וועלקאם צו רעאליטעט: מיר זענען השומרים קארטלעך
נשלח: מיטוואך יאנואר 11, 2017 12:33 pm
[center]מיר זענען השומרים קארטלעך
פון העניך[/center]
ווען ערליכע אידן מיט אביסל שכל און זעלבסט-רעספעקט כאפן א בליק אויף די "השומרים" קארטלעך כאפט אן א גרויל און אפשיי, ווי מיר האבן שוין אסאך מאל אויסגעשמועסט דא אויף דעם פארום.
אלס א איד וואס פרובירט אייביג צו שטאלצירן מיט אונזער פאלק, זענען די קארטלעך פאר מיר א פראסק אין פנים. ס'טוט וויי ווען מעמבערס פון אונזער פאלק זענען אזוי קרום און פארדרייט, און עס רייסט ביים הארץ אז אונזערע קינדער זענען די קרבנות פון אט דער מאניפעסטאציע פון טפשות און שלעכטיגקייט.
איך בין נישט קיין בת היענה; כ'ווייס זייער גוט וואספארא טשאלענדזש טעכנאלאגיע איז פאר אונזערע דורות, און איך זארג מיך יעדן טאג פאר דער צוקונפט פון מיינע קינדער. איך בין איבערצייגט אז דער איינציגסטער וועג צו היטן די קומענדיגע דורות איז דורך ליבשאפט און אמת - נישט דורך שנאה און שקר.
די השומרים קארטלעך רייסן ארויס פון מיינע קינדער אלעס וואס איך לייג אין זיי אריין. אנשטאט זיי זאלן קענען זען די שיינקייט פון אידישקייט און תורה, זעען זיי ווי טאלאנטלאזע משוגעים קענען ארויסגעבן לעכערליכע און טפשות'דיגע קארטלעך, ואין פוצה פה ומפצפף. די קארטלעך אנגעפילט מיט לצנות, שקר און כפירה ווערן געטיילט און אויסגעטוישט צווישן קינדער, ווי כאילו עס וואלט זיך געהאנדלט פון אן אומשולדיגן סעט בילדער פון בערג און מדבריות.
יעדער מעסיגער מענטש וואס האט ליב אונזער געמיינדע האט א ביטערע דילעמע וויאזוי אויפצונעמען די השומרים פענאמען. די קארטלעך רעפרעזענטירן נישט חלילה מיך און מיין געמיינדע, אבער וועמען יא? נאטירליך לויפן מיר צו די באקאנטע פיגורן וועלכע זענען בארימט פאר זייערע טעטיגקייטן אין דער טעכנאלאגיע מערכה, ווי דעם וואנזיניגן שאול יצחק ראבינאוויטש. 'ס'איז ראבינאוויטש,' בארואיגן מיר אונזער מוח, 'ס'האט גארנישט מיט די נארמאלע מענטשן און רבנים.'
איינמאל מיר האבן אפגעשטעמפלט די קארטלעך ווי א ראבינאוויטש ערשיינונג, קענען מיר צוריקגיין צו אונזער זיסן שלאף און זיך ווייטער איינרעדן אז אלעס איז פיין און וואויל. אונזער געמיינדע און אונזערע רבנים גלאנצן און לייכטן, און בלויז קליינקעפיגע משוגעים זענען די וואס שטייען הינטער אזעלכע פערווערזיעס.
ווען עס קומט ארויס א בריוול פון א רב אין שטיצע פון די קארטלעך צעפלאצט עס נאך נישט אונזער חלום-באבל. 'נע, יענער איז אן עקסטרעמיסט.' די "נארמאלע" רבנים זענען דאך אוודאי להשמיד ולהרוג אויף די קארטלעך. אבער ווען עס קומט ארויס איין בריוו נאך דעם אנדערן, און עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז נישט דא אפילו איין רב אין אונזער געמיינדע וואס שטעלט זיך ארויס קעגן די קארטלעך, דארפן מיר זיך כאפן ביים קאפ אז מיר זענען השומרים קארטלעך.
מיר קענען מער נישט לעבן אין קיינע אילוזיעס. רבותי, כאפט א בליק אויף די השומרים קארטלעך, און זאגט דריי מאל: אלע אונזערע רבנים שטיצן דאס, אלע אונזערע רבנים שטיצן דאס, אלע אונזערע רבנים שטיצן דאס.
אויב דאס האט ארויסגעשטופט א פאר טרערלעך פון אייערע אויגן, קומט אייך א קלאפ אין דער פלייצע. בראווא! איר האט זיך אויפגעוועקט פון אייער חלום! ענדליך זענט איר שוין וואך, און ענדליך וועט איר דארפן האנדלען מיט רעאליטעט: דאס זענען אונזערע רבנים, און יא, ליידער איז דאס אונזער געמיינדע.
ווען איר קוקט אויף השומרים קארטלעך און איר זעט ווי זיי העצן קינדער קעגן זייערע אייגענע עלטערן, געדענקט, אלע רבנים שטיצן דאס.
ווען איר קוקט אויף השומרים קארטלעך און איר זעט ווי זיי דעמאניזירן נוצבארע טעכנאלאגיע אנשטאט מחנך זיין וויאזוי צו נוצן, געדענקט, אלע רבנים שטיצן דאס.
ווען איר קוקט אויף השומרים קארטלעך און איר זעט ווי זיי גייען מיט'ן קאפ אין וואנט, און קענען נישט קוקן רעאליטעט אין די אויגן, געדענקט, אלע רבנים שטיצן דאס.
ווען איר קוקט אויף השומרים קארטלעך און איר זעט ווי מ'רייסט אוועק די מסורה און פשוט'ע רעספעקט פון קינדער צו עלטערן, געדענקט, אלע רבנים שטיצן דאס.
ווען איר קוקט אויף השומרים קארטלעך געדענקט אז עקסטרעמיסטן קענען שרייבן וואס זיי ווילן, און אלע רבנים וועלן דאס שטיצן.
מעסיגע ערליכע אידן שטייען און ווארטן בכליון עיניים אויף א נארמאלער רב אדער מורה דרך וואס זאל נעמען דעם קוראזש און ארויסראטעווען אידישקייט פון די עקסטרעמיסטן. זאל אן אמת'ער ערליכער איד זיך אויפשטעלן און דערקלערן אז ניין, אזעלכע קארטלעך זענען נישט דער דרך התורה; ניין, דאס איז קיינמאל נישט געווען דער מהלך פון דאס אידיש פאלק; ניין, איך קען נישט צוקוקן אז מ'זאל אזוי טפשות'דיג אויסרייסן די יסודות פון אונזער מסורה; ניין, איך וועל נישט צולאזן אז קליינקעפיגע עקסטרעמיסטן זאלן אזוי ציניש און קאלטבלוטיג אונטערהאקן די באציאונגען פון עלטערן און זייערע קינדער.
ס'איז אבער שא שטיל.
אז ס'פארט ארום אין סאציאלער מידיא א מודעה פון א רבי'ן קעגן די השומרים קארטלעך, שטעלט זיך נאכדעם ארויס אז ס'איז געווען פאלש. און כ'קלער אריין א מינוט אין דעם מהלך המחשבה פון דעם איד וואס האט געמאכטע די פאלשע מודעה: ער ווארט נעבעך טאג נאך טאג און וואך נאך וואך אז א רבי זאל באמת ארויסקומען קעגן דעם חורבן. אבער זיין ווארטן איז אומזיסט.
ווי א קינדערלאזע מאמע וואס שפילט מיט א דאלי כאילו זי האט קינדער, גייט דער וואוילער איד און מאכט א צעטעלע. זאל זיין "כאילו" עס זענען באמת דא רבי'ס און מנהיגים וועמען מיר קענען נאך רעספעקטירן.
אבער די דאלי איז נישט קיין קינד, און דאס צעטעלע אין וואטעפפ איז נישט קיין אמת'ע מודעה.
מיר זענען טויט. אויסגעלאשן פון יעדעס ביסל נארמאלקייט. נישטא קיין שכל, נישטא קיין געפיל, נישטא קיין קשר מיט דער נשמה. נישטא, נישטא -- נישטא קיין אידישקייט, נישטא קיין אויפריכטיגקייט, קיין ערליכקייט, קיין הארץ, קיין אנערקענונג, קיין צוטרוי, קיין ערבות. יעדעס ביסל לחלוחות אין דעם נפש איז אפגעטעמפט, פארטרוקנט און אויסגעברעקלט.
איז ווען מיר זעען אזא קארטל, און מיר ווילן זיך איינרעדן אז דאס קומט פון ווילדע עקסטרעמיסטן בקצה המחנה, שטעלט אייך אפ א מינוט און לאזט דעם אמת אייך פראסקענען אין פנים. "השומרים קארטלעך" - דאס זענען מיר.
דאס איז אונזער פנים צווישן זיך זעלבסט, צווישן אונזער געמיינדע און די וועלט, און צווישן אונז און דעם רבונו של עולם. פון דעם באשטייט אונזער אידישקייט, דאס איז אונזער "קשר" מיט תורה - דאס איז דער גל של עצמות פון דעם געוועזענעם עם חכם ונבון.