בלאט 1 פון 1

הרב יוסף בנימין וואזנער שטיצט די "שומרים קארטלעך"

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:08 pm
דורך דעת הקהל
ס'איז היינט ארומגעפארן א לענגערע בריוו פון הגאון המפורסם הרב יוסף בנימין וואזנער שליט"א מיט א באמבע ארטיקל אין שטיצע פון די נייע "שומרים" באוועגונג.
ער באציהט זיך צו א בריוו וואס איינער האט אריינגעשטעלט אין א וועכנטליכע גליון "שבת בשבתו", בגנותו פון די הייליגע "שומרים קארטלעך" געשריבן בחכמה ובדעת, ארויסברענגענדיג די מחשבות וואס ליגן ביי אסאך יודן אויפן געדאנק.

ווער עס וויל וויסן וואס די דעת פון אמת'ע תלמידי חכמים, און פון געטרייע עסקנים וואס זענען עוסק אין די ענינים, קען זיך אליין איבערצייגן. אני כשלעצמי בין איבערגערצייגט אז דאס מערהייט פון דעם עם חכם ונבון איז נישט אין שטיצע פון די קארטלעך, ווי אויך וועט אזא בריוו נישט אויסמאכן כי הוא זה פאר די אלע מענטשען. מענשטען וואס האבן נאך דער ביסל שכל נישט נאכצולויפן דעם שטראם, ווייסן שוין אז א גרויס חלק רבנים זענען אליינס פון די עקסטרעמיסטן, אדער זייער שכל בייגט זיך לפי רוח הזמן והפרעשור.

פאר ווער עס קען איהם פערזענליך איז דאס נישט קיין חידוש. די לאנדאנער יודן געבן איבער אז ער איז שוין מיט איין פיס אינדרויסן פון די קהלה, ווייל זיי עסען שטרוי מיט איהם טאג איין אין טאג אויס. א יעדן טאג וואס ס'איז נישטא קיין בריוו פון איהם איז א חידוש.
מיר וואונטשען איהם אהן עוד ינוב בשיבה דשנים ורעננים.

בייגעלייגט איז די בריוון. וישמע חכם ויוסף לקח.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:29 pm
דורך קורקלענד
ביידע בלעטער קומען מיר פאר ווי די זעלבעץ ביידע זעהן אויס ווי חלק ב'. טעות?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:50 pm
דורך berlbalaguleh
דעת הקהל: ייש"כ. פון איין זאך האביך א הנאה אז דו האלטסט אויך אז די אזויגערופענע שומרים קארטלעך זענען א ניי משוגעת און א טרענד פון די זינלאזע עקסטרעמיסטן. בעצם איז די גאנצע מערכה און די וועג וויאזוי די פאלשע שומרים ארגאניזאציע גייען אן מיט דעם אקעיגן די תורה. אבער לאמיר יעצט נישט אריינגיין אין דעם. נאר ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז א סאך רבנים היינטיגע צייטן גייען מיט'ן ווינט. און זיי פארהוילן זיך אינגאנצן פון דעם פסוק אין די תורה..."לא תגורו מפני איש"...! זיי ווייזן זיך ארויס אלס שוואכלינגען, וועלכע וועללן צוליעב געלט אדער כבוד נישט ארויסזאגן דעם אמת'ן דעת תורה...!
ס'איז אויך אינטרעסאנט צו באמערקן אז די אלע גרויסע בעלי דרשנים און אוסרי איסורים רעדן בכלל נישט, אפילו נישט קיין איין ווארט איבער די התגברות היצר וואס א יעדער נארמאלער איד דארף ארבעטן אויף דעם...!צו לערנען מוסר ספרים. אויך זאגן תהלים. דאס וועט צוברענגען א ביסל מער יראת שמים. פון דעם רעדט מען בכלל נישט...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 12:52 pm
דורך אבטולמוס
הרב וואזנער האט מזל אז ער איז נישט קיין תלמיד חכם. העט ער ווען געווען, וואלט מען געקענט זאגן "תלמיד חכם שאין בו דעת נבלה טובה הימנו."

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 1:19 pm
דורך טאמבל סאס
אגב, קינדער האט ער ווי די שרצים.. ווי זינגט נאר דער אייזענבערגער?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 2:27 pm
דורך קאצקע ציקער
איך בין נייגעריג וואס הרב וואזנער דער וואס געט די תשובות אינעם מאמענט האלט פון די שומרים קארטלעך.דער קיקט מיר אויס ווי גאר א קליגער מאן מיט א שכל הישר.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 2:29 pm
דורך שמעקעדיג
קורקלענד האט געשריבן:ביידע בלעטער קומען מיר פאר ווי די זעלבע. ביידע זענען חלק ב'. טעות?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 2:40 pm
דורך דעת הקהל
שמעקעדיג האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:ביידע בלעטער קומען מיר פאר ווי די זעלבע. ביידע זענען חלק ב'. טעות?



יי"כ

שוין פארראכטן.

ווער עס האט די נערווען צו צונעמען דעם בריוו און מקיים דע מה שתשיב לרב, זאל נעמען דאס מייק.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 3:18 pm
דורך דעת הקהל
אהן אריינגיין אין די עצם נושא, זעהט מען פון די סוף פונעם בריוו וואס ער איז..
און די סיבה פארוואס יענער שרייבער שרייבט נישט זיין נאמען ווייסט ער גאנץ גוט פארוואס!

איך ווייס מכמה עובדות ווי ער ניצט זיין פאוער מיט סטראשענען מענשטען איז אויב פאלגט מען נישט זיינע הוראות קומט נעקסטע טאג צו פליען א בריוו! און מענטשען ציטערען פון איהם וויייל זיי ווייסן אז שרייבן א בריוו איז פאר עם די קלענסטע דאגה און ער איז גוזר ומקיים.
דורך דעם צווינגט ער ארויף זיין דעה אויף פרעמדע מענשטען און מוסדות וכו' מיט טעראר, ווייל ער האט א שטעקן און היינט וואס הייסט "רב". ער איז א ריכטיגע ביישפיל ווען מען וויל מסביר זיין וואס מיינט א קאראפטעד רב, קען מען ווייזן מיט די פינגער אויף איהם. אח און וויי וואלט געווען אויב די שרייבער פון די בריוו וואלט געשריבן זיין נאמען. ער וואלט לכאורה געווארן באווארפן מיט אייער פון די הייליגע שומרים, - אויב ער וועוינט בכלל אין לאנדאן- און זיין נאמען וואלט געהאנגן אין גאנץ שטאט אז ער איז א שייגעץ וכו' מיטן חתימה פון די עסקנים און פארשטטיט זיך בראשם די רב.

די רב שליט"א דארף זיין פארנומען מער מיט הרבצת התורה, און משפיע זיין אויף מענטשען מיט זיין רייכע דרשות. ער האט א כח הדיבור, ער קען רעדן וויפיל ער וויל באופן של כבוד, אנשטאטס דעם איז ער ביזי שרייבן א בריוו ווי א חדר יונגעל. ס'איז בכלל נישט לפי כבודו. אז ער קען זיך נישט איינהאלטן פון זאגן זיין מיינונג אויף די "שומרים" אקטיוויסטן, לפחות שרייב עס און א מכובד'יגער תשובה, נישט נעמען יענעמ'ס בריוו אין זיך טענה'ן מיט א אנאנימע שרייבער וואס קען זיין איז גאר א 18 יעריגע יונגערמען... ער איז אראפ אזוי פיל לעוועלס מיט דעם שטיק, אזש ס'כאפט א ציטער.

ס'קומט מיר אויס צו רעדען מיט איינער וואס איז אין זיין קהלה, שוין לאנג וואס זיי רעדען זיך אפ אויף זיין התנהגות. ס'געווען צרות מיט די חדר, און מיט די ישיבה דארט וכו'. זיך שוין ציריבען מיט רוב קהלה.
אבער זיי זענען אליין שולדיג, אז א קהלה זעהט זייערע רב האט ערנסטע נפשיות'דיגע פראבלעמעם, שאין להאריך פה, איז אדער שיקט מען איהם צן מענשטען וואס קענען העלפן אזעלעכע פראבלעמען. אדער קענען זיי איהם שיקען ווייטער צו אן אנדערע מדינה. זיי האבן שוין דאס איינמאל געטוהן מיט זייערס א רב.

נאכאמאל, איך מאך איהם נישט אינגאנצן אוועק, ער האט א כח התורה, א כח אין דרשות, ער איז א איש המעש און פרובורט צו העלפן מענשטען. אבער די פראבלעמען זיינע קען מען מסדר זיין ביי די ריכטיגע חברה.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 30, 2016 3:20 pm
דורך וואלווי
כל מי שהוא ובנו ובן בנו... שוב אינו פוסקת...

ס'האט אזא אמת'דיגע תורה'דיגע פנים ווי דע אמת'דיגע פסקי הלכות פונ'ם זיידען בעניני אינטערנעט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 8:41 am
דורך מפוזרי
דאס האט @כוכב אמאל געשריבן איבער אן ענליכן פאל: viewtopic.php?p=254251#p254251
די אויספירליכע בריוון פון דעם הרב וואזנער יעדן שני וחמישי אויף דברים של מה בכך צייגט נישט אויף קיין איבערגעטריבענע חכמה און דאס אוועקגעבן מלחמה פולווער פאר לופט וועט אים אין דער ענדע צוריקפאטשן אין פנים מיט'ן ביישטייערן נאך איין שטיינדל צום סתימת הגולל פונעם ללעג ולקלס'דיגן כח הרבנים.
אלנפאלס, מיר זעט אויס אז ער גלייכט זיין שיינעם שריפט און ער איז אויסן זיך צו פאטאגראפירן דערמיט ווען אימער א געלעגנהייט.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 12:02 pm
דורך berlbalaguleh
אבטולמוס האט געשריבן:הרב וואזנער האט מזל אז ער איז נישט קיין תלמיד חכם. העט ער ווען געווען, וואלט מען געקענט זאגן "תלמיד חכם שאין בו דעת נבלה טובה הימנו."

ראובן: ייש"כ. דעם חלק פון ..."תלמיד חכם"...האביך נישט געזעהן. סאו ווייסיך נישט. אבער דעם אנדער'ן חלק האביך יא געזעהן...וד"ל...!

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 1:23 pm
דורך ונבנתה העיר
אבטולמוס האט געשריבן:הרב וואזנער האט מזל אז ער איז נישט קיין תלמיד חכם. העט ער ווען געווען, וואלט מען געקענט זאגן "תלמיד חכם שאין בו דעת נבלה טובה הימנו."

בקהילה פלונית האבן נאר תלמידי חכמים געטראגען דעם טלית איבער'ן קאפ.

ווען ס'האט זיך פארגלוסט פאר'ן ראש הקהל לעשות כרצונו, אמרו לו: אלס ת"ח דארפסטו דאך וויסן אז אן עם הארץ גייט נישט מיט'ן טלית איבער'ן קאפ...

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 10:16 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב לעצטענס גערעדט מיט נחמיה גאטליעב פון טעג, און איך האב איהם געפרעגט צו טעג האט עפעס מיט שומרים קארטלעך. ער האט מיר גע'ענטפערט אז ס'איז א מחלוקת הרבנים, און מאנכע זאגאר קנאישע רבנים האלטען קעגען. קיין אפיציעלע שטעלונג האבען זיי נישט. איך האב איהם פארציילט אז הרב וואזנער האט געשריבען א בריוו כאילו וויבאלד זיי זענען פרומער ווי טעג, דעריבער איז עס אויסגעהאלטען. ער איז געווען אביסל ערשטוינט ווייל "וואזנער איז נאנט מיט טעג".

ער האט מיר אויך פארציילט אז די סבת ההתנגדות איז ווייל מ'קען דערגרייכען דער זעלבע ציל אויף א מער איידעלער אופן...

נאך האט ער פארציילט אז איינער ברענגט 5000 קארטלעך יעדער ערב שבת צו פארטיילען אין גאלדערס גרין, א געגענט ווי קיינער ליינט נישט קיין אידיש. (עפעס שטימט מיר נישט מיט די נומערען און די נאמען פון דער וואס ברענגט עס, אבער איך האב ביזדערווייל נישט געקענט מברר זיין)

נאך האט ער פארציילט פון דער ח"ח ווען זיין זוהן האט זיך אפגערעדט אויף די ווילדקייט פון חסידים אז זיי שלאגען זיך געפערליך און זיי האלטען נישט קיין הלכה. האט דער ח"ח געזאגט אז דער גמרא זאגט אונז המציל מן הרודף ושיבר כלים בהליכתו פטור. די חסידים זענען מציל פון די משכילים און דער שיבר כלים בדרכו דארף מען פארקוקען. אזוי אויך, דאס אריינברענגען ביי די יוגענד א שנאה צו די כלים קען ברענגען שלעכטס, אבער אזוי דארף זיין.


אלו דברי קדשו

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 11:34 am
דורך בן נריהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער ח"ח ווען זיין זוהן האט זיך אפגערעדט אויף די ווילדקייט פון חסידים אז זיי שלאגען זיך געפערליך און זיי האלטען נישט קיין הלכה. האט דער ח"ח געזאגט אז דער גמרא זאגט אונז המציל מן הרודף ושיבר כלים בהליכתו פטור. די חסידים זענען מציל פון די משכילים און דער שיבר כלים בדרכו דארף מען פארקוקען. אזוי אויך, דאס אריינברענגען ביי די יוגענד א שנאה צו די כלים קען ברענגען שלעכטס, אבער אזוי דארף זיין.



אונד אט אזוי-צו, קינדערלאך זיסע, קאן מען א ג-טליכע געבאט - די געבאט צו אפגעבען עהרע די עלטערן - אויסרייסן מיט איר ווארצעל. מיט א געשיכטאלע. ווארום לא התורה העיקר אלא המעשה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 1:07 pm
דורך אבטולמוס
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], א דאנק פאר דעם באריכט. גוט צו וויסן מיט וועמען מיר האנדלען דא, און ס'זאל זיך קיינער נישט איינרעדן אז TAG איז די מעסיגע זייט פון דער מערכה.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 19, 2016 1:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זיי זענען מעסיגער ווי די אנדערע, ווייל זיי אנערקענען כאטש צוויי דעות אין דער ענין....