עולם הפך: ווען 'דער בלאט' שרייט אז 'וואטסעפפ' איז שפיכת דמים

עולם הפך: ווען 'דער בלאט' שרייט אז 'וואטסעפפ' איז שפיכת דמים

הודעהדורך העניך » מאנטאג יוני 20, 2016 5:07 pm

דער סאטמארער רבי פון קרית יואל, הרב אהרן טייטלבוים, האט געשטעלט אין גאנג א פייערדיגן קריג קעגן דעם סמארטפאן עפפ 'וואטסעפפ'. ער האט באפוילן זיינע פראפאגאנדע מיניסטארן, אין שפיץ פון די פירקלער אין זיין שמאטע 'דער בלאט' צו אטאקירן דעם עפפ מיט א ווילדן נוסח.

דער ווינק האט דער רבי געגעבן מוצאי שבועות ביי זיין טעראסע-באגלייטן צערעמאניע ווען ער האט דערקלערט אז וואטסעפפ איז עבודה זרה, גילוי עריות און שפיכת דמים ממש! די גראפיקער און פירקלער בחצר הקודש האבן זיך באלד א לאז געטון צו די קאמפיוטערס, און זיך גענומען שרייען מיט קידוש החמה אותיות: "עבודה זרה!" "גילוי עריות!" "שפיכת דמים!" אינעם 'בלאט' האבן זיי אנגעשמירט דעם גאנצן ברייט מיט שרייעדיגע ווערטער, וועלכע האבן געליארמט אז וואטסעפפ איז שפיכת דמים.

כ'בין געשטאנען און זיך געריבן די אויגן. דער בלאט?! די צייטונג וואס ערשיינט שוין 16 יאר און האט שוין פארגאסן טייכן אידיש בלוט שרייט "שפיכת דמים"?! וויפיל טונקעלע העצע, וויפיל שנאה און אכזריות, וויפיל סטראשעס און גלאריפיקאציעס פון פיזישע און גייסטישע אטאקעס זענען שוין געדרוקט געווארן אינעם בלאט אין לויף פון די אלע יארן? וויפיל פוסטע דעמאגאגיע צו פארטיידיגן יעדן מין רשעות און היפאקריטסטווע שבעולם האבן שוין פארשמירט די זייטן פונעם בלאט דורכאויס די יארן?

וואטסעפפ איז א פאפולערער עפפ וואס קען גענוצט ווערן אויף גוטס און שלעכטס. איז עס שוין גענוצט געווארן אויף שלעכטס? אוודאי. פונקט ווי דער טעלעפאן, דער קאר, דער קאמפיוטער, דאס רעדל, דער וואסער-ברונעם, דער בית המדרש, וכו' וכו'. דאס פירן א מערכה קעגן א 'כלי' וואס איז תלוי בידי אדם וויאזוי עס צו נוצן איז אבסורד עד הסוף. דוכט זיך אז אין היסטאריע איז נאך קיינמאל נישט גע'אסר'ט געווארן א נוצבארע און פראקטישע טעכנאלאגיע, וואס אויב איינעמ'ס יראת שמים איז נישט אמבעסטן "קען" עס גענוצט ווערן צום שלעכטס.

באמת איז דאס אלץ א חלק פון דער נארישער און אומבאלומפערטער מערכה קעגן דעם אינטערנעט, סמארטפאונס וכו'. אבער אז דער בלאט זאל האבן א פראבלעם מיט וואטסעפפ אז מיט דער טעכנאלאגיע קען מען באשמוצן אנדערע מענטשן – דאס איז שוין א חידוש פון א געמיינהייט און היפאקריטסטווע.

נאר לעולם ווייסן מיר זייער גוט וואס זייער פראבלעם מיט וואטסעפפ און אינטערנעט איז באמת. זיי קענען נישט דולדן אז זיי האבן פארלוירן קאנטראל פון רעדן פאר א ציבור אידן. פאר די צייטן פונעם אינטערנעט, האט א חרדישער איד נישט געהאט די מעגליכקייט צו רעדן פאר מער ווי 5-6 מענטשן. רעדן פאר א גרעסערן ציבור האט נאר געקענט געשען דורך די באשטימטע פראפאגאנדע מיניסטארן – אויף א מיקראפאן אין ביהמ"ד אדער אין 'דער איד' און 'דער בלאט'. דער פשוט'ער מענטש האט נישט נאר נישט געקענט זאגן א מיינונג וואס מ'זאל זיך דערמיט רעכנען, נאר ער האט ניטאמאל געקענט אויסדרוקן זיין מיינונג מיט'ן מויל. די צייטונגען האבן נישט געדרוקט קיין בריוו וועלכע שטימען נישט מיט זייער אגענדע, און דעם מיקראפאן האט מען נאר איבערגעגעבן פאר דעם אינערליכן קרייז פון משתלטים.

א נייע וועלט וואו יעדער יחיד קען אויסדרוקן א מיינונג, און קען גאר זאגן א מיינונג פאר צענדליגער צי הונדערטער מענטשן, פאסט נישט אריין אין דעם 'עקוועיזשאן' פון די משתלטים. עס איז נישט קיין חלק פון דעם גרויסן פלאן צו ווייטער קאנטראלירן די מאסן מיט פאליסיס און קאפריזן אן טראכטן א רגע וואס דער ציבור האט צו זאגן.

צי מיינט איר אז דער בלאט האט א פראבלעם מיט שפיכת דמים? א נעכטיגן טאג! פאר'ן בלאט עסט דעם געזונט אז דו ביסט דער וואס קען מאכן דעם שפיכת דמים. דער בלאט וויל אליין באשלוסן וועמענ'ס דם שופך צו זיין, וועמענ'ס עריות מגלה צו זיין, און וועמענ'ס קראנקע עבודה זרה שיטות צו פרעדיגן. דו זאלסט חלילה נישט זינדיגן אויף וואטסעפפ - כך יצאה גזירה מלפניו. לאז עבודה זרה, שפיכת דמים און גילוי עריות פאר די עקספערטן: דער צדיק פון קרית יואל מיט זיין בלאט.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1320 מאל

הודעהדורך שבת אחים » מאנטאג יוני 20, 2016 5:54 pm

שפתיים ישק! אוי ווי גערעכט!
...I think people should be allowed to do anything they want. We haven't tried that for a while. Maybe this time it'll work

George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1987 מאל

הודעהדורך העניך » דינסטאג יוני 21, 2016 2:18 pm

כ'האב ב"ה באקומען א שפע פון "לייקס", אבער נישט קיין רעאקציעס. כ'מיין אז מיין הויפט מעסעדזש איז גאנץ סטרעיט פארווארד, און מעגליך טאקע אז "קאמענטארן זענען איבעריג." כ'וואלט אבער געוואלט האבן א שמועס אויף דער נקודה:
העניך האט געשריבן:דוכט זיך אז אין היסטאריע איז נאך קיינמאל נישט גע'אסר'ט געווארן א נוצבארע און פראקטישע טעכנאלאגיע, וואס אויב איינעמ'ס יראת שמים איז נישט אמבעסטן "קען" עס גענוצט ווערן צום שלעכטס.


מיר קוקט אויס אז דאס איז שטארק באזירט אין די פאקטן. כ'קען נישט טראכטן פון איין איינציגער יוטיליטי פראדוקט אדער טעכנאלאגיע וואס זאל גע'אסר'ט ווערן סיי ווען אין היסטאריע ווייל מ'קען עס נוצן אויף שלעכטס. נעם טעלעוויזיע ווי א ביישפיל: סיי איז עס מער-ווייניגער אן ענטערטעינמענט פראדוקט, און סיי איז עס כמעט נישט תלוי ביד האדם עס צו קאנטראלירן - די פראגראמען פיטערן דעם מענטש וויאזוי זיי ווילן. וואטסעפפ, און אינטערנעט בכלליות, איז א פראקטישער פראדוקט וואס קען העלפן און פארגרינגערן דעם לעבן אויף כל מיני אופנים, און עס איז כמעט אינגאנצן תלוי ביד האדם עס צו קאנטראלירן.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1320 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » דינסטאג יוני 21, 2016 3:12 pm

העניך, די רעדסטס דאך אזאנע דברים של טעם אז ס'איז ממש נישטא וואס צוצולייגן.
ווי איך זעה עס איז די מערכה קעגן אינטערנעט זייער פארפלאנטערט. די מיסטעיק האט זיך אנגעהויבן פון דעי וואן ווען די עסקנים זענען געוואר געווארן אז אינטערנעט עקזיסטירט. קודם האט מען פראבירט אסר'ן קאמפיוטערס אינגאנצן אבער איינמאל ס'איז געווארן א טאג טעגליכע געברויך און אפילו ישיבות האבן עס גענוצט איז די מערכה געגאנגען קעגן אינטערנעט. שפעטער ווען אינטערנעט איז געווארן א נעסעסעטי איז די מערכה געגאנגען אויף סמארטפונס און יעצט האלט מען ביי וואטסעפפ.
איך שריי שוין לאנג אז קיין שום מערכה וועט נישט מצליח זיין. די איינציגסטע זאך וואס קען אופטון איז יראת שמים. ווייל היינט איז עס וואטסעפפ, מארגן טוויטער, איבערמארגן פעיסבוק, נעקסטע וואך טעלעגראם א.א.וו. אז מ'פארקויפט יראת שמים ווייסט שוין יעדער אליינס וואס ער דארף און מעג האבן און וואס ברענגט אים ניסיונות.
ליידער ווערט די מערכה געפירט דורך אזעלכע וואס האבן גאנץ ווייניג יראת שמים צו פארקויפן און מ'רעדט בלויז פונעם טפל טראגט עס אזא פנים.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1549
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 2171 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1526 מאל

הודעהדורך אוהב ספרים » דינסטאג יוני 21, 2016 3:16 pm

וואס איז שייך צו רעאגירען, די קייעסט איבער די זעלבע וואס יעדער קייעט שוין א פאר יאר, אז בעצם איז די אינטערנעט כשר וישר, קיין שום פראבלעם, די וואטסעפפ גרופעס זענען כשר וישר און לכתחלה.

באמת וואלט מען געדארפט מחייב זיין א יעדען, קטון כגדול, זאל זיין א מעמבער אין לפחות 3 גרופעס כנגד השלשה אבות, והמהדרין אין זיבען גרופעס כנגד האושפיזין, וכל המוסיף מוסיפין לו וכו'.

איי פארוואס טוט מען דאס נישט, די רבנים זענען א באנדע רשעים, זיי ווילען נישט פארלירען קאנטראל אויף דעם ציבור, פארקויפן זיי אז אויף די אינטערנעט איז דא שלעכטע סייטס פון שמוטץ, דיעות כוזבות וכו' וכדומה.

אויף די וואטסעפפ גרופעס האט מען נאך קיינמאל נישט ארום געשיקט שמועות כוזבות אויף דעם און אויף יענעם, צו בילדער און אומאנגענעמנע אומשטענדן וכו' וכדומה.

עס איז אלעס א קאנסיפרעסי פון די רבנים.

ממילא וואס איז שייך מגיב צו זיין, יעדער האט שוין מגיב געווען די לעצטע פאר יאר אויף ארטיקלען אין דעם סגנון, בלייבט נאר איבער צו געבען א לייק, ותל"מ.

ובלצ"ג
אוהב ספרים
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 22, 2012 7:09 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

הודעהדורך כוכב » דינסטאג יוני 21, 2016 3:28 pm

מיין פראבלעם מיט דעם "געאסרטע וואטסעפפ" איז אז וואטסעפפ איז די ריינסטע קאמוניקאציע פלאטפארמע און באשטייט אויסשליסליך פון אינערליכע צירקלען, דער מענטש מיט זיינע חברים, ווידער טעלעגראם, טוויטער און פעיסבוק זענען אלע פיל ערגער.
די עדי
כוכב
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2282
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 7:35 pm
האט שוין געלייקט: 4433 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6220 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יוני 21, 2016 3:32 pm

די פראבלעם מיט וואטסאפפ און סאושעל מידיעא פון א מצומצמ׳דיגע חרדישע פראספעקטיוו איז אז מ׳קען צי גרינג קאמויניקעיטן איינער מיטן צווייטן, און זיי האבן מורא פאר טשאדלע באדלע מעשיות, אבער אסר׳ן די אינטערנעט/וואטסאפפ ווייל מ׳קען אפשר צוקומען צי אן עבירה איז פונקט ווי זאגן אז מ׳זאל נישט גיין אויפן גאס ווייל ווער ווייסט וואס גייט געשעהן.

לדעתי איז די גאנצע ויצעקו פונעם אינטערנעט נאר וועגן די לעצטע פאר יאהר האבן אסאך מענטשען אפגעלאזט די אויסגעטרעטענע וועג און אטדי׳ס איז געווארן א נארמאלע ערשיינונג און ס׳שפראצט ווי שוואמען נאכן רעגען, און זיי פילן ווי זיי פארלירן קאנטראל איבער די מענטשען און זיי ווייסן נישט וואס צוטוהן און וויאזוי זיך אן עצה געבן מיט די פראבלעם האקן זיי דעם קאפ אין וואנט אריין און שרייען סקילה שריפה הרג חנק אויף א יעדען וואס האט א סמארט-פאון, ווען זיי וואלטן געוועהן אביסל קלוגער וואלטן זיי געטוישט אסאך זאכן אינערהאלב די סיסטעם און עס געמאכט מעהר געשמאק באקוועם און טאלאראנט וואלט אפשר געוועהן ווייניגער אפפאל, אבער דערווייל שיסן זיי זיך אליינס אין קאפ מיט דעם וואס זיי טוהן נאך מעהר באגרעניצן די מענטשהייט וואס דעס גייט זיכער בעיקפייערן.
...I think people should be allowed to do anything they want. We haven't tried that for a while. Maybe this time it'll work

George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1987 מאל

הודעהדורך גאלד » דינסטאג יוני 21, 2016 4:25 pm

דער בלאט איז דא גענצליך אומשולדיג, זיי זענען א צייטונג, א נייעס ברענגער, נו אז עס פאסירט אזא מאדנע נייעס אז סאטמאר רבי זז"ג האט פארפירט קעגן וואטסעפפ, באריכט ער דער נייעס אויך, למה נגרע.

כמאמר החכם. ווי ריפארט יו דיסייד.
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2010
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » דינסטאג יוני 21, 2016 4:57 pm

גאלדי, ע"ז אנו דנין, דער רבי זאגט א ווארט התעוררות, און דער בלאט נעמט דאס צו א משונה'דיגן עקסטרעם, און נאכדעם איז עס שוין אויטאמאטיש גע'אסר'ט.
ווי פלעגט די באבע זיך אויסדרוקן, פון א האר ווערט א בארד.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14022
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 15677 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16085 מאל

הודעהדורך גאלד » דינסטאג יוני 21, 2016 5:11 pm

לעצם הענין, איך גראדע זוך נישט קיינעם צו קאנטראלירן, עכ"ז זעה איך א שטארקע תועלת צו שטיין זייער זייער ווייט פון טעכנאלאגיע, כל מה דאפשר. ס'איז יצא שכרו בהפסדו. ווען איך קען ווען אנהויבן נאכאמאל וואלט איך מאנעווירט מיין מהלך החיים איך זאל נישט דארפן קיין שום טעכנאליגע חוץ א פאון און טעקסט. פארשטייצעך כל הנ"ל איז אויב זענט איר א מאמין בתורה ומצוות און זוכט זיך צו אנהאלטן אין איר פאר זיך ולדורות הבאים. אויב נישט דאן סליחה שפגשני.

דאס גראדע איז יא א גאר שטארקע פוינט אז מאכן גזירות ותקנות און עס אינפארסירן מיט בלעקמעילן, איז אבסורד פון יעדן הינזיכט. אויב זענט איר א מנהיג און איר זעהט איין דער חומר הדבר, דאן רעדט צום ציבור כדרבונות צו איבערעדן דער המון, קאנווינס, נישט דריי יענעםס ארעם, פאר דעם איז א באונסער פונקט גוט מ'דארף נישט קיין ברייטע הוט אין א טילעפ.
אויב קלערט איר אז איך געב א hoot אויף אהרן און זלמן לייב זאלט איר וויסן אז אויסדריקליך יא! און רעג מיך נישט אויף!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2010
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1634 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יוני 21, 2016 5:13 pm

גאלד האט געשריבן:דער בלאט איז דא גענצליך אומשולדיג, זיי זענען א צייטונג, א נייעס ברענגער, נו אז עס פאסירט אזא מאדנע נייעס אז סאטמאר רבי זז"ג האט פארפירט קעגן וואטסעפפ, באריכט ער דער נייעס אויך, למה נגרע.

