סמארט פאון ראדיקאליזם

באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

סמארט פאון ראדיקאליזם

שליחה דורך פליקער »

אפענע בריוו

לכבוד הרב המגיד ר' יצחק אייזיק קרושבסקי שליט''א

איך וואלט זייער געוואלט דורך שמיסן אייער פסק וואס אייער כוח התורה האט ג'פסק'ט ברוב עם אין קאנטינענטעל מיט א וואך ציריק יום ה' פרשת במדבר. וזה לשון קדשך 'ווען א טאטע אדער א מאמע ברענגען אהיים אינדערהיים אזא כלי, און זיי ווילן צייגען פארן קינדער א אינטערעסאנטע בילד, צייגן א בילד פון די הדלקה אין מירון צי סיי וועלכע אנדערע בילד עס זאל נאר נישט זיין, איז מען מחיוב צי זאגן פאר די טאטע מאמע אז מען טאר נישט, איך וויל נישט קוקן אויף דעם, עס איז נישט קיין חוצפה. די היינטיגע דור האט זיך פלוצלינג גענומען איבער די עבודה פון חוצפה. חוצפה ווערט נישט געמאסטען מיט אינזערע מיינונגען, חוצפה האט די תורה קובע געווען וואס חוצפה איז, ווען א טאטע מאמע זאגן פאר א קינד ער זאל מחלל שבת זיין, טארסט אים נישט פאלגען דעם טאטען, ווי די חוצפה, עס איז קיין שום חוצפה נישט, די תורה שטעלט אינז אוועק די גדרים נישט די צייטונגען זענען אינזערע מחנכים.

ווען א טאטע מאמע וויל ווייזן א בילד פאר א קינד זאל ער וויסען אז די טאטע מאמע ווילן אים מעביר זיין על הדת, אראפ פירן מכל התורה כולה, כי בקש להדיחך מעל השם אלקיך, לא תשמע לו, ולא תאבה לו, מען טאר אים נישט פאלגען, כי יסותך אחיך או אמיך, עס איז נישט קיין שום חילוק, מען טאר נישט פאלגען טאטע מאמע, ווען א טאטע מאמע ברענגען אריין אינדערהיים אזא כלי, מעג א קינד גיין און עס ציברעכן, ער מעג עס נעמען און אריין ווארפען אין סוער אריין בלי שילם, ווייל א טאטע מאמע וואס ברענגען אריין אזא כלי, זענען זיי פשוטע רוצחים, פשוטע רוצחים'. ולא עד כאן לשונו הזהב.

איך האב געהערט אויסצוגען פון אייער שארפע דרשה, אוו איך בין ממש געפלעפט פון אייער שארפע פסק, איר האט זיך אינטערגענומען א גאר שארפע מהלך פון וואס די וועלט וועט ליידען פאר פיל גענעראציע'ס, דעריבער וואלט איך אייך געפרעגט א פשוטע קשיא מהיכן דנתנו, פון ווי האט איר גענימען אייער פלייצע צי זאגן פאר מיין זין וואס עס איז חוצפה און וואס ער האט צי טון מיט מיין כלי, האט איר קלאר פארשטאנען וואס עס וועט פאסירן מהיום והלאה, ווייסט איר ווי ווייט גרייכענד אזעלכע נאכלעסיגע רייד וועלן אנקומען.

כה עשו אבותיכם ווען די ציונים ימ''ש האבן אויסגעריסן דאס ווארט כיבוד אב און מסביר געווען פארן איגענד אז זייערע עלטערען זענען אלט מאדיש, און מען טאר זיך צי זיי נישט צוהערן, און אז דאס איז נישט בגדר חוצפה, נאר זיי פארשטייען נישט צים נייעם דור, צו די היינטיגע צייטען, די חילוק איז אז די ציונים האבן זיך כאטש אינטערגענימען מחנך צי זיין די קינדער ווען זיי וועלן עולה זיין, און זיי געגעבן מכל חי' עולם הזה, וואס זאגט איר צו פינקטלעך, וועט איר זיי מחנך זיין, וועט איר זיי מחנך זיין מהיום אם בקולך תשמעו, אדער איר זענט נאר גאר וויליג צי פארדארבן די חינוך וזהו, ווי זאל איך אפדראפן מיינע קינדער זיי זאלן אויפוואקסען האלב נארמאל כאטש.

איר האט עובר געווען אויף לשון הרע ווען איר האט מלבין געווען טויזענטער אידן וואס קלאמערען זיך טאג טעגלעך צי מחנך זיין די קינדער על התורה ועל עבודה, און צאלען אוועק שווערע געלטער פאר חינוך און פאר כשרע פילטער'ס, ווען האט זיי געלייגט פשוט צווישען די עובדי אלילים ועיר הנדחת, איר האט זיי אלע מבזה געווען פארנט פון אינזערע קינדער אז מיר זענען בכלל לא תאבה לו, לא תשמע אליו, לא תחמול ולא תכסה, ווען איר האט נישט קיין אהנונג צי איינער דינט עבודה זרה מיט א סמארט פאון, קיינער איז נאך נישט געגאנגען דינען אלוהים אחרים מיט א סמארט פאון, אבער לשון הרע איז קלאר לכל הדיעות ערגער ווי די ג' עבירות חמירות, און איר זענט דעריבער אין דעם כלל.

סך הכל איז דאס א איסור וואס היינטיגע רבנים שליט''א האבן ארויף געלייגט כדי מיר זאלן זיך דערווייטערען פון א עבירה, זענט איר געגאנגען אוו געמאכט דערפון א עבירה ווי עבודה זרה, אזוי האט דער נחש הקדמוני געטון ווען ער האט געזאגט פאר חוה לא תגע בו, קיין שום רב האט נישט געאסרט קיין סמארט פאון בנגיעה, נאר אז מען זאל עס פילטערען מיט א פילטער, על כן ווי אזוי ווילט איר אז מיין זין זאל זיך אויסלערנען ווי אזוי מען גייט זיך אים מיט א סמארט פאון, וואס יעדע בר דעת און יעדע ערליכע רב פארשטייט אז עס וועט נאר ווערן מער וויכטיג מיט די צייט ווי היינט, און אנדערע ווערטער אויב היינט דארף מען עס נאר האבן לצורך פרנסה וועט מען ביז פינף יאר נישט קענען דורך שטיפן קיין טאג טעגליכען אן קיין סמארט פאון, ואם כן בין איך יא מחיוב על פי תורה אים מחנך צי זיין און אים צייגן אז מען קען זעין מירון אוו ווי אלע ערליכע רבנים פירן טיש, און מען קען יא זען נארמאלע זאכן, און מען ברויך נישט ליגן אין שמיץ, גענוי ווי א טאטע איז מחייב אויסלערנען שווימען, און א פאך, אויב נישט איז ער מלמדו ליסטוס אטאמאטיש, איז א סמארט פאון די היינטיגע שווימען און די היינטעגע פאך וואס מיר זענען מחיוב אים אויסלערנען.

מיט אייער דעמאגאגישע רייד, וואס אגב איז נאך נישט געהערט געווארן באפאר אייך פון קיין שום רב ופוסק, האט איר סך הכל געגעבן פאר יעדע קינד א קורדם לחפור בו, און פאר סיי וועלכע זאך וועט ער ניצען דעם וואפען קעגען זיינע עלטערן. ועוד זייט ווען גייט די פסוק לא תשמע אליו ארויף אויף א קינד, די פסוק גייט נאר ארויף אויף א בי''ד אדער לכל הפחות א גדול, זיך נישט פארפירן פון קיין רבנים אדער נביאי שקר ווען זיי רעדען אין די נאמען פון די הייליגע תורה, אדער ווען א טאטע הייסט א קינד עובר זיין אויף א מצות עשה אדער א לא תעשה, און עס גייט פיל ענדערש ארויף אויף אייך ווי אויף מיר.

פון ווי נעמט איר אז אויב א קינד זעט א בילד אויף א סמארט פאון וואס ער האט געכאפט אין מירון האט די זעלבע דין ווי דין עבודה זרה, אוו דערמיט איז עס געגליכן כאילו דער טאטע מאמע בעט זיך ביים קינד ער אז די תורה לאזט עסן חזר, און ער זאל פאלגען, פון ווי נעמט זיך אזעלכע פאנטאסטישע באמבאסטעשע צוגלייך, עס איז דאך שקר, ער איז דאך א מדקדק בקלה כבחמורה, סך הכל ווייזט ער אים א בילד, וואס ער האט געכאפט פונעם רבין שליט''א.

ווי האט איר געקענט פארזען א קלארע הלכה אין שלחן ערוך סימן קמ''ב סיעף ט וז''ל אפילו אביו רשע ובעל עבירות מכבדו ומתירא ממנו וכו' ואך לצערו אסור. וסיעף י' ראה לאביו שעובר על דברי תורה לא יאמר לו עברת על דברי תורה, אלא יאמר לו, אבא כתיב בתורה כך וכך, כאלו שואל ממנו ולא כמזהירו, והאב יבין ולא יתבאש. אגב איך האב עס געגוגלט. און די שלחן ערוך רעדט פון גרויסע קינדער וואס זענען מחיוב במצות, און פון געהעריגע עבירות, נישט פון ספק ספיקה קרוב לקרוב לסיג עבירות, ובפרט נאר א בילד וואס קען מקרב זיין עבירות און יארן ארים אולי יא ואולי נישט.

נאר וואס דען אייער שנאה צי א ארבייט'ס אינגערמאן, וואס גייט דורך מידי יום ויום אזעלכע שווערע ניסיונות, און אייערע אפערוויליקייט זיך אנצוהערן מיט כל ערליי רכילות אויפן אזוי וויכטיגען סמארט פאון האט איר מדמה געווען זען א בילד צי כופר זיין בעיקר, זענט איר געפאלן א קרבן צי די פרימאקעס וואס האבן נישט קיין שום אנדערע דאגה בליבם נאר אז מיר זאלן ווערן אזוי פאנאטיק ווי זיי, און זיי זאלן האבן א פילען קאנטראל אויף אינזע און אינזערע קינדער'ס מוחות לעשות כרצונם הטוב כחומר ביד היוצר.

ווי מיר ווייסן איז משך די דורות אלע מאל געווען שווערע ניסיונות וואס כלל ישראל האט דורך געמאכט, פון די חורבן וואס השכלה אנגעמאכט, צי ציונות וואס האט אוועקגעריסן גרויסע חלקים פון כלל ישראל, צי טאקע עבודה זרה ממש ווען עס איז געווען צייטן וואס כלל איז באשטאנען טאקע נאר פון א קליין הייפעלע, בימי הנביאים, און די צייטען וואס מען האט ווידער געשפעניגט די הייליגע נביאים, און די נוצרים צדוקים ביתותים וכו', האט מען קיין מאל נישט געזען די הייליגע חכמים ניצען דעם טאקטיק, זיך צי נעמען צי די קינדער, אלע מאל האבן זיי געשריגען דעם דבר אמת וואס האט דורך געשניטען דעם לב ערל, ביז כלל ישראל האט זיך געכאפט און תשובה געטון, קיין מאל און אינזער היסטאריע האט מען נישט געניצט קיין קינדער זאלן מוסרן די עלטערן, טא פון ווי האט איר גענימען די חוצפה עס צי טון, ווען דער רבי ז''ל האט געבליטיגט וועגן שייטלען צי טעלעוויזיע, האט ער איין מאל משך איינע פון זיינע טויזענטער דרשות חלילה געניצט אזא ווילדע טאקטיק, אדרבה פרעגט סיי וועלכע איד וואס האט זיך געדרייט אין אינזער חדר צי ער האט עס אמאל געטון. די טאקטיק איז נאר געניצט געווארן דורכאויס היסטאריע דורך אלע רשעי ישראל אדער אלע צר הצורר'ס ווי רוסלאנד און ציונים וכו', אז די קינדער זאלן פארמסר'ן זייערע עלטערען, דאס איז נישט קיין שום תורהדיגע בליק, נאר פינסטערע רשעות איינגעהילט מיט פרו''ם'קייט.

און איצט וועל איך זיך באציען צו אייער לעצטע קאמענט פינעם אויסצוג, רוצחים, אז א טאטע מאמע ווייזט א בילד איז א רוצח, מנלן הא, לאמיר זאגן א שגץ א טמא, אבער רציחה, וואס פאר א ביטערע געלעכטער. לאמיר עס לייגען אין פראספעקטיוו, איינער האט א כשר'ע סמארט פאון, און באקומט א געלינגענע וויץ אויף א אימעל, און דאס קינד פרעגט טאטי וואס איז געווען די וויץ, האב איך צוויי ברירות פאר מיר, איינס זאגן דאס קינד, עה עס איז נישט פאר דיר, עס איז פאר דיר גאר ביטער אויב די וועסט קוקן די וויץ, אדער אים צייגען די וויץ, און לאכן א גיט'ס, און ווייטער געגאנגען, ווען וועט דאס קינד ענדערש נישט וועלן די סמארט פאון ווען ער וועט זיין גרויס הא?, מיין שכל זאגט אז ווען ער וועט זען אז עס איז געווען א נעריש וויץ, וועט ער מיט די צייט בכלל נישט אויפבויען די 'ווען איך וועל זיין גרויס' אפעטיט, משא''כ אויב באהאלט מען די פאון, און פארשטייט זיך אז מען לייקענט שטיין און ביין אז מעןהאט בכלל א כשר'ע פאון, וועט דאך דאס אפעטיט שטייגען טעגלעך, בין איך דאך גאר א רוצח ווען איך צייג אים נישט לדעתך.

ווען איר רעדט פון א פילם אדער טריפהנע קליפ, ני קען מען זיך דוחק און אנריפן א רוצח נפשות, מיט די גדול המחטיאו יותר תורה, אבער א פריקן בילד, וואס איז אייער פראבלעם. אה איצט גייט קימען די יא יא איר זענט פארדארבן תירוץ, מיט די מעשה פון רבין אז ער האט געליינט מאגעזינען און ליידער מער נישט געשאט. ניין איך אקצעפטיר נישט מעשהלעך, איז ער א רוצח און די ענטפער איז ניין, נאר איר האט דעמאגאגירט מיין קינד, ער זאל האבן אויף די עלטערן א מערדעריש בליק, ער מיז זיך ראטעווען, אדער גאר נעמען דאס לעבען איידער עס איז צי שפעט.

מיט אנטשולדיגונג.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16508
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18945 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פליקער, איך באוואונדער דיין איידלקייט, רופסט אים מיט א ר' און שליט"א, ענדיגסט מיט​ אן אנטשולדיגונג... ער פארדינט עס נישט!

צו זאגן דעם אמת, ווען כ'האב געהערט דעם דרשה איז מיר די בלוט ארויף אין קאפ, איך האב געשפירט אז מען דארף דעם אוממענטש רודפ'ן עד חרמה, ער טאר נישט פארבלייבן אין דעם ליין פון חינוך, ער איז א פאלנער מסית ומדיח, און העצט​ קינדער אקעגן די תורה! שומו שמים!

עס איז א שאנדע אז מען קען הערן אזעלכע דרשות און נישט ווערן אויפגעשוידערט! די רשעות פון אזא דרשה וועגט איבער אלע מ'כלומר'שטע רשעות פון סמארטפאונס!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קפה נמס
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 04, 2014 3:28 am
האט שוין געלייקט: 250 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 340 מאל

Re: סמארט פאון ראדיקאליזם

שליחה דורך קפה נמס »

וואו קען מען הערן די דרשה ?
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 759 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 515 מאל

שליחה דורך גראף »

איך האב קיינמאל נישט געהערט פון דער מגיד. נעקסט קעיס.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

Re: סמארט פאון ראדיקאליזם

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ער האט גערעדט דירעקט צו קינדער? אונטער וועלכע ארגאניזאציא? ווער האט געהייסען די קינדער גייען?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1065
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 670 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 904 מאל

Re: סמארט פאון ראדיקאליזם

שליחה דורך החוקר »

קפה נמס האט געשריבן:וואו קען מען הערן די דרשה ?

איינער האט עס? ביטע לייגט ארויף.

Sent from my Nexus 6 using Tapatalk
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1349
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 940 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1543 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

ער איז א באקאנטע סלאנימער מגיד, ער טרעט שוין אויף יארן לאנג אין ניו יארק, אלע מאל געווען אן עקסטרעמיסט.
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך ברוך בער »

הערט עס אויף 718-362-8871 1-8. ס'איז כדאי צו הערן און רעלעאזירן ווי נאנט די כאפטע עקסטרעמיסטן וואס קלאמערן זיך צו משתלט זיין אויף אונזערע טייערסטע זענען צו נוסח איסלאמישן ראדיקאליזם. הערט ווי דער מטורף קרישעווסקי שרייט, מען פילט בחוש ווי דער קומענדער דרשה וועט ער שרייען קינדער נעמט ביקסן און דינאמיט רייסט ענק אויף מיט די סמארט פאנס אינאיינעם.

לייגט צו קאפ ווי זיין באפעל צו די קינדער "צו אריינווארפן די עלטערנ'ס סמארט פאנס אין סוער" איז ער מדגיש אז ער רעדט פון פילטערט פאנס, כשרע פאנס זאגט ער זענען אינגאנצן טרייף.

ברוך שהבדילנו מן התועים, והיא לא תצלח. מיר "סמארט פאן אידן" ווי די בעלי דרשנים בטיטלען אונז א שטייגער ווי די רעפארמער צו וואס, זענען דאס רוב און דער רבונו של עולם האט אונז געגעבן טאקע דעם אינטערנעט ווי דער אמת קען ארויסגעזאגן ווערן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

Re: סמארט פאון ראדיקאליזם

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס איז א טעות גדול. מ׳טאר אזוינס נישט אנגייען. מיר זיינען די רוב איז נישט קיין תירוץ. די אומשולדיגע קינדער זענען נאר קינדער יעצט, נישט צוואנציג יאר צוריק, און אין זייערע אויגען איז דאס נארמאל. די חדרים לאזען די זאכען צו?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: סמארט פאון ראדיקאליזם

שליחה דורך פליקער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז א טעות גדול. מ׳טאר אזוינס נישט אנגייען. מיר זיינען די רוב איז נישט קיין תירוץ. די אומשולדיגע קינדער זענען נאר קינדער יעצט, נישט צוואנציג יאר צוריק, און אין זייערע אויגען איז דאס נארמאל. די חדרים לאזען די זאכען צו?

ליטוואק, קום אריין קלארער
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9686
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9048 מאל

Re: סמארט פאון ראדיקאליזם

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיר ווייסען אז ס׳איז דא משוגעים אין דער וועלט, און משוגע בלייבען זיי. ווען איינער דרשנ׳ט משוגעת׳ן, ווייסט מען אז ער איז פון זיי. וויאזוי ווערט געבויט ביי אונז די גרעניצען פון ׳נארמאל׳? לויט אונזער ערפארונג ביז דעמאלס. טאמער קינדער נעמען אריין אין זיך אז א מציאות פוןזיך קעגען שטעלען אנטקעגען א טאטע מאמע, און מיט פוסטע נאנסענס ווי סמארטפאונס, איז גאר א חלק פון די לעבען, איז עס כמעט א מעוות לא יוכל לתקון. דער קינד איז מאלעסטעד פאר לייף.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך ברוך בער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס איז א טעות גדול. מ׳טאר אזוינס נישט אנגייען. מיר זיינען די רוב איז נישט קיין תירוץ. די אומשולדיגע קינדער זענען נאר קינדער יעצט, נישט צוואנציג יאר צוריק, און אין זייערע אויגען איז דאס נארמאל. די חדרים לאזען די זאכען צו?


דער כינוס איז נישט געווען דוכט זיך אפיציעל פון די מוסדות אבער דער קרישעווסקי איז עפעס א משגיח אין קווינס ישיבה. אמת דער עולם דארף זיך אויפוועקן באצייטנס אז נישט גיימער האבן א גאר ערנסט פראבלעם אין קומענדע יארן פון א שטארק ראדיקאל עלעמענט וואס וועט פארסמען די איגנט. אזוי זעט אויס ווען די מה יפית'ן זאגן נע די שומרים קארטלעך איז גארנישט, קען דערנאך קומען א בעל דרשן זאגן די קינדער דיינע עלטערן זענען דאס ערגעסטע וואס קען נאר זיין. עקסטרעמיזם האט קיין דאך, זיין ווערן מער ראדיקאל אויב שלאגט מען נישט צוריק.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: סמארט פאון ראדיקאליזם

שליחה דורך פליקער »

די וואך ביי זיין וועכענטליכע דרשה, האט הרב קרושבסקי ווידערהוילט זיין סטעטמענט וואס מיר האבן צוטירט אינעם ערשטען תגובה, און ער האט פארשפראכן אז ער האט נישט קיין חרטה און ציט בשום אויפן צוריק.

ער האט אויך אריין געטייילט מכות פאר א בלאג בשם אייוועלט, און אז די פילוערס לאזן עס דורך, ער האט דארט ארויפגעברענג א בריוו פון לכאורה עפעס א עקפערעמענטירער, ווי א טאטע וויינט זיך אויסזיין ביטער הארץ אז זייןהאט אנגעהויבן אפפארןפון די זייטל,ווייל ער האט אנגעהויבן דאווענען קארצע שומענעסרעס, און וויל אלעס וויסן פון די גאנצע וועלט, ממש שרעקלעך, ער האט געפלאכעט דאס בריוו מיט זיין רעכטען האנט, אוןגעשריגן זעט איר אז איך בין קלאר גערעכט, ער איז געגאנגען גאנץ תיקון ליל שבועות זיצען מיט זיין אינטערנעט גרוף פארברענגען, אלעס איז געשטאנען אין בריוו.
איך אגרי מיט אים אויף אייוועלט ולאו מטעמו, זאל די אייוועלט חברה זיך אליין ספראווענען מיטנעם.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
עמעזאן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2270
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 880 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1163 מאל

שליחה דורך עמעזאן »

ר' ישראל דוד הארפענעס האט באותה מעמד מוחה געווען אויף איי-וועלט
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1142 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

Re: סמארט פאון ראדיקאליזם

שליחה דורך פליקער »

עמעזאן האט געשריבן:ר' ישראל דוד הארפענעס האט באותה מעמד מוחה געווען אויף איי-וועלט

וואס מיינט באותה מעמד?
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
עמעזאן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2270
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 24, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 880 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1163 מאל

שליחה דורך עמעזאן »

ביי די קאנטינענטל אסיפה ווי קרישעווסקי האט האט געדרשנט, איז רי''ד אויך מכובד געווארן צו רעדן האט ער ארויסגעברענגט זיין ווייטאג אויף אייוועלט
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 1049 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1377 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

זאג זיי אז ביים קומענדיגן אספיה זאל מען אויך אריינווארפן א ווארט צוויי קעגן דעם רבינ'ס חנוכה לעכט און קעגן די באגלייטן'ס מוצאי יום טוב, איך קען אינגעלייט וואס דאווענען קורצע שמו"ע אין די תקופות, נישט ווילנדיג פארפאסן קיין איבריגע מינוט בצל רבינו.

אפסס, עס האט שוין נישט מיט אינטערנעט צו טון.
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 105 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל

שליחה דורך ברוך בער »

יא די וואך איז געווען אין די שוהלן א גליון פון עפעס א שומרי חומותינו קליקע וואס שטייען אינטער די קאנטינאנטעל אסיפה. די דרשה פון רי"ד הארפענעס איז געווען געדרוקט. ער זאגט אז עס איז דא אזא זאך וואס הייסט "איי וועלט" וואס געוויסע זאגן עס איז כשר, "רחמנא לצלן שומו שמים" עס פארבלייבט אינטערנעט און איז ג'אסרט ביי אלע רבנים נישטא קיין היתר. זעט אויס די אלע צביעות אויף איי וועלט העלפט נישט און עס איז בכלל קיין חידוש, ראדיקאלן קען מען נישט אפיזן. צו אייך אונזערע איי וועלט ברודער אויפן היימישן סאציאלן געוועב, וואס בלי ספק האלט עס אפ פון זוכן אויף אנדערע סייטס, איר וועט פיל בעסער פארן מיטן אויפהערן פרובירן אפיזן די חברה נאר לאמיר זיי פייטן אינאיינעם פארן עקזיסטענץ פון כשרע אינטערנעט, אז נישט זענט איר קרח מכאן וכאן, טרייף פסול ביי די קנאים און א שטיק צביעות ביים המון.

די א"ד שומרים גרופע האט גענומען א מיסיע צו קעמפן קעגן כשר"ע אינטערנעט, פילטערד סמארט פאנס איי וועלט און אזוי ווייטער. מיר הערן די חאפטע לויפט ארום צו אסערן סמארט פאנס בכלל אפילו מיט פילטערס. זיי זענען געזיצן ביי מהר"יי מ'סאטמאר וואס האט זיך כמעט געבראכן צו זיי לולא עטליכע ביזנעס לייט האבן אים מסביר געווען אנדעשר שטייט נישט אויס ער וועט ביום מן הימים זיך ברעכן צו זיי. מהרז"ל איז עפעס געווארן אינגאנצן נישט רעאליסטיש מיט די גאנצע סמארט פאן אינטערמעט מערכה זאגן יודעי דבר, ער לאזט זיך נישט רעדן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אבער ווען די היימישע ביזנעסלייט וועללן איהם (ח"ו) אויפהערן צו שטיצן, וועט ער שוין גאנץ שנעל און גוט דערהערן זייער פארווייטאגטן רוף. און ער וועט זיך אויפוועקן צו די רעאליטעט פונ'ם היינטיגן לעבן אז מ'קען אן אינטערנעט און סמארטפאונס (כמעט) נישט עקזיסטירן אין ביזנעס. יא. אמאל איז געווען די פאני (מיט א פ"א דגושה) עקספרעסס. און היינט איז ב"ה דא אי-מעיל. און ווען טעלעגראמס איז ארויסגעקומען מיט בערך 200 יאר צוריק, האבן זיך אלע גדולי ישראל באנוצט דערמיט אן קיין שום ספיקות אדער צוריקהאלט. סיי אנצופרעגן שאלות ותשובות בהלכה. און סיי מזכיר צו זיין חולי ישראל ביי די צדיקים. ס'איז אפילו דא שאלות אויב מ'מעג דורך א גוי אויפגעבן א טעלעגראם אום שב"ק כדי מזכיר צו זיין א חולה מסוכן ר"ל...! און מ'האטציך נישט אזוי משוגע געמאכט ווי היינט מיט אסיפות און מחאות און שעלטערייען און זידלערייען און קונמות וחרמות מיט נישט ארייננעמען אידישע קינדער אין די מוסדות החינוך ווי די היינטיגע פארדרייטע מוחות וועלכע פיהרן אן די פאררוקטע אגענדאס... אלעס ווייל זיי אדער זייערע טאטעס די קליינע, און נישט בארימטע אדמורי"ם וועלכע זיצן אין זייערע ווינקלען און דינען דעם באשעפער זענען נישט אזוי וועלט-בארימט. און זייערע קינדער ווילן מפרסם זיין שמם בעולם...! טשעפענען זיי זיך צו צו די פאלשע אגענדא פראפאגאנדירער. און בקט שכלם פארשטייען זיי נישט ווען מוחה צו זיין ווען יענע באשמוצן א גרויסן חלק פון כלל ישראל צוליעב זייערע איינגערעדטע בויך ווייטאג פון זיייערע ..."געדעילים"...!
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 919 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

איך האב איינמאל געהערט דעם הרב קרישעווסקי שליט"א, ער איז באמת א גוטער בעל דרשן, א שטארקער בעל הרגש. און איך זעה איצט צום ערשטן מאל די דרשה, ס'איז מיר אינטערסאנט אז ער האט זיך צוגעשטעלט צו די חברה.

איך האב איין קושיא, אויב הרב קרישעווסקי וואלט געהייסן מיין קינד צורייסן א אלבוים מיט חתונה בילדער ווען איך וויל אים ווייזן ווער מומע יענטא איז? איך 'מיין' אז עפ"י שו"ע איז דא מער סיבות צו אסר'ן חתונה בילדער ווי צו אסר'ן א געפילטערטע סמארפאון.

עטליכע יאר צוריק ווען די 'אינטערנעט' האט אנגעהויבן צו ווערן א נושא, האט 'געלעגער' אויף אייוועלט געשריבן א תגובה, און לדעתי איז דאס די גרויסע טעות וואס די עסקנים באגייען.

געלעגער האט געשריבן:יעצט וויל איך צוקומען צו מיין פונקט וועגן די עסקנים. איך שרייב דא מיין מיינונג, דאס איז קיינעם נישט מחייב אדער מפטר איך זאג נאר וויאזוי איך זעה עס.

און דאס איז אין איין ווארט: ווען די עסקנים זאלן ווען זיין אביסל מער באקאנט וואס עס טוט זיך וואלטן זאכן אינגאנצן אנדערש אויסגעזען. איך גיי נעמען א משל וואס איך האב שוין דערמאנט, און דאס איז ענדרויד וו"ס בב. ווען די ענדרויד איז ארויס געקומען האט מען פאר חדשים נישט געהערט קיין ווארט פון די עסקנים אויף די חורבן וואס די ענדרויד מאכט. זיי זענען געבליבן שטעקן ביי די בלעק בעריס און אויף דעם געהאמערט יעדע וואך. און מיט דעם האבן זיי פארשפילט אויפצוקלערן דעם ציבור מיט וואס ענדרויד איז נאך ארגער פון א בב. נאך אפאר חדשים ווען זאכן זענען שוין געווען היפש אריין געכאפט ביים ציבור האט מען אנגעפאנגן צו הערן א שטילע קול..
און דאס זעלבע איז געווען מיט טעקסט מעסעדזשעס וו"ס בב. ווען די בב איז ארויסגעקומען איז מען נאך געווען פארנימען האקן אויף טעקסט מעסעדזשעס. (און מ'זעהט נאך היינט ווי געוויסע פירן א מערכה מיט דעם. ווען זיי זאלן וויסן ווי דער עולם לאכט פון זיי...)
דאס הייסט אזוי, אנשטאט שטיין על המשמר און מסביר זיין פארן ציבור די שעדליכקייט און גראד אראפשטעלן א יסוד אדער הייסן א פילטער איז מען פארנימען מיטן האקן אויף זאכן וואס איז שוין לאנג נישט קיין פראבלעם.
שטעלט אייך פאר ווען בלעק בערי איז ארויסגעקומען און די רבנים קומען ארויס יענע צייט מיט א קול קורא אז ווער עס דארף האבן אזא כלי מוז האבן דעראויף דזשעי נעט.
די קול קורא וואלט אפגעקלינגן און די צען פארצענט יוסערס וואס זענען געווען די ערשטע צו האבן די כלי, וואלטן זיך געשעמט עס צו האבן אן א פילטער. למעשה האט מען דאן גארנישט געטון און מ'האלט היינט ווי מ'האלט אז מ'דארף זיך שלאגן אז מענטשען זאלן לייגן פילטערס. און די זעלבע איז מיט די ענדרויד, יעדן טאג וואס איז נישטא קיין פילטער גייט זיין סך שווערער איבערצוצייגן די אלע אידן אז זיי זאלן טוישן צו פילטער. איז אנשטאט ספענדן געלט אויף זייטיגע מחאות לייג אריין אלע כוחות צו שטיפן די פילטער..

פארשטייט זיך אז איך רעד נאר צו די ריכטיגע עסקנים, איך מיין נישט די וואס שרייען אז מ'קען ארויף לייגן אן איסור אויף די גאנצע אינטערנעט און שרייען פפוויי!!! ווייל צו די עקסנים האב איין ווארט "עטס מאכטס סך מער חרוב ווי אויפטון"

יעצט נאך א נקודה, למעשה שטייט מען יעצט ווי מ'שטייט, ס'איז דא א פילטער פארן בב אבער מ'דארף יעצט גיין איבעררעדן דעם עולם עס צו נעמען. וויאזוי טוט מען דאס?
איז ווייטער דא עסקנים וואס שרייען, וואס הייסט? הענג אויף א צעטיל און שרייב און ריזיגע באלד ווערטער "אומווערדיג! פוי! איז בגי' בלעק בערי!!!" און פארשטייט זיך אז יעדער גייט אויפשרינגן און לויפן כאפן פילטערס.. אבער צו די עסקנים רעד איך נישט.

איך רעד נאר צו די נארמאלע צווישן זיי, מאך א געהעריגע פילטער וואס זאל צופרידן שטעלן יעדעם, אז ס'פעלט אויס קען מען נאכן לעוועלס אבער דאס אמאל זיכער אז ס'מוז זיין א נארמאלע גוטע פילטער. אויב וועט דאס זיין גאראנטיר איך פאר די עסקנים אז ס'גייט זיין הונדערטער אידן וואס וועלן זיך אויפסיינען דעראויף. קיינער זוכט נישט צו זיין שלעכט, יעדער פארשטייט די פראבלעם פון אפענע אינטערנעט אבער מו טוישן פון וואס מ'האט איז זייער שווער, א-חוץ אויב די טויש איז צום זאך. דאס הייסט נישט מ'האקט אפ פון די גאנצע וועלט. ניין, מ'לאזט דיך אלעס א-חוץ וואס די תורה לאזט נישט. אויב וועט די פילטער ארבעטן אזוי זעה איך נישט קיין שום סיבה אז איינער זאל דאס נישט נעמען.

און צום לעצט, ווען מ'האלט שוין דארט און מ'גייט לייגן פלאקאטן וואס גייט אויפקלערן דעם ציבור, ביטע ניצן שכל וואס צו שרייבן און צו וואס עס מדמה צו זיין. מאכן א יאפטשיק פון טעקסט,אינטערנעט,טיווי,וואויס ריקארדערס,אייפאדס,מייקראיעוו,ועוד. מאכט די זאך ביליג און ברענגט מענטשען צו לאכן דערפון. יעדע זאך האט זייך מערכה וויאזוי ס'דארף געפירט ווערן. ביטע נישט מישן.

אגב, וויאזוי די אייפאדס האבן באקומען א כשר'ן סטעמפל פאר יארן לאנג פשוט ווייל אפאר קאמפעניס האבן אפגעמאכט אז דאס איז גוט פאר זייער ביזנעס און מ'האט עס גע'כשר'ט מיטן ארויף לייגן תורה טעיפס, איז א שמועס פאר זיך וואס איך וויל נישט יעצט אריין גיין.

דאס אלס האב איך געשריבן וויאזוי איך קוק עס אן, אויב איינער האלט אנדערש וויל איך הערן.


ס'איז אפשר נישט 'פונקט' די נקודה וואס איך וויל ארויסברענגן, אבער ס'ברענגט ארויס גאנץ 'בערך' די נקודה.

ס'איז געענדיגט די צייטן וואס אידן פאלגן רבנים בלויז ווייל 'ער' האט אזוי אונטערגשריבן, די רבנים פון פאריגן דור זענען געווען עפ"י רוב באמת אויסגעהארעוועטע אידן וואס דער עולם האט רעספעקטירט לאין שיעור, און די מהלך פון 'אסר'ן' עפעס האט גוט געארבעט, זיי האבן געהאט א השפעה אויף א גרויסן טייל פונעם ציבור פשוט ווייל 'זיי' האבן איינגעזעהן אז ס'איז נישט גוט ברוחניות. כהיום יום ארבעט נישט אזא מהלך, אונז ווייסן מיר אלע זייער גוט זייער סדר היום ואיכהמ"ל פונקטליך פון וועם מ'רעדט, וואס אפי' נניח אז זיי זענען תלמידי חכמים קען מען אויף כמעט קיין איינע פון זיי מעיד זיין אז זענען אויסגעארבעטע אידן אין עבודה, זיי זענען פשוטע מענטשען וואס ווען נישט ער ירשנ'ט זיין טאטעס בענקעל וואלט ער אדער געווען א פשוטער דיין אדער אן ארבעטס אינגערמאן, קיינער פארדינט נישט דעם כבוד אז איך זאל אים פאלגן בלויז ווייל 'ער' האט אזוי איינגעזעהן. במילא, די איינציגע זאך וואס איז נאך אפעקטיוו היינט, און איז 'זייער' אפעקטיוו, איז דאס אויפווייזן אז עפ"י תורה איז די זאך אסור, און 'נאר' אזוי איז דא א שאנס אז א מערכה זאל מצליח זיין.

לענינינו, די כינוס כלל ישראל האט געהאט א געוואלדיגן כוח, און האט ארויפגעלייגט פילטערס אויף צאללאזע סמארטפאונס וואס זענען ביז דאן געווען פילטערלאז, ווייל דאס האט 'גערעדט' צו כלל ישראל, מ'ווייל זיין ערליך און מ'וויל נישט עובר זיין אויף די תורה. די 'הארד ליינערס' פארמאגן אבער נישט קיין תורה'דיגע באזיס צו זייער קלעים, און זיי פרובירן איינצופירן עפעס מיט מהלך וואס פלעגט אמאל ארבעטן, אבער רעדט שוין נישט היינט צום רוב פונעם ציבור.

מיין תמיה איז נאר אויף הרב הארפענעס שליט"א, א איד וואס מישט געווענליך נישט קיין קאשע, און ווערט נישט באטראכט אלץ איינער וואס איז די ערשטע צו 'אסר'ן' ווי מ'קען נאר, און דא קוקט ער אויס צו זיין היבש אויסגעשפראכן. מיין השערה איז, ער הערט זיך אן מיט מעשיות פון נושרים וואס קומט צוליב סמארטפאונ'ס און דאס ברענגט אים אנצונעמען די ליניע. אבער די שאלה בלייבט רעלעוואנט, קען ער אנצייגן און שו"ע פארוואס מ'טאר נישט האבן קיין סמארטפאון? פארוואס איך טאר נישט ווייזן פאר מיין קינד וויאזוי ווערעצקיער רבי באהאנדעלט די קנאבל מוצאי שבת?, אויב קען ער אנווייזן פונקטליך וויאזוי דאס ווערט אסור, הייב איך הענט! אויב פסקנ'ט ער אזוי ווייל ער האט אזוי מחליט געווען (און ער 'בייגט' נאר צו דעם שו"ע צו זיין איסור) -אפי' ער האט גוטע סיבות פארוואס ס'איז בעסער אז מ'טאר עס נישט האבן - ווייס איך נישט צו ס'האט עפעס א תוקף.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4521 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8020 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

נעבעך, קרישעווסקי איז א סינגעל. ער איז חתונה געהאט אבער זיין רבי לאזט אים נישט מחודש לחודש. א וואונדער ער איז רעדיקאל??
Under influence
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 896 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 919 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

קאווע טרינקער האט געשריבן:נעבעך, קרישעווסקי איז א סינגעל. ער איז חתונה געהאט אבער זיין רבי לאזט אים נישט מחודש לחודש. א וואונדער ער איז רעדיקאל??

א דאנק פאר דיין 'אינהאלטסרייכע' תגובה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 19571
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 24498 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14863 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאווע טרינקער האט געשריבן:נעבעך, קרישעווסקי איז א סינגעל. ער איז חתונה געהאט אבער זיין רבי לאזט אים נישט מחודש לחודש. א וואונדער ער איז רעדיקאל??

אנישט וואלט ער נישט געווען אזוי משוגע צודרייט...!
רעאגיר