הגה"צ וויזניצע רב איז מקנא קנאת השם

באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1787 מאל

הגה"צ וויזניצע רב איז מקנא קנאת השם

שליחה דורך שלום שטיסל »

[justify]עס ווערט אצינד באריכטעט אין די חרדישע פרעסע די העראישע אקט פון הרב הצדיק המפורסם רבי יצחק יוחנן האגער אבדק"ק וויזיניץ וומסב"ג בן כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ שליט"א זקן האדמורי"ם. געווען איז דאס ביי די מלוה מלכה לטובת מוסדות וויזניץ ווען עימיצער פון די מחרחרי ריב האט פוער פיו געווען און מיט א דרייסטע חוצפה ארויסגעטרעטן קעגן די וועלכע איז באשערט עוסק זיין על המחיה ועל הכלכלה, און מיט זיין שמוציגער לשון אנגעהויבן רעדן בשבח פון די השומרים קארטלעך וואס איז פארפיינטעט ביי יעדען ערליכער איד און ביי גאנץ כלל ישראל, הרה"צ רבי יצחק יוחנן וואס איז געזעצן דארט בראש המסובים האט מיט עזות דקדושה שטיל געמאכט דעם פאררעטער, און כאטש די פחד וואס די גרופע סיקריקים טראגן מיט זיך, אנווארפנדיג א שרעק מיט די אלע טעראר מיטלן וואס זיי נוצן כסדר פאר יעדעם וואס שטייט זיי און וועג, האט זיך וויזניצע רב נישט דערשראקן דערפון נאר מקיים געווען דעם ויגבה ליבו בדרכי ה'.

כאטש דער גרופע טעראריסטן וואס שטייען אונטער די ביזנעס פון די השומרים קארטלעך פרובירן אייביג אויפצוווייזן און אפצופרעגן יעדער פאסירונג פון סיי וועלכער רב עס רעדט ארויס קעגן זייערע מעשים תועבים, ווי אויך פרובירן זיי ארומצוגיין רעדן ברבים דערפון פארנט פון גדולי ישראל וויסנדיג אז נישט יעדער גייט זיי מבייש זיין און אפשטעלן, און דערנאך נוצן די שתיקה אלץ א הודאה, האבן זיי דא איינגענומען א שטילשווייגעניש דערנאך וואס די מעשה רב איז פארגעקומען בתוך כל הקהל הקודש, פארנט פון די אויגן פון הונדערטער אידן, דער מחוצף זענדיג כי כלתה אליו הרעה, און איינמאל פאר אלעמאל איז קלאר אויפגעוויזן געווארן אז ערליכע אידן טרייסלן זיך אפ פון זייערע געמיינע מעשים, נישט ווי זיי פרובירן צו פראפעגאנדירן אז זיי האבן די הסכמה פון אלע גדולי ישראל, איז געווארן רויט ווי פייער, די בושה האט אים געפלאמט אין פנים, הרצים יצאו דחופים, די פאסירונג האט זיך שנעל פארשפרייט מאוזן לאוזן, און כלל ישראל איבער די וועלט האט עס אויפגענומען מיט א פרייליכע שטימונג און דריקט אויס א שבח צום בורא עולם אשר לא השבית לנו גואל.

מיר זענען שוין נמאס פון צוקוקן ווי ראדיקאלן נוצן אונזערע קינדערלעך פאר זייערע מיאוסע מעשים, דאס נוצן די קינדער פאר טעראר איז א אלטע מיטל ביי אלע צוריקגעשטאנענע גרופעס אין די מיטל מזרח און אין די דראג קארטאל'ן אין נארט אמעריקא און אין אפריקא, דאס איז גענוי וואס די אייסיס טעראריסטן טוהן. אין די פארגעשריטענע וועלט ווייסט מען אבער אז דארט ווי מ'קעמפט פאר יושר מיט יושר'דיגע מיטלן, דארף מען נישט ניצן קיין קינדער, און אויב נוצט מען קינדער ווייסט מען אז דאס קומט ווייל צו א אפגעפרעגטע זאך קען מען נאר נוצן אומערפארענע קינדער זיך צו ספראווען דערמיט. דער יוגנט איז שוין מיד פון די פאלטשע מערכות שלא לשם שמים, מיר געדענקן נאך ווען מ'האט גענוצט די יוגנט צו טשעפענען די אלטע קלויזענבורגע רב, מ'האט זיין שוין גענוצט נאכצושרייען און נאכווארפן שטיינער די אלטע סאטמערע רעבעצען, נאכצושרייען מאנטיווידעא רב, קארלסבורגע רב, מיט נאך א פולע ליסטע, מיר ווילן דאס מער נישט זעהן זיך איבערחזר'ן, מיר ווייסן שוין וואס די לשם שמים מערכות ווי מ'נוצט די יוגענט ברענגט מיט זיך, לאזט ארויס די יוגנט פון די סארט חאזעריי, אויב וויל סיי ווער בויען א ביזנעס פון קינדער שפילצייג און בויען די ברענד פון השומרים קארטלעך, זאל ער עס אליין פארטיילן, נישט נוצן די קינדער פאר זייערע מארקעטינג.

אויב האט איר קינדער אין שטוב לערנט זיי די הוראה פון גדולי ומאורי הדור אז אזאנע שפילצייג איז סם המוות, דאס איז די נעץ פונעם שטן, ווי אויך דארפט איר אנרופן די מוסד פון אייער קינד און פארלאנגן אז איר ווילט נישט אז אייער קינד זאל לערנען אין איין קלאס מיט א קינד פון א משפחה וואס ביי זיי אינדערהיים קומט אריין די טריפה'נע קארטלעך, מיר געדענקן נאך ווי גדולי ישראל האבן באקעפט די טעלאוויזיע ווייל זיי האבן נישט געוואלט מ'זאל מיטהאלטן די אלע געמיינע שאוס וואס האט אין זיך שפיכות דם וכו', אט דאס ווילן די יונגאטשעס אריינברענגן ביי אונז, זיי זענען מפרסם בילדער ווי מ'הארגעט מענטשן וכו' ווער ווייסט וואס דאס קען נאך ברענגן מיט זיך. כלל ישראל איז אנטשלאסן צו באקעמפן די טומאה פון די השומרים קארטלעך, מיר נעמען נישט אן קיין תירוצים אז דער גרינדער פון די קארטלעך דארף דאס צו מאכן פרנסה, פרנסה דארף זיין בהיתר ולא באיסור.

און פאר די עלטערן פון אזאנע קינדער וואס זענען שוין פארכאפט מיט די ראדיקאלע אנשויונגען לאמיר קלארמאכן, אצינד מאכט אייער קינד א חיים טובים, ווארט נאר צו ביז ער גייט דארפן אנגענומען ווערן אין א ישיבה, דאן וועלן די זעלבע אייגענטומער פון די השומרים קארטלעך ביזנעס שרייען אז דער בחור איז דאך א מחוצף, קוק ווי אזוי ער רעדט צו עלטערע, הער זיין שפראך, איר וועט אייך דעמאלטס קלאפן קאפ און וואנט און נישט וויסן פון ווי דער קינד האט זיך דאס אלעס אויסגעלערנט. און צום סויף וועט ער נאך ארומגיין שלאגן מענטשן אזוי ווי מיר הייבן לעצטענס אן זעהן, און מ'וועט אים ארעסטירן אויף הארבע קלאגעס, וואס וועט איר דעמאלטס טוהן? ראה הזהרתיך!
--------------------------
זעהט דא א לינק צו די נייעס: http://m.bhol.co.il/article.aspx?id=114253[/justify]
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1377 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

דארט שטייט סך הכל אז איינער האט אים געהייסן טוישן נושאים, עס איז נישט קלאר אויב די אנוועזנדע האבן עס אפילו אויפגעכאפט.
און לויט ווי איינער האט איבערגעגעבן פאר בחדרי, איז עס געווען די רב שליט"א.
בקיצור עס איז נישט קלאר איר קראנטקייט.

איך האב שוין געוואלט לויפן זיך קוויטלן מיט דעם חשובן רב, אבער איך בין שוין מסופק אין די אמת'דיגקייט פונעם מעשה.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6611
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4107 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך גלייב נאכנישט די מעשה, אויב איז עס אבער יא אמת איז עס א גרויסע חידוש פון אים ווייל סאיז נישט זיין טיפּ און זיין סטייל שטיל צומאכן א רעדנער ביי א דינער, ער איז זייער א צוריקגעצויגענע שטילע נאאיווע מענטש בדרך כלל מיט שוואכע סאושעל סקילס און גאנץ א קנאפער פאליטשאן.
People are usually afraid of change because they fear the unknown. But the single greatest constant of history is that everything changes
Yuval Noah Harari
יהושע חיים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 917
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 26, 2012 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

Re: הגה"צ וויזניצע רב איז מקנא קנאת השם

שליחה דורך יהושע חיים »

ער האט סך הכל געוויזן פארן שאול זאל ווייטער גיין מיטן קומעדיגע שאלה וכך הוה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19573
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שלום שטיסל: קודם א ייש"כ. נאר איך וויל זאגן אז היינטיגע צייטן ליידער האטציך דער מצב אזוי שטארק דערקייקלט אז ווען א רב שטעלט זיך אויף און איז מקיים דעם לא תגורו מפני איש איז עס א חידוש נפלא. ווייל ליידער, רוב רבנים ווילן מיטגיין מיט'ן שטראם און זיין פאליטיקלי קארעקט. זיי זוכן זיך נישט צו פארטשעפנען מיט די ביריונים און סיקריקין. און ממילא דאס געט זיי כח זיך משתלט זיין אויפ'ן ציבור. און ווען א רב איז אן אויסנאם און ער שטעלט זיך אויף און זאגט ארויס דעם אמת, איז עס ראוי לשבח און מ'מוז עס מפרסם זיין. ממנו ילמדו וכן יעשו. און לאמיר האפן אז מער רבנים וועללן נאכטון נאך די אמת'ע ערליכע אידן וועט בעז"ה אריינקומען א שינוי לטובה...!
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 524
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 4:36 pm
האט שוין געלייקט: 1713 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1787 מאל

שליחה דורך שלום שטיסל »

יהושע חיים האט געשריבן:ער האט סך הכל געוויזן פארן שאול זאל ווייטער גיין מיטן קומעדיגע שאלה וכך הוה

איסר האטלקי האט געשריבן:דארט שטייט סך הכל אז איינער האט אים געהייסן טוישן נושאים

געפעלט מיר ווי מ'מאכט אזא שנעלע סך הכל, מ'נעמט א גוטע נייעס און מ'טשעפעט צו דערצו די צוויי אומפאסיגע ווערטער פון 'סך הכל'.

סך הכל איז טראמפ פרעזידענט, סך הכל האט הילערי פארלוירן, סך הכל איז געווען קרוב צו צוויי מיליאן מענטשן ביי די פרויען פראטעסט קעגן טראמפ. נעם אראפ דעם ווארט סך הכל איז אלעס גרויסע נייעס.

יא, ס'איז גרויסע נייעס אז הרה"צ רבי יצחק יוחנן האט שטיל געמאכט און געהייסן פארדרייען די נושא, און דאס איז די גאנצע וואס כ'האב געשריבן, גארנישט מער. קיינעם האט נישט געדאכט אז ער האט שטיל געמאכט ווייל ער וויל מאכן א מאמענט אוו סיילענס, אבער 'סך הכל' מיר נישט ארום דא, ווייל ס'איז ברעקינג ניוס.

גיי רעד צו מענטשן וואס זענען געזיצן דארט ביים דינער (אזוי ווי איך האב געטוהן פארן שרייבן די אשכול), אוי האט מען געכאפט וואס דארט איז פארגעגאנגען, פרעג דיר סך הכול נאך וועסטו סך הכל וויסן, אויך סך הכל ליין די באריכט אין בחדרי סך הכל אביסל בעסער.
באניצער אוואטאר
דער געוואגטער יונגעל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1486
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 11:43 pm
האט שוין געלייקט: 1726 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3744 מאל

שליחה דורך דער געוואגטער יונגעל »

סך הכל דו זאגסט פיין!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2198
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1103 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1268 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

מען קען אריינלייגן 'סך הכל' אין דעם ליסטע...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6611
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4107 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דער צודרייטער אינג
קען נישט האלטן זיין צונג
רעדט אלעס וואס ער האט אויף זיין לונג
קריטיקירט שטיסל פארן מאכן א שטינק
אינגאנצן "בסך הכל"
האט דער רב געגעבן א וואַקל
ווען דער בעל דרשן האט געמאכט א קאַקל
ואחרי ככלות הכל
האט ער געהייסן יענעם סטאַפן
אבער רוב עולם האט בכלל נישט געטוהן כאפן
אז דעס גייט די 'שומרים קארטלעך' אינגאנצן צוקלאפן
און זיי וועלן אויפהערן מעשיות באקן
און די רשעים וועלן צום סוף גיין קאַקן
די אמתדיגע וואוילע אידן וועלן ראַקן אויף אלע באַקן...
People are usually afraid of change because they fear the unknown. But the single greatest constant of history is that everything changes
Yuval Noah Harari
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19573
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: אייגנס...? וואו. יו ראק. דו שטייסט אויף איין מדריגה מיט די גרעסטע פאעטן פון קאווע שטיבל האלל אוו פעים...ווי רויטע וואנצעס און כוכב...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 134 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 455 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ווי איז דא צו באקומען די קארטלעך איך זעה נישט אז מען זאל עס האבן
און וועלכע קינדער ווערן דערפון מחוצפים
אלע סארט קינדער?
אדער נאר וואס זענען הייפער"ד קינדער
ביי מיר ב"ה איז עס נאכנישט אויסקומען מיטצוהאלטן.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6285
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8974 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2859 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ביסט פארהיירעט?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6611
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4107 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: אייגנס...? וואו. יו ראק. דו שטייסט אויף איין מדריגה מיט די גרעסטע פאעטן פון קאווע שטיבל האלל אוו פעים...ווי רויטע וואנצעס און כוכב...!

דאנקע שיינע. פארשעם נישט די גרויסע לייבן דא אין שטיבל מיטן מדמה זיין מיך צו זיי כביכול. :)
People are usually afraid of change because they fear the unknown. But the single greatest constant of history is that everything changes
Yuval Noah Harari
אדונינו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 454
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2015 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 330 מאל

שליחה דורך אדונינו »

איש את רעהו האט געשריבן:ווי איז דא צו באקומען די קארטלעך איך זעה נישט אז מען זאל עס האבן
און וועלכע קינדער ווערן דערפון מחוצפים
אלע סארט קינדער?
אדער נאר וואס זענען הייפער"ד קינדער
ביי מיר ב"ה איז עס נאכנישט אויסקומען מיטצוהאלטן.

היינט געזען גאנצעטע אלבומס אין סאטמאר חדר אין ווילי.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1767
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2157 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]אויב האב איך געהאט א צל של ספק אז דער מפיץ פונעם א.ג. השומרים פראבירט צו האבן גוטע כוונות, האב איך נאכן ליינען דעם אויספירליכן אינטערוויו אינעם "מאמענט" מיטן מפיץ, זיך איבערצייגט, אז דער מפיץ, איז א שקרן וכזבן, און אן אומפארשעמטער פריוואריקעטאר. דער אומאידענטיפיצירטע באנדיט הילט זיך איין אין א איצטלא פון אומבאוויסטע רבנים וואס שטיצן אים אין געהיים - א מושג וואס גיבסט נישט אין דת היהדות. און לאזט לויפן א רינדע פון גראבע שקרים וכזבים דורכאויס זיין אינטערוויו, אז אלע רבנים שטיצן אים, און מכלומר'שט האט שוין די קארטלעך אפגעראטעוועט טויזענטער אידן פון אינטערנעט. איך גיי נישט דורכלויפן דעם גאנצן אינטערוויו, און ווער עס וויל קען דאס לייינען. דער שחצן שרייבט, אז די קריטיק קומט נאר אפיר אויף אינטערנעט, און דורך דעת פון בעלי בתים. א זאך וואס איז שקר וכזב, און יעדער רעכדענקעדיגער מענטש זעט און פארשטייט דעם בור ברשות היהדות וואס די גרוליגער קארטלעך טוען גראבן. דער גאנצע אינטערוויו קוקט אויס אזוי ווי דזשוליען אסאנדזש וואס געבט אן אינטערוויו פון א געהיימע קעלער, און האט מורא פון זיין לעבן. כל דבריו וואס דער מפיץ זאגט נאמרו ברוח שקר. און עס איז א וואונדער פארוואס דער מאמענט האט נישט ארויסגעלייגט א דיסקלעמער אז השומרים קארטלעך, איז פארדאמט ביי יעדער ראציאנאלער מענטש, אבער מיר האבן זיך געטון פארבינדן מיט די מפיצים, צו באקומען א קאליר פון זייער זייט, און ארויסברענגן די צביעות לעיני שמש.[/justify]
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6611
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4107 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פון איין פלאץ הער איך גאר אז די מחבר פון די רשעותדיגע קארטלעך איז גאר א מאנסי-וויזניצער חסיד, און מאנסי וויזניץ שטיצט עס יא, און פון די אנדערע זייט הער איך אז הרב יצחק יוחנן האט שטיל געמאכט דעם טויבער אינמיטן א העלן דינער, קען איינער אויסקלארן. הרב [tag]שלום שטיסל[/tag]
People are usually afraid of change because they fear the unknown. But the single greatest constant of history is that everything changes
Yuval Noah Harari
רעאגיר