כמאמר החכם. ווי ריפארט יו דיסייד.


ממש אזוי? דער בלאט איז זייער פראפעגאנדע מאשין, סאיז אזויווי דו זאלסט ווען זאגן (להבדיל אלף הבדלות) אז ׳דער שטירמער׳ איז נישט געוועהן שולדיג אין נאציזים.
...I think people should be allowed to do anything they want. We haven't tried that for a while. Maybe this time it'll work

George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1987 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יוני 21, 2016 5:15 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:גאלדי, ע"ז אנו דנין, דער רבי זאגט א ווארט התעוררות, און דער בלאט נעמט דאס צו א משונה'דיגן עקסטרעם, און נאכדעם איז עס שוין אויטאמאטיש גע'אסר'ט.
ווי פלעגט די באבע זיך אויסדרוקן, פון א האר ווערט א בארד.

דער רבי זאגט אביסל מוסר? דער רבי גלייכט דאך צו וואטסאפפ צו אזעלכע הארבע זאכן ווי שפיכת דמים און גילוי עריות, דעס איז אביסל מעהר ווי סתם מוסר זאגן.
...I think people should be allowed to do anything they want. We haven't tried that for a while. Maybe this time it'll work

George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1987 מאל

הודעהדורך א איד » דינסטאג יוני 21, 2016 5:20 pm

די פראבלעם פון וואטסעפפ איז אפשר נישט אזוי שטארק ווי פעיסבוק טלעגראם טוויטער עטק.
אבער עס איז ערגער ווי סתם טעקסט, צוליב די אינסטענט חלק דערפון, שיקסט ארויס א מעסעדזש/פיקטשער/ווידיאו, און א מינוט איז עס שוין אין די גאנצע וועלט, עס דאולאוד זיך זנעלער בילדער איידעלע און נישט איידעלע.
ובאמת איז טעקסט די זעלבע, עס גייט נאר טייטער, קענסט אלעס שיקן אויף טעקסט.
אבער שטעל זיך פאר, אז אין די בלאט גייט שטיין מיט גרויסע ווערטער, טעקסט איז עבודה זרה, גילוי עריות, שפיכות דמים, עטץ האלטס אז עס מאכט סענס?
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1218
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 580 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 723 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג יוני 21, 2016 5:23 pm

עס מאכט אזוי פיל סענס ווי וואטסעפפ
אֵיזֶהוּ חָכָם – הַלוֹמֵד מִמַה שְׁלֹא הָיָה, אֵת מַה שְׁלֹא יִהְיֶה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3506
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6298 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4078 מאל

הודעהדורך בן אדם » דינסטאג יוני 21, 2016 5:34 pm

דאס איז געשען ווייל מ'האט נישט געאסר'ט די טעקסט באצייטענס איז מען יעצט פארנומען מיד די ג' עבירות מלחמה.
!Its over
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2339
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2458 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דינסטאג יוני 21, 2016 7:09 pm

בן אדם האט געשריבן:דאס איז געשען ווייל מ'האט נישט געאסר'ט די טעקסט באצייטענס איז מען יעצט פארנומען מיד די ג' עבירות מלחמה.


מיט א שיינע פאר יאהר צוריק פלעגט אין וויזניץ מאנסי הענגן צעטליך אין די בתי מדרשים אז בפיקדות די ביג באוס איז טעקסט מעסעדזש אסור!, אבער ס׳האט זיך נישט אויסגעארבעט די עולם טעקסט אין גרויסן אפילו אין זיינע בתי מדרשים, זעהט זיך אויס אז לא ניתנה התורה למלאכי השרת.
...I think people should be allowed to do anything they want. We haven't tried that for a while. Maybe this time it'll work

George Carlin
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 3325 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1987 מאל

הודעהדורך ריכטיג » מיטוואך יוני 22, 2016 9:05 am

ס'האט נישט מיט מלאכי השרת, דער עולם זיינער פאלגט איהם אויף די מינוט אבער נאכדעם לאזט מען נאך. איך האב זיך געדרייט דארטן בבחרותי, איינמאל האט דער גאנצער עולם אנגעטוהן קאסקעטלעך פאר די קינדער ווייל דער רבי האט געהייסן, היינט קענסטו נישט געפונען קיין איינס. צענדליגע אינגעלייט שפאצירן מיט די ווייבער זייט ביי זייט, כאטשיג ס'איז פון זיינע שטערקסטע מערכות. ה"ה טעקסט מעסעדזשעס.
איך ברענג ארויס א נקודה, ביטע פרואווט עס צו פארשטיין, און נאכדעם קענט איר זיך דינגען. (קרעדיט: @ירא שמים)
באניצער אוואטאר
ריכטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1635
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 31, 2013 7:11 pm
האט שוין געלייקט: 1278 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1103 מאל

הודעהדורך העניך » מיטוואך יוני 22, 2016 12:41 pm

גאלד האט געשריבן:דער בלאט איז דא גענצליך אומשולדיג, זיי זענען א צייטונג, א נייעס ברענגער, נו אז עס פאסירט אזא מאדנע נייעס אז סאטמאר רבי זז"ג האט פארפירט קעגן וואטסעפפ, באריכט ער דער נייעס אויך, למה נגרע.

כמאמר החכם. ווי ריפארט יו דיסייד.

:lol:
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1320 מאל

הודעהדורך העניך » מיטוואך יוני 22, 2016 12:47 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:וואס איז שייך צו רעאגירען, די קייעסט איבער די זעלבע וואס יעדער קייעט שוין א פאר יאר, אז בעצם איז די אינטערנעט כשר וישר, קיין שום פראבלעם, די וואטסעפפ גרופעס זענען כשר וישר און לכתחלה.

באמת וואלט מען געדארפט מחייב זיין א יעדען, קטון כגדול, זאל זיין א מעמבער אין לפחות 3 גרופעס כנגד השלשה אבות, והמהדרין אין זיבען גרופעס כנגד האושפיזין, וכל המוסיף מוסיפין לו וכו'.

איי פארוואס טוט מען דאס נישט, די רבנים זענען א באנדע רשעים, זיי ווילען נישט פארלירען קאנטראל אויף דעם ציבור, פארקויפן זיי אז אויף די אינטערנעט איז דא שלעכטע סייטס פון שמוטץ, דיעות כוזבות וכו' וכדומה.

אויף די וואטסעפפ גרופעס האט מען נאך קיינמאל נישט ארום געשיקט שמועות כוזבות אויף דעם און אויף יענעם, צו בילדער און אומאנגענעמנע אומשטענדן וכו' וכדומה.

עס איז אלעס א קאנסיפרעסי פון די רבנים.

ממילא וואס איז שייך מגיב צו זיין, יעדער האט שוין מגיב געווען די לעצטע פאר יאר אויף ארטיקלען אין דעם סגנון, בלייבט נאר איבער צו געבען א לייק, ותל"מ.

ובלצ"ג

דאס איז זייער א געשמאקע רעאקציע צו מיין ארטיקל, ווייל עס אילוסטירט גאר גוט דעם מהלך המחשבה פון די משתלטים. ער שרייבט סארקאסטיש "אויף די וואטסעפפ גרופעס האט מען נאך קיינמאל נישט ארום געשיקט שמועות כוזבות אויף דעם און אויף יענעם, צו בילדער און אומאנגענעמנע אומשטענדן" ווען איך האב קיינמאל נישט געזאגט אזא טענה, נאר פארקערט, קלאר באשטעטיגט אז וואטסעפפ קען גענוצט ווערן פאר שלעכטס (פונקט ווי כמעט יעדער אנדערער טעכנאלאגיע). קיינער 'מוז' נישט נוצן וואטסעפפ פונקט ווי קיינער מוז נישט קויפן קיין קאר אדער האבן א סעלפאן. ווי @אוהב ספרים דעמאנסטרירט אזוי גוט, קענען נישט די משתלטים דיעלן מיט פשוט'ע לאגישע ארגומענטן - פאר זיי איז אלעס א געים פון לצנות, שרייענדיגע אותיות און טעראר.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1320 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דאנערשטאג יוני 23, 2016 3:48 pm

העניך האט געשריבן:כ'בין געשטאנען און זיך געריבן די אויגן. דער בלאט?! די צייטונג וואס ערשיינט שוין 16 יאר און האט שוין פארגאסן טייכן אידיש בלוט שרייט "שפיכת דמים"?! וויפיל טונקעלע העצע, וויפיל שנאה און אכזריות, וויפיל סטראשעס און גלאריפיקאציעס פון פיזישע און גייסטישע אטאקעס זענען שוין געדרוקט געווארן אינעם בלאט אין לויף פון די אלע יארן? וויפיל פוסטע דעמאגאגיע צו פארטיידיגן יעדן מין רשעות און היפאקריטסטווע שבעולם האבן שוין פארשמירט די זייטן פונעם בלאט דורכאויס די יארן.


אפשר ווייזטו מיר ווי אין בלאט עס איז געווען די אויבענדערמאנטע זאכן?
נארישקייטן יא, פראפאגאנדע יא, אבער "פארגאסן טייכן אידיש בלוט? טונקעלע העצע,שנאה און אכזריות, סטראשעס און גלאריפיקאציעס פון פיזישע און גייסטישע אטאקעס? פוסטע דעמאגאגיע צו פארטיידיגן יעדן מין רשעות און היפאקריטסטווע שבעולם?

איבערהויפט די לעצטע 10 יאר, וואס לשבחם קען מען זאגן אז זיי זענן אזוי לאנג געווען שטיל ביז דער איד האט שוין אויך אויפגעהערט
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 863
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2080 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 384 מאל

הודעהדורך אינטערסאנטער » דאנערשטאג יוני 23, 2016 3:55 pm

היסטאריקער, אנטשולדיגט מיר, אבער ס'קוקט אויס ווי די האסט נאך דעם בלאט קיינמאל נישט געליינט.
אינטערסאנטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך אינטערסאנטער » דאנערשטאג יוני 23, 2016 3:58 pm

די שרייבסט אז די לעצטע 10 יאר איז שטיל אין דער בלאט? יא ווער ווייסט דען נישט אז "עס איז שטיל דא" איך דערמאן זיך נאר א קלייניקייט עטליכע יאר צוריק ווי ר' יצחק שטיין איז געווארן צומאלן כאחד הריקים בלויז ווייל ער האט געאסרט די מוסקאווי קאטשקעס, איך געדענק ווי דאן האב איך מיך געריבן די אויגן וויאזוי מען קען אזוי מיאוס רעדן אויף א מענטש בכלל בלויז ווייל ער זאגט אנדערש, טייל פון די לשונות וואס איך געדענק "אינטערנעט מלקט" "אבן נגף לבית ישראל" "אזא סארט רשע איז שוין לאנג נישט אויפשגעשטאנען ביי כלל ישראל" און נאך אזעלכע איידעלע לשונות איז געשטאנען אין דיין בלאטע.

# עס איז שטיל דא
אינטערסאנטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:02 pm

א בלאט שפיכת דמים פון נאר אפאר וואכען צוריק
viewtopic.php?f=6&t=10488
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 676
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 875 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1159 מאל

הודעהדורך אינטערסאנטער » דאנערשטאג יוני 23, 2016 5:24 pm

המלוכה והממשלה האט געשריבן:א בלאט שפיכת דמים פון נאר אפאר וואכען צוריק
viewtopic.php?f=6&t=10488


דאס איז שוין פון זייערע מצוות...
אינטערסאנטער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 10, 2012 11:51 am
האט שוין געלייקט: 0 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל

הודעהדורך העניך » דאנערשטאג יוני 23, 2016 11:32 pm

העניך האט געשריבן:צי מיינט איר אז דער בלאט האט א פראבלעם מיט שפיכת דמים? א נעכטיגן טאג! פאר'ן בלאט עסט דעם געזונט אז דו ביסט דער וואס קען מאכן דעם שפיכת דמים. דער בלאט וויל אליין באשלוסן וועמענ'ס דם שופך צו זיין, וועמענ'ס עריות מגלה צו זיין, און וועמענ'ס קראנקע עבודה זרה שיטות צו פרעדיגן. דו זאלסט חלילה נישט זינדיגן אויף וואטסעפפ - כך יצאה גזירה מלפניו. לאז עבודה זרה, שפיכת דמים און גילוי עריות פאר די עקספערטן: דער צדיק פון קרית יואל מיט זיין בלאט.
בייגעלייגטע פיילס
Image-1979619691.jpg
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 260
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1320 מאל

נעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט