בלאט 4 פון 5

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:09 pm
דורך moshav zekeinim
ווייל דער גאנצער טאראראם איבערן סמארטפאון אלס רוחניות'דיגער טראגעדיע ווערט אנגעלייגט אויף דעם אויסדרוק רשע פון ר' חייא.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:20 pm
דורך שלום שטיסל
אידן טייערע לאמיר בלייבן קאנסטראקטיוו, לאזט אייך אפ פון דעם טראלל [tag]איש את רעהו[/tag], ווי ער זאגט מיר אין אישי וויל ער זיך סתם אונטערהאלטן אויפן עולם'ס חשבון. ער איז נישט בשיטה מיט וואס ער זאגט, ער וויל קריכן דעם עולם אויף די נערווען, איגנארירט אים און פירט ווייטער די דיסקוסיע אן אים. ער לאכט פון ענק אז ענק ענטפערן אים בכלל. מ'רעדט דא פון א ערענסטע טראלל, די בעסטע וועג פטור צו ווערן פון אים איז איגנארירן.

היות ער פארמאגט נאך אסאך ניקים איז גוט צו האלטן די כלל פאר די אויגן ביי יעדע פון זיינע ניקים, ער איז דא צו טראלל'ן און לאמיר אים איגנארירן.
דא האט איר א טיילווייזע ליסט פון זיינע ניקים דא אין שטיבל, איך וויל שפעטער צולייגן נאך.
[tag]ישמעאל הכהן[/tag]
[tag]נטורי קרתא עסקן[/tag]
[tag]נאר,,פרייליך[/tag]
[tag]איש את רעהו[/tag]
ווער ס'ווייסט פון נאך ניקים אונטער וואס דער טראלל באהאלט זיך איז מכובד עס צו געבן א עליה אין דעם אשכול.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:32 pm
דורך איש את רעהו
שלום שטיסל האט געשריבן:ווי ער זאגט מיר אין אישי וויל ער זיך סתם אונטערהאלטן אויפן עולם'ס חשבון. ער איז נישט בשיטה מיט וואס ער זאגט, ער וויל קריכן דעם עולם אויף די נערווען

להד"ם
קען זיין די האסטיר דאס גע'אישי'ט
אזויפיל ווייסיך פון אישי אז די האסט מיר גערודפט פארן שרייבן דעם אשכול אויף א שרעקליכן פארנעם, פארוואס ווייסיך נישט,
עס איז א זינלאזע אטאקע אזוי צו אטאקירן איינער וואס זאגט אנדערש וויאזוי אנצוקוקען דעם בעל ה'סמארטפאון.

Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:17 pm
דורך דעת תורה
פארוואס מישסטו אריין ישמעאל הכהן'ן אין דעם געמויזעכטס?

Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:22 pm
דורך החוקר
וואס איז דאס א "בעל ה'סמארטפאון"?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:39 pm
דורך איש את רעהו
החוקר האט געשריבן:וואס איז דאס א "בעל ה'סמארטפאון"?

איימיצער וואס באזיצט א סארטפאון

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:45 pm
דורך שלום שטיסל
.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 9:52 pm
דורך איש את רעהו
ס'דערמאנט א פאסיג ווארט פון פרשת השבוע
הקב"ה האט גערעדט די וואך במשפט למשה צוליב וואס משה רבינו האט געזאגט דעם למה הרעותה
עס דארף טאקע א הסבר וואס משה רבינו האט אזוי זיך אויסגעדריקט, אין א צייט וואס הקב"ה האט אים שוין אלץ פאראויסגעזאגט אז פרעה וועט שווערער און הארטער ווערן מיט זיין מיינונג, און נאכדעים וועט ארויסקומען די ישועה פארן כלל ישראל, וואס האט אזוי געארט פאר משה
האב איך געהערט פון אן אדם גדול, אז משה רבינו האט נישט געקענט צוקוקען ווי כלל ישראל געפינט זיך אין א מצב אז 'דתן ואבירם' ווערן גאר די וואס נעמען זיך אן פארן כלל ישראל און זענען דורש בטובתם ווי מען זעהט אין פסוק ה' כ"א ווי די דתן ואבירם ווערן גאר די וואס זארגן פאר אידן, און כאילו משה רבינו איז דער מבאיש ריח פאר כלל ישראל און זיכט נישט זייער טובה, ע"כ.

ווען מען זעהט ליצנים פון אינזערע הייליגע חכמים ווערן גאר די דורשי שלומם של ישראל דערמאנט זיך די מעשי דתן ואבירם.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:12 pm
דורך moshav zekeinim
זאגן דער אמת הייסט נישט ליצנות

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:22 pm
דורך איש את רעהו
moshav zekeinim האט געשריבן:זאגן דער אמת הייסט נישט ליצנות

דער... זאל ארויסגיין פון מקוה.

Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 11:28 pm
דורך החוקר
איש את רעהו האט געשריבן:איר זאלט מיר מוחל זיין
להבדיל ביי די אומה"ע איז אויך דא א באוועגונג צו פטור ווערן פינעם סמארטפאון עדיקשען עס איז פשוט כביעתא בכותחא אז די כלי איז א מחריב, עס איז דא מאנכע סמארטפאונס עדיקט'ס וואס לאזט זיי נישט זעהן דעם ווארהייט
עס האט בכלל נישט צו קיין פרומקייט אדער קנאות

שוין ווידעראמאל טוסטו דאס, דו מישט צוזאם זאכן, דו ביסט עס מיישב, און דו ווילסט עס נוצן פאר א קשיא????

ליין גוט איבער
איש את רעהו האט געשריבן:עס האט בכלל נישט צו קיין פרומקייט אדער קנאות

אזוי ווי דו זאגסט, אקוראט אזוי. עס איז איז דא מענטשן וואס ווערן עדיקטעט צו זאכן וואס איז זייער נישט געזונט, מי בכה ומי בכה, איינער האט דעם ביטערן טראפן, א צווייטער ציגארעטלעך, א דריטער געמבלען, און פערטער די סמארטפאון, עדיקשאן איז אבער נישט קיין אידישקייט פראבלעם, עס כלליות'דיג נישט גוט.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 28, 2017 7:55 pm
דורך איך אויך
שלום שטיסל האט געשריבן:אידן טייערע לאמיר בלייבן קאנסטראקטיוו, לאזט אייך אפ פון דעם טראלל [tag]איש את רעהו[/tag], ווי ער זאגט מיר אין אישי וויל ער זיך סתם אונטערהאלטן אויפן עולם'ס חשבון. ער איז נישט בשיטה מיט וואס ער זאגט, ער וויל קריכן דעם עולם אויף די נערווען, איגנארירט אים און פירט ווייטער די דיסקוסיע אן אים. ער לאכט פון ענק אז ענק ענטפערן אים בכלל. מ'רעדט דא פון א ערענסטע טראלל, די בעסטע וועג פטור צו ווערן פון אים איז איגנארירן.

היות ער פארמאגט נאך אסאך ניקים איז גוט צו האלטן די כלל פאר די אויגן ביי יעדע פון זיינע ניקים, ער איז דא צו טראלל'ן און לאמיר אים איגנארירן.
דא האט איר א טיילווייזע ליסט פון זיינע ניקים דא אין שטיבל, איך וויל שפעטער צולייגן נאך.
[tag]ישמעאל הכהן[/tag]
[tag]נטורי קרתא עסקן[/tag]
[tag]נאר,,פרייליך[/tag]
[tag]איש את רעהו[/tag]
ווער ס'ווייסט פון נאך ניקים אונטער וואס דער טראלל באהאלט זיך איז מכובד עס צו געבן א עליה אין דעם אשכול.

אזויפיל ווייס איך אז דער חכם האט מיר אויך געטראלט אין אישי. אויב ער איז מסכים וועל איך ארויסלייגען זיין אישי צו מיר.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 28, 2017 7:56 pm
דורך איך אויך
.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 8:41 pm
דורך אייראפעישער חסיד
.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 29, 2021 8:43 pm
דורך אייראפעישער חסיד

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 7:59 pm
דורך מיין אמת
שלום שטיסל האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:איך רעד פון יוגענטליכע און בחורים וואס איך האלט מיט ווי זיי פאלען אינגאנצען נעבעך פון אלעמען
נישט פון א איינצעלע הלכה

דאס קומט נישט פון קייין סמארטפאונס, א בחור אין א ישיבה האט נישט קיין סמארטפאון. דאס געשעהט געווענדליך ווען מ'נעמט אים נישט אן אין א ישיבה און ער דרייט זיך אין גאס, אדער ווען ער באקומט א נישט גוטע חינוך און ער פאלט ארויס פון ישיבה, דאן פאלט ער אין אידישקייט, צופעליג האט ער אויך סמארטפאון. דער סמארטפאון איז נישט דער גורם, דער ישיבה וואס האט אים געווארפן איז דער גורם, און דער נישט גוטער חינוך וואס ער האט באקומען איז דער גורם.

און אגב פארוואס זענען בחורים געפאלן אין אידישקייט אין אונגארן און אין פולין און אין אמעריקא ביז דער סמארפאון עפאכע, ס'איז אייביג געווען חברה וואס זענען געגאנגען לינקס

איך האב אמאל געהערט פון א יוגענטליכער פון ענגלאנד וואס האט זיך ל''ע אינגאנצן אמעריקאניזירט און אפגעלאזט די ענגלישע שטאלץ, און די צייטונגען האבן נאך דעם געשטורעמט אז איבער 40% פראצענט יוגענטליכע פאלן אוועק צו אנדערע קולטור'ן ובפרט צו אמעריקע, ובכן איז מען זיך צוזאמגעקומען מטכס עצה צו זיין...

הלצה אין א זייט געלייגט, על פי דרך הטבע וועט פון א יעדע סארט לייף סטייל מענטשן אנקומען צו אנדערע סארט לייף סטיילס, סאו מיין שאלה איז פארקערט, פארוואס גייען אזוי ווייניג אוועק צו אנדערע קולטור'ן, נאך דערצו most of them פון שווערע בעקגראונד,
סא פון וואס ווערן זיי צוריקגעהאלטן?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 30, 2021 8:21 pm
דורך מיין אמת
יעקב מענטש האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:איכא דרכא אחרינא האב איך נישט געברענגט דן צו זיין ווען א איד מיז ניצן א סמארטפאון וואס ער זאל טון.

אבטולמוס האט געבויעט א קאנצעפט וואס איז מנוגד צו חכמינו ז"ל
אבטולמוס האלט אז מען אטאקירט דעם מחנך ווען איינער גייט אויף א וועג ווי עס איז דא זון שיין, למשל ווען א בחורל זאל אנשטאט זיצן בין כותלי בית המדרש פוסטעווען א טאג אויף כל טומאות העולם [זון שיין כפי נוסח אבטולמוס] קומט נישט צו זאגן עפעס פאר דעם בחור'ל נאר מען דארף אטאקירן דעם מחנך און דעם מחנך'ס מחנך ולמעלה
בדברי חז"ל מצינו להיפוך.

עס קומט נישט צום שמועס צו באניץ מיט א סמארטפאון הייסט דרכא אחרינא צו נישט.

הגם ס'איז זעלטן וואס איך טרעף מיך אויף איין בלאט מיט אבטולמוס, האלט איז אז ער האט דא א נקודה.

איך וואלט עס נישט אנגערופן א 'נייע' מהלך אין אידישקייט, איך וואלט עס אנגערופן די איינציגע מהלך אין אידישקייט.

איך בין בהחלט אנטקעגן 'אפענקייט' און די אנדערע סארט משכילישע-סטיל מושגים וואס אבטולמוס האלט אז מ'דארף האבן אין יארע 2017.

אבער איך בין יא פאר 'חינוך', אנשטאט זיך צו פארלאזן אויף isolation וואס האט אמאל געארבעט און ווערט מער און מער אוממעגליך, וואלט מען זיך געדארפט פארלייגן אויף education מחנך זיין אונזערע קינדער צו אהבת תורה ומצוות, אזא מין חינוך וואס וואלט זיך געהאלטן אפי' ווען ער זאל ווען גיין אין פאבליק סקול, נישט ער זאל אלעס פארלירן איינמאל ער קומט אין בארירונג מיט די אלגעמיינע גאס.

סאו מיין סאלושען פאר "סמארטפון'ס פאר בחורים'' איז פשוט, לייג אריין א חיות אין זייער לעבן מיט טאלאנט, פארטיען טאנצונגען, ספארטס, ארט, וכו' וכו', אז מען וועט אזוי טון וועלן בחורים אסאך ווייניגער ווערן אדיקטעט צו פאונס וכו',
ויקוים הפסוק עוד ישמע בערי יהודה קול חתן וקול כלה "ונערים ממשתה נגינתם''.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 01, 2021 12:37 am
דורך nespresso
הונדערט פראצענט, די וועלט שיינט אזוי שטארק אויף די אנדערע זייט, געב אים צו טשילען אביסל א באלל געים יעדן טאג וכדו', וועט עס מאכן אז בחורים זאלן נישט דארפן זוכן אנדערע זאכןַ

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 02, 2021 1:03 am
דורך אויסגעהאלטן
כ'ווייס נישט בחורים טאנצן יעדע נאכט אויף חתונות - אדער סתם אזוי און געבן זיך פעסט אויס און איך זעה נישט ווי ס'האט געהאלפן
#ומניחבקדושה

Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 3:31 am
דורך מיין אמת
וועגען וואס מען קען יא טון, האב איך אן איידיע מיט וואס אנצוהייבען ,קאפי די פראגרעמס פין סקול צו חדר, ר''ח פראגרעמס, עקטען, גראמען, וכו' וכו', און לאמיר טראכטען פין די יונגלעך פון 16/17 יאר וואס וואס וואלטען געקענט אריינברענגען אזויפיל חיות און Joy אין ישיבה אנפירענדיג די קריערעוו חלקים פינעם טאג אין אויסדריקענדיג טאלאנט (אזוי ווי דא אויף קאווע שטיבל), ווי א שענערע און געזונטערע יוגענט קען מען מאכען !
אין לאמיר נישט פארגעסן טינקעלקייט טרייבט מען נישט אוועק מיט שטעקענעס נאר מיט ליכטיקייט.

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk

Re: מען האקט און האקט אבער אן א פלאן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 9:44 am
דורך דער גאלדענער אדלער
דברות קודש פון הרב שמעון ראסל און הרב י"י דזעקאבזאן, באופן שו"ת.
וויאזוי צו טוישן די סיסטעם פונעם אמאליגן ראסטיגן חינוך וואס ארבייט שוין נישט היינט.

ס'טאקע לאנג, איבער דריי שעה, אבער ווערט יעדע מינוט.
הערט און האט הנאה.


https://youtu.be/NU3pSaeRooY

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 10:18 am
דורך ליב צו וויסן
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:דברות קודש פון הרב שמעון ראסל און הרב י"י דזעקאבזאן, באופן שו"ת.
וויאזוי צו טוישן די סיסטעם פונעם אמאליגן ראסטיגן חינוך וואס ארבייט שוין נישט היינט.

ס'טאקע לאנג, איבער דריי שעה, אבער ווערט יעדע מינוט.
הערט און האט הנאה.


https://youtu.be/NU3pSaeRooY

Sent from my SM-G991U using Tapatalk


ס'ארבעט זייער גוט, אויב וויל מען אנקומען צו זייערע גאולס... :lol:

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 23, 2021 11:12 am
דורך מורינו ורבנו
אז ס'ברענט א פייער, טוט מען וואס מען קען... יעדער לעשט!