארבעט אנדערש די טעלעפון'ס ווי אין אמעריקא אין אמעריקא נוצען ספרינט און ווערייזען א טעכנעלאגיע וואס הייסט CDMA, משא"כ רוב וועלט ניצט א טעכנעלאגיע וואס הייסט GSM, און עס ארבעט מיט SIM CARDS, אזוי איז אסאך גרינגער ארים צוטוישן טעלעפון'ס, מען דארף נישט משוגע מאכ'ן די טעלעפון קאמפעני און ווארטן מינוט אויפ'ן ליין, נאר מען נעמט עס פשוט ארויס פון די טעלעפון און מען לייגט עס אריין און די אנדערע טעלעפון וזהו. פון די אנדערע זייט האט CDMA א מעלה אז עס גייט אויף לענגער שטרעקעס אזוי איז דא בעסערע סעל סערוויס.

אפילו די 2 אמעריקאנע קאמפעניס (AT&T און TMOBILE) וואס נוצען שוין יא GSM, נוצען אבער אנדערע בענדס, און רוב וועלט נוצט מען 900MHZ/1800 אבער און אמעריקע נוצט מען 850MHZ/1900

עס קען טאקע זיין אז די אמעריקאנע סיסטעם איז בעסער, אבער מיין טאטע פלעגט מיר זאגן, אויב יעדער איז משוגע זיי די אויך משוגע, זיי נישט אנדערש פון יעדעם.

איז לעניננו, וויבאלד רוב וועלט ארבעט אנדערש ווי אין אמעריקא, מאכן די קאמפעניס קודם די ווערסיע פאר רוב וועלט, און דערנאך פאר די אמעריקאנע מארקעט, און אויך נאר עפ"י רוב אויב די אמעריקאנע טעלעפון קאמפעניס פארלאנגען די געוויסע מאדעל. למשל די BLACKBERRY PRIV האט גענומען אפאר חדשים נאך עס איז ארויס געקומען אז עס זאל זיין צו באקומען אין א ווערסיע פאר ווערייזען. דאס איז אויך די טעם פארוואס אין אירופה איז דא אסאך ביליגער טעלעפון'ס, וויבאלד דארט איז דא אסאך מער מאדעלס... איז וועגן דעם איז נישטי דא אין אמעריקע די LG אדער SAMSUNG פליפ סמארט פון.

און אפילו די וועסט קויפן אזא טעלעפון אין אירופה וועט עס נאר ארבעטן אויף 2G אין אמעריקע, וויבאלד עס האט אנדערע בענדס. כדי לסבר את האוזן וועל איך עס מסביר זיין מיט א משל, אזוי ווי יעדער פארשטייט אז הצלה מיט פאליציי רעדיוס מישען זיך נישט אויס וויבאלד זיי נוצען אנדערע כוואליעס, אזוי אויך מיט די סעלפון'ס אירופה מיט אמעריקע נוצען אנדערע כוואליעס.

אפילו ביי 4G ווי די וועלט האט זיך פאראייניגט אויף די LTE טעכנעלאגיע (נאך א דורך געפאלענע פרואוו פון IBM אז מען זאל נוצען WIMAX פאר 4G, וואס ספרינט האט זיך גלייך צוגעכאפט דערצו וויבאלד עס וואלט אונז ווייטער געהאלטן אנגעשפארט אן קיין SIM CARDS) נוצט מען אבער אין אמעריקע אנדערע בענדס פאר 4G. און רוב וועלט נוצט מען MHZ2100 (אדער MHZ2500) אבער אין אמעריקא מוז מען זיין אנדערש און נוצען 700MHZ
אגב די גאר טייערע פון'ס קומען מיט די בענדס פאר אלע לענדער.


(מער פרטים וועגן די נושא, און וואס איז די טעם אז אמעריקא איז אנדערש, און מער, וואלט מען געדארפט עפענען אן עקסטער אשכול. אפשר ווען איך וועל האבן צייט און נערוון ועוד חזון למועד)

I looked up all the reviews on YouTube and a lot of websites (right when it came out and then again a few months later to see the outcomes) the phone it doesn't look like a great phone it looks like it was very very basic phone that is smart I don't even believe that it is capable of handling WhatsApp if yes please let me know but you can buy it on Amazon/Ebay already unlocked for American use but I still don't know if that phone from Amazon/EBay is going to work on 4G or as you said only 2G

Sent from my SAMSUNG-SM-G850A using Tapatalk
אלטר פ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

Re: הכונו למערכה סמארט פליפ פאנס

הודעהדורך אלטר פ » דינסטאג יוני 21, 2016 8:32 am

בילד

Sent from my SAMSUNG-SM-G850A using Tapatalk
אלטר פ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

Re: הכונו למערכה סמארט פליפ פאנס

הודעהדורך דעת תורה » דינסטאג יוני 21, 2016 9:05 am

קוקט נישט אויס צופיל גרעסער ווי ווערייזאן'ס 3 אינטש בעיסיק פאון (גראדע, א חידוש פון א קעמערע 5 מפ) LG Exalt ii בילד
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
דעת תורה
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2127
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 3262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1704 מאל

Re: הכונו למערכה סמארט פליפ פאנס

הודעהדורך גדעון » דינסטאג יוני 21, 2016 10:20 am

איך האב עס געקויפט און עס האט אויסגעזעהן זייער אויפאלענד ווען איך האב גערעדט דערויף אין גאס, עס איז היבש גרעסער ווי א געווענליכע פליפ ווען ס׳איז אפן.

עס קען הענדלען אלע ענדרויט עפפס, די קיבארד ארבייט אבער נאר מיט געציילטע עפפס, די אנדערע דארף מען נוצן די קליינע סקרין פונקט ווי א געווענליכע ענדרויט פאון

דאכט זיך אז עס האט קאריען לעטטערס אויף די קנעפלעך אזוי אויך ענגליש. T9 ארבייט נישט דערויף, מ׳קען נוצן די פול קיעבארד אויף די סקריען, פארשטייט זיך אז עס איז היבש אומבאקוועם

מיין איז ציריקגעגאנגן קיין קאריע נאך איין טאג
באניצער אוואטאר
גדעון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 506
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:55 am
האט שוין געלייקט: 292 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

הודעהדורך געשווינד » דינסטאג יוני 21, 2016 1:54 pm

די האסעט עס געניצוט און אמריקא ?
אויב יא ווי אזוי איז געוון די סערוויס?
געשווינד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

Re: הכונו למערכה סמארט פליפ פאנס

הודעהדורך אלטר פ » דינסטאג יוני 21, 2016 2:09 pm

גדעון האט געשריבן:איך האב עס געקויפט און עס האט אויסגעזעהן זייער אויפאלענד ווען איך האב גערעדט דערויף אין גאס, עס איז היבש גרעסער ווי א געווענליכע פליפ ווען ס׳איז אפן.

עס קען הענדלען אלע ענדרויט עפפס, די קיבארד ארבייט אבער נאר מיט געציילטע עפפס, די אנדערע דארף מען נוצן די קליינע סקרין פונקט ווי א געווענליכע ענדרויט פאון

דאכט זיך אז עס האט קאריען לעטטערס אויף די קנעפלעך אזוי אויך ענגליש. T9 ארבייט נישט דערויף, מ׳קען נוצן די פול קיעבארד אויף די סקריען, פארשטייט זיך אז עס איז היבש אומבאקוועם

מיין איז ציריקגעגאנגן קיין קאריע נאך איין טאג

Exactly the words what you're saying about the small screen and the keyboard and that it looks funny this is what I saw in a few reviews on YouTube

Sent from my SAMSUNG-SM-G850A using Tapatalk
אלטר פ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
 
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

Re: הכונו למערכה סמארט פליפ פאנס

הודעהדורך קלוגע יודל » דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:48 pm

ענדליך דא צו באקומען אויף די אמעריקאנער מארקעט, פאר א נארמאלער פרייז. (ביזדערווייל נאר אויף טרעקפאן וואס איז זייער שווער צו unlocken, אבער לאמיר האפן אז די אנדערע קאמפעניעס וועלן בקרוב נאכפאלגן)

http://www.phonescoop.com/articles/article.php?a=18362
קלוגע יודל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:40 am
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל

הודעהדורך ריכטיג » דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 6:34 pm

קלוגע יודל האט געשריבן:ביזדערווייל נאר אויף טרעקפאן וואס איז זייער שווער צו unlocken,

https://www.tfwunlockpolicy.com/wps/portal/home/

איך בין נישט דער בר הכי דערין, אבער ס'קוקט אויס אנדערש.
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1699
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1172 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 11:51 pm

די ערשטע מאל איך האב עס געזעהן האב איך עס זייער באווינדערט, ס'טייטש דו קענסט אריין וואקן אין בית מדרש מיט א געהעריגע סמארט פאן און נישט באקימען אזאלכע קרימע בליקן פון די שומרים חברה...

ס'קיקט ממש אויס ווי א געהעריגע פליפ פאן , ס'נאר אביסעלע ברייטער
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 948
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 554 מאל

Re: הכונו למערכה סמארט פליפ פאנס

הודעהדורך קלוגע יודל » פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 1:38 am

ריכטיג האט געשריבן:
קלוגע יודל האט געשריבן:ביזדערווייל נאר אויף טרעקפאן וואס איז זייער שווער צו unlocken,

https://www.tfwunlockpolicy.com/wps/portal/home/

איך בין נישט דער בר הכי דערין, אבער ס'קוקט אויס אנדערש.

עס איז פון may 2016, איך האב נישט געוויסט אז זיי האבן געטוישט זייערע פאליסיס
קלוגע יודל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 227
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 1:40 am
האט שוין געלייקט: 99 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 80 מאל


גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט

cron