אדמו"ר מסטאלין: אינטערנעט-מלחמה איז א טעות ווי איראק-קריג

מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

זאגן אז מ'גייט פארבעסערן הייסט נישט אחריות? איז נישט. זאל זיין. אבער תולדות אהרן האט דאס אויך נישט געזאגט...

און אויך נישט געווען ביי לוויות, ניחום אבלים, באזוכט אין שפיטעלער, באצאלט קאסטן פון אפאראציעס, אויפגעשטעלט א פאנד פאר די אבלים, און נאך, וואס קארלין האט יא געטון.

וועסטו זאגן אז אין קארלין איז עס זיינע חסידים? אמת, אבער ווען די רעדע איז פון נישט היימישע פארלאנגט זיך נישט ווייניגער, אויב נישט מער.

א דוגמא פון נעמען אחריות. ווען עס האט פאסירט די באבובע פארענטשעס צאמפאל ביי די חופה פאר 25 יאר צוריק, זענען די קינדער פון באבובע רב זצ"ל אריבער צום שפיטאל אינמיטן די חתונה, זיך אומצוקוקן אויף די פארוואונדעטע. דאס מיינט מינימאלע אחריות.

תולדות אהרן איז דורכגעפאלן אין יעדן הינזיכט. מעגליך אז מדיני שמים איז ער פטור ווייל ער האט עמאציאנאל נישט געקענט, אבער די פאקט בלייבט א פאקט און ס'איז זינלאז צו לייקענען.
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1409 מאל

שליחה דורך הקטן »

מפיל קינד האט געשריבן:וועסטו זאגן אז אין קארלין איז עס זיינע חסידים?

יא!











קנעסט זאגן וואס פעלט אויס צי טון, וואס איז פאליטש קארעקט וכו' אבער פארגלייך נישט עפלעך צי מילגרוים
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 40 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך סעגאל »

קען איינער מסבר זיין וויאזוי א טענה'ריי איבער נעמען אחראית קימט אריין אין א אינטערנעט אשכל?
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

הקטן האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:וועסטו זאגן אז אין קארלין איז עס זיינע חסידים?

יא!

כ'הער דיין מיינונג. איך האב הנאה צו הערן אז דו האלטסט אז תולדות אהרן וואלט זיך אויפגעפירט שענער צו זיינע חסידים... זייער שיין פון אים.

גראדע בין איך שאקירט. דער תולדות אהרן'ער איז בטבע א ווייכער, א שכל'דיגער מענטש, א מענטש מיט געפילן און מחשבה. איך האב ערווארטעט א ווארימערע הנהגה נאך אזא טראגעדיע - אפי' צו פרעמדע קרייזן. און דאס גענוי איז מיין וואונדער אויף אים.

קארלין איז פארקערט. ער איז א קאלטער בריה, און מאכט א רושם ווי א פערזאן אן קיין הארץ און געפיל. איך האב בכלל נישט ערווארטעט אזא ווארימע רעאקציע פון אים צו זיינע חסידים. צי ער וואלט זיך אויפגעפירט אנדערש צו פרעמדע? יש לעיין, אבער נישט מוכרח.
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

סעגאל האט געשריבן:קען איינער מסבר זיין וויאזוי א טענה'ריי איבער נעמען אחראית קימט אריין אין א אינטערנעט אשכל?

מיט אינטערנעט טאקע נישט, אבער יא מיט די מלחמה אין איראק...
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 818 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2100 מאל

Re: אדמו"ר מסטאלין: אינטערנעט-מלחמה איז א טעות ווי איראק-קרי

שליחה דורך פאליטיקאנט »

די וואס זענען מחלק אז ביי קארלין איז עס זיינע חסידים (און דערפאר פירט ער זיך אויף איבערגעגעבן), קענען נישט שרייען אז ער נעמט נישט אחריות, ווייל אפי' נניח ער האט טאקע גארנישט געטוען / געזאגט, איז עס דאך זיינע חסידים און ער דארף קיינעם גארנישט זאגן. משא"כ תו"א וואס כמעט אלע זענען געווען פרעמדע.

אונטער חכם האט געשריבן:
אפי' דיין מעשהלע, זאגט נאר אז ער האט געשיקט אנדערע נעמען אחריות, פארוואס האט ער נישט אליינס גענומען אחריות?

נאכאמאל און נאכאמאל, אחריות מיינט נישט נעמען די שולד אויף זיך. קיינער פארלאנגט נישט פון תו"א רבי צו ארומגיין און זיכער מאכן אלס איז מסודר, די זעלבע מיט די קארלינער.
אחריות מיינט אנערקענען אז עפעס איז פארגעקומען אונטער זיין הנהגה און טוען אלעס וואס פעלט זיך אויס יעצט צו פאררעכטן / פארבעסערן די מצב, און פארמיידן אויפ'ן עתיד (עס איז ממש די בעיסיקס אין הנהגה).
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2051 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1409 מאל

שליחה דורך הקטן »

מפיל קינד האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:וועסטו זאגן אז אין קארלין איז עס זיינע חסידים?

יא!

כ'הער דיין מיינונג. איך האב הנאה צו הערן אז דו האלטסט אז תולדות אהרן וואלט זיך אויפגעפירט שענער צו זיינע חסידים... זייער שיין פון אים.

איך האלט נישט גארנישט, איך קען נישט דעם און נישט דעם אנדערען -איך האב נישט קיין סקין-אין-די-געים
ווילסט זאגן דער דארף טון דאס דער יענץ, דאס פאסט יא דאס נישט, כל הכבוד, זאג!

ס'איז אבער זונ-לאז צו קאמפערן די צוויי ווייל ס'איז גאנץ אנדערע געשיכטעס, און בכל נישט דומה זה לזה
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 694 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1000 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

דער ערשטער צו קאמפערן די צוויי איז געווען יהודי פשוט, די גאנצע שמועס האט זיך באצויגן צו זיין תגובה.
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 461 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 488 מאל

Re: אדמו"ר מסטאלין: אינטערנעט-מלחמה איז א טעות ווי איראק-קרי

שליחה דורך יהודי פשוט »

מפיל קינד האט געשריבן:דער ערשטער צו קאמפערן די צוויי איז געווען יהודי פשוט, די גאנצע שמועס האט זיך באצויגן צו זיין תגובה.

איך וועל איינזעצן אז דו האסט "בטעות" געזאגט אז איך בין געווען דער ערשטער...
העניך האט געשריבן:און האפנטליך וועט דער רבי, נאך אזא שרעקליכער דורכפאל, יא זיין א סעמפל צו ווייזן וויאזוי א מנהיג נעמט אויף אזא טראגעדיע, און וויאזוי מ'נעמט אקאונטיביליטי און אחריות.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
רעאגיר