שבעה דרכים בסמארטפאן

שבעה דרכים בסמארטפאן

הודעהדורך העניך » פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 1:04 pm

לעצטנס האט מען געהערט די דעה פון דעם קארלין-סטאלינער רבי'ן וועגן סמארטפאנס, און מיין ארטיקל וועגן דעם איז שטארק ארומגעפארן אין דער חסידישער וועלט און עושה רושם געווען. עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו מאכן א סך הכל פון די פארשידענע שיטות אין דעם ענין, ווער עס האלט וואס, און וויאזוי זיי ווילן זיך ספראווען מיט דעם פראבלעם.

א) שיטת ראבינאוויטש: א סמארטפאן איז אסור בתכלית האיסור, און ווער עס האט אזא "כלי" איז ברור אז ער איז עובר אויף עבירות חמורות. דאס אז מ'דארף דעם טעלעפאן פאר וויכטיגע צוועקן, ווי פרנסה, איז בכלל נישט קיין תירוץ, פונקט ווי פרנסה איז נישט געווען קיין גוטער תירוץ פאר חילול שבת אין אמעריקע'ס "בראשית יארן". די שיטה איז אנגענומען ביי הרב ראבינאוויטש און זיינע שטיצער.

די עצה: שרייען און מעורר זיין אז דער סמארטפאן איז א גזירת שמד, און אויסלערנען די קינדער אז זייערע עלטערן זענען עובר אויף כל מיני עבירות ווען זיי פארמאגן אזא כלי. דורכ'ן ברעינוואשן די קינדער וועט דער קומענדיגער דור האפנטליך זיך מתנזר זיין פון דעם סמארטפאן מחמת מיאוס, און דאס וועט גענצליך אויסראטן דעם משחית, פונקט ווי מ'האט באוויזן אויסצוראטן די טעלעוויזיע.


ב) שיטת חפצא דאיסורא: א סמארטפאן איז א שרעקליכער חורבן פאר אידישקייט, און מ'וואלט דאס געדארפט גענצליך אסר'ן. צום באדויערן איז געווארן אנגענומען אן אזויגערופענעם "היתר" לצורך פרנסה, און מ'קען נישט דירעקט לוחם זיין קעגן דעם, הגם ס'איז א "חפצא דאיסורא". די שיטה איז אנגענומען ביי די עקסטרעמיסטישע רבנים.

די עצה: מ'זאל פריוואט זאגן אז איה"נ, לצורך פרנסה קען מען נישט אסר'ן (נישט אז ס'איז חלילה "מותר"), אבער מ'זאל צווינגען ארויפצולייגן קהילה-פילטערס דורך וועלכע די פירער קענען מיטהאלטן יעדן ריר וואס דער מענטש טוט אויף דעם טעלעפאן. דאס וועט האפנטליך אוועקנעמען דעם אפעטיט פון דעם כלי, און צוביסלעך וועט מען עס קענען אינגאנצן אויסראטן.

אין דער זעלבער צייט וועט מען שטיצן די מערכה פון אנשי ראבינאוויטש צו אפמאלן דעם כלי ווי א מאנסטער, און ברעינוואשן די קינדער קעגן די אייגענע עלטערן. ווען מ'וועט פארהאלטן היתכן מ'שטיצט אזא מערכה וואס איז לכאורה קעגן דער אייגענער שיטה אז לצורך פרנסה קען מען נישט אסר'ן, וועט מען ענטפערן אז די מערכה איז טאקע נאר באופן איסור – הגם ס'איז נישטא קיין וועג וויאזוי א קינד זאלן דאס קענען כאפן.

מ'דארף פראפאגאנדירן אז א סמארטפאן איז אסור בתכלית האיסור, און קינדער און כולל יונגעלייט זאלן אונטערשרייבן נישט צוצורירן אזא כלי בשום פנים ואופן, אפילו אויב מ'דארף מאכן אן עמערדזשענסי טעלעפאן רוף.


ג) שיטת דרכו להזיק: א סמארטפאן איז דרכו להזיק, נאר עס איז נישטא קיין ברירה און מ'דארף עס מתיר זיין לצורך פרנסה. די שיטה איז אנגענומען ביי די רעלאטיוו מעסיגע חסידישע רבנים.

די עצה: איינער וואס דארף א סמארטפאן לצורך פרנסה, זאל נעמען דעם שטרענגסטן פילטער וואס איז שייך, און איינער וואס דארף עס נישט לצורך פרנסה זאל ער עס נישט צורירן. מ'טאר נישט מחנך זיין די קינדער אז א סמארטפאן איז אין יעדן פאל אסור, ווייל עס רייסט אויס דרך ארץ און מסורה, און ס'איז פשוט נישט אמת. מ'האט יא מתיר געווען דעם סמארטפאן במקום הצורך. מ'דארף אבער לערנען מיט די קינדער אז זיי זאלן שטיין ווייט דערפון, און ח"ו נישט צורירן צו אזא כלי.

ד) שיטת סטאלין: א סמארטפאן איז א נייטראלער מאשין וואס קען גענוצט ווערן אויף גוטס און אויף שלעכטס. דאס איז די שיטה פון האדמו"ר מסטאלין.

די עצה: איינער וואס דארף עס נישט, זאל עס אוודאי נישט נוצן, און איינער וואס דארף עס יא, זאל עס נאר נוצן אויף אן אחריות'דיגן אופן. דער עיקר וואס מ'דארף טון איז מחנך זיין אז מ'זאל וויסן וואס די ריזיקעס פון דעם סמארטפאן זענען, און וויאזוי עס צו נוצן אויף דעם בעסטן אופן. דאס וואס מ'פירט א מלחמת חרמה קעגן דעם סמארטפאן איז א גרויסער טעות, און דאס וועט נאר ערגער מאכן דעם מצב צוליב פארשידענע סיבות.


ה) שיטת שינוי החינוך: דער סמארטפאן, אינטערנעט און טעכנאלאגיע איז דא צו בלייבן, און נאך ווערן אפילו מער אינטעגראל פאר'ן לעבן. עס ברענגט טאקע פראבלעמען, אבער מ'טאר זיך נישט איינרעדן אז מינימיזירן דעם באנוץ פון טעכנאלאגיע איז א מהלך וואס קען ארבעטן אויפ'ן לענגערן טערמין. דאס איז די שיטה פון אינטעלעקטואלן, און פון פילע חברים דא אויף קאווע שטיבל.

די עצה: רוב פראבלעמען וואס דער אינטערנעט ברענגט קומט א דאנק אונזער חינוך סיסטעם וואס לעבט אויף באהאלטן אינפארמאציע, און געבן מיסאינפארמאציע. דער אינטערנעט עפנט אויף די אויגן פון חרדישע אידן, און רייסט אונטער די קרקע פון דעם גאנצן חינוך אויף אידישקייט און מסורה. מ'דארף פונדאמענטאל איבערארבעטן אונזער מהלך, נישט בויען אידישקייט דורך געבן פאלשע אינפארמאציע איבער דער וועלט און אנדערע אידן, און מיט אחריות'דיגן באנוץ פון דעם אינטערנעט וועט עס כמעט נישט שאטן. א וויכטיגע זאך איז צו נוצן פילטערס לויט יעדנ'ס געברויך.

מ'דארף קיינעם נישט צווינגען צו נוצן דעם אינטערנעט, אבער עס איז ראטזאם מחנך צו זיין קינדער פון קליינווייז אן וויאזוי עס צו נוצן אויף דעם ריכטיגן וועג, און וויאזוי דאס מערסטע צו בענעפיטירן דערפון בשעת'ן מינימיזירן די ריזיקעס.


ו) שיטת בת היענה: אינטערנעט קען ברענגען פראבלעמען?
די עצה: אויף וואס דארף מען אן עצה?


ז) שיטת הצבועים: דער אינטערנעט איז א שוידערליכער חורבן, און מ'דארף איינפירן חרמות און איסורים אויף ווי ווייט מעגליך. די רבנים זענען גערעכט אז מ'טאר נישט נוצן קיין אינטערנעט אפילו לצורך פרנסה, און אפילו די מקילים אז מ'מעג נוצן אינטערנעט לצורך פרנסה, איז דאס אויסדרוקליך נאר לצורך פרנסה – מ'טאר אפילו נישט גיין שאפינג אויף דעם אינטערנעט, ווי פוסק הדור הרב וואזנער זי"ע האט געזאגט ביים כינוס כלל ישראל.

די עצה: שרייבן אויף אייוועלט וואספארא חורבן דער אינטערנעט איז, און אז איינער וואס פאלגט נישט די רבנים הקיצונים דארף מען ארויסווארפן פון די מוסדות.
האט איר הנאה געהאט פון מיין ארטיקל? גיט א 'לייק' און שיקט א לינק צו אייערע פריינט. אבער בשום אופן נישט קאפירן דעם גאנצן ארטיקל און שיקן ווייטער - אדם אוסר את שלו.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1443 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » פרייטאג דעצעמבער 16, 2016 1:21 pm

איך פארשטיי אז די ערשטע 6 איז א הקדמה צו חלק ז' - און איך האב טאקע אויסגעשאסן :lol: :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14496
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 16550 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17046 מאל

הודעהדורך קאוריג » מוצ"ש דעצעמבער 17, 2016 9:14 pm

לייק, ובגדול!

האסט נאר אויסגעלאזט ביי נומער 7, אז אין די קאר האט מען נאך א טעלעפאון אהן א פילטער...
קאוריג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 57
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 29, 2016 3:21 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

הודעהדורך העניך » מוצ"ש דעצעמבער 17, 2016 9:40 pm

שמעקעדיג האט געשריבן:איך פארשטיי אז די ערשטע 6 איז א הקדמה צו חלק ז' - און איך האב טאקע אויסגעשאסן :lol: :lol:

כ'האב גראדע נישט געשריבן דעם גאנצן ארטיקל נאר צוליב דעם לעצטן דרך, כ'האב עס צוגעלייגט אינמיטן שרייבן דעם ארטיקל, טראכטנדיג פון אלע סארט שיטות, און געזען אז דאס איז א מהלך פאר זיך.
העניך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 285
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 25, 2016 6:54 pm
האט שוין געלייקט: 337 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1443 מאל

הודעהדורך פרייוויליג » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 1:18 pm

לעכטיג
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1480
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 5:44 pm
האט שוין געלייקט: 1238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1735 מאל

הודעהדורך שטיינער » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 1:59 pm

זייער אויפריכטיג ארויסגעברענגט.
איך האלט אינמיטן טראכטן וועלכע קאטאגארי איך בין.
שטיינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
 
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 6:24 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

הודעהדורך וואלווי » זונטאג דעצעמבער 18, 2016 2:13 pm

שטיינער האט געשריבן:זייער אויפריכטיג ארויסגעברענגט.
איך האלט אינמיטן טראכטן וועלכע קאטאגארי איך בין.


אויב די ביסט נישט קלאר ביי דיר מאך זיכער די נער'סט זיך און יענעם נישט אריין און די זיבעטע קאטעגאריע
באניצער אוואטאר
וואלווי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1205
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1573 מאל

הודעהדורך שש משזר » מאנטאג יאנואר 16, 2017 1:14 am

פון די שענסטע ארטיקלען אין ק"ש, ייש"כ הרב העניך.

אגב, לדעתי האלט דער קארלינער רבי פונקט ווי אונז אין ק"ש, נאר מחמת חמת המציקים האט ער זיך באנוצט מיט אביסל א מעסיגערן שפראך.
באניצער אוואטאר
שש משזר
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 3334
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 30, 2015 11:55 pm
געפינט זיך: צווישן די הרי חושך און הר ההר.
האט שוין געלייקט: 6769 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15205 מאל

הודעהדורך בן אדם » מאנטאג יאנואר 16, 2017 1:26 am

תלת תנאי אליבא דרב שוחטא. העניך, שש משזר, אין דער בעל האינטערוויא אינעם מאמענט
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2797
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1324 מאל


גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט