ודע מה שתשיב - איר האט א פילטער?

ודע מה שתשיב - איר האט א פילטער?

הודעהדורך קנאקעדיג » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:14 pm

מעשה שהיה

סעדלי איז דער מצב אזוי אז דער מה יפיתל און זיינע ברודער וואס זענען פונקט נישט באשאנקען געווארן מיט א גליסטונג צו וועלן וויסן און ליינען, פארציילן און זיך באקענען, שטודירן און אנאלאזירן. זיינע תאוות זענען שיפע טאשן, גנב'נען, געלט, אויבן אן כבוד און נאכאמאל געלט. בקיצור אלע תאוות וואס יעדע פאר זיך האט א באזונדערע אפטיילונג אין כמעט יעדן מוסר ספר אין ספרים שאנק אבער זענען ווינדערליך מותר געווארן אין אונזער דור. זיי זענען עס ליידער וואס האבן דעם אויבערהאנט היינט ווען אלע מחאות חרמים און איסורים פאקעסירן נאר אויף די וואס האבן נישט דעם הייליגן פליפפאון.

איך האב אבער צוגעפיקסט אזא יענעם און יענער איז גאר געווען א רבי'ש קינד טאקע א זיסער וואס פרעגט סתם ווייל ס'געווען איבעריג צייט [און נישט ווי איינע וואס וויל שפילן פרום אדער צאפן דיין בלוט, אבער די אויטקאם איז דאך סייוויי דאס זעלבע] ביים ליל שישי פארברענג אין זיין טאטע'ס ביהמ''ד.

אינמיטן קראכן ניסלעך געטער מיר א פרעג ''זאג דאס פאון האט א פילטער?'' יעדער קוקט אויף מיר, און כ'געבעם א קוק אן און דערלאנג אים קודם די דעזערט... ''מיין פאון, נישט נאר וואס סהאט נישט א פילטער האב איך ארויסגענומען די אפציע אז מ'זאל קענען לייגן א פילטער! ניטאמאל א קריסטליכע פילטער זאל מען קענען לייגן!!! [מסתם נישט אפילו שייך, אבער וואס ווייסט ער?]

טראאאךךך אויף דעם האט זיך קיינער דארט געראכטן. און איך גיי אן און איך פרעג יענעם הויך ''זאג מיר האט 'איר' אפשר לעצטע וואך מ*** געווען מיט יענע פרוי? איך האב דיר געזען אריבערגיין עטליכע מאל א הויז פון א באקאנטע ז***.''

דא ווייסט שוין נישט קיינער צו איך בין אויפן קאפ קראנק?? אבער דאס אלעס נעמט רגעים בשעת יענער רויטעלט זיך אז איך שטעל אזא צודרייטע פראגע.

כ'זאג ווייטער ''וואס איז די עולה צו האבן א פאון אומגעפילטערט?? דא האט ער א פתח צו עפענען ס'מויל, (אזוי ווי מיין פלאן איז) און שרייט אויף מיר ''וואס הייסט וואס? מ'קען זען און טון כל דבר אסור!!''

''אההה... זאג איך הויך, אויב קען מען מיט דעם נישט געפילטערטע פאון טון אלע עבירות, האסטו מיר אין אנדערע ווערטער געפרעגט פארנט פון א מנין אידן צו איך בין א חזיר א שקץ א מנובל אן אפיקורס א כופר ועוד ועוד. מיט וואס פארא רעכט???? וויאזוי מעגסטו אזוי פארשעמען א איד?????? על צד אז איך האב נישט א פילטער בין איך דאך לשיטתך דער גרעסטער שקץ!! וויאזוי מעגסטו פרעגן אזא פראגע פון סיי וועם פארנט פון אנדערע??

א היכא תמצא וויאזוי דער וואס איז געווענליך ידו על העליונה איז ארויס א פארשעמטע און א אפגעשמיסענע
אל תסתכל בניקניק אלא במה שיש בו.
מיר האבן אן אנדערע ניק מיט איבער 1500 תגובות, מילא האט נישט מורא צו רעאגירן אדער לייקן קנאקעדיג, כ'בין נישט ניי דא!
באניצער אוואטאר
קנאקעדיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 45
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 17, 2016 4:08 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

הודעהדורך הקטן » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 7:00 pm

ח"ו אזא וווילער יאנגערמאן וואו דו בין איך נישט חושד
אבער א פילטער דארף מען נאך אלץ האבן ווייל...
און ביסט גערעכט דאס וואלט איך אבער אויך נישט געדארפט פרעגן ברבים
די תוצאה פון אפהאקן א קינד פון די עלטערן איז גענוי ווי ארויסשניידן א חלק פון זייער מוח, א מעוות לא יוכל ליתקן אוועקנעמען קינדער פון עלטערן אפי' נאר למחצה לשליש ולרביע איז גארנישט ווייניגער געפארפול פון מאלעסטעשאן. - בנים אתם לה' אלוקיכם
הקטן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1660
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 1387 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 771 מאל

הודעהדורך סימפל » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 7:12 pm

נישט אז כ'נעם זיין זייט, כ'מיין אבער אז פרעגן איינעם צו דו האסט א פילטער איז נישט די זעלבע ווי פרעגן צו די ביסט א שגץ א חזיר און א אפיקורס. עס איז מער ווי פרעגן צו דו האסט געבלאקט די מעגליכקייט צו צוקומען צו די זאכן.
אבער דאס איז זיכער אז ס'איז נישט דא קיין פוינט פון פרעגן אין פאבליק.
(I'd agree with you, but then we'd both be wrong" (Russell Lynes"
באניצער אוואטאר
סימפל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 115
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:19 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 187 מאל

Re: ודע מה שתשיב - איר האט א פילטער?

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 7:31 pm

ווען איינער פרעגט דיר צו דו האסט היינט געדאווענט וותיקין, ביסטו אויך ווערטערלאז? פארשטייט זיך אז נישט. ווייל דו האסט נישט קיין קאמפלעקס אויף דעם, דו האסט נישט קיין הו"א אז דו ביסט מחוייב צו דאווענען כוותיקין און וויפיהל מראה מקומות יענער קען דיר אנברענגען אויף די געוואלדיגע ענין פון ייראוך עם שמש, האסטו נאך אלס נישט קיין צל צד ספק אז דו האסט עפעס אן עוולה מיט'ן דאווענען געהעריג, אן א זייגער מיט סעקונדעס, אן תכלת אויפ'ן טלית, אן א סידור מיט כתב אשורית און אלע אנדערע משוגעת'ן וואס קומען צוזאמען מיט'ן דאווענען וותיקין.
ווען מיר וואלטען טאקע געהאלטען דער קריך פאר א פלעינע קריך, זיין טענות האבען גארנישט מיט'ן מציאות און איך קום איהם נישט קיין דו"ח אויף מיין פאון, וואלטען מיר נישט געבליבען ווערטערלאז.
נאר וואס? ר' ישראל סאלאנטער האט שוין געזאגט "דער חילוני איז מער פריי ווי דער שומתומ"צ איז פרום, דעריבער קענען מיר זיי דערווייל נישט זיגען". ער איז מער פארזיכערט אין זיין משוגעת'ן ווי אונז און דעריבער דארפען מיר זיך מתחזק זיין, וויסענדיג וואס איז עיקר און וואס איז טפל, פארשטייענדיג צו וואס מיר צילען און וויאזוי אונזער פעולות וועלען אונז דארט צוברענגען, און דערנאך ווערען גלייך פארשוואונדען אלע נודניקעס כאבק פורח.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך ליטוואק פון בודאפעסט אום דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 8:44 am, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 6280
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5946 מאל

הודעהדורך עדיאל » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:23 pm

איינער פרעגט, זאג, דיין פאון האט א פילטער?
פרעג צוריק, זאג, דו ביסט געמל'ט? איך קען טשעקן?
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 10:13 pm
האט שוין געלייקט: 34 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 205 מאל

הודעהדורך лпم iοوԴ » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 10:42 pm

-דיין פאון איז געפילטערט?
-אוודאי
-משומר?
-ניין, משומר איז נישט אונזער הכשר
-גדר?
-פליז, מאך משוגע א צווייטען
באניצער אוואטאר
лпم iοوԴ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 332
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 18, 2013 12:43 am
האט שוין געלייקט: 299 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 340 מאל

הודעהדורך ביבער » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:06 am

קענסט מיר בארגן א הונדערטער? בדוק ומנוסה.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ביבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 596
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 4:12 pm
האט שוין געלייקט: 543 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 590 מאל

Re: ודע מה שתשיב - איר האט א פילטער?

הודעהדורך קל וחומר » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 2:31 am

איך וואלט געענטפערט:
האלטסט אז טאמער האב איך נישט וואלט איך דיר דערציילט??

די עיקר איז זיכער צו מאכן צו בלייבן מיט א שאלה אויף צוריק. אז דער נעכס זאל זעהן צו קישן די מזוזה ווי אמשנעלסטן.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1711
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2558 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2417 מאל

הודעהדורך היסטאריקער » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:31 pm

געהערט פון איינעם אז א בחור האט אים געבעטן צו בארגן א סעלפאון, און דיא בחור פרעגט אים צו עס האט א פילטער, האט ער גענטפערט, יא, עס איז א פראבלעם?
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען,
אזוי?
דאס שרייבט איינער (newkave) וואס איז new to kava נישט איינער וואס קען מיין רעקארד
היסטאריקער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 935
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 2255 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

הודעהדורך ליפא » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:38 pm

קוקט אויס ווי א פאפא'נע בחור...
טראמפ! טראמפ! טראמפ!
באניצער אוואטאר
ליפא
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1842
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 1517 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1580 מאל


גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט