מען האקט און האקט אבער אן א פלאן

מען האקט און האקט אבער אן א פלאן

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:30 pm

דער עולם האקט צוזאם אויף ר' ש"י ראבינאוויטש
אזש שיטה מקובצת האט אנגעגריפן ברבים רבי ש"י און זיך געפרייט מיט זיין צרה

די פראבלעים איז אז מען קומט נישט מיט קיין לעזונג
ד.ה. למעשה באגעגן איך מיר כסדר מיט בחורים און יוגענטליכע וואס ספראווען זיך טעגליך מיט שווערע פראבלעימען און ווערן ממש ווי רעקרוטירט דורך אייסיס צו נעמען קאר'ס און איבערפארן מענטשן
די עדיקשאן צום סמארטפאון הארגעט זיי ממש, און מען איז דא פארנימען צו מען זאל זיך יא פרייען מיט יענעמ'ס צרה צו נישט, עס איז דא וויכטיגער'ס פון דעם

ראבינאוויטש און ענליך גייען כאטש מיט א גאנג לויט זייער טראכט וויאזוי צו אפשטעלן די ניזקין, אבער די צד השני קומט נישט מיט קיין פלאן חוץ מיט רוקד זיין על הדם.
איש את רעהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 509
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:52 pm

איש את רעהו האט געשריבן:דער עולם האקט צוזאם אויף ר' ש"י ראבינאוויטש
אזש שיטה מקובצת האט אנגעגריפן ברבים רבי ש"י און זיך געפרייט מיט זיין צרה

די פראבלעים איז אז מען קומט נישט מיט קיין לעזונג
ד.ה. למעשה באגעגן איך מיר כסדר מיט בחורים און יוגענטליכע וואס ספראווען זיך טעגליך מיט שווערע פראבלעימען און ווערן ממש ווי רעקרוטירט דורך אייסיס צו נעמען קאר'ס און איבערפארן מענטשן
די עדיקשאן צום סמארטפאון הארגעט זיי ממש, און מען איז דא פארנימען צו מען זאל זיך יא פרייען מיט יענעמ'ס צרה צו נישט, עס איז דא וויכטיגער'ס פון דעם

ראבינאוויטש און ענליך גייען כאטש מיט א גאנג לויט זייער טראכט וויאזוי צו אפשטעלן די ניזקין, אבער די צד השני קומט נישט מיט קיין פלאן חוץ מיט רוקד זיין על הדם.

מאך נישט אזא בער דערפון, ברוחניות איז עס די זעלבע דרגה עבירה ווי גזל עכו"ם (לויט אסאך שיטות.) דהיינו נעמען פוד סטעמפס און סעקשאן 8. און בערך אזא עבירה ווי רעדן לשון הרע, בגשמיות ווערט עס שוין א גרעסערע פראבלעם אבער דארט זעמיר נישט אנדערשט ווי דער גוי, אונז האב מיר ביידע די זעלבע ניסיון בגשמיות.

מ'קען נישט מאכן די עבירה גרעסער ווי אלע אנדערע עבירות מיט וואס דער דור איז געשלאגן, אידישקייט באשטייט נישט פון איין איינצעלער הלכה.

דער קאפ דארף נישט ליגן אזויפיל אין טינופת, הייב אויף די קאפ און טראכט ווי א איד, ביזט דאך דער עם הנבחר, דער ואתם תהיו לי ממלכת כהנים, געט אווער איט, די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי דעם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שלום שטיסל אום דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:26 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 968 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 945 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:55 pm

איך רעד פון יוגענטליכע און בחורים וואס איך האלט מיט ווי זיי פאלען אינגאנצען נעבעך פון אלעמען
נישט פון א איינצעלע הלכה
איש את רעהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 509
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:05 pm

איש את רעהו האט געשריבן:איך רעד פון יוגענטליכע און בחורים וואס איך האלט מיט ווי זיי פאלען אינגאנצען נעבעך פון אלעמען
נישט פון א איינצעלע הלכה

דאס קומט נישט פון קייין סמארטפאונס, א בחור אין א ישיבה האט נישט קיין סמארטפאון. דאס געשעהט געווענדליך ווען מ'נעמט אים נישט אן אין א ישיבה און ער דרייט זיך אין גאס, אדער ווען ער באקומט א נישט גוטע חינוך און ער פאלט ארויס פון ישיבה, דאן פאלט ער אין אידישקייט, צופעליג האט ער אויך סמארטפאון. דער סמארטפאון איז נישט דער גורם, דער ישיבה וואס האט אים געווארפן איז דער גורם, און דער נישט גוטער חינוך וואס ער האט באקומען איז דער גורם.

און אגב פארוואס זענען בחורים געפאלן אין אידישקייט אין אונגארן און אין פולין און אין אמעריקא ביז דער סמארפאון עפאכע, ס'איז אייביג געווען חברה וואס זענען געגאנגען לינקס
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 968 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 945 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:13 pm

פארוואס גייסטו מיט קאפ און וואנט
איך רעד פון טייערע בחורים וואס זענען נעבעך צוגרינד ברוח ובגשם
פינעם "סמארטפאון"
וואס איך האב עס מיטגעהאלטען טאג איין טאג אויס,
אזעלכע אינצידענטן האט מען נישט געהערט ביז די סמארטפאון עפאכע, דאס האב איך געהערט פון פסיכיאטארן [בכלל נישט פינעם ראבינאוויטש חדר] וואס האבן קעיר גענימען פינעם קעיס,
לעב נישט אין דריעמלענד ביטע.
איש את רעהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 509
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:15 pm

שלום שטיסל האט געשריבן: פארוואס זענען בחורים געפאלן אין אידישקייט אין אונגארן און אין פולין און...


ווען עס ווערט ל"ע נולד א פרישע מחלה האסטו שוין געהערט אמאל א דאקטאר זאגן אז אין די קרייציגלער צייטן איז מען שוין אויך געשטארבן נאך בעפאר דער מאדערנע מחלה איז ערפינדען געווארן
סאו לאדיך אפ גיי שטארב און נעם נישט קעיר
כ'גלויב נישט וואלסט געהארכט אדער געקוקט אויף אזא רופא
איש את רעהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 509
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

הודעהדורך בן אדם » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:16 pm

איש את רעהו האט געשריבן:פארוואס גייסטו מיט קאפ און וואנט

אוי פרעגסטו גוט...!
!Its over
באניצער אוואטאר
בן אדם
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2326
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:02 am
געפינט זיך: At the gym
האט שוין געלייקט: 2452 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1117 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:24 pm

ס'איז אמת אז חשוב'ע בחורים גייען אראפ פון דרך א דאנק דעם סמארטפאון, אבער שולדיג איז נישט דער סמארטפאון, נאר דער "דרך". אויב איינער איז אלערגיש צו זון-שטראלן וועט מען אוודאי זען אז ער זאל נישט צוקומען צו קיין זון-שטראלן, אבער מ'וועט נאך א סך מער פיבערהאפטיג ארבעטן אז די ביטערע אלערגיע זאל ווי פריער געהיילט ווערן.

אוודאי דארף מען טרעפן וועגן צוריקצוהאלטן אונזערע בחורים פון סמארטפאונס, ווייל לדאבונינו זענען זיי אלערגיש צו א שמעק פון דער וועלט - יא, אונזער דרך איז אזא אז אויב מ'שטעקט ארויס דער נאז אין דער ריזיגער וועלט פאלט דער גאנצער "דרך" צונויף. אבער פאראנטווארטליכע מחנכים און מנהיגים וואלטן פון דעם געזען אז נישט די זון שטראלן דארף מען עוקר זיין, נאר די אלערגיע זעלבסט. א חינוך סיסטעם וואס איז יארן לאנג געבויט געווארן מיט דער הנחה אז מ'קען בויען ריזיגע חומות ארום אונזערע קינדער ארבעט מער נישט אינעם היינטיגן דור, ווי די פילע אפגעפארענע וואוילע בחורים זענען מעיד.

שלאג דיך נישט מיט זון-שטראלן, נאר הייל די מחלה.
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1612
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6568 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:33 pm

וועמענ'ס דרך איז דעס?
חז"ל במס' ב"ב
היכי דמי אי דאיכא דרכא אחריתא רשע הוא

קען זיין ביסט חלילה או"ף ד"ע..
אין חז"ל שטייט יא אז ס'א פראבלעים פין צופיל אפענקייט מעגליכקייטן
חז"ל האבן נישט געבלעימט ווער עס האט מחנך געווען דער וואס גייט אויף אפענע מעגליכקייטען צו באגעגענען רע
נאר מען האט געבלעימט דעם הולך בדרך עקש און אים אנגעריפן מיטן פאסיגן טיטל רי"ש שי"ן עי"ן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך איש את רעהו אום מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:39 pm, רעדאגירט געווארן 2 מאל בסך הכל.
איש את רעהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 509
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:34 pm

איש את רעהו האט געשריבן:פארוואס גייסטו מיט קאפ און וואנט
איך רעד פון טייערע בחורים וואס זענען נעבעך צוגרינד ברוח ובגשם
פינעם "סמארטפאון"

איך קען טייערע אינגעלייט וואס זענען חרוב ונחרב, זיי זענען צעגרינד בגשם וברוח, זיי זענען דורכגעפוילט מיט לשון הרע׳ס, זיי האבן נעבעך אזא אדיקשאן פאר א געשמאקע לשון הרע אז ווי זיי גייען און מיט סיי וועם זיין רעדן איז עס נאר לשון הרע׳ס, ער איז ממש חרוב. די שפראך איז דיר קענטליך?

אדער קען מען זאגן, אז פלוני רעדט אסאך לשון הרע, ער גלייכט זייער א גוטער גאסיפ, נישט מער ווי נארמאל, דאס איז דער מענטשליכער נאטור, א געזונטער מענטש האט א געשמאק דערין, נאר די תורה לאזט נישט און מ׳האפט ער וועט תשובה טוהן.

מאך נישט דעם סמארטפאון פאר אזא בער וועסטו זעהן אז דער בחור׳ל איז נישט אזוי חרוב ווי די מאכסט אים, יא ער האט א שלעכטע אדיקשאן, ס׳איז נישט גוט ברוחניות און נישט בגשמיות, אבער ער ווערט נישט א חורבה דערפאר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך שלום שטיסל אום מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:38 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 968 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 945 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:37 pm

שטיסל זעהט אויס ווי עמיצער וואס האט נאך קיינמאל נישט פון דער נאנט מיטגעהאלטן פעלער ווי בחורים פאלען אינעם עומקא דתהומא און ווערן אויס אדם און צורת אדם, א שאד אז די רעדסט אויף א ענין וואס די קענסט נישט פין די נאנט
איש את רעהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 509
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

הודעהדורך ראובן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 2:59 pm

איש את רעהו האט געשריבן:וועמענ'ס דרך איז דעס?
חז"ל במס' ב"ב
היכי דמי אי דאיכא דרכא אחריתא רשע הוא

קען זיין ביסט חלילה או"ף ד"ע..
אין חז"ל שטייט יא אז ס'א פראבלעים פין צופיל אפענקייט מעגליכקייטן
חז"ל האבן נישט געבלעימט ווער עס האט מחנך געווען דער וואס גייט אויף אפענע מעגליכקייטען צו באגעגענען רע
נאר מען האט געבלעימט דעם הולך בדרך עקש און אים אנגעריפן מיטן פאסיגן טיטל רי"ש שי"ן עי"ן.


לאמיר גיין שטאטעלעך, האסט שוין אוודאי געהערט דעם אויסדרוק אז "היינטיגע צייטן דארף מען" זיך פירן אזוי, אדער "היינט פעלט אויס" אזי. דו ווייסט גאנץ גוט אז אין אלע דורות זענען געווען אנדערע דרכים פאר אידישקייט. סאטמאר'ס פעיוואריט ביישפיל איז א מיידל סקול, וואס אמאל איז עס געווען אן עבירה, און היינט האט דער סאטמארער רבי איינגעזען אז עס איז א מצוה.

א מיידל סקול איז א פיצעלע פרט. עס זענען דא טויזנטער פרטים אין אונזער אידישקייט וואס זענען א פונקציע פון דעם יעצטיגן דור און דעם יעצטיגן פלאץ, און אין אנדערע תקופות און אין אנדערע פלעצער האט מען זיך געפירט אינגאנצן אנדערש.

דאס איז אלעס פיין און וואויל ווען דער "דרך" פאסט טאקע פאר דער תקופה און פלאץ. אבער נישט נאר ווען עס געשעט א וועלט-מלחמה מעג מען איינזען אז צייטן האבן זיך געטוישט, נאר אויך ווען אין א צירקע פון זיבעציג יאר טוישט זיך די וועלט דראסטיש ארום אונז, דארפן בעלי שכל איינזען אז צייטן האבן זיך געטוישט, און וואס האט געארבעט אמאל ארבעט נישט היינט.

עקסטרעמע פארמאכטקייט (פיל מער ווי אין אנדערע תקופות אין ערטער) איז מעגליך געווען א טובה פאר אידישקייט אין תשכ"ה'ס ניו-יארק. עס האט דעמאלט געקענט ארבעטן ווייל די הנחה אז מ'קען בויען א הערמעטישע חומה ארום אונזערע קינדער איז געווען מער-ווייניגער אמת. היינט איז עס גאר ווייט פון אמת, און אז די הנחה אויף וואס אונזער דרך איז געבויט געווארן עקזיסטירט שוין נישט, דארף מען זיך כאפן ביים קאפ אז מ'דארף טוישן.

דאס איז אן אלטע מחלה וואס מענטשן האבן אז מ'באמערקט נאר איינמאליגע דראסטישע שינויים און נישט ביסלעכווייזע שינויים. אז קרויס שטריימלעך זאל ווען אויפקומען מיט א היינטיגער שטריימל אין תשמ"ב, וואלטן געווען מלחמות קעגן אים היתכן ער איז גענצליך משנה דעם הייליגן שטריימל. אבער היות די שינויים זענען געשען דורכאויס צענדליגער יארן איז עס נישט קיין עסק. אין דעם פאל איז עס נישט קיין פראבלעם, אבער אין פאל פון אונזער "דרך", איז עס א קאטאסטראפע.

סאטמארער רבי האט באלד נאכ'ן קריג איינגעזען אז עס איז פאראן א דראסטישע שינוי אין דעם חרדישן מצב פון וואס עס איז געווען דער מצב פאר'ן קריג אין אייראפע. דאס האט אים געברענגט צו טוישן דעם דרך, צו א מהלך וואס פאסט פאר דעם נייעם מצב. דער חרדישער מצב פון היינט איז מסתמא פונקט אזוי - אדער נאך מער - דראסטיש אנדערש פון דעם חרדישן מצב אין תש"י, ווי עס איז געווען אנדערש אין תש"י לגבי תרצ"ט.

אלזא, בלינדע מענטשן וועמענ'ס מוחות ארבעטן נאר אין שטויס-רעאקציע ווען דראסטישע זאכן געשעען, ווייסן בכלל נישט וואס געשעט דא ארום זיי. זיי כאפן דעם אינטערנעט ווי דעם שונא, און מיינען נעבעך אז מ'גייט עס עוקר זיין. קלוגע מענטשן, ווידעראום, האבן א ברייטערן בליק, קוקן אויף היסטאריע פון די לעצטע צענדליגער יארן, און זעען אז דער פראבלעם שטעקט אין אונזער חינוך, און נישט אזוי ווייט אין דעם סמארטפאון.

נישט אז כ'האלט אז איש את רעהו קען ווערן איבערצייגט פון מיינע ווערטער, נאר אפשר וועלן אנדערע פארשטיין וואס איך זאג דא.
באניצער אוואטאר
ראובן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1612
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 25, 2013 10:31 pm
האט שוין געלייקט: 2173 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6568 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:14 pm

נישט אז איך האלט אז ראובן קען דערהערן דעם מאמר חז"ל, נאר אולי וועלן אידן קענען דאס ניצען.
אין חז"ל ב"ב שטייט אן אויסדריק וואס מען האט פריער מעתיק געווען, און פון שנת תשכ"ה ביז תשע"ז האט עס נישט געכאפט א שינוי.

און ווידער צום קעפל
מען האקט און מען האקט ווידער אויף דעם און יענעם מהלך אבער א פלאן ווערט נישט ערווענט.
איש את רעהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 509
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:27 pm

שוין ווידער מיט דער פוסטע לאזונג פון איכא דרכא אחרינא.

א מענטש וואס קויפט א סמארטפאון כדי צו שיקען וואטסעפפ צו זיין זוהן אין ישיבה אין אירופה, איז ליכא דרכא אחרינא. איי, ער קען דאך שיקען א טויבעלע מיט א פארמעט געבינדען צום פוס? דאס איז נישט קיין דרכא אחרינא, דאס איז אן אנדערען עצה צוצוקומען צו אן אנדערען ציל.

א מענטש וואס קויפט א סמארטפאון צו קענען לייגען בילדער פון זיין קינדער אויף פעיסבוק און ליינען נייעס און שרייבען אויף ק"ש (נישט אייועלט, דאס איז טאקע אן עבירה) ווי אויך אנפיהלען די צייט אויפ׳ן באן צום ארבעט, האט קיין שום איסור נישט געטוהן, און דער וואס רופט איהם אן א רשע איז גאר דער עבריין. ער האט נישט קיין דרכא אחרינא צו באקומען וואס ער זוכט.

ווילסט פרעגען וויאזוי פארמערט מען די יראת שמים פון א מענטש אז ער זאל נישט זינדיגען אין איינער פון די תרי"ג מצוות, דאס איז דא פארשידענע מהלכים (שרייען פוי איז, ביזדערווייל, נישט איינער פון זיי). דער זאגט לערנען מוסר בהתפעלות, דער זאגט אן אטמאספערע פון דקדוק הדין, נאך איינער האלט א חיבור צום צדיק און ערגעץ טרעפט מען איינער וואס האלט אטענטישע אידישע מוזיק. עכ"פ מיט דרכא אחרינא האט עס נישט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest enemy of knowledge is not ignorance; it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 4395
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 1583 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4202 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:36 pm

איכא דרכא אחרינא האב איך נישט געברענגט דן צו זיין ווען א איד מיז ניצן א סמארטפאון וואס ער זאל טון.

ראובן האט געבויעט א קאנצעפט וואס איז מנוגד צו חכמינו ז"ל
ראובן האלט אז מען אטאקירט דעם מחנך ווען איינער גייט אויף א וועג ווי עס איז דא זון שיין, למשל ווען א בחורל זאל אנשטאט זיצן בין כותלי בית המדרש פוסטעווען א טאג אויף כל טומאות העולם [זון שיין כפי נוסח ראובני] קומט נישט צו זאגן עפעס פאר דעם בחור'ל נאר מען דארף אטאקירן דעם מחנך און דעם מחנך'ס מחנך ולמעלה
בדברי חז"ל מצינו להיפוך.

עס קומט נישט צום שמועס צו באניץ מיט א סמארטפאון הייסט דרכא אחרינא צו נישט.
איש את רעהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 509
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:57 pm

ווען די וועסט זיין גענוג רייף ווען מען ווייטער רעדן מיט דיר, אצינד כאפ א גמרא און זעץ דיר לערנען ווייל דער משגיח זוכט דיר שוין. נעם אראפ דיינע אלע זינלאזע ליידיגע אשכולות וואס די האסט דא היינט ארויף געשמירט, אויב האסטו א שולשול טראג עס דארט ווי מ'געבט עס אויס, נישט דא אין שטיבל ווייל מיר גלייכן נישט דעם גערויך.

ווי אויך הער אויף קענען אזויפיל, דארט קעסטו מיר פארזענדליך די חסידי חב"ד, דא קענסטו פארזענדליך בחור'לעך וואס גליטשען, און די נעמסט פון יעדעם אוועק די רעכט פון האבן א מיינונג ווייל די קענסט דאך יענעם, קען מיר נישט אזויפיל, ווייל ס'קוקט אויס ווי די הייבסט נישט אן צו קענען.

דיינע היינטיגע זינלאזע אטאקעס אויפן בעלזא רב און אויף חב"ד וואס האבן דיר קיינמאל נישט שלעכטס געטאהן האבן אויך נישט קיין שום פשט, די קוקסט מיר עפעס אויס ווי דער שטן אליין, שטייסט און ביזט מעורר קיטרוגים אויף כלל ישראל, נעמסט וואוילע אידן און שמירסט זיי אן מיט געמיינט לשון הרע'ס ברבים, גיי טשיל אביסל, חוץ דיר מיט נאך אנדערע בעלי לשון הרע איז כלל ישראל אויף גאנץ א גוטער לעוועל.

אצינד זעה איך פון דיר א פרישער טראלל'ישער תגובה, נישט דא קיין השומרים קארטלעך, פיין איז נישט, איך האב אויפגעמאכט אז ס'איז דא אזא זאך, נאך עפעס?
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 968 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 945 מאל

הודעהדורך סקרן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:02 pm

Pls relax
באניצער אוואטאר
סקרן
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 281
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 156 מאל

הודעהדורך יעקב מענטש » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:04 pm

איש את רעהו האט געשריבן:איכא דרכא אחרינא האב איך נישט געברענגט דן צו זיין ווען א איד מיז ניצן א סמארטפאון וואס ער זאל טון.

ראובן האט געבויעט א קאנצעפט וואס איז מנוגד צו חכמינו ז"ל
ראובן האלט אז מען אטאקירט דעם מחנך ווען איינער גייט אויף א וועג ווי עס איז דא זון שיין, למשל ווען א בחורל זאל אנשטאט זיצן בין כותלי בית המדרש פוסטעווען א טאג אויף כל טומאות העולם [זון שיין כפי נוסח ראובני] קומט נישט צו זאגן עפעס פאר דעם בחור'ל נאר מען דארף אטאקירן דעם מחנך און דעם מחנך'ס מחנך ולמעלה
בדברי חז"ל מצינו להיפוך.

עס קומט נישט צום שמועס צו באניץ מיט א סמארטפאון הייסט דרכא אחרינא צו נישט.

הגם ס'איז זעלטן וואס איך טרעף מיך אויף איין בלאט מיט ראובן, האלט איז אז ער האט דא א נקודה.

איך וואלט עס נישט אנגערופן א 'נייע' מהלך אין אידישקייט, איך וואלט עס אנגערופן די איינציגע מהלך אין אידישקייט.

איך בין בהחלט אנטקעגן 'אפענקייט' און די אנדערע סארט משכילישע-סטיל מושגים וואס ראובן האלט אז מ'דארף האבן אין יארע 2017.

אבער איך בין יא פאר 'חינוך', אנשטאט זיך צו פארלאזן אויף isolation וואס האט אמאל געארבעט און ווערט מער און מער אוממעגליך, וואלט מען זיך געדארפט פארלייגן אויף education מחנך זיין אונזערע קינדער צו אהבת תורה ומצוות, אזא מין חינוך וואס וואלט זיך געהאלטן אפי' ווען ער זאל ווען גיין אין פאבליק סקול, נישט ער זאל אלעס פארלירן איינמאל ער קומט אין בארירונג מיט די אלגעמיינע גאס.
יעקב מענטש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 502
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 498 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:07 pm

שלום שטיסל האט געשריבן:
קענסטו מיר פארזענדליך די חסידי חב"ד, דא קענסטו פארזענדליך בחור'לעך וואס גליטשען, און די נעמסט פון יעדעם אוועק די רעכט פון האבן א מיינונג
חלילה נעם דיר דיין מיינונג, זאג עס, נאר א שאאד די רעדסט אן וויסן די זאכן פון די נאנט

זינלאזע אטאקעס אויפן בעלזא רב און אויף חב"ד
באריכטן נייעס פון בעלזא רב'ס שטוב איז זינלאז אטאקירט ?

די קוקסט מיר עפעס אויס ווי דער שטן אליין,
וואאא שיינער אויסדרוק וואס ביסטו אזוי גערעגט ווען מען ניצט עס אויף אנדערע?
שטייסט און ביזט מעורר קיטרוגים אויף כלל ישראל
די שטייסט און האקסט צאם אויף דעם און יענעם, ווען איינער זאגט עפעס וואס געפעלט נישט ווערט יענער דער סמ"ך מ"ם זעלבסט
איש את רעהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 509
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

הודעהדורך שלום שטיסל » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:10 pm

חוקר וסקרן האט געשריבן:Pls relax

וואס טשיל, קוק דא דורך זיינע תגובות זאג מיר אויב די טרעפסט עפעס צום זאך, ער טראלל'ט ארום און עפענעט פיסטע אשכולות. קוק דורך זיינע צגובות, ממש צו באווינדערן זיין וויאזוי א איי קיו קומט אראפ צו אזאנע שטאפלן
באניצער אוואטאר
שלום שטיסל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 5:36 pm
האט שוין געלייקט: 968 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 945 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:11 pm

יעקב מענטש האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:איכא דרכא אחרינא האב איך נישט געברענגט דן צו זיין ווען א איד מיז ניצן א סמארטפאון וואס ער זאל טון.

ראובן האט געבויעט א קאנצעפט וואס איז מנוגד צו חכמינו ז"ל
ראובן האלט אז מען אטאקירט דעם מחנך ווען איינער גייט אויף א וועג ווי עס איז דא זון שיין, למשל ווען א בחורל זאל אנשטאט זיצן בין כותלי בית המדרש פוסטעווען א טאג אויף כל טומאות העולם [זון שיין כפי נוסח ראובני] קומט נישט צו זאגן עפעס פאר דעם בחור'ל נאר מען דארף אטאקירן דעם מחנך און דעם מחנך'ס מחנך ולמעלה
בדברי חז"ל מצינו להיפוך.

עס קומט נישט צום שמועס צו באניץ מיט א סמארטפאון הייסט דרכא אחרינא צו נישט.

אבער איך בין יא פאר 'חינוך',
אנשטאט זיך צו פארלאזן אויף isolation וואס האט אמאל געארבעט און ווערט מער און מער אוממעגליך, וואלט מען זיך געדארפט פארלייגן אויף education מחנך זיין אונזערע קינדער צו אהבת תורה ומצוות, אזא מין חינוך וואס וואלט זיך געהאלטן אפי' ווען ער זאל ווען גיין אין פאבליק סקול, נישט ער זאל אלעס פארלירן איינמאל ער קומט אין בארירונג מיט די אלגעמיינע גאס.


א מיליאן פראצענט אז בזמנינו איז וויכטיגער מער פון אייביג דאס בויען די קינדער און שטארק מאכן זייער אידישע יסודות און מהלך החיים
דאס נעמט נישט אוועק פון דברי חז"ל וואס רירן זיך נישט פון ארט פאר הויכע עליטע און עלאקוואנטע שפיציגע דברי חכמה.
איש את רעהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 509
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן

הודעהדורך החוקר » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:21 pm

במחילת כבודך הרמה, מיין איך אז די מאכסט א שטיקל קוגל מיט נאר צוויי באשטאנדטיילן, "סמארטפאון", "אפפארן", יעדע טייערע בחור'ל וואס פאלט נעבעך, איז א מיליאן פראצענט דא נאך סיבות, און ווי @ראובן האט ערווענט לגבי אידישקייט בכלליות איז דא אזוי, אז מען קען אמאל נישט באמערקן די קלענערע שינויים.
איז נאריש ווען מען וויל דערגיין וויאזוי צו פארעכטן, זיך צו נעמען איבער איין פרט, ווייל פונקט ווי למטה האט איינס געברענגט די צווייטע, אזוי ארבעטן עס למעלה אויך. לאמיר דיר פרעגן, רוב היימישע רבנים און עסקנים האקן אויף אינטערנעט אפילו פאר בעלי בתים, פארוואס האט דער בחור בכלל א סמארטפאון? אויב שוין יא פארוואס האט ער נישט קיין פילטער, אויב איז ער געווען וואויל און פיין פארדעם? איך קען פערזענליך עטליכע עלטערע בחורים (אדער געוועזענע) וואס האבן נישט די סמארטפאון לצורך פרנסה, , און זיי האבן פילטער'ס מיט דעם אלעם.
היוצא לנו מזה, די סמארטפאון איז כמעט קיינמאל די אנהויב, און אפילו ווען יא איז די חינוך טיילמאל שילדיג, וויל כהיום ווען א בחור וועט אריינגיין צו גדר/משומר אז ער וויל א פילטער, וועט מען אים זאגן אז אונזערע רבנים לאזן בחורים נישט האבן קיין סמארטפאון, וואס מיינסטו וועט ער טון, צוריקטראגן די פאון צו ווערייזאן?
החוקר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 239
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:27 pm

בחורים מיט פראבלעימען זענען אלץ געווען, נאר פראבלעימען זאל זיך ענדיגען אזוי פאטאל איז קלאר צו פארדאנקען די סמארטפאון עפאכע.

יעצט צו מען דארף און מען איז מחוייב צו טון פאר יסודות'דיגע חינוך מער, איז בלי ספק אז מען דארף. אבער פארלייקענען כאילו דער סמארטפאון איז גארנישט נאר בלויזע זו"ן שטראל"ן איז דעניי''ד פאקטן.
איש את רעהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 509
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן

הודעהדורך החוקר » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:34 pm

די סמארטפאון איז נישט שילדיג ווען אלעס קלאפט ווען. א בחור וואס הייבט אן פאלען, און די וואס פארען זיך מיט אים זעען ער זאל האבן א פילטער, אויספילן א סדר היום וכדו', וואס איז ער אנדערש פון אנדערע וואס האבן אפס און דאונס.
החוקר
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 239
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 75 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

הודעהדורך איש את רעהו » מיטוואך יאנואר 25, 2017 4:38 pm

הייסטעס די מחנך איז שולדיג פארוואס דער בחור איז אויסגעשטעלט צום סמארטפאון וכל תועבות העולם.

אין חז"ל שטייט אז ווען א בחור קען גיין דורך א מקום ווי זיינע אויגן זאלן נישט זען שלעכט און ער גייט יא דארט ווי עס איז דא פראבלעימען
האלט מען נישט פאר דעם מחנך פארוואס ער שטעלט אים נישט צו צו קענען גיין אפילו במקום ווי עס איז דא ליכט שטראלן
נאר מען רעדט צום בחור מיט 3 אותיות.
איש את רעהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 509
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:21 am
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

נעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און איין גאסט