מלחמות אנאנימעס

מלחמות אנאנימעס

הודעהדורך פליקער » זונטאג יוני 19, 2016 9:02 pm

די בירגער קריג וואס כלל ישראל פירט צווישן די פרימע און די ריאליסטישע אלעס פירט זיך אינטער פארשידענע נעמען אבער צד השווה שבהם איז אלעס אנאנימעס בלי שום שם אן קיין שום פערזאן וואס שטארט ארויס, קיינער זאגט נישט אני בעל הבירה,איך בין דער וואס האלט כך וכך, נאר דורך די נאמען המעוררים, א פארווייטיגטע טאטע, א צירידערטע מאמע, א פרימע רב, אפילו די וואס שטעלן זיך יא ארויס שרייען עפענטלעך כגון צימערמאן און דער מאנרויער אינטערנעט שרייער ראבינאוויטש, ווייסן אבער אלע אז זיי זענען די שעיר לעזאזלעך, אינטער די פערזאנען שטייען א חברה וואס אינוועסטירן און פארשידענע צעטלעך, אלעס מיט א פלאן פונקטלעך וועלכע ווארט דארף שרייען וועלכע ווארט זאל האבן וועלכע קאליר, אינטער פארשידענע סלאגאנען און דעמעגאגיע.

על כן האלט איך אז קאווע איז זייער א וויכטיגע מיטל וואס איז מקיים דעם פסוק מאויבי תחכמינו, מען ברויך איינמאל פאר אלע מאל ציזאמען שטעלן און פארפאסן און ליפטערן צעטלעך וואס זאל שרייען דער דעת הקהל, מיר ברויכן ניצען אינזערע טאלאנטן צי באלאנצירן די שפיל פלאץ.

איך עפען די אשכול וואס זאל ציזאמען ברענגען די אלע טאלאנטן פאר צעטל שרייבער אויך אינטער די אנאנימיטעט פון המעוררים מיט פארוויינטע טאטעס וואס זענען פארווינדעט געווארן דורך די אנשי רשע, יעדע צעטל וואס קומט ארויס ברויך מען אפענטפערן מיט א צעטל שכנגד, א צעטל וואס זאל אפענטפערן זייער שקר און חיה שטיק.

די מעלה איז אז זייערע צעטלעך זענען זייער פראדיקטעבל, למשל איך ווייס שוין גענוי וועלכע צעטל גייט שטיין אויף יעדע לעמפל שטאנג די קומענדיגע צוויי וואכן, און וואס זייערע הספדים זענען נאך יעדע טראגעדיע און זייער צוגאנג צים טעכנעלאגיע קריג, קענען מיר זיין גרייט אוו אפענטפערן ווי עס ברויך צי זיין.

די קומענדיגע צעטל וועט לכאורה זיין כדרך כל שנה ושנה די צייט וועגן די שמאלע געפאסטע קליידער, און א צעטל מוז דרינגענד געליפטערט ווערן אז מיר זענען דערצו נישט מסכים, וועמען עס געפעלט נישט א שמאלע געפאסטע קען אדער צימאכן זיין אויג, לכתחילה פאר אייביג דורך א גליענדיגע נאדעל, בדעבד ביז די ניסיון גייט פארביי, אדער זאלן זיי ניצן די עצה וואס זיי טיילן 'געפעלט דיר נישט מוף אוועק', די עצה ווערן זיי געבעטן צי ניצען, נישט אז איך בין אזוי שטארק פאר א שמול געפאסטע קליידל, נאר איך אפרישיעט נישט ווען א שטיקל שיט (קרעדיט שטילע) קומט און ליפטערט אויס זיין געשטאנק ברבים און באקומט גארנישט אויף ציריק, ווי אזא שטיקין בדערשטיקתא, מען מיז ווייזן אז עס איז נישט כלם פה אחד מסכים, פונקט ווי זיי מעגן הענגען צעטלעך ברויך איינמאל פאר אלע מאל הענגען צעטלעך פארקערט, ביז זיי וועלן איינזען אז עס איז נישט קיין מהלך און וועלן אויפהערן הענגען.

די עצה האט מען געניצט קעגן די שטארקע ציגארטעלעך קאמפעניס וואס איקוועל טיים געזעץ האט געלויטעט פאר יעדע עד וואס זיי האבן ארויסגעלייגט פאר ציגארעטלעך איז ערלויבט געווארן א פארקערטע עד וועגן די שעדליכקייט דערפון ביז עס איז קלאר איבערגעוויזן געווארן אז עס לוינט ענדערש נישט צי עדווערטייזן מען ברויך נעמען די זעלבע גאנג.

מיר שעלטן און רעגן זיך אויף ראבינאוויטש, און די אלע משמרת'ן, לאמיר לייגן צעטלעך אז מען טרינקט ס'בליט פאר גארנישט, מען זאל שוין אויפהערן מוציא שם רע זיין אויף אחינו בני ישראל, און אויפהערן מוציא לעז זיין אויף אידישע אינגען אוו מוידן, אז ווי נאר מען האט וואצעפ איז מען גלייך עובר אויף גילוי עריות, און ע''ז דאס איז א שקר מוחלט און א איסור גמור, נאר לויזע פראפעגאנדע וואס קיינער קויפט נישט, אבער קיינער איז נישט מוחה, מען ברויך אויפהייבן די ווייגעשריי אז זיי זאלן אויפהערן טערארזירן, און אויפהערן מיט זייערע פראפאגאנדע און בליט צאפעריי וואס ברעכט אינטער די יסודות פון אידישקייט.

אויב האט איינער עצות און וויל מיטארבייטן זאל זיך ווענדען צים וועד הצלות ישראל מ'טעראר קאמפיין.

די וועד הצלה וועט פארפיגן א שטאב מיט געניטע אינגעלייט וואס זאלן מפרסם זיין די דעת רוב קהל יראי השם, אז מיר זענען נישט גרייט זיך צי לאזן פירן צים שחיטה ווי די באנען קיין אוישוויץ, מיר זענען נישט גרייט זיך צי לאזן טרעטן דורך פארשידענע אימגעוואונטשענע עלעמענטן וואס גליסטן צי די מיטל אלטער יארן, בשעת זיי ניצן אלע טעכנילאגישע כלים וואס זיי האסן אזוי שטארק צי פארשפרייטן זייערע שענד בלעטער.

שוין צעין יאר וואס מיר מיטשענען זיך מיט די רשעים, וויפיל אידיש בליט האט דאס שוין געקאסט, וויפיל קינדער זענען זיך מתחצף פאר עלטערן וואס פריוון מחנך זיין די קינדער און זיי שפרינגען און פנים אריין, 'דו זאג מיר נישט איך זאל נישט פארפאסן זמן קריעת שמע ווען דו האסט א טריפענע כלי', מיר טארן עס נישט צילאזן, די מעטאדן האבן געניצט די קאמעניסטן און ציניסטן, ווען זיי האבן אינטערגעברענגט די חינוך וואס א טאטע איז מחנך א קינד, און ווען דער טאטע קען מער גארנישט זאגן איז אים די הענט און פיס געבינדן, און קיינער האט אויף זיי נישט קיין ווארט.

אפילו די קינד זאגט עס נישט האט ער עס אינזין, 'ער גייט מיר זאגן איך זאל דאווענען ערליך ווען ער זאגט ליגענט און זיין אפליקאציע', ווער איז ער מיר צי זאגן, און זיי טיען עס בזדון כדי דאס זאל פאסירן, מען מיז תיכף אנהויבן די געשריי בראש כל חיצות אז עס איז פארהאן א צד שכנגד וואס איז נישט אחים לדעה מיט די רשעי עמנו, וואס האט אזא שנאה צי א קאמפיוטער אז זיי פארגינען נישט אז זיי האבן פיינע קינדער און זענען מתפלל אז זייערע דורות זאלן גליטשען נאר כדי צי קענען צייגן מיט די פינגער מה בין בני לבן חמי, אפילו ווען די פאקט איז אז זייערע קינדער פארן פונקט אזוי אפ, אן אריין גיין מיט קיין נעמען, עס מאכט נישט אויס, אז וואצעפ איז אסור אפילו זיין שטוב איז גארנישט אזוי פויגעלדיג, דאס איז אויך נאר מיינע חטאים, ער איז זיכער גארנישט שילדיג ווען זיינע אייניקלעך זענען בוגד ביהרג ועל יעבור'ס און עובר אויף די שלוש שבועות.

ווען מען זעט קלאר גאנצע גרופעס מיידלעך פארן אפ פון די סאמע שענסטע שטיבער, טוישט מען עפעס, רייסט זיך איינער דעם קאפ ווען א מיידל קומט נישט אן צים שבת שבע ברכות, אה אינטענעט זי האט דאך א אייפאון און זיכער איז דאס די פראבלעם, נישט ווייל פיש שטינקט פון די קאפ.

איך בין נישט קיין צעטל שרייבער און פארשטיי א פייג צי גרעפיק, אבער געלט קען מען פארשאפן צי פארשפרייטן אינזער מיינונג, לאמיר זיך ציזאמען נעמען און טיען צי די זאך, עפעס למעשה, לאמיר ארויס מלחמת מצוה, און נישט לאזן די אייצנעלנע פאלן לשמד.

גענוי ווי זיי ווילן מאכן אזא דבר פשוט אז איינער וואס פארמאגט א סמארט פאון איז א שגץ דארפן מיר שרייען אויף ציריק היו לא תהיה איינער וואס האט נישט קיין סמארט פאון איז ווייל ער איז א פערד א שוטה און מען טאר נישט הערן וואס ער זאגט, ווייל ער ווייסט נישט וואס טוט זיך מיטנעם, אדער סתם א שקרן וכזבן און נבל ברשות, און מען גייט זיך נישט לאזן מער, מען וועט בויקאטן אלע פילטערס ביז עס קומט ארויס א פילטער ווי קעי ניין וואס פילטערט נאר שמיץ, נישט איינער וואס קוקט נאך יעדע קנעפל וואס ווערט געדריקט און נאטירט יעדע סייט וואס סיי ווער עס קנעפט און שיקט עס גלייך צים רבין שליט"א.

Sent from my VS987 using Tapatalk
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1651
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3447 מאל

Re: מלחמות אנאנימעס

הודעהדורך מפוזרי » זונטאג יוני 19, 2016 9:32 pm

אבער וואו האסטו אינוועסטערס וואס זענען גרייט צו גיסן געלט דערפאר?
זיי, די אנדערע זייט (סטרא אחרא בלע״ז), האבן, כידוע, אייביג מער געלט.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 812
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 674 מאל

Re: מלחמות אנאנימעס

הודעהדורך קל וחומר » זונטאג יוני 19, 2016 9:33 pm

ס'דא גבירים מיט סמארטפאונס....
זיי וועלן זיכער מסכים זיין צו געבן מתן בסתר
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1696
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2401 מאל

Re: מלחמות אנאנימעס

הודעהדורך פליקער » זונטאג יוני 19, 2016 9:38 pm

בי סאפרייזט אז מין רעדט נישט פוו קיין סך געלט, ובפרט ווען מען עס איז דא טאלאנטפולע אינגעלייט וואס זענען גרייט צי שטיין צי הילף כדרך כוכב ושש, ווען זיי זאלן נאר ווערן אנגערייצט, זיי ווייסן פון ווי מען קען פארשאפן די פאר דאלער...
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1651
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3447 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מאנטאג יוני 20, 2016 12:57 am

דער פלאן איז א וואזשנער פלאן. גלייב מיר, געלט און שרייבערס זענען נישט קיין אישו דא, וואס עס מאנגלט דא איז איינער מיט ביצים צו הענגען די פלאקאטן. און עס איבער הענגען נאכן אראפפליקן (זיך נישט טועה זיין מיט @פליקער).

אבער מען דארף טון באצייטענס איידער מען פארשפעטיגט דעם באן, און אונזערע קינדער וועלן רח"ל פארלירן די פריוועליגיע אז דער ראשעשיווע זעלבסט זאל זיך משתתף זיין ביי די חופה היל"ת
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14450
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16488 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16947 מאל

Re: מלחמות אנאנימעס

הודעהדורך שלי שלך » מאנטאג יוני 20, 2016 4:36 pm

כ'פארשטיי נישט אינגאנצן, שמאל געפאסטע קליידער פארשטייט איינער נישט וואס די פראבלעם איז? און אפי' לויט א קרים קאפ וואס האלט אז נישט, וועם שטערט די קאלערפולע צעטלען? זיי טוען גארנישט מער נישט קיין נאכקוקערס נישט קיין שרייערס נישט ארויסגעווארפן קיין קינדער פון די מוסדות, פארקערט ס'געט צו קאליר צום שטאט.
צווייטנס, דו נעמסט אחריות אויף די טויזנטער בחורים (בעסער געזאגט רוב קווינס ישיבה) וואס גייען יעצט זאגן שלום עלי נפשי נאכ'ן זעהן אז זיי האבן דעם דעת הקהל צו זייער זייט?

Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk
שלי שלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 10:54 am
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל

הודעהדורך פליקער » מאנטאג יוני 20, 2016 4:58 pm

איך בין מוחל די קאליר פון שטאט

און יא איך נעם אחריות אז קיין איין ווייבל גייט זיך נישט טוישן וועגן די קאלירטע שטאט

און לגבי קווינס ס'יז נישט אזוי שלעכט ווי דו מאכסט עס

אגב זאג נאר ווי איז דיין פילטער
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1651
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 1124 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3447 מאל

Re: מלחמות אנאנימעס

הודעהדורך נאסע ליילעך » מאנטאג יוני 20, 2016 7:51 pm

שלי שלך האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט אינגאנצן, שמאל געפאסטע קליידער פארשטייט איינער נישט וואס די פראבלעם איז? און אפי' לויט א קרים קאפ וואס האלט אז נישט, וועם שטערט די קאלערפולע צעטלען? זיי טוען גארנישט מער נישט קיין נאכקוקערס נישט קיין שרייערס נישט ארויסגעווארפן קיין קינדער פון די מוסדות, פארקערט ס'געט צו קאליר צום שטאט.
צווייטנס, דו נעמסט אחריות אויף די טויזנטער בחורים (בעסער געזאגט רוב קווינס ישיבה) וואס גייען יעצט זאגן שלום עלי נפשי נאכ'ן זעהן אז זיי האבן דעם דעת הקהל צו זייער זייט?

Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk

נו וואס שטערט דיר אז מען וויל צולייגן אביסל קאליר צום שטאט..? ס'שטערט נישט קיינעם, מ'שלאגט נישט קיינעם. סך הכל דער געטראפענער זאל קענען זאגן שלום עלי נפשי...
(אגב, דיינע רייד זענען א סתירה איך האף די פארשטייסט. ווייל אויב דער צעטיל קען אוועקנעמען די מנוחה פון א קווינס'ער בחור, אידעך עס נישט אזאן אומשולדיג צעטעלע ווי די מאכסט'עס. ווער ווייסט וועם נאך ס'פארנעמט דעם שלוות הנפש).
באניצער אוואטאר
נאסע ליילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 68
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 11, 2015 8:30 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 39 מאל

Re: מלחמות אנאנימעס

הודעהדורך שלי שלך » מאנטאג יוני 20, 2016 8:19 pm

עס קוקט נישט אויס ווי ענק האבן פארשטאנען וואס איך זאג, ווייל ענקערע תגובות זענען בכלל נישט אין פלאץ. די ערשטע חלק פון מיין תגובה איז ארויף אויף די חלק וואס 'פליקער' האט טענות אויף די התאחדות צעטלען, און די צווייטע חלק איז ארויף אויף דעם וואס 'פליקער' האט געשריבן אז מ'דארף זיך אפן ארויס שטעלן קעגן די אינטערנעט מערכה. יעצט ליינט איבער מיין פריערדיגע תגובה און זאגט מיר אויב ס'איז נאך אלץ א סתירה.

Sent from my MELROSE S9 using Tapatalk
שלי שלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 53
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 10:54 am
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15 מאל


גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט