קדושים תהיו

קדושים תהיו

הודעהדורך געוואלדיג » זונטאג דעצעמבער 04, 2016 6:43 pm

ואלו דורשים לשבח

די שבת האב איך זיך אנגעטראפן מיט א גליון וואס האט מיר פשוט בארואיגט אז עוד לא אפסה תקוה עז זענען נאך דא נארמאלע מאענטשן אויף די וועלט,

כלפי מה הדברים אמורים, שבת זעה איך אויף די טישן אויסגעלייגט כמנהג בעה"ב חשובים א נייע גליון מיטן נאמען קדושים תהיו, נעמענדיג דאס אין האנט גיב איך אזא ערשטע בליק און שוין איז דאס מיר נישט געפאלן, נאך א גליון צו קינדער וועגן אינטרענעט, אבער אלס איינער וואס מיין פאלעסי איז צו ליינען יעדע אויסגאבע בעינים אלו, אולי רעדן זיי צו דער זאך האב איך דאס נישט געלייגט גלייך אין גארביטש.

נעמענדיג דאס אין האנט און ליינענדיג בין איך נתפעל געווארן פונעם תוכן און איך וויל זיי זאגן איין זאך תחזקנה ידיכם און ירבו כמותכם בישראל.

וואס איז דאס קדושים תהיו?

א חבורה פאר קינדער צו זיך אפשיידן פון סמארטפאונס וכדו',

וואס איז אזוי גוט מיט דעם? און מיט וואס איז עס אנדערש פון אלע טעראריסטישע מהלכים?

איז אזוי
1. זיי שרייבן אין די הקדמה אז "כאטש וואס פילע עלטערע האבן א היתר און מעגן נוצן א סמארטפאון, פארט איז עס נישט קיין טובה פאר יונגע קינדער און זיי זענען דאך נישט נכלל אינעם היתר, און זיי רייסן נישט אראפ די עלטערן וואס נוצן דאס.
2. מען מעג זיין א חבר אין די חבורה נאר מיט רשות פון די עלעטערן.
3. מען שרייבט זיך איין נישט צו נוצן א סמארטפאון, אבער "בלויז פאר 6 חדשים" אנדערש ווי די טפשים וואס פאדערן פון קינדער צו חתמ'ענען אז זיי וועלן נישט נוצן א סמארטפאון עד זיבולא בתרייתא.
4. זיי ברענגען דארט אפאר מעשיות, איינע פון זיי אין פון א יונגל וואס איז אראפגעפאלן אוןו זיך צוקלאפט און ווען איינער האט איהם געוואלט געבן א טעלעפאון צו רופן זיינע עלטערן האט דער אינגל באמערקט אז עס איז א סמארטפאון האט ער דאס נישט געוואלט נוצן, שרייבן זיי צו א הערה צו די מעשה אז דער אינגל האט זיך נישט ריכטיג געפירט ווייל בייי הצלת נפשות און אפילו נאר ביי הצלת אבר מעג מען אוודאי נוצן אזא פאון.

תחזקנה ידיכם.
אֵיזֶהוּ חָכָם – הַלוֹמֵד מִמַה שְׁלֹא הָיָה, אֵת מַה שְׁלֹא יִהְיֶה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3498
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6289 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4066 מאל

Re: קדושים תהיו

הודעהדורך א איד » מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 11:43 am

איך האב אנגעהויבן שרייבן אן אשכול וועגן די גליון, והזריז נשכר, געוואלדיג האסט מיר אויסגעכאפט.
מען דארף דאס מחזק זיין, בגוף ובממון.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1218
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 723 מאל

הודעהדורך שמעלקא'לע » דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 2:29 pm

זייער א גוטע מהלך.
שמאל דוחה וימין מקרבת.
הער אויס, צו זיין א גיבור ווען די וועלט שמייכלט - דאס קען איך אויך...
לאמיר דיר זען א גיבור ווען עס איז פארוואלקנט - ווייל דו ביסט שטארק!
באניצער אוואטאר
שמעלקא'לע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 07, 2016 12:51 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 317 מאל

הודעהדורך שלום על ישראל » דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 2:41 pm

ווי באקומט מען דאס?
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 977
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1708 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 907 מאל

הודעהדורך אברך משי » דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 2:55 pm

אלזא חברה! כ'פאָרכט זיך גאר שטארק אז די זענען די שלוחים פון דער טייוויל אליין וואס פארמאסקירן זיך מיט אן אזויגערופענעם הייליג שלייער פון קדושים תהיו
אוי געוואלד! די שווערסטע זאך מסביר צו זיין פאר א שוטה, אז ער איז א שוטה!
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 143 מאל

Re: קדושים תהיו

הודעהדורך א איד » דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 3:18 pm

ווער איז דער טייוול אליין, פון וועם דו רעדסט?
די חבורה איז שוין אלט כמעט א יאר, נאר אין בארא פארק, קוקט אויס אז זיי ווילן זיך אויסשפרייטן ווייטער.
מאך נישט קאליע די מעשה מיט אמת'ע פאקטן - אבער פונעם אמת וועל איך זיך בשום אופן נישט בייגן.
באניצער אוואטאר
א איד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1218
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 25, 2012 1:25 pm
געפינט זיך: אויפן אנדערן זייט סמבטיון
האט שוין געלייקט: 578 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 723 מאל

הודעהדורך געוואלדיג » דינסטאג דעצעמבער 06, 2016 4:32 pm

געזעהן שבת אין ביהמ״ד אויף די טישן.
שלום על ישראל האט געשריבן:ווי באקומט מען דאס?
אֵיזֶהוּ חָכָם – הַלוֹמֵד מִמַה שְׁלֹא הָיָה, אֵת מַה שְׁלֹא יִהְיֶה.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3498
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6289 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4066 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 12:12 am

בעסער פון די ערגערע איז נאך נישט גוט. דער גאנצער מהלך פון מאכן דעם סמארטפאן פאר א מאנסטער און ברעינוואשן די קינדער איז אפגעפרעגט אין מיינע אויגן.
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1612
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6567 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 5:28 pm

ראובן האט געשריבן:בעסער פון די ערגערע איז נאך נישט גוט. דער גאנצער מהלך פון מאכן דעם סמארטפאן פאר א מאנסטער און ברעינוואשן די קינדער איז אפגעפרעגט אין מיינע אויגן.

לאמיך קלארער ארויסברענגען די נקודה.

איך האב אמאל געזען אן אלטן קול קורא פון רבנים, לכאורה אין די תש"מ'ס, וואו זיי ווילדעווען אנטקעגן די... טעיפ-ריקארדער'ס!

מ'שטיינס געזאגט, ס'איז א מאדערנע זאך, דברים אשר לא שערום אבותינו, וחדש אסור מן התורה, און דערפאר איז לא יזכר ולא יפקד אזא זאך אין א תלמוד תורה, ח"ו, היל"ת, ה"י!

די קול קורא איז אנטשטאנען פון עטליכע סעיפים און הלכות מפורטות, אזוי אז מיר קענען ניטאמאל מצדיק זיין און זאגן אז ס'איז געווען עפעס א כלליות'דיגע איסור צו וואס זיי האבן נישט פארשטאנען [ליידער, דאס איז שוין א "תירוץ"!].


ווען איך האב געזען דעם קול קורא, און די חתימות הרבנים - ביניהם אזויגערופענע נארמאלע רבנים, האב איך גענצליך פארלוירן טראסט אין אונזערע רבנים קולטור, לעד ולנצח נצחים. און די גזירה שוה צו די מערכות קעגן די סמארטפאן, קומט שוין פון זיך אליין.

איך זע בעיני רוחי, ווי אין פופציג יאר ארום וועלן אידן ליינען די בריוון פון די רבנים אקעגן די סמארטפאן - וואס יעדער וועט שוין דאן נוצן [אדער נישט, ווייל ס'וועט שוין לאנג זיין 'אאוט-דעיטעד'], און שעפן פון דעם חיזוק ווי פאררוקט זיי זענען.



דער עיקר, אידעלעך, לאמיר זיך מחזק זיין און איבערזאגן נאך פילצאליגע מאל: חדש אסור מן התורה, ואסור לשנות כקוצו של יוד.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14651 מאל

Re: קדושים תהיו

הודעהדורך קל וחומר » מאנטאג דעצעמבער 12, 2016 6:01 pm

שלום עליכם הרב שש. יהא שובך לברכה.
קל וחומר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1409
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 4:42 am
האט שוין געלייקט: 2061 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1930 מאל


גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט