ראו מה בין בני לבן חמי, איך קום נישט צו דיר עסן שאבעס!!

ראו מה בין בני לבן חמי, איך קום נישט צו דיר עסן שאבעס!!

הודעהדורך שושן פורים » מיטוואך פעברואר 14, 2018 4:13 pm

שטייענדיג אין יארע תש-18 איז נישט קיין סוד אז די טעכנאלאגיע גאלאפירט פאראויס מיט א אומגעהויערע שנעלקייט, מיט פרישע ערפינדונגען יעדע שני וחמישי.

מען דארף נישט מאריך זיין ווי שטארק די טעכנאלאגיע פארגרינגערט דאס לעבן, די כלליותדיגע אלטוועלטליכע לעבן איז פילפאכיג פארגרינגערט, פארבעסערט, און פארשנעלערט געווארן, און אזוי אויך די פריוואטע אינדעווידואלע לעבן, יעדער פאר זיך האט זיך זיינע זאכן וואס ער בענעפיטירט פון די טעכנאלאגישע פארשריט.

אבער ווי פארשטענדליך איז בלויז גוטס אויפן עולם השקר נישט פארהאן, און מיט די אלע בענעפיטן איז מיטגעקומען א טוץ פראבלעמען וועלכע אפעקטירט א גרויס חלק ציבור און פאר די וועלכע ליידן דערפון איז די ווייטאג אומדערטרעגליך.

איינע פון די גרעסטע טעכנאלאגיע חורבנות פאר די מענטשהייט איז די ענין פון "סייבער בוליאינג", די פארשריט אז אינפארמאציע ווערט פארשפרייט אין א בליץ שנעלקייט האט צוגעברענגט אז פילע מענטשן וועלכע טוען עפעס אינטערעסאנט פאר איין סעקונדע אין זיין לעבן, אויב צו זיין שלעכט מזל איז עס געווארן רעקארדירט און געשיקט בלויז צו איין בעסט פרענד איז ער שוין א פארטיגער און די קליפ וועט איהם באגלייטן לאורך ימים ושנים טובים, און די צער און בושות באגלייט איהם און זיין פאמיליע פאר לאנגע יארן.

מאנכע זאגן אז פארפאלן, דאס איז די מציאות היינט, אלעס ווערט ארומגעשיקט, לערן זיך אויס צו לעבן דערמיט און שוין. זענען זיי גערעכט? אוודאי נישט, מענטשן ווילן נישט זיין שלעכט, מען טראכט נישט וואס מען טוט, מען כאפט נישט אז די "שיק" קנעפל איז טיילמאל א מעסער אין יענעמס הארץ און יעדע "פארווערד" קנעפל איז נאך א דריי מיטן מעסער וועלכע ליגט שוין דערינען.

די איינציגסטע זאך וואס פעהלט אויס איז אויפמערקזאם מאכן דעם ציבור, קיינער וויל נישט שחט'ן קיין מענטשן און קאניבאלן זענען מיר נישט, איין מאל א מענטש כאפט די תוצאות פון זיינע מעשים וועט ער זיך רוב מאל צוריקהאלטן עס צו טוען, און אויב דאס ווערט די דעת הקהל וועט דער ציבור אויפמערקזאם מאכן דעם שיקער אויב פאלט ער יא אדורך.

דא שטעלט זיך די מיליאן דאללאר פראגע, וויאזוי מאכט מען דאס?

ווי יעדער פארשטייט איז די וויכטיגסטע זאך אין יעדע מלחמה "סטראטעגיע" אנע דעם איז די מלחמה א פארלוירענע, די וויכטיגסטע זאך אין סטראטעגיע איז זיך לערנען פון די אייגענע דורכפעלער און עס נישט איבערשפילן, כמאמר החכם "די נערישסטע זאך איז צו טון דעם זעלבן אקט און ערווארטן אנדערע רעזולטאטן".

איר געדענקט אוודאי געוויס די אינטערנעט אסיפה אין אייער קהילה מיט די פילצאליגע של"ס תורות פארדעם און נאכדעם, ווי רבנים און בעלי דרשנים האבן געוויינט און געברעטשעט איבער די ג' עבירות חמורות וועלכע ווערן פראקטיצירט אויפן אינטערנעט טעגליך, זענען זיי דען נישט גערעכט? איז דען נישט שפיכת דמים א חלק פון אונזער לעבן טעגליך? הונדערט פראצענט. אבער וואס איז געווען די פאלאו אפ? נאך איסורים, נאך חרמות און תקנות. און די רעזולטאט דערפון? עולם כמנהגו נוהג, מען האנדלט זיך איין צוויי טעלעפאנען און מען שיקט ווייטער בילדער און קליפס ככל העולה על רוח אפינו. איז דען איין אינגערמאן אוועק פון אזא רעדע טראכטנדיג אז איך וויל טאקע נישט אויפגעבן מיין סמארטפאון אבער דער רב האט דאך א פוינט און פון היינט און ווייטער וועל איך מיר צוריקהאלטן צו שיקן קליפס וועלכע דערנידערט אנדערע? א מכה, פארוואס? ווייל דער רעדנער האט אלעס אריינגעווארפן באגודה אחת און אז מען פלאשט שוין גייט די ספרינג וואסער אינאיינעם מיט די נעגל וואסער אין תהום אריין.

האבן אסאך שוין געמיינט אז אבדה תקותינו, עס איז נישט פארהאן קיין וועג זיך צו שלאגן דערמיט און די מציאות פון היינט און ווייטער איז אז בלוט גיסט זיך בראש כל חוצות ווייל די פוצי פה זענען סתם מצפצף.

האט זיך ארויסגעשטעלט אז לא אלמן ישראל, עס איז נאך פארהאן אזעלכע וואס די מענטשהייט איז נאך עפעס ווערט ביי זיי און עס איז פארהאן וועגן וויאזוי זיך צו ספראווען מיט די אמתע פראבלעמען פון טעכנאלאגיע.

ברם יזכר לטובה די "אידישע ווינקל" וועלכע האט אנגעהויבן די קאמפיין אויף סאושל מידיע אויפמערקזאם צו מאכן דעם ציבור איבער דעם ענין, און פאלאוד אפ ביי די"מאמענט " די וואך מיט א פראנט קאווער דעקונג און אינטערוויו מיט א באטראפענעם און א באמפער סטיקער בייגעלייגט און ב"ה זייערע פעולות און די פעולות פון פילע אנדערע וועלכע האבן געטון אדער וועלן טון אין די נושא איז עושה רושם און מער און מער פון אונז וואצאפ באנוצער פראקלאמירן הויעך:

איך קום נישט צו דיר עסן שאבעס!!

גייט מיר נישט אן ווער עס קומט יא צו דיר עסן שאבעס!!

גייט מיר נישט אן ווער עס האט גערופן סיי וועמען צו זיך עסן שאבעס!!

און ועל כולם איך פארגיס נישט יענעמס בלוט פארן בלויזן חטא אז ער האט גערופן עמיצן צו זיך עסן שאבעס!!


און ווידעראמאל האט זיך ארויסגעשטעלט שווארץ אויף ווייס אז אינטערנעט פראבלעמען שלאגט מען מיט די אינטערנעט, סאושעל מידיע פראבלעמען שלאגט מען מיט סאושעל מידיע, היינטיגע אינגווארג פראבלעמען שלאגט מען מיט די היינטיגע אינגווארג, און תשע"ח פראבלעמען שלאגט מען מיט וואס עס אינטערעסירט דעם עולם אין תשע"ח.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שושן פורים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 518
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 424 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 616 מאל

הודעהדורך שמעקעדיג » מיטוואך פעברואר 14, 2018 5:24 pm

דער מאמענט!

.
בייגעלייגטע פיילס
פרשת תרומה.jpg
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 14868
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 17312 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17677 מאל

הודעהדורך המלוכה והממשלה » מיטוואך פעברואר 14, 2018 5:35 pm

גוט געזאגט גוט געזאגט

מ'דארף אויך צו דעם צולייגען אז מ'דארף עדיוקעיטען מענטשן וואס סאשעל מידיע איז און אז מ'זאל זיך וואטשען פון דעם. ווער ס'האט געזעהן די קליפ פון ר' שמעי' גרינבוים , (וואס פארשטייט זיך אז די קליפ איז רשעות פאר זיך) , האט געזעהן ווי ר' שמעי' האט נישט קיין שום אהנונג וואס א סמארטפאון איז. און ס'איז דא אסאך אזעלעכע אידן וואס פאנגען נישט אהן צו כאפן וואס ס'איז.

סאו נאך א רינגעלע אין די משוגענע צוגאנג צו פייטען די אינטערנעט איז צו אגינארן אז ס'עגזיסט בכלל , און דאס מאכט נאר די פראבלעם ערגער. מ'דארף וויסן די חסרונות פון אינטערנעט צוזאמען מיט די מעלות , און וויסען ווי אזוי עס צו ניצען גוט , און ווי אזוי זיך צו היטען פון עס
במקום שאין איש קוקט עס אזוי אויס
נאר נחום ראזענבערג ראטעוועט אונז פון מאלעסטעישן
נאר מייקל בלומבערג ראטעוועט אונז פון הערפיס
נאר חיים שאולזאן פארדאמט אלע רשעות
נאר נפתלי מאסטער העלפט אונז באקומען א נארמאלע עדוקעישען
נאר די סעקולער געריכטן טוען עפעס פאר יושר און צדק
המלוכה והממשלה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 758
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 12, 2014 7:38 pm
האט שוין געלייקט: 922 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1270 מאל

הודעהדורך ממי_שאמרו » מיטוואך פעברואר 14, 2018 6:46 pm

טייערער שושן,

וּבָאתי עתָּה וְקָרָאתי בַמְּגִלָּה אֲשֶׁר כָּתַבְתָּ, וְהִנֵּה אֱמֶת נָכוֹן הַדָּבָר נֶעֶשְׂתָה הַתּוֹעֵבָה הַזֹּאת בְּיִשְׂרָאֵל, כי וַיָּמֻתוּ רַבִּים אֲשֶׁר מֵתוּ מאַבְנֵי הַבליסטראות הנשלחים בסתר מֵאֲשֶׁר הָרְגוּ בבְּנֵי יִשְׂרָאֵל בֶּחָרֶב. וַיִּגְדַּל עֲו‍ֹן בַּת עַמִּי מֵחַטַּאת סְדֹם הַהֲפוּכָה, תֶּחְשַׁכְנָה עֵינֵינו מֵרְאוֹת איך כָּל עֹבְרֵי דֶרֶךְ שָׁרְקוּ וַיָּנִעוּ רֹאשָׁם על זקנים ונערים שנבזו בשער בת רבים ללא עוול בכפם.

עַל כֵּן התמָלְאוּ מָתְנך חַלְחָלָה צִירִים אֲחָזוּנִך כְּצִירֵי יוֹלֵדָה נַעֲוֵיתִך מִשְּׁמֹעַ נִבְהַלְת מֵרְאוֹת, וקמת ועלית אל המקום הנכבד הזה וזעקת בקול רעש גדול מנהמת לבך, כִּי תוֹעֲבַה כָּל עֹשֵׂה אֵלֶּה, והגיע השעה שיִּקָּבְצוּ עַם רָב וַיִּסְתְּמוּ אֶת כָּל הַמַּעְיָנוֹת וְאֶת הַנַּחַל הַשּׁוֹטֵף בְּתוֹךְ הָאָרֶץ ויצעקו לֵאמֹר לָמָּה יָבוֹאוּ אנשים בליעל במחנינו.

ואולי הגיע הזמן כשנקבל מראות ומחזה נבזים, נרים קול צעקה ומרה הוֹי שׁוֹדֵד וְאַתָּה לֹא שָׁדוּד וּבוֹגֵד וְלֹא בָגְדוּ בוֹ כַּהֲתִמְךָ שׁוֹדֵד תּוּשַּׁד כַּנְּלֹתְךָ לִבְגֹּד יִבְגְּדוּ בָךְ, ובדרך זו הָרְשָׁעִים כַּיָּם נִגְרשׁ כִּי הַשְׁקֵט לֹא יוּכָל וַיִּגְרְשׁוּ מֵימָיו רֶפֶשׁ וָטִיט.

ואולי, אולי כך מראות שָׁוְא לֹא תֶחֱזֶינָה וְקֶסֶם לֹא תִקְסַמְנָה עוֹד וְהִצַּלְנו אֶת עַמִּי מִיֶּדְם.

טייערער שושן, אזוי ווי הייסע וואסער אין שווארצע קאווע האסטו צולאזט מיין הארץ. אזוי ווי ווייעכע פיטער אויף א ווארעמע טאוסט איז מיין הארץ צוגאנגען. ביסט דאך אזוי כשר גערעכט. עס איז געקומען די צייט צו פארשרייען ווען איינער שיקט אזא קליפ און נישט ווייטער שיקן. אפשר אזוי וועט די מגיפה ווערן אפגעשטעלט.

נ.ב. דו האסט א גאלדענעם פעדער, איך האב געזעהן דעם ארטיקל אויף א גרופע האב איך באשלאסן ארויפצוקומען און שרייבן פאר דיר א תגובה ווי עס פאסט פאר דיר.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
 
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 8:45 pm
האט שוין געלייקט: 536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1494 מאל

הודעהדורך טרויבן88 » מיטוואך פעברואר 14, 2018 7:14 pm

איך וויל טאקע צולייגן און דאס איז שוין א קרעץ וואס באדערט מיר א לאנגע צייט און ווי אויך טאג עס גייט אריבער אלץ ערגער ווערט עס, זיצן אפאר ליידיגייער אויפ'ן אינטערנעט און שטעלן צוזאם אלע מינע משוגענע קליפס פון אלעם און גארנישט, נעבעך א אומשולדיג איד געזיצן אין פלארידע און געשמועסט מיט איינעם און איינער האט עם אפגעכאפט, און פאר די וואס ווייסן אז די קליפ איז שוין באלד 2 יאר אלט און נאכאלץ נעבעך נישט אראפ פון די ארענע ווייל יעדע שטיק צייט שטייען אויף פרישע נאראנים און כאפן זיך צו דערצו ווי צו הייסע ווארע, וואס איז שוין אזוי אינטערעסאנט פון דעם איד למען השם, אבער איך האב שוואכע האפענונג אז עפעס וועט זיך טוישן וויבאלד די כללים זענען אזוי שוואך, דער איד איז געזיצן אין פלארידע און איינער האט עם אפגעכאפט שלא ברשות,

יעצט "ביי רובאשקין" איז א פאל ווי יענער ווייסט אז ער ווערט אפגעכאפט, איז עס דען בעסער? שטייען מענטשן אןן שיקן עס איבער און איבער און איבער, וואס האסטו הנאה צו זען א מענטש קעקעצן? איז דאס יא נארמאל? דערנאך האסטו דעם "איי קנאו" וואס איז אויך לעצטנס א שטערן טראץ וואס אויבערפלעכליך זעט עס אויס אקעי איז אבער די זעלבע שורש וואס מאכט זיי אלע פאפולער, דערנאך איז דא דער האסידיק וואס טרינקט בלוט יעדן טאג פון איינעם אנדערש מיט א טענה אז מ'שיקט עם זאכן און דערפאר דארף ער נישט נעמען קיין אחריות, דערפאר ווייס איך אליינס נישט ווי מ'שטעלט די גרעניץ,

לדעתי אויב איינער דארף עפעס כללים וואלט איך געזאגט אפאר כללים, קיינמאל נישט שיקן עפעס וואס איז יחיד טוט מיט א יחיד, א פאפולערע מענטש וואס טוט עפעס מאדנע קען מען מיקל זיין, פובליק מיינט נישט א באס דרייווער אדער איינער וואס ארבייט אין א געשעפט, פובליק מיינט נישט אז רב פון א לאקאלע שול וואס זיין חטא איז אז ער איז א רב, פובליק איז איינער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט פובליק, ווי למשל משה גבאי, ווי נענטער צי משה גבאי אלץ מער קען מען מיקל זיין ווי ווייטער זאל מען זיך אפהאלטן, בחורים און דאס גלייכן אסור בתכלית האיסור, קינדער מאן דכר שמי', פובליק מענטש קויפט א סענדוויטש אין א געשעפט ווייס איך נישט, אבער איך דערמאן זיך אז איך האב געזען אז בילד ווי איינער לערנט גמרא בשעת מען שניידט עם די נעגל, אזיי בילד וכדומה איז א אומרעכט, (אויב איך בין נישט גערעכט אדער עני הערה ביטע צושרייבן)

(אין איין וועגס צו "האסידיק", מענטשן וואס גלעטן הינט אין מעזיבוז האבן דיר גארנישט שלעכט געטון, זיי זענען סתם אומשולדיגע מענטשן, און עס איז נישט קיין שום נייע ערשיינונג).

זאל דער באשעפער העלפן אז אפילו די וואס ווילן נישט טון קיין שלעכטס זאלן זען אז שלעכטס זאל נישט ארויסקומען פון זייערע הענט,
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 557 מאל

Re: ראו מה בין בני לבן חמי, איך קום נישט צו דיר עסן שאבעס!!

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך פעברואר 14, 2018 8:28 pm

טרויבן88 האט געשריבן:לדעתי אויב איינער דארף עפעס כללים וואלט איך געזאגט אפאר כללים, קיינמאל נישט שיקן עפעס וואס איז יחיד טוט מיט א יחיד, א פאפולערע מענטש וואס טוט עפעס מאדנע קען מען מיקל זיין, פובליק מיינט נישט א באס דרייווער אדער איינער וואס ארבייט אין א געשעפט, פובליק מיינט נישט אז רב פון א לאקאלע שול וואס זיין חטא איז אז ער איז א רב, פובליק איז איינער וואס האט זיך ארויסגעשטעלט פובליק, ווי למשל משה גבאי, ווי נענטער צי משה גבאי אלץ מער קען מען מיקל זיין ווי ווייטער זאל מען זיך אפהאלטן,


הגם אז איך בין מסכים אז א פאפולערער מענטש איז נישט אזוי הארב ווי א יחיד אבער מיט דעם אלעם דארף זיין עפעס מענטשליכקייט ביי זיי אויך, ווי לדוגמא דער בילד וואס איז ארום געפארן פון א געוויסע רבי ביי א שטייענדיגע בית הכסא, לדעתי איז עס ממש אן עקלדיגע נידריגע זאכן צו כאפן אזא בילד און כל שכן דאס פארשפרייטן, אזוי אויך ווען א רבי פאלט אראפ אויף דער ערד און מען האט א ווידיאו אדער א פיקטשער ווי ער איז אויף דער ערד, אדער אפילו בשעת'ן עסן ווען ס'געלונגט צו כאפן א בילד פונקט אין די רגע ווען ער האט גע'עפנט די מויל אריין צולייגן דעם גאפל, איז דאס מענטשליך אז מ'זאל דאס צושפרייטן אין די גאנצע וועלט??? ווען א רבי גייט אין גראסערי קויפן א סענדוויטש קען איך הערן אז איינער זאל זאגן, אויב די ביסט א רבי דארפסטו פארשטיין אז אויב די וועסט גיין אין גראסערי און קויפן א סענדוויטש וועט מען כאפן א בילד דערפון איז אויב די האסט נישט קיין פראבלעם דערמיט איז כל הכבוד גיי טאקע אין גראסערי אבער אויב די ווילסט נישט ס'זאל זיין א בילד דערפון דאן שיק א צווייטן, אבער ביי די אנדערע אויבען דערמאנטע פעלער איז דאס פונקט אזוי שלעכט ביי א פאפולערער מענטש ווי ביי א יחיד.... לפי עניות דעתי הקטן והשפל והנבזה
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 236 מאל

הודעהדורך טרויבן88 » מיטוואך פעברואר 14, 2018 9:40 pm

הונדערט פראצענט און נישטא וואס צוצולייגן, אפילו ביי א איז ציבור איז דא כללים.
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 557 מאל

הודעהדורך אברך משי » מיטוואך פעברואר 14, 2018 11:30 pm

העפפענס טָא בִּי, איך בין נישט אינגאנצן איינשטימיג, ווייל אין א פאל ווען א אדמו"ר קטנ'ט אין טוילעט אדער עפענט די מויל אריינצונעמען עסן און מ'כאפט א פאני בילד, מה כל הרעש אז מ'שיקט עס ארום? וואס איז ער פרעה וואס גייט נישט קיין הכנות? פארקערט ער מעג גיין און אונז מעגמיר הנאה האבן. ס'פאסירט גארנישט ווען דער רבי געט א געניץ און דער עולם באקומט א פיקטשער, מ'געט א שמייכל און ווייטער געגאנגען, קיינער ווערט נישט קלענער אדער גרעסער פון א פיקטשער ווי ער עסט, טרינקט, גרעפסט, אדער מאכט, ס'איז אלעס זאכן וואס מיר ווייסן אז דער רבי זז"ג טוט, און סך הכול זעט מען אדמורי"ם ורבנים "פון א אנדערע בליק" און א אנדערע שטאנדפונקט. קיינע'מס מיינונג ווערט נישט געטוישט איבער דעם רבי, ער ווערט נישט "קאטעגאריזירט" ווייל מ'האט עם געזען טון וואס ער האט געטון, און פארוואס זאל נישט דער ציבור הנאה האבן? יאכלו ענווים וישבעו.
ווידעראום ווען די רעדע איז פון א יחיד וואס האט פארבראכט מיט זיין ווייב בסתר, אדער סיי וואס א פריוואטע מאן/פרוי טוט ביחידות און ווערט "מושפל" און דערנידערט פון די פיקטשער, בפרט מענטשן וואס קענען נישט יענעם און זיי באטראכטן עם גלייך אלס א פאני אדער צוריק-געשטאנענע מענטש, דאס איז א עוון בל יכופר און מ'קען נישט קיין תשובה טון פארן מלבין פני חבירו זיין ברבים אויף א אופן וואס האט נישט קיין עק און קיין סוף.
אוי געוואלד! די שווערסטע זאך מסביר צו זיין פאר א שוטה, אז ער איז א שוטה!
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 242
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך פעברואר 14, 2018 11:37 pm

גערעכט.... איך בין מיט דיר הונדערט פראצענט... אשר על כן האלט איך אז דו זאלסט יעצט ארויף שטעלן דא א פיקטשער פון דיר... מה כל הרעש??? דו ביסט עפעס א מלאך וואס קען נישט ארויף גיין אויף קאווע שטיבל??? מיט וואס שעמסטו זיך??? דערנאך זאלסטו שיקן אויף אלע דיינע וואטסעפפ גרופ'ס א סעלפי ווי דו קטנ'סט... וואס איז??? דו ביסט דאך נישט פרעה.... דערנאך וועל איך שיקן איינעם זאל אונטערלייגן א שטיינדעלע ווען דו ביסט אויפ'ן וועג אין ב"מ, און ווען דו וועסט זיך איבערדרייען ווי עס דארף צו זיין און די שטריימל מיט'ן קאפל וועלן פליען א האלבן מייל און די גלעזער וועט ווערן אינגאנצן אויסגעבויגן אויפ'ן פנים, די רעקל אינגאנצן שמוציג, שטייצעך א קנעפל אדער צוויי וועלן פעלן... איך וועל עס אפכאפן אויף א קליפ און זיך ווארפן פאר געלעכטער... דערנאך וועל איך משמח זיין נאך אפאר טויזענט אידן....

נאר וואס דען? די סיבה פארוואס מען שיקט נישט ארום אזא זאך ווי קטנ'ען, גרעפסן וכדו' איז נישט ווייל ער טוהט עס נישט, ער טוט עס יא און דו טוסט עס אויך און איך אויך, נאר וואס דען? דו זאגסט דאך אליין "דער עולם באקומט א פיקטשער, מ'געט א שמייכל און ווייטער געגאנגען", אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס שמייכלט מען? יעדער ווייסט דאך אז ער איז נישט פרעה און אז ער טוהט די אלע זאכן, איז פארוואס עפעס שמייכלען?! נאר דו פארשטייסט אויך אז אפילו ס'איז נארמאל דאס צו טוהן איז עס נאך אלץ פאני אויף א פיקטשער, פונקט ווי די ווידיאו פון רב קליין פון טאהש וואס דער עצם זאך וואס ער זאגט איז גארנישט ראנג אבער אויף א ווידיאו איז עס פאני... און פונקט דאס איז די סיבה פארוואס מ'טאר עס נישט טוהן, טאקע צוליב דעם שמייכל און געגאנגען ווייטער!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך יהודי פשוט אום מיטוואך פעברואר 14, 2018 11:51 pm, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 236 מאל

הודעהדורך אברך משי » מיטוואך פעברואר 14, 2018 11:46 pm

@יהודי פשוט מיין פריינט, אויב דו ווילסט קומען כאפען א פיקטשער פון מיין רוקן ווי איך שטיי ביי א פאבליק טוילעט, מיינעך אז כ'האב נישט קיין פראבלעם דערמיט! אפשר וועלעך געוואר ווערן אז יא, אבער כ'קען נישט זען אז ס'זאל שטארק וויי טון
ווייטער, א פיקטשער ווי איך פאל און ליג אויף דער'ערד, קומסטו אן צו מיין צווייטע פונקט, איך בין א מענטש וואס דו קענסט נישט צו גוט (איך האף אזוי) און אז דו וועסט מיר זען ליגן שמוציג און צוקנייטשט וועסטו מיך אריינלייגן אין די זעלבע קאטעגאריע ווי מענדעלע דער חזיר, אבער אויב מארגן וועט מען זען ווי כ"ק אדמו"ר מהרז"ל ט"ב שליט"א, אדער מהרב"צ ה"ש שליט"א, אדער מהר"י הגר שליט"א, האט געכאפט א גליטש און זיך א קאטשע געטאן אויף דער ערד און דאס שטריימעלע איז אהינציר געפלויגן, וועסטו נישט טראכטן "א מין שוטה נעבעכקעיס דער זלמן לייב" וכן על זה הדרך לגבי באבוב, וויזניץ, קלויזנבורג, סקווירא, בעלזא, סלאנים, וכו' וכו' יא געט די פוינט
אוי געוואלד! די שווערסטע זאך מסביר צו זיין פאר א שוטה, אז ער איז א שוטה!
אברך משי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 242
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 16, 2016 2:29 pm
האט שוין געלייקט: 211 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

Re: ראו מה בין בני לבן חמי, איך קום נישט צו דיר עסן שאבעס!!

הודעהדורך יהודי פשוט » מיטוואך פעברואר 14, 2018 11:53 pm

יהודי פשוט האט געשריבן:
נאר וואס דען? די סיבה פארוואס מען שיקט נישט ארום אזא זאך ווי קטנ'ען, גרעפסן וכדו' איז נישט ווייל ער טוהט עס נישט, ער טוט עס יא און די טוסט עס אויך און איך אויך, נאר וואס דען? די זאגסט דאך אליין "דער עולם באקומט א פיקטשער, מ'געט א שמייכל און ווייטער געגאנגען", אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס שמייכלט מען? יעדער ווייסט דאך אז ער איז נישט פרעה און אז ער טוהט די אלע זאכן, איז פארוואס עפעס שמייכלען?! נאר די פארשטייסט אויך אז אפילו ס'איז נארמאל דאס צו טוהן איז עס נאך אלץ פאני אויף א פיקטשער, פונקט ווי די ווידיאו פון רב קליין פון טאהש וואס דער עצם זאך וואס ער זאגט איז גארנישט ראנג אבער אויף א ווידיאו איז עס פאני... און פונקט דאס איז די סיבה פארוואס מ'טאר עס נישט טוהן, טאקע צוליב דעם שמייכל און געגאנגען ווייטער!
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 236 מאל

Re: ראו מה בין בני לבן חמי, איך קום נישט צו דיר עסן שאבעס!!

הודעהדורך יהודי פשוט » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 12:12 am

@אברך משי, איך וויל נאר צולייגן א קליינע נקודה, ס'איז דא אן אשכול דא אין שטיבל וואס הייסט "ארויס האבן א ניק'ס לעבן לויט זיין געשרייבאכץ", איך קען נישט זאגן אז איך האב שוין ארויס דיין לעבן, אבער איין נקודה ווייס איך יא אז לכאורה האסטו נישט קיין רבי, און דאס מיינט נישט אז דו געהערסט נישט צו א געוויסע פארטיי, דאס מיינט אז די ביסט נישט נאנט אדער אין לשון קודש זאגט מען "מקושר" צו קיין רבי, ווען יא וואלסטו נישט געשמייכלט ווען דו זעהסט א בילד פון א רבי קטנ'ען, נאר סך הכול ווייל דו מיינסט אז א רבי שטעלט זיך אהער פאר איינער וואס האט נישט די מענטשליכע באדערפענישן, ממילא לאכסטו ווען מען האט כאילו געכאפט דעם רבי'ן ביי די גניבה, קוק נאר ער קטנ'ט פונקט ווי איך און דו, אנדערש איז אבער ווען דו וואלסט געוועהן נאנט צו א רבי, וואלסטו געזעהן אז די רבי פרובירט בכלל נישט זיך אהער שטעלן אנדערש.... ואכמ"ל וד"ל
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 387
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 10:00 pm
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 236 מאל

הודעהדורך שבת אחים » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 2:08 am

ואנכי לא ידעתי. (איך שיק במילא נישט ארום קיין קליפס פאר קיינעם) אבער ווען כהאב עס געזעהן, האב איך גאר געמיינט אז דער בעל הקומסט-צו-מיר-עסען-שאבעס. מאכט זיך בדוקא נעריש, און ס'גייט אים נישט אן אז משיקט ארום די קליפס א שטייגער ווי דער פאפענער ווערצבערגער פון די 'אידישער רעפאטער' גייט נישט אן אז מ'שיקט ארום זיינע קליפס און פונקט ווי יואלי לעבאוויטש און ליפא שמעלצער און אלע אנדערע וואס מאכן זיך נעריש פאר פרנסה צי פאר אטענטשאן. זיי גייט דאך גאנץ קנאפ אן אז משיקט ארום זייערע קליפס. פארקערט! דאס מאכט זיי פאפולער.

ווי איך בין זיכער איינשטימיג אז ס'איז בגדר פון ולא תעמוד על דם רעיך איז ווען א נארמאלע חסיד'ישע אינגערמאן מיט ווייסע זאקן און א שטוב מיט קינדער (וואס איך קען פערזענליך גוט פאר יאהרן לאנג) איז געגעאנגען מאכן די נעגל פון די פוס ביי אלטע טשייניזע באבע און עמיצער האט געכאפט א בילד פונדעם און ארומגעשיקט אין די גאנצע וועלט, און כאטש ס'איז שוין אפאר יאר אלט האט דער אומפארשעמטער מנובל, Hasdic1, אדער Hasdic 2 עס ממש לעצטענס נאכאמאל ארויפגעלייגט אויף זיין שאנדפולע 'טוויטער בלאג'.

וואס וויל מען פון דעם אינגערמאן? וואס פארשעמסטו יענעם? מילא אז ס'איז אביסל פאני, און ס'מאכט כאטש יענעם לאכן (איז עס אויך א געפערליכע עוולה) אבער סתם יענעם פארשמירן און באשמוצן? און זיך אריינמישן אין זיין פריוואטע לעבן? דעס איז דאך א דאפעלטע עוולה! ליוו ענד לעט ליוו. לאז יענעם לעבן.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5346
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3148 מאל

הודעהדורך איך אויך » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:57 pm

עס טוהט זיך א וועלט און איך פארשטיי נישט קיין ווארט! קען מיר איינער טוהן א טובה און געבן צו פארשטיין אין א ניסל וואס עס גייט פאר? ווער איז עקיבא קליין און וואס האב איך מיט זיין שבתדיגע עסן?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 5450
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 7177 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2456 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:12 pm

אברך משי האט געשריבן:@יהודי פשוט מיין פריינט, אויב דו ווילסט קומען כאפען א פיקטשער פון מיין רוקן ווי איך שטיי ביי א פאבליק טוילעט, מיינעך אז כ'האב נישט קיין פראבלעם דערמיט! אפשר וועלעך געוואר ווערן אז יא, אבער כ'קען נישט זען אז ס'זאל שטארק וויי טון
ווייטער, א פיקטשער ווי איך פאל און ליג אויף דער'ערד, קומסטו אן צו מיין צווייטע פונקט, איך בין א מענטש וואס דו קענסט נישט צו גוט (איך האף אזוי) און אז דו וועסט מיר זען ליגן שמוציג און צוקנייטשט וועסטו מיך אריינלייגן אין די זעלבע קאטעגאריע ווי מענדעלע דער חזיר, אבער אויב מארגן וועט מען זען ווי כ"ק אדמו"ר מהרז"ל ט"ב שליט"א, אדער מהרב"צ ה"ש שליט"א, אדער מהר"י הגר שליט"א, האט געכאפט א גליטש און זיך א קאטשע געטאן אויף דער ערד און דאס שטריימעלע איז אהינציר געפלויגן, וועסטו נישט טראכטן "א מין שוטה נעבעכקעיס דער זלמן לייב" וכן על זה הדרך לגבי באבוב, וויזניץ, קלויזנבורג, סקווירא, בעלזא, סלאנים, וכו' וכו' יא געט די פוינט

אברך משי: איי געט דהע פוינט. אבער ווען מ'כאפט א פיקטשער נישט פון יענעם בשעת ער קטנ'ט אדער געניצט אדער כאפט אריין א לעפל הייסע לאקשן אדער פאטעיטא קוגל. נאר ווען ער איז אראפגעפאללן און ר'האטציך אפשר צוקלאפט אויך, איז עס די גרעסטע מעשי אכזריות און סאדיזם צו לאכן און ארומשיקן אזא סארט פיקטשער. די זעלבע ווען ס'איז דא א פאציענט וועם הצלה באהאנדלט, און מ'שטייט ארום און מ'קוקט אריין דעם מענטש אין פנים אריין. און ווער שמועסט נאך אז מ'שיקט אזא סארט פיקטשער ארום. דאס איז די גרעסטע מאס רישעות און אכזריות וואס פאסט פאר צולאזטע, זולל וסובא'דיגע גויים אדער חילונים. נישט פאר ערליכע אידן...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11847
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7552 מאל

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 10:30 pm

איך אויך האט געשריבן:עס טוהט זיך א וועלט און איך פארשטיי נישט קיין ווארט! קען מיר איינער טוהן א טובה און געבן צו פארשטיין אין א ניסל וואס עס גייט פאר? ווער איז עקיבא קליין און וואס האב איך מיט זיין שבתדיגע עסן?


פון אייוועלט
אמביציע האט געשריבן:ער האט געפרעגט פון איינעם ''קימסט צו מיר עסן אויף שבת'' ער האט עס געזאגט מיט אזא וויצעלדיגע קול, וואס האר דער יעניגער געטאן? ער האט עס פארשפרייט איבער די אינטערנעט אז יעדער זאל עס קענען זען און מאכן שפייז פון דעם איד, און דערנאך האבן אנדערע גענימען דעם קליפ און זיך ארום געשפילט דערמיט און געמאכט יענעמס פנים זאל זיך בייטן אויף מאדנע וועגן אזוי אז ס'זאל זיין וואס לאכן.

ס'איז דא באמפער'ס סטיקער'ס מיט דעם סלאגאן ''קימסט צו מיר עס אויף שבת''
ער זאגט אז וואו ער גייט מאכט מען פון עם חוזק און מ'מאכט בילדער פון עם ''דא איז דעי מענטש וואס זאגט ''קימסט צו מיר עסן אויף שבת''
שפילער'ס האבן אן קיין טראפ בישה אריינגעלייגט דעם ריקארדער אויף זייער סיסטעם'ס און מ'געט א דריק א קנעפל הערט מען וואו דער איד זאגט ''קימסט צו מיר עס אויף שבת''. זינגערס שרייען דאס ביי חתונות, און אזוי ווייטער,

דער איד קען נישט צו זיך קומען פון די צער וואס מ'האט עם אנגעמאכט, ממש ער האלט עס נישט אויס מער, ער האט א שטיב מיט קינדער און אלע האט מען זיי שופך דאם געווען

אזוי נידריג זענען די זינגער'ס שוין אנגעקומען היינט צו טאג'ס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7373
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6959 מאל

Re: ראו מה בין בני לבן חמי, איך קום נישט צו דיר עסן שאבעס!!

