סאטמאר מהר"א רעדט שארף קעגן וואט'ס עפפ

סאטמאר מהר"א רעדט שארף קעגן וואט'ס עפפ

הודעהדורך ווייל אזוי » דאנערשטאג יוני 16, 2016 7:08 pm

פארגאנגענע שבועות ביי נעילת החג האט מאר"א שטארק ארוםגערעדט איבער די פראבלעם פון וואטצעפפ, ווי ער פאנגט אן אז כלל ישראל האט זיך אלעמאל געשלאגן מיט יצר הרע אנגעפאנגען ביי טי.ווי. און שפעטער קאמפיוטער, סמארטפאון און יעצט וואט'ס עפפ.

פון די דרשה וואס איז געווארן אפגעדרוקט דורך "לטהרנו" קוקט אויס אז די רבי איז בקי אין וואט'ס עפפ וויסענדיג אז ס'איז דא הונדערט צו צוויי הונדערט חברה אויף א גראופ "ס'דארף נאר זיין איין נישט ערליכע וואס לייגט קאליע יעדעם".

אין די זעלבע געדרוקטע צעטיל שטייט אויך אין ריזיגע קידוש החמה אותיות אז מיט וואט'ס עפפ איז מען עובר אויף לא תרצח, ס'קומט ווארשיינליך נאך די פטורה פון די צוויי סאטמארע אידן ווי איינער האט געשריבן א לאנגע בריוו צו ישיבה ווארלד אז "וואט'ס עפפ האט געהארג'ט זיין טאטע" .

לויט ווי ס'קוקט אויס פון די צעטלעך וועט ביז אפאר וואכן שוין קיינער נישט האבן קיין וואט'ס עפפ אין מאנרא.
בייגעלייגטע פיילס
סאטמאר.jpg
יענער פרעגט נאכן נישט האבן קיין סמארטפאון וויאזוי קען מען האבן וואט'ס עפפ
IMG-20160616-WA0025.jpg
די אפגעשריבענע דרשה
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך ווייל אזוי » דאנערשטאג יוני 16, 2016 7:10 pm

נאך בילדער
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20160616-WA0019.jpg
IMG-20160616-WA0021.jpg
IMG-20160616-WA0022.jpg
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך ווייל אזוי » דאנערשטאג יוני 16, 2016 7:12 pm

...
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20160616-WA0015.jpg
דאס איז שוין מסתמא ליצנות כאטש עכט פאסט עס פאר די בלאט
IMG-20160616-WA0018.jpg
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 277
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 228 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 331 מאל

הודעהדורך שטילע אינגערמאן » דאנערשטאג יוני 16, 2016 7:37 pm

כ׳האב באקומען גרויס התרגשות פון די אלע צעטליך,
סאיז דא א ברירה אז שטילע איז א פארגאנגענהייט
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1005
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 686 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2101 מאל

Re: סאטמאר מהר"א רעדט שארף קעגן וואט'ס עפפ

הודעהדורך טאמבל סאס » דאנערשטאג יוני 16, 2016 8:01 pm

איך האלט מיך ביי די זייטן ווי די קעפלעך שרייען ע"ש סופם. ווי דער מנהג העולם איז צושרייבן ביי זאכן וואס האבן א טבע נישט צו מקוים ווערן.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
"והנה מה שעוזר להשגת המדה הזאת הוא ההתבודדות והפרישה הרבה כדי שבהעדר המטרידים תוכל נפשו להתגבר יותר ולהדבק בבורא.." רמח"ל
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2955
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 8:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 5289 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2612 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דאנערשטאג יוני 16, 2016 8:50 pm

שוין ווייטער וויל ער צייגן זיין חכמה מיט'ן אראפלייגן פאר זיינע בחורים פונקטליך וויאזוי וואטסעפ ארבעט. ווילסט מעורר זיין אז מ'זאל נישט זיין אנגעהאוקט מיט נישט איידעלע גרופעס? פארשטיי איך. אבער צו וואס א שווארץ יאר פעלט אויס צו מסביר זיין וויאזוי גרופס ארבעטן. ממה נפשך, דער וואס האט עס ווייסט בעסער ווי אים און דער וואס האט עס נישט, פארוואס דארף ער דאס וויסן? פארוואס קען ער נישט זאגן פשוט: ווער עס פארשטייט, פארשטייט?
בייגעלייגטע פיילס
QuickMemo+_2016-06-16-20-54-37~2.jpg
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2077
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2147 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דאנערשטאג יוני 16, 2016 9:04 pm

איך בין זייער נייגעריג וואס איז מער דברים שהצניעות יפה להם, ווי ראיות אסורות, ניבול פה, השחתה, זנות/עריות???
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 7295 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4831 מאל

הודעהדורך קאצקע ציקער » דאנערשטאג יוני 16, 2016 10:09 pm

דער האט א כוח wow , וויפל רעביס היינט צוטאגס זאגן עפעס און מען פאלגט זיי .פארפאלן ער איז גיט
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 783 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 669 מאל

הודעהדורך שבת אחים » פרייטאג יוני 17, 2016 4:42 am

דער גרויליגער חצוף דער מהר״א איז דאך נאר פארנומען מיט יענעמס עבירות, זאל ער קודם שלום מאכן מיט זיין אייגענע משפחה און ער זאל אויפהערן צו פיסקיווען אויף אלע רבנים און אויף יעדעם איינעם וואס שמעקט אים נישט, נאכדעם קען מען אפשר הערן אז ער זאל איינטיילן פאר יענעם וואס צי טוהן, זיינע תאוות איז דאך רביסטיווע ריעל עסטעיט גאלדענע שטעקענס יוקאונס מיט לעלאוס און צו קאנטראלירן און קאמאנדעווען און פירן יעדעם ביי די נאז, און א צווייטענס תאוות איז וואטסאפפ! האסטו געהערט א מעשה?. ער האט פארגעסן אז די ביהמ״ק איז חרוב געווארן וועגן מחלוקות און שנאת חנם נישט וועגן קיין וואטסאפפ! ער האט שוין גענעדיגט זיך ארומקריגן מיט יעדעם איינעם און שרייען אויף קינדער אז זיי זענען ממזרים ווייל ער האט נישט געמאכט די אשר יצר אינטער די חופה???
ער איז ניטאמאל א בחינה פון פני הדור כפני הכלב, די כלבים זענען שוין מעהר מענטשליך ווי אים צוזאמען מיט זיינע ווערימיגע קינדער עפ״ל...

פון אים דארף מען זיך אפלערנען? ער איז אונזער וועגווייזער? שיין זעהן מיר אויס!
וואס ווילסטו פון אים? ער איז דאך נעבעך נישט אינגאנצן נארמאל! ער איז דאך טויט משוגע. האסט שוין געהערט אמאל אזא זאך פון איינער וואס לאזט אלעס אפ און ער ווערט אינגאנצן אפגעפארן און דרייט זיך מיט שיקסעס!? נעבעך...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5163
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4409 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3038 מאל

הודעהדורך shem-tov » פרייטאג יוני 17, 2016 10:24 am

דער שבת אחים האט זיך צולאזט. איך בין נישט קיין ארוני און איך אגרי מיט עטליכע פון דיינע נקודות אבער נישט קיין חילוק ווי הויעך די ביסט צו ווי נידריג די ביסט שרייבט מען נישט
אזעלעכע לשונות של גנאי אויף א צווייטען יוד וכ"ש אויף א פובליק פלאץ וכ"ש אז ער איז א מנהיג לאלפים. דערפאר בין איך מוחה
למעשה לאמיר טאן מצוות ומעשים טובים
באניצער אוואטאר
shem-tov
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 820
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 10, 2013 1:35 pm
האט שוין געלייקט: 380 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 789 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » פרייטאג יוני 17, 2016 10:29 am

איך בין נייגעריג צו פארשטיין ''על מה יצא הקצף'' איך וואלט מיך קיינמאל נישט באגעגענט מיט די פאסטערס ווען מזאל עס ווען נישט פארשפרייטען דא און אויף די גרופס. פארוואס באדערט עס איינעם? און צו איז עס ערגער ווי די גלאבאלע מלחמה וואס מהאט אונטערגענומען קעגן די אינטערנעט?
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 762
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 691 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג יוני 17, 2016 10:49 am

ליינעדנדיג די ווערטער פון ר' אהרן'ן, זעי איך אז ער רעדט גאנץ פיין. ער רעדט נישט ווילד, ער באציט זיך צום פראבלעם זעלבסט, נישט צו די אלגעמיינע זאך פון די 'טמא'נעם כלים', און זיין זאכען מאכען סענס. ער הייסט נישט פארלעשען וואטסעפפ, ער זאגט מ'זאל נישט זיין אויף די גרופע'ס און ער איז מדגיש דער בין אדם לחבירו שבו מער ווי די 'געשמאקערע זאכען'. דאס איז גאנץ פיין, מער ווי מ'וואלט פון א רבי געהאפט.

באמת זענען אלע טענות פון שבת אחים גאנץ ריכטיג. אבער דער ר' אהרן איז גארנישט אזא מנהיג. ער טוט וואס ער קען זיך אויפצובויען. אונזער געזעלשפאט לאזט איהם געוויסע רעכטען, און איינער פון זיי איז שטופען תקנות אויף זיין מענטשען. טאמער ער, דער פאליטיקאנט, זעט איין אז ס'לוינט זיך איהם צו רעדען מעסיגער און רואיגער, זיך בעיקר באציען אויף דער בין אדם לחבירו שבו און נישט ווילדעהייט אסר'ן, האלט שוין דער זאך אויף א וועג. ס'איז אוודאי ווייט פון די יוטאפיע פון בערני סאנדערס, און צו גענצליך שווייגען קומט עס נישט, אבער א טריט אינ'ם ריכטיגע ריכטונג איז עס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6971
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6660 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג יוני 17, 2016 10:51 am

קאמענטירער האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו פארשטיין ''על מה יצא הקצף'' איך וואלט מיך קיינמאל נישט באגעגענט מיט די פאסטערס ווען מזאל עס ווען נישט פארשפרייטען דא און אויף די גרופס. פארוואס באדערט עס איינעם? און צו איז עס ערגער ווי די גלאבאלע מלחמה וואס מהאט אונטערגענומען קעגן די אינטערנעט?


קודם כל, ווי זעהסטו דא קצף, סתם נייעס ווי אנדערע נייעסלעך,
אבער באמת איז טאקע יא דא א קצף מוסתרת, הלמאי מען פארלייגט זיך אויף זייטיגע זאכן. אינטערנעט האט באמת אידישקייט פראבלעמען, איך קען נאך פארשטיין די מלחמה דערקעגן, הגם נישט געפירט ריכטיג; משא"כ וואטסעפפ איז א דזשאוק אקעגן דעם אינטערנעט פראבלעם, כאטש מען קען זעהן זאכן וואס פעלט נישט אויס, ווי אויך אסאך לשה"ר ורכילות גייט ארום, אבער נישט דאס איז דער פראבלעם פונעם דור. חוץ מזה וואס בעצם דער מושג פון א איסור אויף לשה"ר און שנאת חנם איז בכלל נישט קיין אישו אין די היינטיגע חסידות'ער ווי עס איז איש את רעהו חיים בלעו, ממילא ביסטו א היפאקריט, איז אפילו לו יהא עס איז טאקע א פראבלעם, פארלייגסטו זיך אויף זייטיגע זאכן און דו טראסט נישט דעם מענטש אז ער איז בעה"ב אויף זיך אליינס. כ'בין מודה אז וואטסעפפ קען זיין פראבלעמאטיש און אדיקטיוו, און מען מעג מעורר זיין דערוועגן, אבער אז די רבי שליט"א לאזט פאלן א ווארט דערגעגן, און די בלאט רופט עס שוין מיטן "פאני" נאמען וואטסעפעטייטעס, און עס ווערט פלוצלינג די "גע'אסר'טע וואטסעפפ", איז איבערגעטריבן ווי משוגע. אלעס האט א שיעור. יעדע חודש אסר'ט מען נאך עפעס, ווי זיי אליינס שרייבן אין די פלאקאטן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14748
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17044 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17481 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג יוני 17, 2016 10:52 am

ליטוואק, אפשר ר' אהרנ'ס ווערטער איז נישט געפערליך, אבער די פלאקאטן זענען שוין מער ווי איבערגעטריבן
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14748
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17044 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17481 מאל

הודעהדורך קאמענטירער » פרייטאג יוני 17, 2016 11:04 am

שמעקעדיג האט געשריבן:
קאמענטירער האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו פארשטיין ''על מה יצא הקצף'' איך וואלט מיך קיינמאל נישט באגעגענט מיט די פאסטערס ווען מזאל עס ווען נישט פארשפרייטען דא און אויף די גרופס. פארוואס באדערט עס איינעם? און צו איז עס ערגער ווי די גלאבאלע מלחמה וואס מהאט אונטערגענומען קעגן די אינטערנעט?

כ'בין מודה אז וואטסעפפ קען זיין פראבלעמאטיש און אדיקטיוו, און מען מעג מעורר זיין דערוועגן, אבער אז די רבי שליט"א לאזט פאלן א ווארט דערגעגן, און די בלאט רופט עס שוין מיטן "פאני" נאמען וואטסעפעטייטעס, און עס ווערט פלוצלינג די "גע'אסר'טע וואטסעפפ", איז איבערגעטריבן ווי משוגע. אלעס האט א שיעור. יעדע חודש אסר'ט מען נאך עפעס, ווי זיי אליינס שרייבן אין די פלאקאטן.

בקיצור א סך הכל
ער איז בעצם נישט ארויס אזוי ווילד זיך שיין מסביר געווען
ער האט עס נישט גאסערט בתכלית האיסור נאר די גרופס
מקען הערן אז מזאל מעורר זיין דערוועגן
נאר די בלאט און די פאוסטערס זיי נעמן די גאנצע מערכה צו א פרישע לעוועל און נעמען עס ארויס פון קאנטעסט
איך האלט שוין לאנג אז לא די וואס מנעמט אוועק די בחירה ביי אונזערע קרייזען זיך צו אויסוועלן די לבוש (איך רעד נישט פון מעזישר שטאפען ווס. ביבער לאנגע רעקל ווס. קורצע\דריי פערטיל, אאא''וו) אדער חסידות (ווייטער נישט קיין גרויסע טוישען באבוב אדער סאטמאר) מוז נעבעך די ארוני פארטיידיגען יעדע בלעטיל אין דער בלאט, וואס איין יחיד דיסייד וואס ווען און וואו און א נאך דעם קען מען גיין און סעקירען א גאנצע קהילה
...
באניצער אוואטאר
קאמענטירער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 762
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
האט שוין געלייקט: 334 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 691 מאל

הודעהדורך תורה ומדע » פרייטאג יוני 17, 2016 11:55 am

ווער קען דען אפשלאגען דעם ארגומענט אז וואטסאפפ איז א דיסטראקציע פון אלעם וואס איז וויכטיג, און גאר א גרויסער שטער פאר יראת שמים. מיר געפעלט נאר די "ציונות" אינעם ע"ז חלק. אבער כל הכבוד פארן סטמער'ער רבין.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 669
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 384 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 497 מאל


גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 4 געסט