בלאט 1 פון 1

נייע ועד ״להצילינו״ געגרינדערט אין סאטמער

נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 2:31 pm
דורך סביב העולם
עס האט זיך געגרינדעט א ״וועד להצילני״ יעדער וואס ליידט רדיפת פין מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג (ארונים) זאל אריינשיקן א אימעיל מיט זיין אישו צו
Vaadlahatzil@gmail.com
מיר גייען ארבעטן אייך ארויסצוהעלפן ווי ווייט מעגליך.
IMG_9899.JPG
IMG_9900.JPG


איך ווייס נישט קיין דיטאלן איך האב דאס בייקומען אויף וואטס עפפ

Re: נייע ועד ״להצילינו״ געגרינדערט אין סאטמער

נשלח: זונטאג אקטאבער 16, 2016 5:05 pm
דורך לבלר
סביב העולם האט געשריבן:עס האט זיך געגרינדעט א ״וועד להצילני״ יעדער וואס ליידט רדיפת פין מוסדות סאטמאר וויליאמסבורג (ארונים) זאל אריינשיקן א אימעיל מיט זיין אישו צו
Vaadlahatzil@gmail.com
מיר גייען ארבעטן אייך ארויסצוהעלפן ווי ווייט מעגליך.
IMG_9899.JPG
IMG_9900.JPG


איך ווייס נישט קיין דיטאלן איך האב דאס בייקומען אויף וואטס עפפ

דאס איז פיינע נייעס. איי לייק! [emoji106]

נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2016 5:17 pm
דורך חנווני
די עיקר איידיע דערפון איז אז ס'איז גאר גוט נאכגעמאכט דעם "ועד לטהרינו" גליון

Re: נייע ועד ״להצילינו״ געגרינדערט אין סאטמער

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2016 12:38 pm
דורך סביב העולם
image.jpg
image.jpg
image.jpg
image.jpg
image.jpg

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2016 1:06 pm
דורך חתם סופר
פיינע סחורה!!
זאל עס אויפטוהן בע''ה

נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2016 5:10 pm
דורך אינטערסאנטער
איך פארשטיי נישט, פארוואס גייען זיי פארפירן אין די גאסן? זיי האבן דאך א רבי מיט פאוער. מילא א זאלי קען טראכטן אז דער רבי האט צופיל ארומיגע וואס זאגן מיינונגען אבער די ארוינים שרייען דאך אז זייער רבי איז אין קאנטראול פון אלעס, סאו פארוואס קען נישט דער מנהיג נעמען די לייצעס אין די האנט?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 12:15 am
דורך berlbalaguleh
אינטערעסאנטער: אבער ווען מ'קומט אין נאמען פון פרומקייט, איז זייער שווער זיך צו טענה'ן. ווייל יענער (דער וואס האט א דיעה צו זאגן איבער יענעמ'ס לעבן) טענה'ט אז ער טוט עס לשם שמים. און אז מ'דארף אפהיטן די מוסדות אז דאס מאדערניזם אדער פארדארבנקייט וועט זיך נישט אריינכאפן. איי מ'מאכט יענעם קאליע געלט און פרנסה און צו מאל אפילו שלום בית. דאס אינטרעסירט נישט די אכזרים (איך וויל נישט נוצן א שארפער ווארט.) וועלכע זיצן זיך פארזיכערט אויף זייערע הויכע פאזיציעס, און זיי ווארפן נאך צו א ביינדל פאר זייערע קרובים. און דער פשוט'ער מענטש דער יחיד קען אליינס גארנישט טון. אשר על כן איז עס אן עקסטער ברכה אז דער עולם האטציך צוזאמגענימען און מ'שרייט..."עד כאן"...די אייבישטער זאלל העלפן אז ס'זאלל זיין מיט הצלחה.
דאס איז אייביג געווען דער טרעידמארק פון די גרויסע מוסדות אז ווען זיי האבן געטון אן עוולה, שטאטס זיך פארענטפערן האבן זיי געזאגט..."ס'געפעלט דיר נישט, גיי ארויס"...הגיע הזמן, אז מ'זאלל זיי א ביסל ארפקלאפן די פליגלעך...יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידיכם...!

Re: נייע ועד ״להצילינו״ געגרינדערט אין סאטמער

נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:28 am
דורך יהושע חיים
די שאלה איז אויב דער קאמפיין וועט עפעס אויפטיהן?
זיי וועלן פראבירן מיט אלע כוחות אויסצוגעפינען ווער דאס איז און עהם סטראשענען אז מען גייט ווארפן אלע זיין טאטעס איינעקלך און אלעס וועט זיך ענדיגן אזוי שנעל ווי עס האט זיך אנגעפאנגען
און אויב זיי ווערן נישט געוואר וועלן זיי גיין אויף די וואס שרייבן צו זיי (זיי קענען אויך די מעשים וואס זיי טיהן אפ)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 1:54 pm
דורך שמעקעדיג
פון א כח הרבים האט מען מער מורא, די שקצים טוען זייערע מעשי רשע ענדערש במחתרת, אבער טאמער ווייסן זיי אז עס וועט פארקומען א וויי געשריי און זייערע מעשי תעתועים וועלן נתגלה ווערן לעיני כל, איז דאס גארנישט אנדערש ווי דעם אראבישן פרילינג.
זאלן זיי מצליח זיין.

Re: נייע ועד ״להצילינו״ געגרינדערט אין סאטמער

נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 2:04 pm
דורך יהושע חיים
איך האף אז אז זיי גייען מצליח זיין אבער איך האלט אז די מוסדות גייט טיהן אלעס אין דער וועלט צו פארשטיקן די קול

נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 2:57 pm
דורך פישי
איך כאפ נאכנישט וואס - ווער - ווי - ווען, אבער אין מיינע אויגן איז דאס א בן בלי שם און ס'בלייבט אומבטראסטבאר אזויווי יעדע פאשקעוויל

איך זעה נישט פארוואס א נארמאלער יונגערמאן וואס ליידט זאל זיי טראסטען מיט זיין נאמען,

צווייטנס, אין די גאס קומען זיי ארויס מיט מעשיות אהן נעמען איז עס ווייטער אומקראנט, און ס'האט די זעלבע תוקף ווי די תהלים כולל ניסים עפיזאדן

נשלח: מיטוואך אקטאבער 26, 2016 3:23 pm
דורך שמעלקא'לע
:? שיינע מעשה'לעך... סייווי איז דער טעראר טעראר, און די שמוציגע סמארטפאוניקעס (כ'רעד פון די שמוציגע) וועלן בלייבן מיט זייערע געמיינהייטן, סתם געגאסן טינט און פארטיג. די מערכה האט נישט קיין האפט און קראפט, הענט אדער פיס. בלויז העץ און זעלבסט פארטיידיגונג. פארוואס זאל מען דען מאכן א ויצעקו אין די גאסן? סוף פסוק וועלן דאך די פליפ-פאוניקעס בלייבן מיטן פליפ און די סמארטפאוניקעס מיטן סמארט, אלזא וואס איז די איבערקערענישן יעצט???????

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 1:55 pm
דורך שמעקעדיג
וואס איז געבליבן מיט דעם נייעם וועד? האט טעראר נאכאמאל געזיגט אנטקעגן זיי?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 2:19 pm
דורך שמעלקא'לע
שמעלקא'לע האט געשריבן:שיינע מעשה'לעך... סייווי איז דער טעראר טעראר, און די שמוציגע סמארטפאוניקעס (כ'רעד פון די שמוציגע) וועלן בלייבן מיט זייערע געמיינהייטן, סתם געגאסן טינט און פארטיג. די מערכה האט נישט קיין האפט און קראפט, הענט אדער פיס. בלויז העץ און זעלבסט פארטיידיגונג. פארוואס זאל מען דען מאכן א ויצעקו אין די גאסן? סוף פסוק וועלן דאך די פליפ-פאוניקעס בלייבן מיטן פליפ און די סמארטפאוניקעס מיטן סמארט, אלזא וואס איז די איבערקערענישן יעצט???????


כ'האב עס מעיקרא געשריגן...