הודעהדורך גראף » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 10:53 pm

די זעלבע אמאל ביי די מצווה טאנץ ווען בדחנים (וואס זייגן) פלעגן נאך מאכען מענטשן וואס שטאטערן און דער עולם פלעגט לאכן. מיינס א קרוב פלעגט זיך טוישן קאלירן און מען האט עקסטרע געדארפט אן זאגן פארדעם אויף צו קומען מיט אנדערע קארני זשאוקס.

Sent from my XT1096 using Tapatalk
גראף
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 665
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 484 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 361 מאל

Re: ראו מה בין בני לבן חמי, איך קום נישט צו דיר עסן שאבעס!!

הודעהדורך טרויבן88 » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 10:58 pm

איך אויך האט געשריבן:עס טוהט זיך א וועלט און איך פארשטיי נישט קיין ווארט! קען מיר איינער טוהן א טובה און געבן צו פארשטיין אין א ניסל וואס עס גייט פאר? ווער איז עקיבא קליין און וואס האב איך מיט זיין שבתדיגע עסן?
איז געווען א איד פאר קרוב צי צוויי יאר צירוק וואס איז געזיצן אין פלארידע איך געדענק שוין נישט וועלכע שול און ער האט געשמועסט ביים באלעמער מיט איינעם, דער איד זעט אויס צי זיין אביסל טשיקאוו (נישט אז איך קען עם) איז געווען דארט איינער וואס דער אידל איז עם געפאלן און ער האט עס אפגעכאפט ווי ער האט עס געשיקט ווייס איך נישט אבער בוא נגיד אז ער האט עס געשיקט צי גרופע חברים אין פון דארט איז דער איד געווארן באוואוסט,

דער איד האט געפלוישט מעשיות אזוי ווי יעדער פלוישט מעשיות אין פלארידע און בתוך הדברים האט ער פארציילט אז איינער רופט עם אן און פרעגט ""קומסט צי מיר עסן שבת"" האט ער געזאגט פאר יענעם איך קען דיר אפילו נישט וכו' בלא בלא בלא,

יעצט פאר אפאר מענטשן איז דאס געווארן א אינטערעסאנטע סלאגאן ציזאמען מיט די וועג וויאזוי דער איד זעט אויס בנוסף צי די בארד וכו' וכו' און עס איז נישט אראפ פון די ארענע ביז צוויי וואכן צירוק האט איינער געמאכט א באמפער סטיקער מיט די ווערטער "קומסט צי מיר עסן שבת" קינדער האבן יעדע פיפטע ווארט געזאגט די סלאגאן און פארשטייט זיך אז די פערדע ווארט איז געווען "ביי רובאשקין" אפילו ביי חתונות האבן קינדער געזינגען אויפן מייק די סלאגאן, און דאס אלעס ווייל דער איד האט זיך דערווייגט צי שמועסן אין פלארידע מיט איינעם,
פארוואס איז דראגס אסור? ווייל מען האט עס אמאל געאסר'ט... אזוי זענען נעבעך ציפול פון אונזערע מנהגים
טרויבן88
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 323 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 557 מאל

Re: ראו מה בין בני לבן חמי, איך קום נישט צו דיר עסן שאבעס!!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 11:15 pm

אן אינטרעסאנטע נקודה. אפיציעל האבען חרדים נישט קיין אינטרנט. אונז דארפען מיר חתמנ׳ן אז עס איז נאר פאר פרנסה, באהאלטען די סמארטפאון ועוד. למעשה, דער געזעלשאפט האלט נישט מיט. די צייטונג ווידמעט אפיציעל ארטיקלען וואס האבען נישט קיין שום פשט פאר דער וואס איז נישט קיין חלק פון די וואטסעפפ גרופעס. אחוץ פעיסבוק, זענען מיר אינגאנצען באהאפטען צום אינטרנט. ביזדערווייל קען מען נעשט אנאנסען א ברית אויף פעיסבוק און זיך פארלאזען אז דער עולם וועט וויסען דערפון. אבער אלע אנדערע זאכען זענען לכתחילה אויפ׳ן אינטרנט.

דער עיקר איז אז מ׳אספספ׳ט און מ׳חתמ׳ט און מ׳תקנ׳ט. די שקר גייט ווייטער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7373
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6959 מאל

הודעהדורך שמעון וואלף » פרייטאג פעברואר 16, 2018 1:05 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אן אינטרעסאנטע נקודה. אפיציעל האבען חרדים נישט קיין אינטרנט. אונז דארפען מיר חתמנ׳ן אז עס איז נאר פאר פרנסה, באהאלטען די סמארטפאון ועוד. למעשה, דער געזעלשאפט האלט נישט מיט. די צייטונג ווידמעט אפיציעל ארטיקלען וואס האבען נישט קיין שום פשט פאר דער וואס איז נישט קיין חלק פון די וואטסעפפ גרופעס. אחוץ פעיסבוק, זענען מיר אינגאנצען באהאפטען צום אינטרנט. ביזדערווייל קען מען נעשט אנאנסען א ברית אויף פעיסבוק און זיך פארלאזען אז דער עולם וועט וויסען דערפון. אבער אלע אנדערע זאכען זענען לכתחילה אויפ׳ן אינטרנט.

דער עיקר איז אז מ׳אספספ׳ט און מ׳חתמ׳ט און מ׳תקנ׳ט. די שקר גייט ווייטער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


נישט אז איך בין מחולק מיט די פאקט אז דער עולם האט אינטערנעט אין גרויסן, נאר די קליפ, פונקט ווי אלע אנדערע קליפס, איז מערסטענס פארשפרייט געווארן דורך וואטסעפפ
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 2214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 2:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 3474 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2304 מאל

Re: ראו מה בין בני לבן חמי, איך קום נישט צו דיר עסן שאבעס!!

הודעהדורך ליטוואק פון בודאפעסט » פרייטאג פעברואר 16, 2018 7:29 am

אף וואטסעפפ בכלל האיסור, האסיפות, התקנות והחתימות

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
חבר ותיק
חבר ותיק
 
הודעות: 7373
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 7:51 pm
האט שוין געלייקט: 2642 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6959 מאל

הודעהדורך רביה''ק זי''ע » פרייטאג פעברואר 16, 2018 11:08 am

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער עיקר איז אז מ׳אספספ׳ט און מ׳חתמ׳ט און מ׳תקנ׳ט. די שקר גייט ווייטער.


ס'דערמאנט מיר פון יענע מעשה פון יענע צוויי מענטשן וואס זענען געזעצן אין אן uber... ווייסט נישט פון וואס איך רעד? קויף די לעצטע וועקער...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
 
הודעות: 970
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 9:46 pm
האט שוין געלייקט: 1040 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 528 מאל

הודעהדורך ווייל אזוי » פרייטאג פעברואר 16, 2018 4:21 pm

איך זעה נישט די גרויסע איבערקערעניש וואס זיי פירן אן איך זעה נישט קיין ברם יזכר דא.

איינער האט געזאגט א זיס ווארט און די עולם האט שטארק הנאה כל הכבוד, אשריך ר' עקיבא פאר'ן אונז מהנה זיין, ס'נישט דא קיין בלוט צאפעריי, ס'נישט דא קיין שמערצליכע חוזק סלאגאן, מאכט'ס נישט קיין אישא פון קיין טישא.
ווייל אזוי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
 
הודעות: 291
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 10:34 pm
האט שוין געלייקט: 234 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 358 מאל

הודעהדורך berlbalaguleh » פרייטאג פעברואר 16, 2018 5:10 pm

ווייל אזוי: ווען ס'איז יענעם'ס טישו. אבער ווען ס'האנדלט זיך פון דיר אליינס אדער איינעם פון דיין משפחה. דאמאלס קוקט מען אן די גאנצע זאך אנדערש...!

אויך. דו כאפסט נישט. די נקודה פון דעם מאמענט ארטיקל און קאמפיין איז נישט אזוי ווייט דער אינדיווידיועלער פאל, נאר מער בכלליות. די נעגאטיווע ערשיינונג פון אפכאפן א מענטש אין א פאני פאזיציע און עדיטן זיינע ווערטער. (ארויסנעמען זיי פון זייער ריכטיגן קאנטעקסט/הקשר).

איך געדענק, מיט א לאנגע צייט צוריק. נאך פאר מ'האט געחלומ'ט א ס'וועט א מאל זיין סמארטפאונס און וואטסעפ. איז געווען אויפ'ן מארקעט אזאלכע טייערע קעמערעס, וועלכע האבן גענומען מערערע שאטס אין א סעקונדע. און מ'האט געקענט אויסוועהלן וועלכען שאט/קליפ מ'ווילל ארויפלייגן. ויהי היום. און ס'האט (כדרכם בקודש) אויסגעבראכן א (ווערטערליכע, און אויך פיזיזשע) מלחמה צווישן דעם עדיטאר פון דער איד, הרב סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו מיט דעם צווייטן צדיק הדור, הרב גרשון דזשעיקאבסאן, דער עדיטאר און ארויסגעבער פון דעם אלגעמיינער זשורנאל. א יעדער איינער האט בייגעשטייערט צו די קאמעדיע שאו אויף זייער אייגנארטיגן אופן. הרב דייטש האט געגאסן פעך און שוועבל אויף ר' גרשון דזש. או אז ער איז א שייגעץ, א מחלל שבת, א מומר און אן עוכר ישראל. און אויך, רחמנא ליצלן מהאי דעתא א...ציוני...! ר' גרשון דזשעיקאבסאן איז נישט געבליבן שולדיג. ער האט אפגעענטפערט אויף זיין אייגנארטיגן אופן. ער האט אייביג געברענגט לכאורה אומשולדיגע קליפס גענומען מיט א היי ספיעד קעמערע, פן ר' סענדער דייטש אין א פאני פאזיציע. איין אזא קליפ איז מיר געבליבן אין זיכרון. ווען מ'האט אין סאטמאר געמאכט אן אזוי-גערופענע...אסיפת חיזוק"...האט ר' ג. דזש. געברענגט א פיקטשער פון רס"ד מיט אן אפענע מויל ווי ער כאפט אריין א טרויב אין מויל אריין...! און ער האט צוגעשריבן אזא אומשולדיגן ..."פסוק"... הרב דייטש עסט א פרוכט...!

ויש להאריך עוד בענין. ואני אסתפק בקצירת האומר...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
חבר הכבוד
חבר הכבוד
 
הודעות: 11847
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 13155 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7552 מאל

Re: ראו מה בין בני לבן חמי, איך קום נישט צו דיר עסן שאבעס!!

הודעהדורך אונטער חכם » מיטוואך פעברואר 21, 2018 1:21 pm

שבת אחים האט געשריבן:ואנכי לא ידעתי. (איך שיק במילא נישט ארום קיין קליפס פאר קיינעם) אבער ווען כהאב עס געזעהן, האב איך גאר געמיינט אז דער בעל הקומסט-צו-מיר-עסען-שאבעס. מאכט זיך בדוקא נעריש, און ס'גייט אים נישט אן אז משיקט ארום די קליפס א שטייגער ווי דער פאפענער ווערצבערגער פון די 'אידישער רעפאטער' גייט נישט אן אז מ'שיקט ארום זיינע קליפס און פונקט ווי יואלי לעבאוויטש און ליפא שמעלצער און אלע אנדערע וואס מאכן זיך נעריש פאר פרנסה צי פאר אטענטשאן. זיי גייט דאך גאנץ קנאפ אן אז משיקט ארום זייערע קליפס. פארקערט! דאס מאכט זיי פאפולער.
.


איך האב געליינט דעם מאמענט ארטיקל און לויט ווי איך פארשטיי איז דעיס טאקע דער חורבן, ער לייגט דארט אראפ ווי מענטשן פירן זיך אויף צו אים ממש ווי צו א משוגענעם , פאר ווערצבערגער שטערט עס טאקע נישט אבער פאר א נארמאלער מענטש אז מען זאל אים פלוצלונג אנהייבן צו באהאנדלען ווי קהל'ס נאר איז עס א געפערליכע זאך.
אונטער חכם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
 
הודעות: 414
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 5:42 pm
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

נעקסט

גיי צוריק אינטערנעט און אידישקייט

ווער איז יעצט דא?

באניצער וואס לייענען דעם פארום: נישטא קיין אנליין באניצער און 2 געסט